עברית
Library

Likkutei Sichos

Emor 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

158אמור ג)

א. אין סיום הסדרה (אין פּסוק „וידבר משה גו' ויוציאו את המקלל גו' וירגמו אותו אבן ובני ישראל עשו כאשר צוה ה' את משה"), שטעלט זיך רש"י אויף „ובני ישראל עשו" און זאָגט; „כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר דחי' רגימה ותלי'".

לערנענדיק בהשקפה ראשונה קומט אויס, אַז רש"י'ן איז שווער אין „ובני ישראל עשו" (וואָס צוליב דעם דאַרף ער מפרש זיין „כל המצוה כו'") ; דער פּסוק זאָגט דאָך שוין „וירגמו אותו אבן", היינט וואָס איז ער מוסיף מיט „ובנ"י עשו"א? און אויף דעם ענטפערט ער, אַז מיט די ווערטער מיינט דער פּסוק דערציילן, אַז זיי האָבן (ניט בלויז רוגם געווען, נאָר אויך) געטאָן די אַנדערע מצות וועלכע שטייען ביי סקילה; „דחי'" (וואָס רש"י זאָגט שוין אין אַ פריערדיקער סדרהב „מכאן לנסקלין שהם נדחין כו'") און „תלי'" (וואָס רש"י זאָגט אין אַ ווייטערדיקער סדרהג „כל הנסקלין נתלין").

עפּי"ז איז אָבער שווער; וויבאַלד אַז רש"י איז מפרש דאָס וואָס די ווערטער „ובנ"י עשו" זיינען מוסיף אויף „וירגמו אותו אבן", האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן בלויז דחי' און תלי' אָבער ניט רגימה — רגימה דאַרף דאָך לכאורה ניט אַריינגיין אין „ובנ"י עשו", וויבאַלד עס שטייט שוין פריער בפירוש „וירגמו אותו אבן"?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; רש"י'ס פּי' אַז „ובני ישראל עשו" מיינט די אַנדערע מצות האמורות בסקילה, איז (לכאורה) גענומען פון תו"כ. און דאָרט, רעכנט ער אויס אַלע ענינים וועלכע דאַרפן זיין ביים עונש סקילה — סמיכה, דחי', תלי' און „לא תלין נבלתו על העץ"ד — אָבער רגימה ווערט דאָרטןה טאַקע ניט דערמאָנט. פאַרוואָס איז רש"י משנה און איז מוסיף אויך רגימה?

ב. כשם ווי ס'איז ניט מובן פאַרוואָס רש"י איז מוסיף רגימה, אַזוי איז אויך שווער; פאַרוואָס איז ער משמיט סמיכה און לא תלין?

בנוגע סמיכה קען מען פאַרענטפערן, אַז רש"י רעכנט אויס נאָר „המצוה האמורה בסקילה במקום אחר", און דערפאַר דערמאָנט ער ניט סמיכה, ווייל דאָס שטייט פריער אין דער פּרשה גופאח „וסמכו כל השומעים את159ידיהם על ראשו"ז. אָבער פאַרוואָס איז ער משמיט „לא תלין נבלתו על העץ"?

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז וויבאַלד ביים פּסוק „לא תלין גו'" שטייט „ולא תטמא את אדמתך גו'", איז דער דין (ע"פּ דרך הפּשט) בלויז אין אר־ישראל. ובמילא, וויבאַלד די מעשה מיטן מקלל פון דער פּרשה איז געווען אין מדבר און ניט אין ארץישראל, איז דערפאַר רש"י דאָ משמיט דעם „לא תלין".

מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען, וואָרום דער טעם פון „לא תלין גו'" איז (ניט „ולא תטמא את אדמתך גו'", נאָר) כמפורש אין פּסוק (פאַר דעם) „כי קללת אלקים תלוי", און ווי רש"י איז דאָרט מפרש „זלזולו של מלך הוא כו'". און לויט דעם איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער דין „לא תלין גו'" איז אויך אין אַנדערע ערטער (ניט נאָר אין א"י)ח. היינט פאַרוואָס איז עס רש"י משמיט אין אונזער פּרשה?

ג. נוסף צו די שוועריקייטן בנוגע די פּרטים וואָס רש"י רעכנט אויס אין „כל המצוה האמורה בסקילה כו'", איז אויך ניט מובן דער כללות הפּירוש זיינער:

פריער אין דער פּרשהו שטייט אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן מען זאָל טאָן מיטן מקלל דריי זאַכן ; א) „הוצא גו' אל מחוץ למחנה". ב) „וסמכו גו' את ידיהם על ראשו". ג) „ורגמו אותו גו'". אָבער אין סיום הפּרשה, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם קיום הציווי, שטייען בפירוש נאָר צוויי זאַכן; „ויוציאו את המקלל אל מחוץ למחנה" און „וירגמו אותו אבן". אָבער „ויסמכו את ידיהם" ווערט ביים קיום הציווי ניט דערמאָנט.

איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס איז רש"י'ן מכריח צו לערנען אַז מיט „ובנ"י עשו כאשר צוה ה' את משה" מיינט דער פּסוק „כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר" (ניט ווי ברוב המקומותט וואָס „כאשר צוה ה'" מיינט דעם ציווי פון דער באַטרעפנדער פּרשה גופא) ? לכאורה האָט מען געדאַרפט זאָגן, אַז מיט „ובנ"י עשו גו'" מיינט דער פּסוק, אַז זיי האָבן סומך געווען את ידיהם על ראשו!

די קשיא איז נאָך שטאַרקער ; לויט פּרש"י אַז „ובני ישראל עשו" מיינט די ציוויים וועלכע שטייען במקום אחר, קומט דאָך אויס, אַז דער פּסוק דערציילט וועגן דעם קיום הציווי פון „הוצא את המקלל"; „ורגמו אותו"; און אויך „כל המצוה כו' במקום אחר" (דחי' (רגימה) און תלי'), אָבער וועגן דעם קיום הציווי „וסמכו גו'" שבפּרשתנו ווערט אין דעם גאַנצן פּסוק כלל ניט דערמאָנט — אפילו ניט ברמז!

160ד. ווי שוין גערעדט פיל מאָל, זיינען אין פּרש"י מדוייק ניט נאָר די ווערטער פון זיין פּי', נאָר אויך די ווערטער פון פּסוק וואָס ער איז מעתיק (פאַר דעם פּירוש).

איז ניט מובן ; דעם פּי' „כל המצוה כו'" נעמט דאָך רש"י פון די ווערטער „כאשר צוה גו'", איז פאַרוואָס איז ער מעתיק בלויז „ובני ישראל עשו" און ניט די ווערטער „כאשר צוה"י, און (נאָך מער:) ער איז זיי אפילו ניט מרמז דורך צושרייבן „וגו'"?

אויך איז ניט מובן; רש"י איז דאָך דאָ מפרש דעם וואָרט „עשו" — וואָס די אידן האָבן געטאָן אויסער „ויוציאו" און „וירגמו". פאַרוואָס דאַרף ער מעתיק זיין אויך „ובני ישראל"?

ה. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

די קשיא וואָס רש"י'ן אָרט דאָ איז (ניט נאָריא וואָס האָבן זיי געטאָן נוסף צו „ויוציאו" און „וירגמו", נאָר אויךיא) דער לשון „ובני ישראל עשו"; אויך „ויוציאו" און „וירגמו" האָבן דאָך געטאָן די אידן, פאַרוואָס־זשע שטייט „ובני ישראל" ביי „עשו" דוקא ; אָדער עס האָט בכלל ניט געדאַרפט שטיין „בני ישראל" ביים קיום הציווי, וואָרום בתחילת הכתוב שטייט דאָך „וידבר משה אל בני ישראל" איז פאַרשטאַנדיק אַז די אַלע ווייטערדיקע ענינים האָבן געטאָן די אידן, האָט דערפאַר געקענט שטיין „ויעשו כאשר צוה ה' את משה" ; און אויב דער פּסוק וויל שוין יע דערמאָנען „בני ישראל" אויך בקיום הציווי, האָט ער עס געדאַרפט זאָגן בתחלת הענין — „ויוציאו בני ישראל גו' וירגמו גו' ויעשו כאשר צוה גו'"?

פון דעם וואָס עס שטייט ניט „ויעשו גו'" סתם, נאָר „ובני ישראל עשו", איז געדרונגען, אַז פאַר דעם — אין ערשטן האַלבן פּסוק רעדט זיך (ניט וועגן אַלע אידן, נאָר) וועגן „כל השומעים" (עדים ודיינים) ; און אין אַנדערן האַלבן פּסוק „ובני ישראל עשו" רעדט זיך וועגן אַלע אַנדערע אידן — פּונקט ווי פריערח טיילט ער אָפּ „כל השומעים" פון „כל העדה".

און דערפאַר קען רש"י ניט לערנען — בפּשוטויב של מקרא — אַז מיט „ובנ"י עשו" ווערט געמיינט סמיכה, ווייל וועגן סמיכה שטייט דאָך „וסמכו כל השומעים גו'"; און וויבאַלד אַז דאָ שטייט „ובני ישראל עשו", לערנט דעריבער רש"י אַז דאָס מיינט די ציוויים וועלכע שטייען במקום אחר — דחי'יג (רגימה) ותלי' וואָס ווערן געטאָן דורך אַלע אידן.

ו. עפּי"ז ווערט דאָך אָבער שווער; פאַרוואָס ווערט אין פּסוק ניט דער־161ציילט אַז מען האָט מקיים געווען אויך דעם ציווי „וסמכו"? דערפאַר לערנט רש"י אַז „כאשר צוה גו'" באַציט זיך ניט נאָר צו „ובני ישראל עשו", נאָר אויפן גאַנצן פּסוק — אויך צום „וירגמו" וואָס איז געטאָן געוואָרן דורך „כל השומעים", אַז זיי האָבן אים רוגם געווען פּונקט „כאשר צוה ה' את משה". ד. ה. אַז איידער זיי האָבן אים רוגם געווען, האָבן זיי סומך געווען זייערע הענט על ראשויד ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן „וסמכו גו' ורגמו גו'".

און דערפאַר ברענגט רש"י בלויז די ווערטער „ובני ישראל עשו" און ער טיילט אָפּ (און איז משמיט) „כאשר צוה גו'", להטמיענו אַז „כאשר צוה" באַציט זיך אויך צום „וירגמו", כנ"ל.

ז. עפּ"י הנ"ל (סעיף ה'), אַז „ויוציאו גו' וירגמו גו'" גייט אויף די עדים (ודיינים) און „ובני ישראל עשו" — אויף די אַנדערע אידן, איז פאַרשטאַנדיק אַז אין „ובני ישראל עשו" קען אַריינגיין (ניט נאָר דחי' און תלי', נאָר) אויך רגימה וועלכע ווערט ניט נכלל אין „וירגמו אותו אבן" וועלכע שטייט דאָ פריער — ווייל נאָך דעם אבן וואָס די עדים האָבן אויף אים געוואָרפן, האָבן די אַנדערע אידן אויף אים געוואָרפן נאָך שטיינער. ווי דער דין ביי סקילה: „יד העדים תהי' בו בראשונה להמיתו ויד כל העם באחרונה"יח — אַז אויב פון דעם אבן וואָס די עדים האָבן געוואָרפן איז ער ניט געטויט געוואָרן, האָט „כל העם" אים געדאַרפט באַוואַרפן מיט נאָך שטיינערי.

ס'איז נאָך אָבער שווער ; דאָס פריער געזאָגטע איז בלויז אַ ביאור אַז אין „ובני ישראל עשו" קען אַריינגערעכנט ווערן אויך רגימה. פון וואַנען ווייס אָבער רש"י אַז מיטן אבן וואָס די עדים האָבן אויף אים געוואָרפן איז ער טאַקע ניט געטויט געוואָרןיז און „בני ישראל" האָבן אויף אים געוואָרפן נאָך שטיינער — עס קען דאָך זיין אַז ער איז געטויט געוואָרן פון דעם אבן וואָס די עדים האָבן אים רוגם געווען און „ובני ישראל עשו" מיינט נאָר — דחי' און תלי' (ניט רגימה) ? ואדרבא — לפי זה וועט רש"י אויסמיידן אַ מחלוקת צווישן לימודו ע"ד הפּשט און הלימוד ע"ד ההלכה — ווי געבראַכט אין תורת כהנים — וואָס רעכנט ניט רגימה, כנ"ל. ובפרט אַז, כנראה, נעמט רש"י פּירושו דאָ פון תו"כ נאָר איז (משנה ו)מוסיף „רגימה"!

ח. איז דער ביאור אין דעם;

בתחלת הכתוב, איידער עס ווערט דערציילט וואָס מען האָט דעם מקלל געטאָן — „ויוציאו גו' וירגמו גו' ובני ישראל עשו גו'" — שטייט „וידבר משה אל בני ישראל".

וואָס האָט משה גערעדט צו די אידן? — איז פאַרשטאַנדיק בפּשטות, אַז ער האָט זיי איבערגעגעבן דעם דיבור של הקב"ה „איש איש כי162יקלל גו'"יח — בנוגע צו אַ מקלל אין אַלגעמיין (און ניט בלויז דעם ציווי „הוצא את המקלל גו' ורגמו אותו גו'" — וואָס מען זאָל טאָן מיט דעם מקלל).

ואדרבה; וויבאַלד אַז אין דעם ציווי פון דעם אויבערשטן „הוצא את המקלל גו'" ווערט ניט דערמאָנט אַז משה זאָל עס זאָגן צו די אידן, דאַקעגן דער דיבור „איש איש כי יקלל גו'" הויבט זיך אָן מיט „ואל בני ישראל תדבר לאמר", איז פאַרשטאַנדיק אַז מיט „וידבר משה אל בני ישראל" ווערט געמיינט (בעיקר, עכ"פּ) אַז משה האָט זיי איבערגעגעבן *) די דינים פון אַ מקלל בכלל.

ווערט דאָך די שאלה; וואָס איז די שייכות פון „וידבר משה אל בני ישראל" פון תחלת פּסוק זה (מיט וואָס עס ווערן געמיינט' בעיקר די דינים פון אַ מקלל בכלל) צום המשך הפּסוק — „ויוציאו את המקלל גו'" — וואָס דערציילט וואָס מען האָט געטאָן מיט דעם מקלל?

והמענה; פון דעם וואָס פאַר „ויוציאו גו' וירגמו גו' ובני ישראל עשו גו'" איז דער פּסוק מקדים די ווערטער „וידבר משה אל בני ישראל", לייגט זיך בשכל צו זאָגן אַז די אידן האָבן צו דעם מקלל געטאָן אויך אַזוינע פּעולות וואָס זיי האָבן אַרויסגענומען (ניט פון דעם ציווי „הוצא את המקלל גו'" און ניט פון די דיני סקילה וואָס שטייען במקום אחר, נאָר) פון דער פּרשה „ואל בנ"י תדבר לאמר גו' איש איש כי יקלל גו'".

און דערפאַר איז רש"י מפרש אַז מיט „ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט (ניט נאָר דחי' ותלי' וועלכע שטייען במקום אחר, נאָר) אויך רגימה. ד. ה. אַז נאָך דער רגימה פון די עדים — „וירגמו אותו אבן" — האָבן אויך בני ישראל אים פאַרשטיינערט, ווייל דעם ענין (רגימה דורך אַלע אידן) האָבן זיי אַרויסגענומען פון פּסוק „רגום ירגמו בו כל העדה"יט וואָס שטייט אין דער פּרשה פון „איש איש כי יקלל גו'".

ט. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

א) אויך ביי דעם ציווי „הוצא את המקלל" (וואָס שטייט בנוגע דעם ערשטן מקלל) שטייט „ורגמו אותו כל העדה", און דאָך לערנט אויף דעם רש"י אַז דאָס מיינט „במעמד כל העדה". היינט וואָס איז דער הכרח אַז דער פּירוש פון „רגום ירגמו בו כל העדה" (וואָס שטייט בנוגע צו יעדן מקלל) מיינט אַנדערש ווי „ורגמו גו' כל העדה" וואָס שטייט מיט צוויי פּסוקים פריער?

און הגם אַז ביי דעם ציווי „הוצא את המקלל" ווערט פריער (פאַר ורגמו אותו כל העדה) דערמאָנט אין פּסוק „כל השומעים", און ביים ציווי „רגום ירגמו בו כל העדה" וואָס שטייט ביי אַ מקלל בכלל, שטייט ניט פאַר דעם „כל השומעים" — איז עס אָבער קיין הוכחה ניט צו זאָגן, אַז דער פּירוש פון „כל העדה" ביי יעדער מקלל זאָל זיין אַנדערש ווי ביים ערשטן מקללכ!

163ב) ווען רש"י האָט שוין יע אַ הכרח אַז „רגום ירגמו בו כל העדה" מיינט אַז אַלע אידן דאַרפן אים רוגם זיין — פון וואַנען נעמט ער אַז מיט „ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט אויך דחי' ותלי' וועלכע שטייען במקום אחר, עס קען דאָך זיין אַז מיט דעם ווערט געמיינט בלויז „רגימה" (פון כל העדה)כא?

יו"ד. איז דער ביאור אין דעם;

ביי קיין שום מחוייב מיתה געפינט מען ניטכב אַז די עדים און דיינים זאָלן דאַרפן סומך זיין את ידיהם על ראשו און אים זאָגן „דמך בראשך ואין אנו נענשים במיתתך" (ומובן בפּשטות; מהיכי תיתי זאָל זיין אַ סלקא־דעתך אַז זיי זאָלן יע נענש ווערן במיתתו — ער איז דאָך מחוייב מיתה ע"פּ דין). פאַרוואָס־זשע האָט מען ביי דעם מקלל יע געדאַרפט סומך זיין און זאָגן „ואין אנו נענשים במיתתך"כג?

נאָך אַ שינוי אין דעם ענין פון „ורגמו אותו" וואָס שטייט ביי דעם מקלל לגבי דעם חיוב סקילה אין אַנדערע ערטער:

וואו עס שטייט דער חיוב סקילה, זאָגט דער פּסוק ניט בלויז דעם לשון רגימה אָדער סקילה, נאָר אויך דעם לשון מיתה. אַזוי ווי ביי „מולך", וואָס פאַר די ווערטער „ירגמוהו באבן" שטייט „מות יומת"כד. אַזוי אויך ביי אוב וידעוני שטייט „מות יומתו באבן ירגמו אותם"כג [און אויך ביי מקלל גופא — ביי מקלל בכלל — „מות יומת רגום ירגמו בו"י]. משא"כ אינעם ציווי פון דעם ערשטן מקלל שטייט נאָר „ורגמו אותו", אָבער דער לשון מיתה ווערט ניט דערמאָנט.

יא. וואָס איז דער טעם אויף די צוויי שינויים?

חיוב מיתה איז דוקא בהתראהלט.164און היות אַז ביי דעם ערשטן מקלל איז קיין התראה ניט געווען (וואָרום וויבאַלד אַז „לא היו יודעים אם חייב מיתה אם לאו"כז האָט מען דאָך אים ניט געקענט מתרה זייןכח), און דער ציווי „ורגמו אותו" איז געווען אַ הוראת שעהכט, דעריבער קען מען זאָגן, אַז די רגימה איז אַנדערש פון יעדער חיוב סקילה;

ביי אַלע אַנדערע מחוייבי סקילה (וואָס כולם בהתראה); דאַרף מען אים רוגם זיין ביז „מות יומת", ד. ה. אַז אויב ער איז ניט געשטאָרבן פון דעם ערשטן אבן, דאַרף מען אים וואַרפן נאָך שטיינער ביז ער וועט געטויט ווערן; משא"כ דאָ, וואָס ער איז ניט געווען מותרה — איז אַ קלענערער עונש ; מען דאַרף אויף אים וואַרפן בלויז איין אבן, און אויב ער וועט ניט שטאַרבן דורך דעם אבן, איז ניטאָ קיין חיוב צו וואַרפן אויף אים נאָך שטיינער, ובמילא טאָר מען ניט וואַרפן נאָך. ובדוגמא ווי מלקות וואָס עס קען זיין המית במלקות *כט, אָבער מען טאָר עס ניט טאָןל.

און דערפאַר דאַרף מען דוקא דאָ באַוואָרענען „ואין אנו נענשים במי־165תתך", וואָרום היות אַז ער איז ניט מחוייב מיתה (ס'איז נאָר אַ דין פון רגימה), קען במילא זיין אַ ס"ד אַז זיי זאָלן נענש ווערן במיתתו, אויב ער וועט פון דעם אבן געטויט ווערןלא.

ועפּי"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער פּירוש פון „רגום ירגמו בו כל העדה" וואָס שטייט ביי מקלל בכלל מיינט (ניט אַז בלויז די „שומעים" דאַרפן אים רוגם זיין „במעמד כל העדה" — אַזוי ווי דער פּירוש פון „ורגמו אותו כל העדה" וואָס שטייט ביים ערשטן מקלל — נאָר) ווי עס שטייט פאַר דעם „מות יומת", אַז אויף אַלע אידן ליגט אַ חיוב אים רוגם זיין עד שימות. וואָרום היות אַז באַ „ונוקב שם ה'" (בהתראה), איז דאָ דער חיוב „מות יומת", איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אויב ער איז ניט געטויט געוואָרן פון דעם אבן וואָס די עדים האָבן אין אים געוואָרפן, דאַרפן „כל העדה" באַוואַרפן אים מיט נאָך שטיינער, ביז אַז „מות יומת"לב.

יב. אעפּ"י אַז מצד דעם פּסוק „הוצא את המקלל גו' ורגמו אותו גו'" ווייס מען בלויז דעם דין פון רגימה,166ד.ה. אַז די שומעים דאַרפן וואַרפן אין אים איין אבן (און אויב ער וועט ניט געטויט ווערן דורך דעם אבן, דאַרף מען אין אים ניט וואַרפן נאָך אבנים אַז ער זאָל געטויט ווערן דורך זיי),

וויבאַלד אָבער אַז דער ציווי „ונוקב שם ה' מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה" איז געזאָגט געוואָרן אין צוזאַמענהאַנג מיטן ערשטן מקלל, און פאַר „ויוציאו את המקלל גו'" דערציילט דער פּסוק „וידבר משה אל בני ישראל" (אַז משה האָט איבערגעגעבן צו אידן אויך (ובעיקר) די פּרשה „ואל בני ישראל תדבר גו' ונוקב גו' מות יומת גו'", כנ"ל סעיף ח'), לייגט זיך דעריבער צו זאָגן, אַז דער ציווי „מות יומת גו'" איז געזאָגט געוואָרן אויך בנוגע צום ערשטן מקלל.

ד. ה. אַז נוסף צום ציווי „וסמכו כל השומעים גו' ורגמו אותו גו'" וואָס איז געזאָגט געוואָרן במיוחד בנוגע צום ערשטן מקלל, און נאָר צו „כל השומעים", איז געווען דערביי נאָך אַ ציווי בדרך הוראת שעה, צו „כל העדה" גלייך, אַז כאָטש ער האָט געטאָן דעם חטא בלא התראה, פונדעסטוועגן „מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה", אַזוי ווי „נוקב שם ה'" בהתראהלג.

און וויבאַלד אַז פון דעם המשך הפּסוקים איז פאַרשטאַנדיק אַז מיט „ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט אַזאַ ענין וואָס איז געזאָגט געוואָרן אין דער פּרשה „נאל בני ישראל תדבר גו'", לערנט דעריבער רש"י, אַז דורך דעם „וירגמו אותו אבן" (לשון יחיד) דורך די עדים, איז ער ניט געשטאָרבן, און בני ישראל האָבן אים רוגם געווען מיט נאָך שטיינער.

יג. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס רש"י איז מפרש, אַז „ובני ישראל עשו" מיינט (ניט נאָר רגימה, וואָס מען נעמט אַרויס פון פּסוק „רגום ירגמו בו כל העדה" וואָס שטייט דאָ, נאָר אויך) „כל המצוה האמורה בסקילה", כולל אויך דחי' ותלי';

דער ציווי „ורגמו אותו גו'" וואָס איז געזאָגט געוואָרן במיוחד בנוגע צום ערשטן מקלל, וויבאַלד אַז ביי אים איז ניטאָ דער חיוב „מות יומת" (ווי דער ציווי „ירגמו" ביי אַ מחוייב סקילה, אַז מען דאַרף אים רוגם זיין ביז אַז „מות יומת"), איז עס ניט קיין ענין פון סקילה.

וויבאַלד אָבער אַז פון דעם „וידבר משה אל בני ישראל" האָבן די אידן פאַרשטאַנען אַז באַ דעם מקלל איז דאָ אויך דער דין פון „מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה", וואָס די רגימה איז דאָך שוין אַן ענין פון סקילה,

איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן אים ניט נאָר רוגם געווען, נאָר זיי167האָבן אויך געטאָן „כל המצוה האמורה בסקילה" — אויך דחי' ותלי'.

יד. אעפּ"י אַז פון דער הקדמה „וידבר משה אל בני ישראל" ווייס מען, אַז מיט „ובנ"י עשו" ווערט געמיינט „כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר", פונדעסטוועגן רעכנט רש"י אויס בלויז „דחי' רגימה ותלי'" און איז משמיט „לא תלין".

די הסברה אין דעם; וויבאַלד אַז דער טעם פון דעם דין „לא תלין נבלתו על העץ" איז, כמפורש בכתובד, „כי קללת אלקים תלוי" און ווי רש"י איז מפרש „זלזולו של מלך הוא", קומט דאָך אויס אַז „לא תלין" איז ניט קיין גדר אין סקילה, נאָר אין שמירת „כבודו של מלך" — צו פאַרהיטן כבודו פון דעם נסקל וואָס ער איז עשוי בדמות דיוקנו פון אויבערשטן.

און הגם אַז אין לאו „לא תלין" שטייט „לא תלין נבלתו על העץ", וואָס פון דעם איז מוכח אַז דער לאו קומט בהמשך צום פריערדיקן פּסוק „ותלית אותו על עץ" וואָס שטייט ביי נסקלין דוקאלד, ובפרט אַז דער טעם פון „לא תלין" — „כי קללת אלקים תלוי", מיינט (אויך) „המברך ה'"לד וועלכן עס קומט סקילה (אָבער ניט אויף סתם אַ מתמג) — איז עס אָבער (ניט מצד דעם וואָס „לא תלין" איז אַ גדר אין סקילה, נאָר) ווייל „זלזולו של מלך", איז דוקא אין פאַל ווען מען האָט אויפגעהאַנגען דעם חוטא מצד דעם וואָס „נתפס ללסטיות", וואָס ער האָט געטאָן אַן עבירה חמורה ביותר אויף וועלכע מען איז מחוייב סקילה.

טו. עס פאָדערט זיך נאָך אָבער ביאור; מצד דעם ענין „קללת אלקים תלוי — זלזולו של מלך הוא כו'", האָט, לכאורה, תורה אים געדאַרפט ניט לאָזן תולה זיין אפילו אויף אַ קליינע וויילע — אויך אויף איין רגעלח טאָר מען דאָך ניט מזלזל זיין ח"ו אין דעם „מלך"לה ?

נאָר אין דעם איז פאַראַן אַן ענין פון „יינה של תורה";

אויפן פּסוק „ותלית אותו על עץ", טייטשט דער אריז"ל אַז „על עץ" מיינט אויפן (חטא פון) עץ הדעתלח. ועפּ"ז יש לפרש גם בפּשוטו של מקרא זה, ובהקדם ;

א) ידועלט, אַז דער חטא הראשון, דער חטא עץ הדעת פון אדה"ר (וואָס168ער איז כולל אַלע בני אדםמ) איז דער מקור און גיט אַן אפשריות עס זאָל בכלל קענען זיין אַ חטא. לאחרי ווי ס'איז געוואָרן די אפשריות אויף מציאות החטא, קען אויך אַרויסקומען — בריבוי ירידות וכו', ווי רש"י זאָגטמא „הראשונה גוררת השני' כו'", ביז אַז ס'קומט צו אַ חטא חמור, ביז צו „חטא משפּט מות" — ביז צו איסור סקילה (החמורה שבכל המיתותמב), ביז צו מגדף ר"למג.

לויט דעם קען מען זאָגן (אַ רמז) אין דעם פּסוק;

ב) וכי יהי' באיש (וואָס באַווייזט אַף חשיבות — ווי רש"י איז מפרשמד אדון, גבור) חטא (סתם — קען מיינען מער ניט ווי שוגגמג. דערנאָך קומט נאָך האַרבער) משפּט מות (סתם — ביז דאָס האַרבסטע) והומת (בב"דמ. ווי קען עס זיין באַ אַן „איש"? — דער ענטפער איז; די מעגליכקייט דערצו און דער מקור וסיבה) ותלית אותו על עץ (הדעת).

טז. דאָס איז אויך דער ביאור פון דעם וואָס עס דאַרף זיין דוקא „ותלית אותו על עץ" נאָך דעם ווי „והומת"מז — דהטעם בפּשטות הוא ; חאָטש אפילו אַז הרוגי ב"ד מתודין תהא מיתתי כפרה על כל עונותימח, און די כפרה איז אַזוי גרויס אַז זי איז מכפר אַף כל עונותימט — דאַרף מען אָבער דערצו האָבןל מיתה וקבורה ועיכול בשר (אָדער צער חיבוט הקבר) וואָס דאַמאָלס איז מתכפּר במיתתו ובזיונו. אַזוי אויך קען מען מבאר זיין דעם חיוב פון „ותלית אותו" — „דאית בי' בזיון", ווי ס'שטייט אויך דער טעם וואָס „לא היו מתאבלין עליהן"לא — ס'דאַרף זיין אַ בזיון נוסף, ובפרט באַ אַן עון חמור ביותר ווי הנסקלין כו'.

עס דאַרף נאָך אָבער האָבן ביאור: קבורה ועיכול בשר זיינען (פּרטים און) שייךלב צו מיתה (אל עפר תשוב) וואָס „מיתתילג כפרה"

— וואָס האָט מען אָבער מחייב געווען דוקא דעם בזיון פון תלי' על עץ — די גמ' בריינגט דאָך דאָרטלד כמה אופני בזיון דגירור עצמות, מלין זיין בלי טעם, (גשמים) מזלפין על מטתו כו' ?

וע"פּ הנ"ל מובן; אין דעם „חטא משפט מות" איז דאָך פאַראַן צוויי169ענינים; דער כללות מציאות החטא, ווי ער קומט מצד מקורו — חטא עה"ד; און ווי ער איז געוואָרן האַרבער און האַרבער ביז אַז עס איז געקומען צו „חטא משפט מות". און דערפאַר איז לאחרי ווי „והומת" וואָס דאָס איז מכפר אויף דעם „חטא (ווי ער האָט יורד געווען ביז צום חומר פון) משפט מות", איז דער גמר הכפּרה דוקא ווען מען איז מכפּר (ווישט אָפּ) אויך זיין מקור, וואָס זיין מקור „ותלית אותו" — איז דאָך „על עץ" (הדעת) — דערפאַר איז אויך דער בזיון הנוסף „ותלית אותו על עץ" — כפּשוטו.

און דאָס האָט אויך אַ שייכות צו „מיתתי כפּרתי" — וואָרום חטא עץ הדעת איז דער שרש ומקור פון כללות ענין החטא און — פון כללות ענין המיתהנג.

יז. ועפּי"ז וועט אויך ווערן פאַרענטפערט וואָס פריער דאַרף מען אים תולה זיין, און ערשט דערנאָך קומט דער ציווי „לא תלין גו'"

— אעפ"י אַז מצד דעם ענין „קללת אלקים תלוי — זלזולו של מלך הוא כו'" האָט לכאורה תורה געדאַרפט ניט לאָזן אים תולה זיין אַפילו אויף אַ קליינע וויילע (כנ"ל סעיף טו) —

ווייל דוקא דורכן „ותלית אותו על עץ" (וואָס ווייזט אַז דעם חטא וואָס ער איז באַגאַגנען איז מצד דעם חטא עה"ד, און דאָס איז אויך אָפּגעווישט געוואָרן דורך דעם ותלית) ווערט באַ עם נתגלה דער „דמות דיוקנו של מלך", און דערפאַר איז גלייך60) נאָכן „ותלית" — דאַרף מען אים אַראָפּנעמען פון דער תלי', ווייל „אדם עשוי בדמות דיוקנו וישראל הם בניו"נז.

(משיחת ש"פ אמור תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-e80k9rzs

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources