Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
188בחוקותי*
א.אין פּסוק „והשבתי חי' רעה מן הארץ"א, ברענגט דער תורת כהנים אַ פּלוגתא צווישן ר' יהודה און ר' שמעון; „ר"י אומר מעבירם מן העולם. ר"ש אומר משביתן שלא יזוקו".
דערנאָך ברענגט דער תו"כ אַ ראי' צו דעת ר"ש ; „וכן הוא אומרב מזמור שיר ליום השבת — למשבית מזיקין מן העולם, משביתן שלא יזיקו. וכן הוא אומרג וגר זאב עם כבש . . ונער קטן נוהג בם . . ושעשע יונק על חור פתן . . מלמד שתנוק מישראל עתיד להושיט את ידו לתוך גלגל עינו של צפעוני כו'".
איז אין דעם ניט מובן;
א) וואָס איז די ראי' פון פּסוק „מזמור שיר ליום השבת" אַז „משבית מזיקין" (וואָס וועט זיין לעתיד) מיינט „שלא יזיקו"? דער וואָרט „השבת" איז דאָך פון לשון „שביתה" פּונקט ווי דער וואָרט „והשבתי". איז וואָס איז „ליום השבת" מער הוכחה אַז עס מיינט „שלא יזיקו" ווי „והשבתי חי' רעה": כשם ווי „והשבתי" טייטשט ר"י אַז דאָס מיינט „מעבירם מן העולם", קען ער דאָך אַזוי אויך לערנען אין פּסוק „ליום השבת"?
ב) לאידך גיסא; אין פּסוק „וגר זאב עם כבש וגו'" איז דאָך מפורש אַז אויך לעתיד וועלן זיין די אַלע חיות המזיקות — זאב, דוב, ארי' און נחש ; עס איז מער ניט וואָס „לא ירעו ולא ישחיתו"ד. היינט ווי קען גאָר ר"י לערנען „מעבירם מן העולם"ח?
189ב. דער טעם פון ר"י וואָס ער לערנט אַז „והשבתי חי' רעה" מיינט „מעבירם מן העולם", איז מבאר דער ראָגאַטשאָווערח, אַז ר"י גייט לשיטתי' אין דעם דין פון ביעור חמץ;
אין דעם אופן ווי מען דאַרף חמץ מבער זיין, איז פאַראַן אַ מחלוקת פון ר"י מיט די חכמיםה; „ר"י אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה. וחכמים אומרים אף מפרר וזורה לרוח או מטיל לים".
אין וואָס באַשטייט זייער פּלוגתא?
בשעת מען וואַרפט אַריין דעם חמץ אין ים (און אַפילו ווען מען איז אים „זורה לרוח", ווערט בטל בלויז דער חיבור פון זיינע חלקים וכו' אָבער עס) בלייבט די מציאות החמץ כמו שהי'. און וויבאַלד אַז ביי חמץ שטייטח „תשביתו שאור מבתיכם", האַלט ר' יהודה אַז דורך צעברעקלען דעם חמץ און אים פאַרשפּרייטן אין ווינט אָדער דורך אַריינוואַרפן אים אין ים איז מען ניט מקיים די מצוה „תשביתו". ווייל לויט ר"י איז דער פירוש פון „שביתה" — ביטול המציאות. און דעריבער האַלט ער „אין ביעור חמץ אלא שריפה" — ווייל דוקא דורך פאַרברענען דעם חמץ ווערט נתבטל זיין מציאות (והגם אַז אויך נאָכן פאַרברענען בלייבט דערפון איבער אפר — איז אָבער אפר אַ נייע מציאות *ח. די פריערדיקע מציאות איז ניטאָ).
די חכמים (ובכללם ר"ש) האַלטן אָבער, אַז אויך דער ביטול הצורה והאיכות — אין ברייטן זין פון צורה ואיכות, כולל אויך די אפשריות פון אכילה (והנאה בכלל), דער גדר פון „יראה לך"0) וכיו"ב — ווערט אָנגערופן „שביתה", און דערפאַר האַלטן זיי אַז אויך דורך „מפרר וזורה לרוח או מטיל לים" איז מען מקיים מצות „תשביתו" *ט.
און דאָס, זאָגט דער ראָגאַטשאָווער, איז אויך דער טעם הפּלוגתא פון ר"י ור"ש אין דעם פּירוש פון „והשבתי חי' רעה מן הארץ"; בעת אַ חי' רעה הערט אויף צו מזיק זיין, ווערט נתבטל בלויז איר צורה, אָבער איר מציאות פאַרבלייבט ווי פריער,
[אַפילו אויב די טבע אין אַ חי' רעה צו מזיק זיין וואָלט געווען אין איר גלייך מתחילת הבריאה, וואָלט אויך געווען פאַרשטאַנדיק וואָס דער ביטול פון דער דאָזיקער טבע הייסט בלויז ביטול הצורהי ; עאכו"כ, אַז190בששת ימי בראשית האָבן די חיות ניט מזיק געווען, און די טבע להזיק איז אין זיי צוגעקומען ערשט לאחרי חטא עץ הדעתיא — איז דאָך אַוודאי פאַרשטאַנדיק אַז אָט־די טבע איז בלויז אַ צורה חיצונית, און דורכן ביטול פון דער דאָזיקער טבע ווערט ניט נתבטל די מציאות פון דער חי'].
איז ר' יהודה, וואָס ער לערנט אַז „שביתה" מיינט דער ביטול פון דער מציאות, מוז האַלטן אַז „והשבתי חי'* רעה גו'" מיינט „מעבירם מן העולם". אָבער ר"ש, וואָס לדעתו קען אויך דער ביטול הצורה הייסן „שביתה", לערנט ער „משביתן שלא יזיקו", וואָרום אויך דאָס הייסט „והשבתי".
ג. דעם לשון שביתה געפינט מען אויך ביי שבת — „וביום השביעי תשבות"יב. זעט מען טאַקע, אַז אויך בנוגע איסור מלאכה בשבת (וואָס איז פאַרבונדן אויך מיט „וביום השביעי תשבות"יג) איז דאָ אַ פּלוגתא פון ר"י ור"ש, אין צוויי ענינים;
א) בנוגע צו „מלאכה שאינה צריכה לגופה" [ד. ה. ווען איינער טוט אַ מלאכה בכוונה, אָבער זיין טעם אויף דעם איז צוליב אַן אַנדער זאַך. ווי צום ביישפּיל, „המכבה את הנר מפּני שהוא מתיירא מן הנכרים כו'" אָדער „מפּני החולה שיישן", וואָס זיין טעם ביים כיבוי איז ניט אין דעם נר גופא, ווייל צריך לפּחם, נאָר צוליב אַן אַנדער זאַךיד], האַלט ר"י אַז ער איז חייב און ר"ש האַלט אַז ער איז פּטוריח.
ב) בנוגע צו „דבר שאינו מתכוון" [דאָס הייסט, אַ מלאכה אָן כוונה. ווי למשל ווען איינער גיסט אַריין קאַלטע וואַסער אין אַ הייסער כלי מתכות צוליב אָנוואַרעמען די וואַסער, איז כאָטש אַז דורך דעם איז ער מחזק די כלי, וואָס דאָס איז „גמר מלאכת הצורפין", איז ער אָבער כלל ניט מכוון צו דער מלאכה], האַלט ר"י אַז דאָס איז אָסור און ר"ש האַלט אַז ס'איז מותריח.
דער ביאור אין זייערע פּלוגתות; ביי שבת איז „מלאכת מחשבת אסרה תורה"יז, און בשעת עס פעלט די מחשבה [לא מיבעי ביי „דבר שאינו מתכוון" וואָס דאַן האָט ער כלל ניט בכוונה צו טאָן די מלאכה, נאָר אַפילו ביי „מלאכה שאינה צריכה לגופה", וויבאַלד אַז זיין טעם ומחשבה איז צוליב אַ צווייטער זאַך, הייסט עס דאָך אַז לגבי דער מלאכה פעלט מחשבה], איז נתבטל געוואָרן צורת המלאכה.
און היות אַז ביי שבת שטייט „וביום השביעי תשבות", אַז עס דאַרף זיין שביתה פון מלאכה, איז ר"י, וואָס לערנט אַז שביתה איז דוקא ווען די גאַנצע מציאות ווערט בטל, האַלט ער אַז אויך ווען מען טוט אַ מלאכה שאינה צריכה לגופה און אַפילו אַ דבר שאינו מתכוון — איז מען ניט מקיים דעם „תשבות", ווייל דער עצם המלאכה איז פאַראַן אויך בעת עס פעלט די כוונה; אָבער ר"ש, וואָס191האַלט אַז אויך ביטול הצורה ווערט אָנגערופן שביתה, האַלט עריח אַז אויך מלאכה שאינה צריכה לגופה און דבר שאינו מתכוון — וויבאַלד אַז ס'איז דערביי ניטאָ די צורת המלאכה, גייט עס שוין אַריין אין כלל פון „תשבות"יט.
ד. וויבאַלד אַז דער פּירוש פון „שביתה" (לדעת ר"י) איז — דער ביטול פון דעם עצם המציאות, קומט דאָך אויס אַז אין פּסוק „והשבתי חי' רעה מן הארץ" שטייט בפירוש אַז לעתיד לבוא וועט נתבטל ווערן די מציאות פון חיות רעות. און דעריבער קען ער ניט לערנען „משביתן שלא יזיקו" (טראָץ דעם192וואָס עס שטייט „וגר זאב עם כבש גו'") און מוז לערנען „מעבירם מן העולם".
און דאָס וואָס אין פּסוק שטייט פאָרט בפירוש „וגר זאב עם כבש גו'" — אַז עס וועלן יע זיין חיות רעות לע"ל (נאָר זיי וועלן ניט מזיק זיין), מוז מען לערנען (לדעת ר"י) אַז די צוויי פּסוקים ריידן וועגן צוויי באַזונדערע זמנים: פריער וועט זיין „וגר זאב עם כבש גו'", און דערנאָך וועט זיין אַ העכערער עילוי, אַז עס וועט נתבטל ווערן די מציאות החיות רעות לגמרי — מעבירם מן העולם*19.
ה. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרטטיין די ראי' וואָס דער תו"כ ברענגט צו דעת ר"ש פון פּסוק מזמור שיר ליום השבת;
אין סוף מס' תמיד רעכנט ער אויס „השיר שהיו הלוים אומרים במקדש" אין יעדער טאָג פון די ימי השבוע; „ביום הראשון היו אומרים לה' הארץ ומלואה תבל ויושבי בה. בשני היו אומרים גדול ה' ומהולל מאד וכו' בשבת היו אומרים מזמור שיר ליום השבת". און ער איז מפרש „מזמור שיר לעתיד לבא ליום שכולו שבת ומנוחהכ לחיי העולמים".
אַזוי שטייט אין דער משנה. אָבער אין ברייתאכא איז דאָ אַ פּלוגתא וועגן דעם: „ר' יהודה אומר משום ר' עקיבא . . בשביעי היו אומרים מזמור שיר ליום השבת, ליום שכולו שבת. אמר ר' נחמי' מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו" (טייטשט רש"י „שכל ששת ימים נאמרין הפרקים הללו על שם שעבר ושל שבת על שם להבא"), און דערפאַר לערנט ר"נ „בשביעי על שם ששבת", אַז אויך ביום השבת האָט מען געזאָגט על שם שעבר — ווייל דער פּירוש פון „מזמור שיר ליום השבת" איז (ניט „ליום שכולו שבת" וואָס וועט זיין לע"ל, נאָר) על שם ששבת, וואָס דער אויבערשטער האָט שובת געווען בשבת בראשית.
דערנאָך זאָגט די גמרא „וקמיפלגי בדרב קטינא, דאמר רב קטינא שית אלפי שני הוה עלמא וחד חרוב*21 . . אביי אמר תרי חרוב" — אַז די מחלוקת פון (ר"י משום) ר"ע און ר"נ איז תלוי אין דער פּלוגתא פון רב קטינא מיט אביי: לויט דעת רב קטינא, אַז לע"ל וועט זיין „חד חרוב", קען מען לערנען אַז „מזמור שיר ליום השבת" מיינט „ליום שכולו שבת". משא"כ לדעת אביי, אַז עס וועט זיין „תרי חרוב", קען מען ניט זאָגן אַז „מזמור שיר ליום השבת" גייט אויף לע"ל, וואָרום „ליום השבת" איז דאָך אַ לשון יחיד און לע"ל וועט זיין „תרי חרוב". ולפ"ז דאַרף מען זאָגן אַז „ליום השבת" מיינט — „על שם ששבת".
איז דאָ ניט מובן; ר"נ אַליין זאָגט דאָך בפירוש אַז זיין טעם מצד וואָס ער איז חולק אויף (ר"י משום) ר"ע איז ווייל „מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו". היינט ווי זאָגט די גמרא אַן אַנדער טעם?
193די קשיא איז נאָך גרעסער; פון דברי ר"נ „מה ראו חכמים לחלק" איז דאָך לכאורה מובן, אַז אַפילו אויב מען זאָל אָננעמען ווי רב קטינא, אַז עס וועט זיין „חד חרוב", דאַרף ער אויך זאָגן „על שם ששבת". היינט ווי זאָגט די גמרא „וקמיפלגי בדרב קטינא כו'", אַז דער טעם פון ר"נ איז ווייל ער האַלט ווי אביי, אָבער ווען ער וואָלט געהאַלטן ווי רב קטינא — וואָלט ער יע מודה געווען לדעת (ר"י משום) ר"ע אין פּירוש פון „ליום שכולו שבת"?
מוז מען זאָגן, אַז מיט „וקמיפלגי בדרב קטינא כו'" מיינט די גמרא (ניט צו זאָגן אַן אַנדער טעם אויף דער פּלוגתא פון ר"ע און ר"נ, נאָר) צו מבאר זיין די סברות פון ר"ע און ר"נ וואָס שטייט אין דער ברייתא; אַז דאָס וואָס ר"נ איז מכריח מצד דער קשיא „מה ראו חכמים לחלק כו'" אַז מזמור שיר ליום השבת מיינט ניט ליום שכולו שבת און (ר"י משום) ר"ע האַלט ניט פון דער קשיא, איז עס ווייל ר"ע האַלט חד חרוב און ר"נ האַלט תרי חרוב.
ו. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הידועכב, אַז יעדער אלף שנה פון די „שית אלפי שני דהוה עלמא", איז אַ באַזונדער הנהגה. און הגם אַז די גמראכח טיילט די שית אלפי שני אין דריי סוגים — שני אלפים תהו, שני אלפים תורה און שני אלפים ימות המשיח — איז דאָס בכללות. אָבער בפּרטיות, איז יעדער אלף שנה (אויך אין יעדער איינע פון די שני אלפים גופא — תהו, תורה און ימות המשיחכד) אַנדערש פון דעם צווייטן אלף שנה.
וואָס פון דעם איז מובן אויך בנוגע צו די „תרי חרוב" (לדעת אביי), אַז כאָטש אין ביידע אלפים וועט זיין „חרוב", איז אָבער דער אלף השביעי ניט גלייך צום אלף השמיני.
ועפּ"ז יש לומר, אַז רב קטינא און אביי זיינען מחולק לויט די צוויי דיעות פון ר"י ור"ש (אין תו"כ) ; לויט דעת ר"ש אַז דער פּירוש פון „והשבתי חי' רעה מן הארץ" איז „משביתן שלא יזיקו" — און דאָס איז די איינציקע שביתה וואָס וועט זיין לע"ל (אַז שטענדיקכה וועט זיין די מציאות פון חיות רעות און זיי וועלן ניט מזיק זיין), איז מסתבר אַז עס וועט זיין בלויז „חד חרוב"; משא"כ לדעת ר"י אַז עס זיינען דאָ צוויי תקופות כנ"ל — פריער וועט זיין „וגר זאב עם כבש" (עס וועלן זיין חיות רעות, נאָר לא יזיקו) און דערנאָך „מעבירם מן העולם", האָט אַן אָרט צו זאָגן ואדרבא עס איז מסתברכו — אַז עס וועט זיין תרי חרוב; אין ערשטן אלף וועט זיין דער חרוב פון דער צורה, זיי וועלן זיין אָבער זיי וועלן ניט מזיק זיין, און אין צווייטן אלף „מעבירם מן העולם"כז.
194ז. עפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס די קשיא „מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו" איז דוקא אויב מען וועט לערנען „תרי חרוב";
כאמור לעיל (סעיף ב'), איז קודם חטא עה"ד האָבן די חיות ניט מזיק געווען. וואָס פון דעם איז מובן, אַז אויך בשבת בראשית — כאָטש ס'איז שוין געווען לאחרי החטא, וויבאַלד אָבער אַז דער חטא האָט דאַן נאָך ניט געהאַט קיין ווירקונג בפּועל אין וועלט — וכמרז"לכח „אע"פ שנתקללו המאורות מערב שבת אבל לא לקו עד מוצאי שבת", האָבן אויך די חיות דאַן נאָך ניט מזיק געווען.
לדעת רב קטינא אַז עס וועט זיין בלויז „חד חרוב", הייסט עס דאָך אַז „ליום השבת" מיינט „משביתן שלא יזיקו", קען מען דעריבער ניט פרעגן „מה ראו חכמים לחלק כו'" (וואָס דער שיר פון די ששת ימים איז „על שם שעבר" און פון שבת — „על שם להבא") — ווייל דער ענין „משביתן שלא יזיקו" וואָס וועט זיין לעתיד איז אויך געווען בעבר, בשבת בראשיתכט;
משא"כ לדעת אביי אַז „תרי חרוב", הייסט עס דאָך אַז ער נעמט אָן כדעת ר"י „מעבירם מן העולם", ווערט במילא אַ קשיא „מה ראו חכמים לחלק"290)195— היות אַז דער ענין פון „מעבירם מן* העולם" איז לגמרי אַ נייער ענין, וואָס איז פאַרבונדן בלויז מיט „להבא" און האָט קיין שייכות ניט מיט „(על שם ש)עבר"ל.
ח. ע"פּ הנ"ל וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק וואָס דער תו"כ ברענגט אַ ראי' פון פסוק „מזמור שיר ליום השבת" צו דעת ר"ש אַז „משביתן שלא יזיקו":
וויבאַלד אַז פון פּסוק „מזמור שיר ליום השבת" איז מוכח (לויטן פּירוש אַז עס גייט אויף לע"ל) כדעת רב קטינא, אַז עס וועט זיין „חד חרוב" — און די פּלוגתא פון רב קטינא ואביי איז דאָך תלוי, כנ"ל, אין דער פּלוגתא פון ר"י ור"ש — קומט דאָך במילא אויס, אַז פון דעם פּסוק „מזמור שיר ליום השבת" (פון וועלכן ס'איז מוכח אַז דער „חרוב" וועט זיין אין איין אלף שנה), איז פון אים אויך מוכח אַז „משביתן שלא יזיקו"לא.
ט. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז יעדער סדרה האָט אַ שייכות צו דעם זמן אין וועלכן מען לייענט זילב. ועפּ"ז מובן, אַז דער פּסוק „והשבתי חי' רעה מן הארץ", וואָס שטייט אין פּ' בחוקותי וועלכע מען לייענט אַלע מאָל בימי הספירה (וקרוב לסיומם — חה"ש) האָט אַ שייכות צום ענין פון מ"תלג196— ווען עס ווערן נשלם די ימי הספירה — „תספרו חמשים יום".
און דאָס איז אויך די שייכותלח פון די ימי הספירה צו „והשבתי חי' רעה מן הארץ" לדעת ר"ש (וואָס הלכה כמותו, כדלקמן סעיף יו"ד) „משביתן שלא יזיקו" — ווייל אין „משביתן שלא יזיקו" דריקט זיך אויס דער גודל העילוי פון „אתהפכא חשוכא לנהורא". און ווי ער זאָגט אין תו"כ „אמר ר"ש, אימתי הוא שבחו של מקום בזמן שאין מזיקין או בזמן שיש מזיקין ואין מזיקים" — אַז דער תכלית העילוי והשבח איז (ניט דער ביטול פון די „מזיקים", נאָר) אַז די מזיקים גופא וועלן נתהפּך ווערן לטוב.
י. אין דער פּלוגתא פון רב קטינא און אביי (צי עס וועט זיין „חד חרוב" אָדער „תרי חרוב"), זאָגט די גמראכג „תניא כוותי' דרב קטינא כו'". וואָס פון דעם איז משמעל אַז די הלכה איז ווי רב קטינא אַז עס וועט זיין חד חרוב. און וויבאַלד אַז די פּלוגתא פון רב קטינא מיט אביי איז תלוי אין דער מחלוקת פון ר"י און ר"ש (כנ"ל סעיף ז'), קומט דאָך במילא אויס אַז די הלכה איז ווי ר"ש „משביתן שלא יזיקו".
וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו עבודת האדם איצטער — וואָס אַלע גילויים דלעתיד זיינען תלוי197במעשינו ועבודתנו עכשיומ און עס דאַרף דאָך זיין אתערותא דלתתא מעין אתערותא דלעילא — אַז דער עיקר ושלימות העבודה דאַרף זיין (ניט אין „אַנטלויפן" און אָפּזונדערן זיך פון וועלט — עולם לשון העלםמא — נאָר, (לאחרי הכנה) — מאַכן די וועלט גופא, וואָס זי איז דאָך מלא קליפּות וסט"אמב — פאַר אַ דירה לו ית'מג.
און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צום קיום היעוד „והשבתי חי' רעה מן הארץ", צום „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".
(משיחות י"ט כסלו וש"פ וישב תש"ל)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site