עברית
Library

Likkutei Sichos

Kedoshim 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

134קדושים

א. ווען דער פּסוקא רעדט וועגן דעם שכר פאַר ניט עסן די פּירות פון די ערשטע דריי יאָר ערלה און פאַר דעם ברענגען די פּירות פון דעם פערטן יאָרב צו עסן זיי אין ירושלים, זאָגט ער דעם לשון „ובשנה החמישית גו' להוסיף (למ"ד בתחילתה) לכם תבואתו" — אַז די כוונה און דער תכלית פון די מצות איז, די הוספת התבואה וואָס וועט זיין בשנה החמישיתג.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק (בפּנימיות העניניםד), אַז די פּירות פון דעם פינפטן יאָר האָבן אין זיך אַ מעלה ניט בלויז לגבי די פּירות פון די ג' שני ערלה וועלכע זיינען אסור (וואָס זייער חיות איז (ווי אַלע דברים האסורים) פון שלש קליפות הטמאות לגמריח), נאָר אפילו לגבי די פּירות פון שנה הרביעית — כאָטש זיי זיינען (ניט בלויז מותרים באכילה, נאָר נאָכמער —) „קדש הילולים להוי'", וואָס צוליב דער מעלה פון פּירות השנה החמישית, באַשטייט דער תכלית פון דער מצוה „ובשנה הרביעית גו'"ב — אין דעם וואָס „ובשנה החמישית גו' ".

און ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו"ת0), אַז די פּירות פון די ערשטע דריי יאָר זיינען כנגד די ג' עולמות בי"ע (וואָס פון זיי קען זיין135אַ יניקה צו די ג' קליפּות הטמאותז) ; „בשנה הרביעית" — כנגד עולם האצילות (וואָס די ד' עולמות אבי"ע זיינען כנגד די ד' אותיות פון שם הוי'ח) ; און „ובשנה החמישית גו' להוסיף לכם תבואתו" — איז דער „תוספת האור הנמשך מקוצו של יו"ד דשם הוי'", וואָס איז העכער אויך פון דעם יו"ד. און ווי ער זאָגט אין לקו"תח „והוא בחי' הכתר".

דאַרף מען פאַרשטיין; ווי קומט עס אַז די פּירות פון שנה הרביעית, מוז מען עסן נאָר בירושלים און זיי זיינען „קדש הלולים להוי'", אָבער די פּירות פון שנה החמישית — וואָס האָבן אין זיך אַ העכערע מעלה פון די פּירות דשנה הרביעית — האָבן ניט אין זיך קיין קדושה, און מ'מעג זיי עסן בכל מקום ואפילו בטומאה?

ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם סיפּור פון בעש"ט, וואָס דער רבי דערציילט אין מאמר ד"ה ואתה קדוש יושב תהלות ישראלט. וז"ל המאמר;

דער הייליגער בעש"ט ווען ער איז נאָך געווען אַ נסתר און האָט געוואַנדערט פון שטאָדט צו שטאָדט און פון דאַרף צו דאַרף איז ביי דעם הייליגען בעש"ט געווען איינע פון זיינע עבודות הקדש צו פרעגן ביי יעדער אידן, מענער און פרויען, אַלט און יונג, ווי עס גייט זיי אין געזונט . . אין פּרנסה, און איז זייער געווען צופרידען צו הערען די אים ליבע ענטפערס וואָס די אידען, מענער, פרויען און קינדער פלעגן אים ענטפערן מיט פאַרשידענע ג־ט לויבענישן אויס שפּראַכן, ברוך השם, געלויבט השי"ת . .

איין מאָל האָט פּאַסירט אַז דער רבי דער בעש"ט איז געקומען אין אַ געוויסן ישוב, האָט דער רבי דער בעש"ט זיך געפירט מיט זיין הייליגען דרך אין עבודת השי"ת אויף מזכה צו זיין די אידן, מענער, פרויען און קינדער, מיט דעם גרויסען זכות וואָס זיי לויבען ג־ט ב"ה'ס הייליגען נאָמען. אין יענעם ישוב איז געווען אַ איד אַ גאָר טיפער זקן אַ גרויסער תלמיד חכם, אַ פּרוש פון אַלע וועלטליכע זאַכן. שוין איבער אַ יובל, פופציג יאָר, אַז ער זיצט יומם ולילה און לערנט די הייליגע תורה בפּרישות ובקדושה. אַלע זיינע יאָרן איז ער אַ יושב בתענית אין טלית ותפלין ביז שפּעטיגער מנחה און ערשט נאָך תפלת ערבית איז ער טועם אַ שטיקעל ברויט מיט וואַסער.

ווען דער רבי דער בעש"ט איז אַריינגעגאַנגען צו דעם גאון אין דער136פּרישות שטיבעל וואָס איז געווען אין אַ ווינקעל פון דער שוהל האָט דער רבי דער בעש"ט געפרעגט ביי דעם גאון ווי גייט עס אים אין געזונט, צי האָט ער זיין הצטרכות און הספקה, דער גאון האָט זיך אויף דעם רבי'ן, וועלכער איז געווען געקליידעט ווי אַ פּשוט'ער דאָרפסמאַן, ניט אומגעקוקט, דער רבי האָט עטליכע מאָל געפרעגט די פראַגען ביז דער גאון איז געוואָרן זייער בייז און מאַכט צום רבי'ן מיט דער האַנט אָנווייזענדיג אויף דער טיר אַז ער זאָל אַוועקגיין. זאָגט דער רבי דער בעש"ט צום גאון, רבי פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה כו'י. הערענדיג די דאָזיגע רייד איז דער גאון געבליבן ווי צעטומעלט. עפּעס אַ איד אַ דאָרפסמאַן רעדט וועגען דעם כביכול אַז מען דאַרף דעם כביכול געבען פרנסה א.ז.וו.

דער רבי דער בעש"ט האָט דערקענט די מחשבות פון דעם גאון, זאָגט ער צו אים, די אידען זיצען אויף דער פרנסה וואָס השי"ת גיט זיי, אויף וואָס פאַר אַ פרנסה זיצט דער כביכול, דאָס זאָגט אונז דוד המלך אין תהלים ואתה קדוש און דו הייליגער אויף וואָס פאַר אַ פרנסה זיצסטו, יושב תהלות ישראל, דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואָס אידען לויבען אים ב"ה פאַר דעם געזונט און פרנסה וואָס ער ב"ה גיט זיי. און פאַר די לויב ווערטער וואָס אידען לויבען השי"ת גיט ער ב"ה זיי בני חיי ומזוני רויחא.

ג. דאַרף מען פאַרשטיין; אמת טאַקע אַז בכדי דער „ואתה קדוש" [וואָס מצד עצמו איז ער קדוש ומובדל פון עולמות] זאָל זיין „יושב [ד. ה. ער זאָל נמשך ווערן למטה, וואָס די המשכה ווערט אָנגערופן „בשם ישיבה כמו היושב שמשפיל קומתו"יא], דאַרף זיין די עבודה פון אידן — אָבער, לכאורה, קען מען דאָס אויפטאָן אויך דורך לימוד התורהיב,

היינט פאַרוואָס האָט דער בעש"ט געזאָגט צום גאון, וועלכער האָט געלערנט תורה יומם ולילה במשך פון איבער אַ יובליג יאָרן, „פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה כו'" — ובפרט אַז אויך דאַן, בעת דער בעש"ט האָט אים דאָס געזאָגט, האָט ער געהאַלטן אינמיטן לערנען?

ואפילו אַז מ'וועט שוין מבאר זיין אַז דער „ואתה קדוש" טוט זיך אויף דוקא דורך „תהלות ישראל" — האָט דאָך דער בעש"ט געקענט מעורר זיין דעם גאון ער זאָל לויבן דעם אויבערשטן אויף דעם וואָס ער לערנט „בפרישות ובקדושה". פאַרוואָס האָט ער אים געדאַרפט פרעגן וועגן ענינים גשמיים (געזונט וכו')?

נאָר דער ביאור אין דעם איז;

דער תכלית כוונת הבריאה איז, עס זאָל זיין אַ דירה לו ית' בתחתוניםיד, אַז פון די נידעריקע ענינים זאָל מען137מאַכן אַ דירה צום אויבערשטן. און אָט די „דירה" ווערט אויפגעטאָן

[בעיקר — דורך עבודת האדם בתחתונים, ניט אַזוי דורך לימוד התורה, אָדער דורך לויבן דעם אויבערשטן פאַר לימוד התורה — ווייל לימוד התורה איז בעיקר שייך צו דעם „עליון" וואָס איז דאָ באַ אַ אידן, צו דער נפש האלקית — נאָר]

דורך לויבן דעם אויבערשטן „פאַר געזונט און פרנסה" — ענינים וועלכע זיינען שייך צום גוף און נפש החיוניתיח; דורך דעם וואָס אידן „דערהערן" אַז (אויך) זייערע גשמיות'דיקע צרכים קומען פון אויבערשטן און זיי לויבען אים דערפאַר — דורך דעם מאַכט מען אַ דירה לו ית' בתחתונים.

און דעריבער, ווען דער בעש"ט האָט געזען ווי דער גאון זיצט אין אַ פּרישות־שטיבל, אָפּגעשיידט פון אַלע וועלטליכע זאַכן, ניט האָבנדיק צו טאָן מיט זיין גוף, נה"ב וחלקו בעולם — מיט „תחתונים"

(וואָרום דאָס וואָס ער האָט געגעסן איז געווען בלויז להכרח קיומו, ער האָט זיך אָבער ניט אָפּגעגעבן מיט מברר זיין דעם גוף, נה"ב וחלקו בעולם),

האָט ער אים געזאָגט „פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה"י עס זאָל מקויים ווערן דער נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים.

און דערפאַר האָט דער בעש"ט געזאָגט, אַז „דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואָס אידען לויבן אים ב"ה פאַר דעם געזונט און פרנסה וואָס ער ב"ה גיט זיי"יז.

ד. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין ווי דער תכלית העילוי איז נאָך ניט אין די פּירות פון שנה הרביעית — וועלכע זיינען קדש און נאכלין לפנים מן החומה, נאָר אין די פּירות פון שנה החמישיתיח הנאכלין בכל מקום ואפילו בטומאהיט;

דורך דעם וואָס אַ איד ווייס, אַז אפילו די פּירות וועלכע זיינען ניט138„קדש", אויך זיי זיינען תלוי בברכת ה' [ער זעט בעיני בשר דעם „להוסיף", די הוספה אין דער תבואה וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן], ובמילא לויבט ער זיכער דעם אויבערשטן אויף דעםכ — אָט דער הילול לה', איז די „תהלות ישראל" וועלכע זיינען גורם דעם „ואתה קדוש יושב", אַז דער „ואתה" — וואָס גייט אויף עצמותכא — „קדוש" ומובדל, איז „יושב" (ונמשך למטה) בדירה בתחתונים.

(משיחת ש"פ קדושים תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-wvx2krcr

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources