א.דער לעצטער פּסוק פון דער סדרה איז; „להבדיל בין הטמא ובין הטהור ובין החי' הנאכלת ובין החי' אשר לא תאכל".
שטעלט זיך רש"י (אין צווייטן דיבור) אויף „בין הטמא ובין הטהור" און איז מפרשא: „צריך לומר בין חמור לפרהב והלא כבר מפורשים*2 הם, אלא בין טמאה לך לטהורה לך, בין נשחט חציו של קנה לנשחט רובו".
דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף „ובין החי' הנאכלת" און זאָגטא: „צריך לומר בין צבי לערוד והלא כבר מפורשים הם, אלא בין שנולדו בה סימני טריפה כטרה לנולדו בה סימני טריפה פסולה".
דאַרף מען פאַרשטיין;
א) אין בהמות וחיות טהורות (וועלכע מען מעג עסן) און אַזוי אויך אין בהמות וחיות טמאות (וועלכע זיינען „לא תאכל"), זיינען דאָך פאַראַן פיל מינים — אויסער חמור און פרה, צבי און ערוד. היינט פאַרוואָס זאָגט רש"י (אין דער ס"ד) אַז דער פּסוק מיינט דוקא די פיר מינים? אמת טאַקע פּרש"י דאָ — איז גענומען פון תורת כהנים אַפן פּסוק — אָבער, ווי שוין גערעדט פילע מאָל איז רש"י מעתיק פון פּיהושי חז"ל נאָר דאָס וואָס עס איז שייך צום פאַרשטיין פּשוטו של מקרא און — בסגנון ו(שינוי) לשון וואָס איז שייך צו דעםג.
און ערוד איז ענליך צו צבי. — ערוד דאָ מיינט רש"י דעם ערוד וואָס ווערט דערמאָנט אין תנ"ך און אין משנהט, און אויף וועלכן דער רמב"ם זאָגטי „וערוד הוא פרא לימוד מדבר", ס'איז אַ חי' וואָס לויפט שנעליא ווי אַ צבי. און דערפאַר מוז אויך זיין אַן ענליכקייט צווישן זיי אין דעם געבוי פון זייערע קערפערס (ומבואר בחובת הלבבותיב אַז דעם מבנה הגוף פון יעדער בעל חי, האָט דער אויבערשטער באַשאַפן בהתאם לצרכי גופו). און ווייל צבי און ערוד גלייכן זיך אויס (סיי אין זייער תכונה פון לויפן שנעל120) און סיי) אין זייער68אויסזען, דערפאַר פאָדערט זיך צו מאַכן דוקא צווישן זיי אַ הבדל — „להבדיל"יג.
ד. דאָס איז אַ הסבר אין דער ס"ד פון פּי' רש"י. דער ביאור אין פּירש"י בהמסקנא; פון וואַנעט נעמט רש"י אַז „טמא" און „טהור" לאָזט הערן דעם חילוק פון „נשחט חציו של קנה כו'", און אַז „חי' הנאכלת גו' " — דעם חילוק פון „נולדו בה סימני טריפה כו'"?
איז דער ביאור אין דעם;
דעם ל' „טמא" בנוגע צו איסור אכילה, געפינט מען בנוגע די מינים פון בע"ח וואָס זיינען אסור באכילה. אָבער מיני בע"ח וואָס זיינען מותר באכילה — ווערן זיי אָנגערופן נאָר „טהורים". אפילו די חלקים אין זיי וועלכע זיינען אסור באכילה (אבר מן החי ; דם; גיד הנשה; ועוד) ווערן ניט אָנגערופן „טמאים".
שטעלט זיך במילא די שאלה; וויבאַלד אַז מיטן „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט דער פּסוק (ניט בין חמור לפרה, נאָר) די ענינים פון איסור והיתר וואָס אין אַ בהמה טהורה גופא — פאַרוואָס נוצט ער דעם לשון „טמא" און „טהור"יד?
און דערפאַר איז רש"י מפרש „בין נשחט כו'", ווייל די זאַך וואָס מאַכט אָט־דעם אונטערשייד צי די בהמה איז „טמאה" אָדער „טהורה" — איז דער אופן פון איר מיתה ושחיטה; בשעת אַז „נשחט חציו של קנה" איז עס כאילו ווי ס'וואָלט קיין שחיטה ניט געווען — וויבאַלד דאָס איז אַ שחיטה פּסולה, האָט עס דאַן אַ דין פון נבילהיז, ובמילא איז זי69מטמא ; אויב אָבער „נשחט רובו" — אַ שחיטה כשרה, איז זי ניט מטמא. דער דין פון „הנוגע בנבלתה יטמא גו'" שטייט דוקא ביי „וכי ימות" ניט ביי נשחטה (א.
בעת עס קומט אָבער צום צווייטן האַלבן פּסוק וואו עס שטייט „הנאכלת" און „לא תאכל" — וואָס ווייזט אַז דאָ רעדט זיך בלויז היתר ואיסור אכילה (ניט בנוגע טומאה וטהרה) — לערנט רש"י „בין שנולדו בה סימני טריפה כו'", ווייל „סימני טריפה" האָבן צו טאָן מיט איסור אכילה און ניט מיט טומאה ; אויך ווען „נולדו בה סימני טריפה פּסולה", אויב נאָר די שחיטה איז געווען אַ כשר'ע — איז זי ניט מטמאיט.
ה. פון די „ענינים מופלאים" אין הלכה וואָס אין אונזער רש"י90) ;
דער דין איז, אַז ביי אַ בהמה דאַרף זיין די שחיטה פון ביידע סימנים: דעם קנה מיטן וושט; ד. ה. מ'דאַרף שעכטן דעם רוב פון יעדן פון די צוויי סימנים. ווען מ'האָט אָבער בלויז געשאָכטן אַ העלפט פון איינעם פון די סימנים, אפילו ווען דעם צווייטן סימן האָט מען איבערגעשניטן אינגאַנצן, איז די שחיטה אַ פסול'עכא.
פרעגט זיך די שאלה; וויבאַלד אַז אין ביידע סימנים — סיי דעם קנה סיי דעם וושט — דאַרף זיין דוקא אַ שחיטה פון רוב הסימן, היינט פאַרוואָס כאַפּט רש"י אָן בלויז איין סימן; „בין נשחט חציו70של קנה כו' "כב? רש"י האָט דאָך לכאו' געדאַרפט שרייבן „סימן", אַ לשון וואָס זאָל כולל זיין סיי דעם קנה סיי דעם וושטכג?
איז דער ביאור אין דעם; בשעת עס איז דאָ אַ נקב כל שהוא אין וושט במקום הראוי לשחיטה, איז די בהמה אַ נבילה מחיים און עס העלפט איר מער ניט קיין שחיטה. ובמילא, אויב מען שניידט דעם וושט ווייניקער ווי רוב — באַקומט די בהמה דעם דין פון נבילה גלייך ביים סאַמע אָנהויב פון דער שחיטהכד. וואָרום באַלד ביים אָנהויבן שניידן דעם וושט ווערט שוין געמאַכט אין אים אַ נקב, און דורך אַ נקב כל שהוא אין וושט ווערט די בהמה נבילהכה.
און דערפאַר קען מען ניט זאָגן אַז „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט „בין נשחט חציו של וושט לנשחט רובו"; וויבאַלד אַז דער דין „טמא" קומט באַלד ביים ערשטן משהו פון ניקוב וושט (און דאָס וואָס דערנאָך איז ער ממשיך די שחיטה ביז „חציו" — איז לא מעלה ולא מוריד), און „טהור" איז שייך ערשט ביי רובו — פּאַסט ניט אויף דעם דער לשון „להבדיל", היות אַז צווישן „משהו" און „רוב" איז אַ ווייטער מהלךכו, און דער לשון „להבדיל" — פאַנאַנדערשיידן — פּאַסט זיך דוקא ביי אַזעלכע זאַכן וואָס זיינען זייער שטאַרק ענליך און נאָענט.
דוקא ביים קנה, וואָס כל זמן ס'ווערט ניט איבערגעהאַקט דער רוב פון קנה איז די בהמה נאָך אַלץ טהור און עס העלפט איר שחיטהכז, און די טומאה וואָס איז דאָ ביי „נשחט חציו של קנה" איז צוליב ניט פאַרענדיקן אָט־דעם משהו מער פון חציו מיט אַ כשר'ער שחיטה — אויף דעם גאָר קליינעם אונטערשייד צווישן טומאה און טהרה לייגט זיך דער לשון „להבדיל".
ו. נאָך אַן ענין פון הלכה וואָס איז פאַראַן אין דעם פּירוש רש"י:
ס'איז דאָ אַ כללכח „אי אפשר לצמצם". ובמילא, אויב ס'איז נשחט חציו של קנה, קען מען דאָך ניט פעסטשטעלן אויף זיכער אַז דאָס איז טאַקע ניט מער ווי חציו; עס קען דאָך זיין אַז דאָ איז געווען איין האָר מער ווי האַלבכט, נאָר מ'קען עס ניט באַמערקן80). פרעגט זיך די קשיא:71פאַרוואָס פּסק'נט אָפּ תורה „להבדיל בין הטמא גו'" — אַז נשחט חציו של קנה איז טמא, עס קען דאָך זיין אַז עס איז דאָ געווען אַ כשר'ע שחיטה, מיט איין האָר מער ווי חציו, און וויבאַלד דאָס הייסט שוין דאַן אַ רוב סימן דאַרף דאָך זיין די בהמה טהור?
די קשיא אָבער, קען מען פרעגן בלויז לויט די שיטותלא וועלכע האַלטן אַז דער דין „ספיקא דאורייתא לחומרא"לב איז נאָר מדרבנן; מדאורייתא איז אַ ספק מותר, נאָר די רבנן האָבן מחמיר געווען אַז ספיקא דאורייתא זאָל זיין לחומרא. קען מען דאַן פרעגן: ווי אַזוי זאָגט תורה אַז „נשחט חציו" איז טמא — אין דער צייט אַז תורה איז עס מתיר צוליבן ספק וואָס מוז זיך שאַפן אין אַזאַ פאַל, ניט קענענדיק באַשטימען גענוי מיט דער מענטשליכער מאָס צי ס'איז טאַקע פּונקט העלפט אָדער אַ האָר מער?
משא"כ לויט די דיעות83) וואָס האַלטן אַז ספיקא דאורייתא לחומרא איז מן התורה, איז ניט שייך צו פרעגן קושיא הנ"ל — וואָרום וויבאַלד אַז אָט־דער ספק דאורייתא, צי נשחט חציו אָדער רובו, איז מן התורה לחומרא, במילא קומט אויס אַז אין אַזאַ פאַל פּסק'נט תורה אַז סייווי איז עס טמא.
ז. בנוגע צו שיטת רש"י (דבי' עסקינן) אין ענין פון ספיקא דאורייתא — וואָלט מען געקענט לכאורה מוכיח זיין, פון זיין פּירוש אויף גמרא, אַז ער האַלט אַז ספיקא דאורייתא איז מן התורה לקולא; די גמראלד ברענגט אַ ברייתא „שתי קדרות אחת של חולין ואחת של תרומה ולפניהם שתי מדוכות אחת של חולין ואחת של תרומה ונפלו אלו לתוך אלו מותרין" (צו אַ זר) ווייל מען נעמט אָן אַז „תרומה לתוך התרומה נפלה וחולין לתוך חולין נפלו". פרעגט דאָרט די גמרא; היינט אויב מען וועט זאָגן אַז אכילת תרומה (כזית בכדי אכילת פּרס) איז דאורייתא, ווי קען מען דאַן אָננעמען אַז „תרומה לתוך תרומה נפלה כו'" און רעריבער זאָל מען מעגן עסן די קדרה של חולין — עס קען דאָך זיין אַז אין דער קדירה של חולין איז אַריינגעפאַלן די תרומה?
איז רש"י מפרש די גמרא'ס קשיא; „ותלינן לקולא בעון מיתה" — ד. ה. ווי קען מען ביי ספק תרומה תולה זיין לקולא וויבאַלד דאָ האַנדלט זיך וועגן „עון מיתה" פון תרומה לזר? פון אָט־די ווערטער אין פּרש"י, קען מען לכאורה אַרויסדרינגען אַז ער האַלטלח ; דוקא דאָרט וואו ס'איז דאָ אַן עון מיתה איז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא, אין פאַל אָבער וואו ס'איז ניטאָ קיין עון מיתה — איז ספיקא דאורייתא לקולא (מה"ת).
אָבער מען געפינט אין אַ סך ערטערל וואו רש"י זאָגט בפירוש, אַז ספיקא דאורייתא איז לחומרא מן התורה. מוז מען דעריבער איינלערנען, אַז דאָס וואָס רש"י איז מוסיף ביים פאַל פון שתי קדרות כו' אַז מען קען ניט מתיר זיין די קדרה של72חולין מצד הספק מחמת דעם וואָס תרומה איז אַ „עון מיתה" — און ער באַנוגנט זין ניט מיטן אַלגעמיינעם טעם וואָס ספיקא דאורייתא איז לחומרא — איז עס מצד דער סברא וואָס די קדרה של חולין האָט אַ חזקת היתרלה ; און ווען תרומה לזר וואָלט ניט געווען קיין איסור מיתה, וואָלט מען דאַן געקענט זאָגן אַז די חזקת היתר פון דער קדירה של חולין וועגט איבער דעם ספק דאורייתא — לצד היתר.
— אין אַזאַ פאַל אָבער וואו אין דעם ספק דאורייתא איז ניטאָ קיין חזקת היתר, האַלט רש"י אַז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא. און עאכו"כ אַז רש"י האַלט אַזוי אין אונזער פאַל, ביי נשחט חציו של קנה ; וואָרום ניט בלויז איז דאָ ניטאָ קיין חזקת היתר, נאָר אדרבה; די בהמה האָט אויף זיך בחיי' אַ חזקת איסורלח — איז דאָך אַוודאי אַז בעת ס'ווערט נולד אַ ספק אין דער שחיטה, איז ספיקא דאורייתא לחומרא מן התורה.
ח. פון „יינה של תורה" וואָס אין אונזער פּירוש רש"י:
מ'האָט שוין כמה פּעמים גערעדטלט, אַז דער נאָמען פון אַ סדרה באַציט זיך אויף אַלע פּרשיות און פּסוקים וואָס אָטדי סדרה אַנטהאַלט אין זיך, ביז צום לעצטן וואָרט ; ד. ה. דער תוכן און אינהאַלט פון דער גאַנצער סדרה, איז אָנגעדייטעט אין איר נאָמען (ועאכו"כ סיומה — וואָס נעוץמ תחלתן בסופן וסופן בתחלתן).
קען מען פרעגן ; וואָס פאַר אַ שייכות האָבן די ווערטער און דער ענין פון „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" צו דעם נאָמען „שמיני"? ואדרבא; שמיני איז אַ מספּר מקודשמא, און מצד דער מעלה וואָס איז דאָ אין „שמיני" (אויך — ביינה של תורה — מלשון שמןמב) האָט דער דאָזיקער טאָג גענומען עשר עטרותמג — היינט בשעת דאָ רעדט זיך וועגן אַזאַ הויכער מדריגה וואָס אויף איר שטייט „לא יגורך רע"מד, ווי קומט אַהין אַן ענין פון טומאה — וואָס דערפאַר פאָדערט זיך די הבדלה „בין הטמא ובין הטהור"?
דער ביאור אין דעם איז; בעת עס האַנדלט זיך וועגן דער אַנטשיידונג פון טמא און טהור וואָס באַשטייט בלויז אין אַ משהו פון אַ חוט השערה, וואָס מצד דעם קען זיך אויסדוכטן אַז דער טמא איז גאָר טהור, און דאָך זאָל מען מבדיל זיין צווישן אים און דעם טהור — פעסטשטעלן אַז ער איז טמא און מדחה זיין אים — דערויף דאַרף מען האָבן אַ נתינת כח מיוחד דוקא, פון דער הויכער מדריגה פון „שמיני":
בעת מען האַלט בלויז ביי „שבעת ימי הבנין"מה, בחי' השתלשלות, איז שווער צו פאַנאַנדערקלייבן זיך ווי געהעריק און אַנטשיידן אין אַזאַ ספק וואו עס איז נוגע אַ האָר, אַ חוט השערה. אדרבה: דער יצה"ר איז דאָך אַ „קלוגינקער",73טוט ער זיך אָן אין אַ „זיידענע זופּיצע", אין אַן איצטלא דקדושהמו, אין טענה'ט צום מענטשן;