עברית
Library

Likkutei Sichos

Shemini 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

65שמיניב

א. דער לעצטער פּסוק פון דער סדרה איז; „להבדיל בין הטמא ובין הטהור ובין החי' הנאכלת ובין החי' אשר לא תאכל".

שטעלט זיך רש"י (אין צווייטן דיבור) אויף „בין הטמא ובין הטהור" און איז מפרשא: „צריך לומר בין חמור לפרהב והלא כבר מפורשים*2 הם, אלא בין טמאה לך לטהורה לך, בין נשחט חציו של קנה לנשחט רובו".

דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף „ובין החי' הנאכלת" און זאָגטא: „צריך לומר בין צבי לערוד והלא כבר מפורשים הם, אלא בין שנולדו בה סימני טריפה כטרה לנולדו בה סימני טריפה פסולה".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) אין בהמות וחיות טהורות (וועלכע מען מעג עסן) און אַזוי אויך אין בהמות וחיות טמאות (וועלכע זיינען „לא תאכל"), זיינען דאָך פאַראַן פיל מינים — אויסער חמור און פרה, צבי און ערוד. היינט פאַרוואָס זאָגט רש"י (אין דער ס"ד) אַז דער פּסוק מיינט דוקא די פיר מינים? אמת טאַקע פּרש"י דאָ — איז גענומען פון תורת כהנים אַפן פּסוק — אָבער, ווי שוין גערעדט פילע מאָל איז רש"י מעתיק פון פּיהושי חז"ל נאָר דאָס וואָס עס איז שייך צום פאַרשטיין פּשוטו של מקרא און — בסגנון ו(שינוי) לשון וואָס איז שייך צו דעםג.

ב) (אפילו אויב שוין יע דוקא די פיר מינים) פון וואַנעט איז געדרונגען אַז דער ערשטער האַלבער פּסוק — „בין הטמא ובין הטהור" — מיינט „בין חמור לפרה", און דער צווייטער האַלבער פּסוק — „בין החי' הנאכלת גו'" — מיינט „בין צבי לערוד"; וואָס פאַר אַ משמעות איז דאָ פאַראַן אַז „טמא" און „טהור" ריידן וועגן חמור און פרה, און „נאכלת" און „לא תאכל" באַדייטן צבי און ערוד?

ג) די זעלבע קשיא איז אויך אין רש"י'ס מסקנא אַז דער ערשטער האַלבער פּסוק רעדט וועגן „נשחט חציו של קנה כו'" און דער אַנדער האַלבער פּסוק — וועגן „נולדו בה סימני טריפה כו'"; וואו ליגט אין „בין הטמא גו'" אַז דערמיט ווערט געמיינט דער חילוק „בין נשחט חציו של קנה כו' ", און וואו איז קענטיק אַז „בין החי' הנאכלת גו'" האָט66עפּעס צו טאָן מיט „נולדו בה סימני טריפה כו'"?

ב. איז דער ביאור אין דעם;

אין ערשטן האַלבן פּסוק שטייט סתם; „בין הטמא ובין הטהור", ניט דערמאָנענדיק דעם וואָרט חי' וואָס קומט ערשט אין צווייטן האַלבן פּסוק. איז דערפון ממילא מובן, אַז דער צווייטער טייל פּסוק רעדט וועגן חיות, דער ערשטער האַלבער פּסוק אָבער — רעדט וועגן דבר המצוי — דבר הכתוב בהווה — בהמות.

[און הגם אַז „בהמה בכלל חי'" מיינט עס דאָך ניט אַז אומעטום ווערט אין דעם וואָרט חי' נכלל אויך דער מין בהמה — עס מיינט בלויז, אַז דער ל' חי' שיקט זיך אויך אויף דעם מין בהמה. און דאָס איז אין פאַל וואו מען מוז אַזוי לערנען. אָבער דאָרט וואו ס'איז גלאַטיק צו לערנען אַז עס מיינט בלויז דעם מין חי' און ניט מין הבהמה, איז דאַן בהמה ניט בכלל חי'ד.

אַזוי אויך אין אונזער פּסוק, דאַרף מען אָננעמען אַז „חי'" מיינט בלויז דעם מין חי'. וואָרום אויב חי' דאָ וואָלט אַריינגענומען אויך דעם בהמה־מין, וואָלט דער וואָרט חי' דעמאָלט געדאַרפט שטיין גלייך אין אָנהייב פון דעם פּסוק].

אין דעריבער שרייבט רש"י אַז אין ערשטן האַלבן פּסוק וואָלט מען געטייטשט „בין חמור לפרה": צוויי סאָרטן בהמה; און אין אַנדער האַלבן פּסוק — „בין צבי לערוד": צוויי סאָרטן חי'.

ג. וואָס מען קלייבט אויס דוקא די פיר מינים — חמור און פרה, צבי און ערוד — איז מובן בפּשטות ;

דער לשון הכתוב „להבדיל (בין הטמא ובין הטהור גו')" — צו אונטערשיידן — פּאַסט נאָר דאָרט וואו ס'איז דאָ אַ געוויסע ענליכקייט צווישן די זאַכן וועלכע מען וויל פאַנאַנדערטיילן — זאַכן וועלכע זיינען אינגאַנצן פאַרשידן און האָבן ניט צווישן זיך קיין שום דמיון, פאָדערט זיך ניט צווישן זיי קיין הבדלה — בלשון רש"י *ה: שהרי מובדלין וניכרין הם.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בפּשטות, אַז דער באַגריף „להבדיל" — סיי צווישן אַ טמא'דיקע בהמה און אַ טהור'דיקע (אין ערשטן האַלבן פּסוק) און סיי צווישן חי' הנאכלת און אשר לא תאכל (אין צווייטן האַלבן פּסוק) — לייגט זיך בשייכות צו אַזוינע בהמות און חיות וועלכע האָבן אַ געוויסע ענליכקייט צווישן זיך. און דערפאַר זאָגט אָן די תורה, אַז מען זאָל מאַכן אַ הבדל צווישן זכל

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אַלס ביישפּיל דאַרף זיין אַ בהמה (וחי') טהורה וואָס עס איז דאָ אַ בהמה (וחי') טמאה זייער ענליך צו איר. און אויב עס זיינען דאָ מערערע אַזוינע — דאַרף עס זיין בהווה, די וועלכע זיינען מער מצוי.

איז בעת עס רעדט זיך וועגן אַ הבדל בין מיני בהמה וואָס האָבן אַ געוויסע ענליכקייט איינער צום צווייטן, און טראָץ דעם איז איינער טמא און דער צווייטער טהור, זיינען די צוויי מינים חמור און פרה, די פּאַסיקסטע דערצו; זיי זיינען67פון די בהמות הכי מצויותג און זיי האָבן צווישן זיך אַ געוויסע גלייכקייט און געמיינשאַפט, און דערפאַר בייט מען איינע אויף די אַנדערע (וכל' המשנהה: „המחליף פהה בחמור" — די משנה האָט אָנגעכאַפּט אָט־די מציאות ווייל „דברו חכמים בהוה" 70)). און אויף דעם וואָרנט מען „להבדיל" — חמור איז טמא און פרה 3 איז טהור.

און בעת מען רעדט וועגן חיות — זיינען עס צבי און ערוד, וויילע פון חיות הנאכלות איז צבי די חי' הכי מצוי'

— ווי מ'זעט עס דערפון וואָס אַז דער פּסוק וויל זאָגן אַז מען מעג אַ בעשטימטע בהמה עסן אויפ'ן זעלבן אופן ווי אַ חי', איז דער ביישפּילל „כצבי וכאיל" —

און ערוד איז ענליך צו צבי. — ערוד דאָ מיינט רש"י דעם ערוד וואָס ווערט דערמאָנט אין תנ"ך און אין משנהט, און אויף וועלכן דער רמב"ם זאָגטי „וערוד הוא פרא לימוד מדבר", ס'איז אַ חי' וואָס לויפט שנעליא ווי אַ צבי. און דערפאַר מוז אויך זיין אַן ענליכקייט צווישן זיי אין דעם געבוי פון זייערע קערפערס (ומבואר בחובת הלבבותיב אַז דעם מבנה הגוף פון יעדער בעל חי, האָט דער אויבערשטער באַשאַפן בהתאם לצרכי גופו). און ווייל צבי און ערוד גלייכן זיך אויס (סיי אין זייער תכונה פון לויפן שנעל120) און סיי) אין זייער68אויסזען, דערפאַר פאָדערט זיך צו מאַכן דוקא צווישן זיי אַ הבדל — „להבדיל"יג.

ד. דאָס איז אַ הסבר אין דער ס"ד פון פּי' רש"י. דער ביאור אין פּירש"י בהמסקנא; פון וואַנעט נעמט רש"י אַז „טמא" און „טהור" לאָזט הערן דעם חילוק פון „נשחט חציו של קנה כו'", און אַז „חי' הנאכלת גו' " — דעם חילוק פון „נולדו בה סימני טריפה כו'"?

איז דער ביאור אין דעם;

דעם ל' „טמא" בנוגע צו איסור אכילה, געפינט מען בנוגע די מינים פון בע"ח וואָס זיינען אסור באכילה. אָבער מיני בע"ח וואָס זיינען מותר באכילה — ווערן זיי אָנגערופן נאָר „טהורים". אפילו די חלקים אין זיי וועלכע זיינען אסור באכילה (אבר מן החי ; דם; גיד הנשה; ועוד) ווערן ניט אָנגערופן „טמאים".

שטעלט זיך במילא די שאלה; וויבאַלד אַז מיטן „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט דער פּסוק (ניט בין חמור לפרה, נאָר) די ענינים פון איסור והיתר וואָס אין אַ בהמה טהורה גופא — פאַרוואָס נוצט ער דעם לשון „טמא" און „טהור"יד?

דעריבער לערנט רש"י „בין טמאה לך לטהורה לך", אַז די טומאה און טהרה דאָ מיינט מען טומאה וטהרה כפּשוטה און (ניט די בהמה מצ"עיג, נאָר) — ביחס צום מענטשן, מיינענדיק דערמיט דעם דין וואָס שטייט פריער אין דער סדרהיט, אַז נבלת בהמה טהורה איז מטמא דעם מענטשן וואָס רירט איר אַן אָדער וואָס איז איר נושא.

און דערפאַר איז רש"י מפרש „בין נשחט כו'", ווייל די זאַך וואָס מאַכט אָט־דעם אונטערשייד צי די בהמה איז „טמאה" אָדער „טהורה" — איז דער אופן פון איר מיתה ושחיטה; בשעת אַז „נשחט חציו של קנה" איז עס כאילו ווי ס'וואָלט קיין שחיטה ניט געווען — וויבאַלד דאָס איז אַ שחיטה פּסולה, האָט עס דאַן אַ דין פון נבילהיז, ובמילא איז זי69מטמא ; אויב אָבער „נשחט רובו" — אַ שחיטה כשרה, איז זי ניט מטמא. דער דין פון „הנוגע בנבלתה יטמא גו'" שטייט דוקא ביי „וכי ימות" ניט ביי נשחטה (א.

בעת עס קומט אָבער צום צווייטן האַלבן פּסוק וואו עס שטייט „הנאכלת" און „לא תאכל" — וואָס ווייזט אַז דאָ רעדט זיך בלויז היתר ואיסור אכילה (ניט בנוגע טומאה וטהרה) — לערנט רש"י „בין שנולדו בה סימני טריפה כו'", ווייל „סימני טריפה" האָבן צו טאָן מיט איסור אכילה און ניט מיט טומאה ; אויך ווען „נולדו בה סימני טריפה פּסולה", אויב נאָר די שחיטה איז געווען אַ כשר'ע — איז זי ניט מטמאיט.

ה. פון די „ענינים מופלאים" אין הלכה וואָס אין אונזער רש"י90) ;

דער דין איז, אַז ביי אַ בהמה דאַרף זיין די שחיטה פון ביידע סימנים: דעם קנה מיטן וושט; ד. ה. מ'דאַרף שעכטן דעם רוב פון יעדן פון די צוויי סימנים. ווען מ'האָט אָבער בלויז געשאָכטן אַ העלפט פון איינעם פון די סימנים, אפילו ווען דעם צווייטן סימן האָט מען איבערגעשניטן אינגאַנצן, איז די שחיטה אַ פסול'עכא.

פרעגט זיך די שאלה; וויבאַלד אַז אין ביידע סימנים — סיי דעם קנה סיי דעם וושט — דאַרף זיין דוקא אַ שחיטה פון רוב הסימן, היינט פאַרוואָס כאַפּט רש"י אָן בלויז איין סימן; „בין נשחט חציו70של קנה כו' "כב? רש"י האָט דאָך לכאו' געדאַרפט שרייבן „סימן", אַ לשון וואָס זאָל כולל זיין סיי דעם קנה סיי דעם וושטכג?

איז דער ביאור אין דעם; בשעת עס איז דאָ אַ נקב כל שהוא אין וושט במקום הראוי לשחיטה, איז די בהמה אַ נבילה מחיים און עס העלפט איר מער ניט קיין שחיטה. ובמילא, אויב מען שניידט דעם וושט ווייניקער ווי רוב — באַקומט די בהמה דעם דין פון נבילה גלייך ביים סאַמע אָנהויב פון דער שחיטהכד. וואָרום באַלד ביים אָנהויבן שניידן דעם וושט ווערט שוין געמאַכט אין אים אַ נקב, און דורך אַ נקב כל שהוא אין וושט ווערט די בהמה נבילהכה.

און דערפאַר קען מען ניט זאָגן אַז „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט „בין נשחט חציו של וושט לנשחט רובו"; וויבאַלד אַז דער דין „טמא" קומט באַלד ביים ערשטן משהו פון ניקוב וושט (און דאָס וואָס דערנאָך איז ער ממשיך די שחיטה ביז „חציו" — איז לא מעלה ולא מוריד), און „טהור" איז שייך ערשט ביי רובו — פּאַסט ניט אויף דעם דער לשון „להבדיל", היות אַז צווישן „משהו" און „רוב" איז אַ ווייטער מהלךכו, און דער לשון „להבדיל" — פאַנאַנדערשיידן — פּאַסט זיך דוקא ביי אַזעלכע זאַכן וואָס זיינען זייער שטאַרק ענליך און נאָענט.

דוקא ביים קנה, וואָס כל זמן ס'ווערט ניט איבערגעהאַקט דער רוב פון קנה איז די בהמה נאָך אַלץ טהור און עס העלפט איר שחיטהכז, און די טומאה וואָס איז דאָ ביי „נשחט חציו של קנה" איז צוליב ניט פאַרענדיקן אָט־דעם משהו מער פון חציו מיט אַ כשר'ער שחיטה — אויף דעם גאָר קליינעם אונטערשייד צווישן טומאה און טהרה לייגט זיך דער לשון „להבדיל".

ו. נאָך אַן ענין פון הלכה וואָס איז פאַראַן אין דעם פּירוש רש"י:

ס'איז דאָ אַ כללכח „אי אפשר לצמצם". ובמילא, אויב ס'איז נשחט חציו של קנה, קען מען דאָך ניט פעסטשטעלן אויף זיכער אַז דאָס איז טאַקע ניט מער ווי חציו; עס קען דאָך זיין אַז דאָ איז געווען איין האָר מער ווי האַלבכט, נאָר מ'קען עס ניט באַמערקן80). פרעגט זיך די קשיא:71פאַרוואָס פּסק'נט אָפּ תורה „להבדיל בין הטמא גו'" — אַז נשחט חציו של קנה איז טמא, עס קען דאָך זיין אַז עס איז דאָ געווען אַ כשר'ע שחיטה, מיט איין האָר מער ווי חציו, און וויבאַלד דאָס הייסט שוין דאַן אַ רוב סימן דאַרף דאָך זיין די בהמה טהור?

די קשיא אָבער, קען מען פרעגן בלויז לויט די שיטותלא וועלכע האַלטן אַז דער דין „ספיקא דאורייתא לחומרא"לב איז נאָר מדרבנן; מדאורייתא איז אַ ספק מותר, נאָר די רבנן האָבן מחמיר געווען אַז ספיקא דאורייתא זאָל זיין לחומרא. קען מען דאַן פרעגן: ווי אַזוי זאָגט תורה אַז „נשחט חציו" איז טמא — אין דער צייט אַז תורה איז עס מתיר צוליבן ספק וואָס מוז זיך שאַפן אין אַזאַ פאַל, ניט קענענדיק באַשטימען גענוי מיט דער מענטשליכער מאָס צי ס'איז טאַקע פּונקט העלפט אָדער אַ האָר מער?

משא"כ לויט די דיעות83) וואָס האַלטן אַז ספיקא דאורייתא לחומרא איז מן התורה, איז ניט שייך צו פרעגן קושיא הנ"ל — וואָרום וויבאַלד אַז אָט־דער ספק דאורייתא, צי נשחט חציו אָדער רובו, איז מן התורה לחומרא, במילא קומט אויס אַז אין אַזאַ פאַל פּסק'נט תורה אַז סייווי איז עס טמא.

ז. בנוגע צו שיטת רש"י (דבי' עסקינן) אין ענין פון ספיקא דאורייתא — וואָלט מען געקענט לכאורה מוכיח זיין, פון זיין פּירוש אויף גמרא, אַז ער האַלט אַז ספיקא דאורייתא איז מן התורה לקולא; די גמראלד ברענגט אַ ברייתא „שתי קדרות אחת של חולין ואחת של תרומה ולפניהם שתי מדוכות אחת של חולין ואחת של תרומה ונפלו אלו לתוך אלו מותרין" (צו אַ זר) ווייל מען נעמט אָן אַז „תרומה לתוך התרומה נפלה וחולין לתוך חולין נפלו". פרעגט דאָרט די גמרא; היינט אויב מען וועט זאָגן אַז אכילת תרומה (כזית בכדי אכילת פּרס) איז דאורייתא, ווי קען מען דאַן אָננעמען אַז „תרומה לתוך תרומה נפלה כו'" און רעריבער זאָל מען מעגן עסן די קדרה של חולין — עס קען דאָך זיין אַז אין דער קדירה של חולין איז אַריינגעפאַלן די תרומה?

איז רש"י מפרש די גמרא'ס קשיא; „ותלינן לקולא בעון מיתה" — ד. ה. ווי קען מען ביי ספק תרומה תולה זיין לקולא וויבאַלד דאָ האַנדלט זיך וועגן „עון מיתה" פון תרומה לזר? פון אָט־די ווערטער אין פּרש"י, קען מען לכאורה אַרויסדרינגען אַז ער האַלטלח ; דוקא דאָרט וואו ס'איז דאָ אַן עון מיתה איז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא, אין פאַל אָבער וואו ס'איז ניטאָ קיין עון מיתה — איז ספיקא דאורייתא לקולא (מה"ת).

אָבער מען געפינט אין אַ סך ערטערל וואו רש"י זאָגט בפירוש, אַז ספיקא דאורייתא איז לחומרא מן התורה. מוז מען דעריבער איינלערנען, אַז דאָס וואָס רש"י איז מוסיף ביים פאַל פון שתי קדרות כו' אַז מען קען ניט מתיר זיין די קדרה של72חולין מצד הספק מחמת דעם וואָס תרומה איז אַ „עון מיתה" — און ער באַנוגנט זין ניט מיטן אַלגעמיינעם טעם וואָס ספיקא דאורייתא איז לחומרא — איז עס מצד דער סברא וואָס די קדרה של חולין האָט אַ חזקת היתרלה ; און ווען תרומה לזר וואָלט ניט געווען קיין איסור מיתה, וואָלט מען דאַן געקענט זאָגן אַז די חזקת היתר פון דער קדירה של חולין וועגט איבער דעם ספק דאורייתא — לצד היתר.

— אין אַזאַ פאַל אָבער וואו אין דעם ספק דאורייתא איז ניטאָ קיין חזקת היתר, האַלט רש"י אַז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא. און עאכו"כ אַז רש"י האַלט אַזוי אין אונזער פאַל, ביי נשחט חציו של קנה ; וואָרום ניט בלויז איז דאָ ניטאָ קיין חזקת היתר, נאָר אדרבה; די בהמה האָט אויף זיך בחיי' אַ חזקת איסורלח — איז דאָך אַוודאי אַז בעת ס'ווערט נולד אַ ספק אין דער שחיטה, איז ספיקא דאורייתא לחומרא מן התורה.

ח. פון „יינה של תורה" וואָס אין אונזער פּירוש רש"י:

מ'האָט שוין כמה פּעמים גערעדטלט, אַז דער נאָמען פון אַ סדרה באַציט זיך אויף אַלע פּרשיות און פּסוקים וואָס אָטדי סדרה אַנטהאַלט אין זיך, ביז צום לעצטן וואָרט ; ד. ה. דער תוכן און אינהאַלט פון דער גאַנצער סדרה, איז אָנגעדייטעט אין איר נאָמען (ועאכו"כ סיומה — וואָס נעוץמ תחלתן בסופן וסופן בתחלתן).

קען מען פרעגן ; וואָס פאַר אַ שייכות האָבן די ווערטער און דער ענין פון „להבדיל בין הטמא ובין הטהור" צו דעם נאָמען „שמיני"? ואדרבא; שמיני איז אַ מספּר מקודשמא, און מצד דער מעלה וואָס איז דאָ אין „שמיני" (אויך — ביינה של תורה — מלשון שמןמב) האָט דער דאָזיקער טאָג גענומען עשר עטרותמג — היינט בשעת דאָ רעדט זיך וועגן אַזאַ הויכער מדריגה וואָס אויף איר שטייט „לא יגורך רע"מד, ווי קומט אַהין אַן ענין פון טומאה — וואָס דערפאַר פאָדערט זיך די הבדלה „בין הטמא ובין הטהור"?

דער ביאור אין דעם איז; בעת עס האַנדלט זיך וועגן דער אַנטשיידונג פון טמא און טהור וואָס באַשטייט בלויז אין אַ משהו פון אַ חוט השערה, וואָס מצד דעם קען זיך אויסדוכטן אַז דער טמא איז גאָר טהור, און דאָך זאָל מען מבדיל זיין צווישן אים און דעם טהור — פעסטשטעלן אַז ער איז טמא און מדחה זיין אים — דערויף דאַרף מען האָבן אַ נתינת כח מיוחד דוקא, פון דער הויכער מדריגה פון „שמיני":

בעת מען האַלט בלויז ביי „שבעת ימי הבנין"מה, בחי' השתלשלות, איז שווער צו פאַנאַנדערקלייבן זיך ווי געהעריק און אַנטשיידן אין אַזאַ ספק וואו עס איז נוגע אַ האָר, אַ חוט השערה. אדרבה: דער יצה"ר איז דאָך אַ „קלוגינקער",73טוט ער זיך אָן אין אַ „זיידענע זופּיצע", אין אַן איצטלא דקדושהמו, אין טענה'ט צום מענטשן;

היות אַז יעדער זאַך וואָס דער אזיבערשטער איז מזמין אַ מענטשן איז עס דאָך בכדי דער מענטש זאָל מברר זיין דעם ניצוץ אלקי וואָס געפינט זיך אין דער זאַך, היינט ווי האָסטו דאָס רעכט — טענה'ט דער יצה"ר — ניט צו באַנוצן זיך מיט דעם מאכל און מדחה זיין דעם ניצוץ אלקי וואָס אין אים ? אַי, ס'איז אַ ספק, טאָמער אפשר איז עס גאָר אַ דבר האסור, איז ווער הייסט דיר חושש זיין וועגן אַזעלכע זאַכן! בכלל — טענה"ט דער יצה"ר — אַז מען שעכט אַ בהמה איז עס אַ שחיטה כשרה ; רוב שחיטות זיינען כשירות, איז וואָס דאַרפּסטו חושש זיין, און צוליב אָט־דעם חשש מדחה זייןמז דעם ניצוץ אלקי וואָס אין דער זאַך?

בעת אַ איד האָט אָבער די בחינה פון „שמיני" שלמעלה מהשתלשלות, ער האָט דעם ריכטיקן ווילן ניט אָפּצוטרעטן ח"ו אויף קיין האָר פון דעם רצון העליון, און אָט־דער ווילן איז מיט אַ תוקף וואָס איז העכער פון הגבלות השכל — דאַן לאָזט מען זיך ניט אָפּנאַרן פון די פּיתויי היצר, ווייל אויפן רצון עצמי פון אַ אידן (שלמעלה מהשתלשלות שבנפש) קען דער נה"ב ניט מעלים זייןמח.

(און על דרך ווי ס'איז ידועמ אין דעם ענין פון תשובה, אַז אויף אַ ספּק חטא איז די תשובה אַ שווערערע און אַ טיפערע ווי אויף אַ וודאי חטא, וואָס דערפאַר איז חטאת בת דנקא (דוקאל, אָדער נאָך ווייניקערלא) ואשם בן שתיםלב (צוויי סלעים — 48 דנקא'סלג) — אַזוי איז אויך* בנוגע מען זאָל לכתחילה ניט קומען צום איסור, אַז אויף צו אָפּהיטן זיך פון אַ ספק איסורלד, בפרט אַזאַ ספק ביי וועלכן מען דאַרף האָבן דעם „להבדיל" — מוז מען אָנקומען צו בחינת „שמיני").

און דאָס איז אויך דער המשך פון פּרשת שמיני צו דער סדרה וואָס נאָך איר — „אשה כי תזריע וילדה זכר": דורך דעם וואָס מען איז מעורר דעם „שמיני" שבנפש, וואָס אין אים איז ניטאָ קיין שינויים, און אפילו ווען אין שכל קומט אויס ניט ווי דאָס איז לויטן רצון העליון, שטייט מען פאָרט מיט אַ תוקף כו' — דאַן קומט מען צו דער בחינה פון „וילדה זכר"נג, שיר חדש לשון זכרלח, וואָס דאָס וועט זיין אין דער גאולה העתידה, גאולה שאין אחרי'* גלות (למעלה משינויים), אין דער גאולה האמיתית והשלימה, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ שמיני תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1gmetchj

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources