Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
128אחרי ב
א.אין היינטיקער סדרה, לאחרי ווי דער פּסוק דערציילט אַלע פּרטי הציוויים — וועגן דעם סדר העבודה פון יום הכפורים — וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן ער זאָל זיי איבערגעבן צו אהרן'ען, איז ער מסייםא: „ויעש כאשר צוה ה' את משה".
שטעלט זיך רש"י אויף „ויעש כאשר צוה ה' וגו'", און איז מפרש; כשהגיע יום הכפורים עשה כסדר הזה, ולהגיד שבחו של אהרן שלא הי' לובשןב לגדולתו אלא כמקיים גזירת מלך.
זאָגן מפרשיםג, אַז רש"י איז דאָ אויסן צוויי באַזונדערע זאַכן; מיט די ווערטער „כשהגיע יוהכ"פ עשה כסדר הזה" איז ער מפרש, אַז „ויעש כאשר צוה גו'" איז געווען ניט גלייך נאָך דעם ווי ער איז נצטווה געוואָרן — (וואָס דער ציווי איז געווען „אחרי מות שני בני אהרן") ד. ה. ר"ח ניסן אָדער עכ"פּ בסמיכותד צו ר"ח ניסן, און די עשי' האָט ניט געקענט זיין פאַר יוהכ"פ; און מיט „ולהגיד שבחו כו'" איז רש"י מפרש וואָס קומט דער פּסוק בכלל אונז צו לאָזן הערן מיט „ויעש גו'"ו.
די גאַנצע פּרשה (אָנהויבנדיק פון תחלת הסדרה), כולל אויך „והיתה זאת לכם לחקת עולם גו'" — די התחלה פון אונזער פּסוק, איז געזאָגט געוואָרן (כנ"ל סעיף א') בסמיכות צו ר"ח ניסן.
ובמילא וואָלט געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז אויך דער „ויעש גו'" וואָס שטייט אין זעלבן פּסוק מיט „והיתה זאת גו' אחת בשנה", איז געווען גלייך נאָכן ציווי אויף דעם (און ניט ביוהכ"פ — אַ האַלב יאָר שפּעטער. ובפרט אַז אויך די פּרשות שלאחרי', „וידבר גו' איש איש גו'" ביז אָנהייבס במדבר, זיינען געזאָגט געוואָרן אין דעם זמן ביז באחד בחודש השני — אַ משך זמן פאַר יוכ"פ);
און הגם ס'איז ניט שייך צו זאָגן אַז אהרן זאָל בפּועל טאָן דעם ציווי פאַר יוכ"פ — וועט מען אָבער לערנען, אַז מיט „ויעש" דאָ מיינט מען אַז אהרן האָט מקבל געווען אויף זיך צו טאָן די עבודה — בדוגמת „וילכו ויעשו" וואָס שטייט אין פ' באי — און דאָס איז טאַקע געווען130באַלד ווי ער האָט געהערט דעם ציווי
ג. אויפן פּסוק „ובא אהרן אל אהל מועד"יג, זאָגט רש"י „אמרו רבותינו שאין זה מקומו של מקרא זה . . כל הפרשה כולה נאמרה על הסדר חוץ מביאה זו כו'".
און דאָס איז טאַקע דער פּסוק דאָ ביי אונז מחדש מיט „ויעש כאשר צוה ה' וגו' — עשה כסדר הזה", אַז אהרן האָט עס געטאָן מיט דעם סדר וואָס (איך — רש"י האָב דיר געזאָגט, וואָס) שטייט שוין פריער אין פּירוש רש"י — אע"פ אַז משה רבינו האָט אים געזאָגטיד די ציוויים אין אַן אַנדער סדר, אין דעם סדר ווי זיי שטייען אין תורה.
אָבער דערמיט קען רש"י ניט ענדיקן פּירושו, וואָרום ס'איז, לכאורה, היפך פּשוטו של מקרא; דער חידוש אין „עשה כסדר הזה" לפי זה איז, אַז אהרן האָט געטאָן ניט אין דעם סדר ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן. היינט ווי קען מען זאָגן דערויף „ויעש כאשר צוה ה'את משה"טו?
131דערפאַר זאָגט רש"י „ולהגיד שבחו כו' כמקיים גזירת מלך", אַז דאָס וואָס ביי „ויעש" — וואָס זיין אויפטו איז „עשה כסדר הזה" — זאָגט דער פּסוק דעם לשון „כאשר צוה ה' וגו'", איז דער עיקר והדגשה ניט אין „כאשר" נאָר אין „צוה", דערמיט וויל ער זאָגן אַז אהרן האָט עס געטאָן בלויז מצד דעם וואָס „צוה ה'" — „כמקיים גזירת מלך".
ד. אָבער רש"י וויל אויך ניט לערנען אַז מיט „ויעש גו'" מיינט דער פּסוק צו דערציילן נאָר „שלא הי' לובשן לגדולתו כו'", ווייל דער שבח פּאַסט [לפי שיטת רש"יטז] בלויז אויף דעם ענין פון לבישת הבגדים — ווי רש"י זאָגט „שלא הי' לובשן לגדולתו" — מצד דעם וואָס די בגדי כהונה זיינען „לכבוד ולתפארת"יז, אָבער ניט אויף די אַנדערע ציוויים שבפּרשה. און היות אַז מיט „ויעש" ווערן דאָך געמיינט אַלע ציווייםיח פון דער פּרשה, דעריבער לערנט רש"י אַז דער עיקר פּירוש פון ויעש איז עשה — (אַלע ציוויים) כסדר הזהיט. נאָר דער לשון „כאשר צוה" קומט — „להגידכ שבחו כו' כמקיים גזירת מלך".
בשעת רש"י איז מפרש שבחו של אהרן אַז ער האָט אָנגעטאָן די בגדים ניט לגדולתו, זאָגט ער דעם לשון „שלא הי' לובשן לגדולתו" (און ניט ווי אין תו"כ — „שלא הי' לובש בגדים"כא). ד. ה. אַז ער האָט זיי — די בגדים וואָס שטייען אין דער פּרשהח — ניט אָנגעטאָן לגדולתו.132וואָס דערמיט מיינט ער אַרויסצוברענגען, אַז (דאָס וואָס די שמונה בגדים (וועלכע; א) ער האָט אָנגעטאָן אַ גאַנץ יאָר און ב) זיי זיינען כולל אויך בגדי זהב) האָט ער אָנגעטאָן ניט לגדולתו — איז דערביי ניטאָ קיין חידוש און ניט אין דעם באַשטייט שבחו של אהרן. אָבער) דאָס וואָס די בגדי לבן (של יוהכ"פ) האָט ער אָנגעטאָן ניט לגדולתו — דאָס איז שבחו של אהרן.
דאַרף מען פאַרשטיין; בגדי זהב זיינען דאָך לכאורה מער חשוב ווי בגדי (לבן) בד93) [ווי מען זעט עס אויך דערפון וואָס באַ דעם ציווי אויף בגדי כהונה „לכבוד ולתפארת" רעכנט דער פּסוקכד די בגדי זהב פאַר די בגדי שש (בד) ]. איז פאַרוואָס זאָל זיין דער חידוש און שבח „שלא הי' לובשן לגדולתו" אין די בגדי לבן מער ווי אין די בגדי זהבכג? און פאַרוואָס נאָר די בגדי לבן דיוהכ"פ?
איז דער ביאור אין דעם;
בנוגע צו די בגדי זהב, האָט מלכתחלה ניט געקענט זיין קיין קס"ד אַז אהרן טוט זיי אָן לגדולתו (צוליב זיין גדולה, ניט צוליב גדולה — כבוד ותפארת — פון כהונה גדולה בכלל) — וואָרום די זעלבע בגדים האָט דערנאָך געקענט אָנטאָן (ער אַליין — ווען ער שטייט אין אָן אַנדערע דרגא, אָדער) דער כה"ג וואָס נאָך אים (כאָטש ער שטייט אין אַ נידעריקערע מדריגה). איז במילא קלאָר, אַז דאָס איז ניט לגדולתו (של אהרן) ; דאָס זעלבע — בנוגע די בגדי לבן פון אַ גאַנץ יאָר;
משא"כ די בגדי לבן וואָס ער האָט אָנגעטאָן ביוהכ"פ, וויבאַלד אַז (ווי רש"י זאָגט פריערכ) „לא ישתמש באותן ארבעה בגדים ליום כפורים אחר", קען ער דאָך במילא טראַכטן: אויב די בגדים זיינען נוגע צום ענין פון כהונה גדולה בכלל (אָדער בכלל צו דער עבודה פון יוהכ"פ וכיו"ב) פאַרוואָס טאָר ער ניט אָנטאָן בשנה הבאה די זעלבע בגדים וואָס ער האָט געטראָגן דעם פריערדיקן יאָר?
איז דאָך דערפון לכאורה געדרונגען, אַז די בגדים זיינען לגדולתו, און היות אַז אַ מענש ווערט נשתנה מזמן133לזמן (משנה לשנה), דאַרף ער דעריבער האָבן יעדן יאָר אַנדערע בגדי בד ביוהכ"פכז — און אויף דעם דערציילט דער פּסוק שבחו של אהרן, אַז אויך די בגדי לבן וואָס ער האָט געביטן פון יאָר צו יאָר — „לא הי' לובשן לגדולתו כו'".