עברית
Library

Likkutei Sichos

Behar 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1706

ז

א. אויפן פּסוק „וקראתם דרור בארץ לכל יושבי'"א זאָגט די גמראב, אַז דער דין פון יובל איז נאָר „בזמן שכל יושבי' עלי'". און דערפאַר איז „משגלו שבט ראובן ושבט גד וחצי שבט מנשה בטלו יובלות".

פונדעסטוועגן זאָגט די גמראג, אַז אויך בזמן בית שני האָט מען געציילט [און מקדש געוועןד] די שנת היובל — בכדי „לקדש שמיטין"; היות אַז דער חשבון פון די שנות השמיטה פאַנגט זיך אָן פון דעם יאָר וואָס נאָך שנת היובל [וכדעת רבנןה אַז שנת חמישים „אינה מן המנין"], דעריבער האָט מען אויך דאַן געציילט די יובלות „כדיו שיבואו השמיטין במקומן".

פרעגט דערויף תוספותז; עס שטייט אין ירושלמיח אַז „בזמן שאי אתה משמט יובל אי אתה משמט שביעית"ט. היינט וויבאַלד אַז בזמן בית שני „בטלו יובלות", איז דאָך שוין במילא דאַן קיין שמיטה אויך ניט געווען?

רש"י לערנטי, אַז די שמיטין בזמן בית שני זיינען געווען בלויז מדרבנן. אָבער תוספות האַלטיא, אַז לויט דער גמרא „מנו יובלות לקדש שמיטין", איז שמיטה נוהג מדאורייתא אויך ווען ס'איז ניטאָ קיין יובל, ניט ווי דער ירושלמי.

ב. עס איז ידועיב, אַז די פּסקי דינים פון די תנאים ואמוראים זיינען געקומען דורך דעם וואָס זיי האָבן געזען די ענינים ווי זיי זיינען למעלה און לויט דעם האָבן זיי גע'פּסק'נט די דינים למטהיג. און היות אַז יעדער תנא און אמורא האָט געזען דעם ענין למעלה כפי שרש פון זיין נשמה, דעריבעריד זיינען פאַראַן כמה פּלוגתות אין פאַרשידענע דינים, ווייל מצד דער מדריגה פון שרש הנשמה פון איין תנא איז דער דין באופן כזה, און מצד מדריגת שרש הנשמה פון171דעם אַנדער תנא איז דער דין באופן אחר.

ועד"ז יש לומר בנוגע לעניננו, אַז די פּלוגתא צווישן בבלי און ירושלמיטו (לפי שיטת התוס') — צי שביעית איז נוהג מדאורייתא בזמן שאין היובל נוהג — איז עס מצד דעם, וואָס די בחינה פון שמיטה ווי זי איז מצד דער מדריגה פון בבלי (במחשכים הושיבניטז) איז נידעריקער ווי די בחינה פון שמיטה מצד דער מדריגה פון ירושלמי; בכדי עס זאָל קענען זיין בשלימות (מן התורה) בחינת שמיטה ווי זי איז מצד ירושלמי, דאַרף מען אָנקומען צו בחינת היובל, וואָס איז העכער פון שמיטהיז; אָבער בחינת שמיטה מצד בבלי, קען זיין בשלימות אפילו בזמן שאין היובל נוהג (וכמשי"ת לקמן סעיף ד' ואילך).

ג. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס לאחרי חורבן בית שני, האָט זיך אָנגעפאַנגען אַ נייער אופן אין מנין שנות השמיטה;

בזמן הבית איז די שנת החמישים ניט געווען אַריינגערעכנט אין מנין שני השבוע. און דערפאַר, אפילו נאָך דעם ווי „בטלו יובלות", איז „מנו יובלות לקדש שמיטין", ד. ה. אַז די שני השבוע האָבן זיך אָנגעהויבן פון דעם איין און פופציקסטן יאָר (כנ"ל סעיף א') ; אָבער „באותן השבעים שנה שבין חורבן בית ראשון כו' וכן משחרב באחרונה לא מנו שנת החמישים אלא שבע שבע בלבד"יח.

ולכאורה, פאַרוואָס זאָל זיין דער חשבון פון מנין ימי השבוע איצטער אַנדערש ווי ער איז געווען בזמן הבית (לאחר ווי „בטלו יובלות")?

איז דער ביאור אין דעם — בפּנימיות הענינים;

בזמן הבית איז געווען די בחינה פון שמיטה אין אַ הויכער מדריגה, און דעריבער איז זי דאַן געווען פאַרבונדן מיט יובל

[נאָר בזמן הבית גופא זיינען געווען צוויי זמנים און מדריגות; בזמן שהיובל נוהג — ווען די בחינה פון שמיטה איז געווען פאַרבונדן מיט דעם ענין פון יובל גופא; און „משבטלו יובלות" — וואָס דאַן איז שוין געווען די בחינה פון שמיטה אין אַ נידעריקערע מדריגה (ומצד זה (לשיטת הירושלמי) בלויז מדרבנן). און דער פאַרבונד פון שמיטה מיט יובל איז דאַן געווען, בלויז מיט זיין מנין — „מנו יובלות לקדש שמיטין"],

אָבער משחרב הבית, איז די בחינה פון שמיטה אין אַ נאָך נידעריקערע מדריגה, און דעריבער איז זי איצטער כלל ניט פאַרבונדן מיט יובל — אפילו ניט מיטן מנין פון יובל.

ד. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם ענין פון172שמיטה און יובל ווי זיי זיינען בעבודת האדם;

שמיטה איז די עבודה פון קבלת עול מלכות שמיםיט — ביטול הישכ, ד. ה. אַז בעצם איז דער „עובד" אַ „יש", נאָר ער איז מבטל זיין ישות. וואָס דערפאַר קען בכל שמיטה ושמיטה אויפקומען איבער אַ נייעס אַ קשיא „וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית"כא — כאָטש אַז אין די פריערדיקע שמיטותכב האָט ער אַליין געזען די תוצאות פון „וצויתי את ברכתי גו'"כג — ווייל מצד דעם ענין הישות וואָס אין אים, איז ביי אים אַלע מאָל דאָ אַ נתינת מקום פאַר אַ קשיא, און יעדן מאָל באַזונדער דאַרף מען אים זאָגן „וצויתי את ברכתי גו'".

משא"כ יובל איז אין ספירת הבינה, בחינת „עלמא דחירו"כד, אַז דער אור אלקי איז ביי אים מאיר בגילוי. און מצד דעם ווערט ער „באַפרייט" פון אַלע ענינים המעלימים ומסתיריםלג — „וקראתם דרור בארץ", בדוגמת החירות וואָס וועט זיין לע"ל, ווען עס וועלן ניט זיין שייך קיין שום העלמות והסתרים וואָרום „ואת98) רוח הטומאה אעביר מן הארץ"כז.

און דאָס איז דער טעם וואָס „עיקר מצות יובל" איז געווען נאָר בבית ראשון און ניט בבית שני — ווייל די מדריגה פון בינה „עלמא דחירו" איז דער ענין פון „ה' עילאה" (דער ערשטער ה' פון שם הוי'), און וויבאַלד אַז בבית שני האָט זיך געפעלט דער ה'כח, איז שוין דאַן ניט געווען קיין אמת'ע חירות [ברוחניות, ובמילא — אויך ניט בגשמיות, אַז „היו מלכי עובדי כוכבים מושלים עליהם"כט]. און דעריבער איז שוין דעמאָלט ניט געווען דער ענין פון יובל, עלמא דחירוכז.

ה. שוין גערעדט אַמאָל באריכותל בנוגע די צוויי מדריגות פון ביטול — „ביטול היש" וואָס, בכללות, איז עס די עבודה פון קבלת עול, און „ביטול במציאות" וואָס קומט מצד השגה — אַז אין יעדן איינעם פון זיי איז דאָ אַ מעלה;

די מעלה אין „ביטול במציאות" איז בנוגע דער כמות (והתפשטות)לא פון דעם ביטול, אַז דער ביטול נעמט אַדורך דעם מענטשן אינגאַנצן, אין אַלע זיינע כחות — ניט ווי „ביטול173היש" וואו דער ביטול דרינגט ניט דורך דעם מענטשן בכל הכחות שלו;

און די מעלה אין „ביטול היש" איז בנוגע דער איכות (ותוקף) פון ביטול; ביי דער דרגא פון „ביטול במציאות", וויבאַלד אַז דער ביטול קומט דורך השגה, איז דאָך דער ביטול גופא פאַרבונדן מיט דער מציאות (השגה) פון דעם מענטשן. משא"כ ביי „ביטול היש", וויבאַלד אַז דער ביטול איז דאָך ניט פאַרבונדן מיט דער מציאות פון מענטשן (וואָרום, אדרבה, ער, מצד זיין מציאות, איז דאָך אַ „יש"). איז אָט דער ביטול (אָט־די קליינע כמות פון דעם ביטול) וואָס ער איז זיך יע מבטל צום אויבערשטן, מצד קבלת עול מלכות שמים, איז אַ ביטול בתוקף.

און דאָס איז די מעלה פון שמיטה ווי זי איז געווען אין דער צייט פון בית ראשון בזמן שהיובל נוהג — אַז דאַן זיינען געווען ביידע מעלות צוזאַמען; אויך די קבלת עול (שמיטה) איז געווען אין אַן אופן פון בינה (יובל) ; ס'איז געווען אַ פאַרשטאַנד און אַ געשמאַק אין דעם ביטול פון קבלת עוללב, ובמילא, האָט אויך דער ביטול וואָס איז העכער פון (השגה און) מציאות, דורכגענומען דעם מענטשן בכל מציאותו (אָבער ניט מבטל געווען די מציאות).

ו. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די דריי מדריגות הנ"ל פון שמיטה; א) ווי זי איז געווען בזמן שהיובל נוהג. ב) ווי זי איז געווען משבטלו יובלות אָבער נאָך אַלץ „מנו יובלות לקדש שמיטין". און ג) ווי זי איז בזמן הזה ווען זי איז כלל ניט פאַרבונדן מיט יובל;

א) בזמן בית ראשון, ווען עס האָט מאיר געווען דער ה' עילאה — בינה, איז געווען די אמת'ע השגה אין אלקות — בחי' יובל, ביז אַז אויך די קבלת עול (בחי' שמיטה) איז געווען אין אַן אופן פון השגהלח, כנ"ל;

ב) בזמן בית שני, האָט זיך שוין געפעלט דער ה' עילאה, אָבער עס איז נאָך געווען עכ"פ די השגה וואָס איז שייך צו קבלת עול (וע"ד חב"ד שבהוד, אַז הגם אין דעם עצם ענין האָט ער טאַקע ניט קיין השגה, פאַרשטייט ער אָבער עכ"פ אַז ער דאַרף מודה זייןכד). און דעריבער האָט מען אויך דאַן געציילט יובלות (בכדי) לקדש שמיטין — ווייל ס'איז פונדעסטוועגן געווען די בחינה פון יובל (השגה) וואָס איז שייך צו שמיטה (קבלת עול);

ג) משחרב הבית אָבער, איז גאָר ניטאָ דער ענין פון השגה — ובדוגמת „הוד שבהוד"לה, און דעריבער איז איצטער די שמיטה כלל ניט פאַרבונדן מיט יובל.

ז. אע"פ אַז די עבודה פון קבלת עול בזמן הזה איז למטה מטעם ודעת, און מטעם זה דערנעמט זי ניט (בגילוי) דעם מענטשן בפּנימיותו — וויבאַלד174אָבער אַז קב"ע נעמט זיך פון עצם הנשמה שלמעלה מהשכללו, מוז מען זאָגן, אַז אויך איצטער האָט די קב"ע אַ ווירקונג אויף די כחות פּנימיים (שכל וכו'), וואָרום אַן „עצם" געפינט זיך (און ווירקט) אין אַלע זיינע עניניםלז. עס איז נאָר, וואָס מצד דעם העלם והסתר פון חשך הגלות, קוקט אויס, אַז די קב"ע בזמן הזה איז אַן ענין חיצוני.

און דאָס איז דער ביאור הפלוגתא פון בבלי און ירושלמי צי שמיטה בזמן הזה איז מדאורייתא (ד. ה. אַז מצות שמיטה בזמן הזה איז אַן ענין מצד עצמו) אָדער מדרבנן, אַלס זכרלח צו דער שמיטה וואָס איז געווען בזמן שהיובל נוהג;

מצד דעם ענין פון „במחשכים הושיבני — זה תלמוד בבלי"לט, קוקט אויס, אַז קב"ע היינט איז אַן ענין חיצוני. און דעריבער האַלט דער בבלי אַז שמיטה בזמן הזה איז אַן ענין לעצמו, וואָס האָט ניט קיין שייכות צו דער שמיטה ווי זי איז געווען בזמן שהיובל נוהג;

מצד דעם אור פון ירושלמי אָבער פילט זיך, אַז אויך קב"ע שבזמן הזה איז אַן ענין פּנימי (ס'איז בלויז וואָס דערוויילע איז עס ניט מאיר בגילוי). און דעריבער האַלט דער ירושלמי אַז שמיטה היינט צו טאָג איז (ניט קיין ענין לעצמו, נאָר) אַ המשך און זכר פון דער שמיטה ווי זי איז געווען בזמן בית ראשון,

און אַזוי אויך, אַ הכנה צו דער שמיטה וואָס וועט זיין לעתיד לבא, אין דער „ביאה שלישית"מ דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת פורים, תשכ"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hbs9vc6s

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources