עברית
Library

Likkutei Sichos

Pesach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

48חג הפסח

א. אין יעדן יום־טוב זיינען דאָך פאַראַן ענינים מיוחדים, מיט וועלכע דער יו"ט טיילט זיך אויס פון אַלע אַנדערע ימים־טובים. וואָס אַזוי איז דאָס, כמובן, אויך בנוגע צום יו"ט פסח — ווי זיין קביעות זאָל ניט זיין. ובפרט אין אַזאַ יאָר (ווי בשנה זו) ווען די קביעות פון פסח איז בשבת, איז נאָך מער קענטיק, ווי פסח איז אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע ימים טובים, כדלהלן.

די גמראא זאָגט אַז דאָס וואָס „יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת" בלאָזט מען ניט קיין שופר איז עס, ווייל „הכל חייבין בתקיעת שופר ואין הכל בקיאין . . גזירה שמא יטלנו בידו ויוליכנו אצל הבקי ללמוד ויעבירנו ד' אמות ברה"ר". און די גמרא איז דאָרט מסייםב; „והיינו טעמא דלולב והיינו טעמא דמגילה", אַז דאָס וואָס סוכות שחל להיות בשבת בענטשט מען ניט קיין לולב יענעם טאָג און פּורים שחל להיות בשבת לייענט מען ניט די מגילה יענעם טאָג, איז עס אויך מצד דעם זעלבן טעם — שמא יעבירנו.

פרעגן אין דעם אחרוניםג; לפ"ז האָט דאָך לכאורה געדאַרפט אויסקומען, אַז אויך בפסח שחל להיות בשבת האָט מען געדאַרפט גוזר זיין אַז מ'זאָל ניט עסן קיין מצה ומרור, ניט .טרינקען די ד' כוסות און ניט זאָגן די הגדה (ובפרט אַז ביי מצה ומרור ושתיית ד' כוסות זיינען פאַראַן כו"כ פּרטי דינים — מער ווי ביי שופר און מגילה; און עאכו"כ ביי לולב, וואָס די ניטבקיאות איז בנוגע צו „נענועו או ברכתו"ד)?

ב. צווישן די תירוצים אויף דער שאלה הנ"ל ענטפערט מעןה;

בפסח זיינען אַרומגעגאַנגען בקיאים אין די הייזער פון די ניט בקיאים בכדי צו פּראַווען פאַר זיי דעם סדר און זאָגן די הגדהו. איז במילא בפסח ניטאָ דער חשש „שמא ילך אצל הבקי ללמוד": ער דאַרף ניט גיין צום בקי וואָרום דער בקי וועט קומען צו עם אין שטובז.

דער תירוץ איז אָבער ניט מובן;

א) עס זיינען געוויס פאַראַן אַזעלכע וואָס שעמען זיך אויסצוזאָגן אַז זיי זיינען עמי־הארץ וועלכע ווייסן ניט די דינים (ובפרט אַזעלכע וואָס זאָגן די הגדה וכו' קענען זיי יאָ), און צו די מענטשן וועלן קיין בקיאים ניט49קומען. בלייבט דאָך ביי זיי דער חשש אַז זיי וועלן גיין בחשאי צו אַ בקי ללמוד?

ב) לפ"ז קומט דאָך אויס, אַז אין פּשטות, איז אויך דאָ פאַראַן דער חשש און מ'דאַרף גוזר זיין, נאָר מצד דעם וואָס ב"ד פלעגט שיקן שלוחים כו' האָט מען בפּועל די גזירה ניט געדאַרפט. אָבער אַזאַ זאַך איז דאָך אַ חידוש — און אַזאַ חידוש האָט געדאַרפט שטיין אין גמרא אָדער, עכ"פ, אין ראשונים. ובפּועל ווערט אין ערגעץ ניט דערמאָנט די קשיא און דער טעם הנ"ל, נאָר אין אחרונים!

ג. נאָך אַ תירוץ שטייט אין אחרוניםטז;

די גזירת חכמים אַז בר"ה וסוכות שחל בשבת זאָל מען ניט בלאָזן קיין שופר און ניט נעמען קיין לולב, איז ניט קיין עקירה לגמרי פון מצות תקיעת שופר ונטילת לולב — היות אַז אויך בשבת קען מען לערנען די הלכות פון די מצות און כל העוסק בתורת עולה כאילויט הקריב עולה.

און דעריבער האָט מען ניט געמאַכט די גזירה בפסח, וואָרום אין די מצות פון פסח זיינען מחוייב אויך נשיםי, און וויבאַלד אַז נשים זיינען פּטור פון תלמוד תורהיא, קומט דאָך במילא אויס אַז אויב מען וועט גוזר זיין די גזירה, וועט מען ביי נשים עוקר זיין די מצות לגמרי.

[ועפּ"ז קען מען זאָגן, אַז דאָס וואָס אין גמרא און ראשונים שטייט ניט דער „חידוש" אַז בפסח שחל בשבת איז ניטאָ די גזירה דרבה, איז עס דערפאַר וואָס מלכתחילה איז די גזירה (אויך דאָרט וואו די גזירה איז פאַראַן) בלויז באופן וואָס די גזירה איז ניט עוקר די מצוה לגמרי, און דאָרט וואו די מצוה ווערט נעקר — איז מובן מעצמו אַז דאַן איז די גזירה ניטאָ.

אָבער אויך דער תירוץ איז ניט מובן; וואָרום לפ"ז האָט דאָך געדאַרפט שטיין — אין שו"ע אָדער עכ"פּ אין אַנדערע פּוסקים — אַז בר"ה וסוכות שחל בשבת איז אַ חיוב צו לערנען די הלכות פון שופריב ולולב?

50ד. לכאורה האָט מען געקענט פרעגן נאָך אַ קשיא אויפן דערמאָנטן תירוץ; אויך אין מקרא מגילה זיינען נשים מחוייביג, און פונדעסטוועגן האָט מען אויף מקרא מגילה יאָ געמאַכט די גזירה דרבה!

אין אמת'ן איז עס אָבער קיין קשיא ניט. ווייל

[נוסף לזה וואָס י"ליד, אַז די מצוה צו לייענען די מגילה איז געווען לאחרי ווי מ'האָט גוזר געווען די גזירה דרבהטו, ובמילא איז די תקנה פון מקרא מגילה מלכתחלהי געווען באופן אַז ווען פּורים וועט חל זיין בשבת, זאָל מען דאַן לייענען די מגילה בחוליז ;

51איז אויסער דעם; אפילו לדעת רש"ייח, אַז לכתחלה איז „י"ד הוקבע לפרזים" (אפילו כשחל בשבת), און די „חכמי ישראל שאחר כנסת הגדולה" האָבן מתקן געווען אַז כשחל פּורים בשבת זאָל מען לייענען בחול]

וויבאַלד מקרא מגילה איז בלויז מדרבנן, קענען במילא די חכמים עוקר זיין די מצוה לגמריי — וואָרום „הם אמרו והם אמרו"ל. משא"כ שופר ולולב, וויבאַלד זיי זיינען מדאורייתא, איז אויב מען זאָל ניט קענען מקיים זיין די מצות עכ"פּ דורך דעם עסק בתורת שופר ולולב — וואָלטן די חכמים דאָס טאַקע ניט עוקר געווען. און דעריבער האָט מען ניט גוזר געווען די גזירה אויף אכילת מצה (אַ מצות עשה מן התורה)לא, ווייל אכילת מצה איז דאָך אַ חיוב אויך אויף נשים, כנ"ל, און אויב מ'זאָל אויך דאָ מאַכן די גזירה, וועט מען דערמיט ביי זיי עוקר זיין לגמרי אַ מצות עשה מן התורה.

עס בלייבט נאָך אָבער שווער (כנ"ל ס"ג); דערפון וואָס ס'שטייט ניט אין ערגעץ אַז בר"ה ובסוכות שחל בשבת איז פאַראַן אַ חיוב צו לערנען הל' שופר ולולב, איז לכאורה מוכרח אַז מצד דעם חשש „שמא יעבירנו כו'" האָט מען עוקר געווען אַ מ"ע מה"ת. היינט פאַרוואָס האָט מען ניט געמאַכט די זעלבע גזירה אויך בשייכות מיט אכילת מצה וכו' בפסח שחל בשבת?

ה. וועט מען עס פאַרשטיין (ע"ד החסידות) בהקדים די קשיא וואָס ווערט געבראַכט בכמה דרושי חסידות אויף דעם וואָס ר"ה שחל להיות בשבת אין תוקעין; ווי אַזוי האָבן די חז"ל דוחה געווען אַ מ"ע מדאורייתא צוליב דעם חשש „שמא יעבירנו כו'"?

און חסידות איז פון דעם מכריח, אַז בר"ה שחל להיות בשבת דאַרף מען צו שופר ניט אָנקומען, ווייל די ענינים וואָס ווערן נמשך דורך תקיעת שופר (לאחרי חורבן בית ראשון), ווערן זיי בשבת נמשך מצד עצמו.

52ולכאורה איז ניט מובן; ס'איז דאָך אַ כללט אַז „יש כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה", היינט וואָס איז די קשיא „איךּ23) דחו" אָדער „איךלא הי' כח ביד חכמים לעקור"לב?

נאָר דער ביאור אין דעם איז;

דער אויבערשטער איז שטענדיק מהוה די בריאה מאין לישלד, און די כוונת הבריאה איז בשביל ישראל ובשביל התורה27) — קען במילא ניט זיין קיין מציאות אין דער בריאה (אויך ניט בקביעות הזמנים) וואָס זאָל שטערן צו תומ"צ (אַז דער מענטש זאָל ניט קענען מקיים זיין אַ מצוה וואָס ער דאַרף מקיים זיין — אפילו ווען ער וועט איר וועלן מקיים זיין).

און היות אַז אויך בשבת איז (לויטן ס"ד) דאָ דער חיוב פון מצות תקיעת שופר, קען דאָך ניט זיין אַז מען זאָל

22) תוד"ה וחותם — ברכות טז, א. ובכ"מ.

23) רד"ה יו"ט של ר"ה דשנת תרנ"ט, תרס"ה, תש"ג. ועוד.

24) סידור רמ, ג.

25) בלקו"ת ר"ה נו, א ובהמשך ר"ה תרס"ו בתחלתו, הלשון הוא: „מה ראו כו' והלא החשש הוא להדיוטים וקלי הדעת כו'". (ועפ"ז הי' אפ"ל, שהקושיא היא למה עקרו את המצוה מאלו שאין לחשוש בהן שיעבירו ד"א — בשביל ההדיוטים כו' (וע"ד שאין אומרים לאדם חטוא בשביל שיזכה חבירך)). אבל בסדור שם ועוד — אינו מסיים „והלא החשש הוא להדיוטים כו'", ומזה משמע שהקושיא היא נם על מה שביטלו את המצוה מאלו שיש עליהם חשש זה. ומ"ש בלקו"ת ובתרס"ו „והלא החשש הוא כו'" — היינו רק בכדי לחזק את הקושיא. ובהמשך ר"ה תש"ג בתחלתו, מפורש: ועוד זאת כו'.

26) שעהיוה"א בתחלתו.

27) נסמן בלקו"ש ח"ה ע' 159 הערה 62. דאַרפן חושש זיין פאַר „שמא יעבירנו" — וואָרום דאַן וועט דאָך אויסקומען אַז דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט די בריאה אין אַזאַ אופן אַז עס זאָל מוזן פעלן די מצוה פון תקיעת שופר בר"ה שחל בשבת (און וויבאַלד אַז דאָס קען דאָך ניט זיין, איז בהכרח צו זאָגן אַז ס'איז ניטאָ וואָס צו חושש זיין „שמא יעבירנו").

און פון דעם וואָס חז"ל האָבן דעם חשש יע אָנגענומען, און צוליב אים גוזר געווען אַז בר"ה שחל בשבת זאָל מען ניט תוקע זיין בשופרה, איז חסידות מכריח אַז בר"ה שחל בשבת דאַרף מען צו תקיעת שופר ניט אָנקומעןל, כנ"ל.

ו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו — אַז דאָס וואָס בפסח שחל53בשבת האָבן די חכמים ניט גוזר געווען די גזירה דרבה, איז עס מצד דעם וואָס די ענינים וועלכע ווערן נמשך דורך אכילת מצה וכו' ווערן ניט נמשך בשבת מצד עצמו. און וויבאַלד אַז אויך בשבת דאַרף מען אָנקומען צו אכילת מצה וכו' — איז דערפון גופא אַ ראי' אַז דאָ איז ניטאָ וואָס צו חושש זיין „שמא יעבירנו כו' "ל.

דאָ זעט מען אויך דעם עילוי פון פסח (און די מצות וואָס זיינען מיט אים פאַרבונדן) לגבי אַנדערע ימים טובים (מיט זייערע מצות), אַז אין דעם יו"ט איז ניטאָ וואָס צו חושש זיין אפילו פאַר ענינים פון שוגגלא.

דער טעם דערויף;

אַ חטא בשוגג קומט דורך התגברות נפש הבהמית38), און וויבאַלד אַז בפסח איז „לא הספיק להחמיץ" — ס'איז ניטאָ קיין נתינת מקוםלג פאַר חמץ (זה היצה"רלא), זיינען במילא אַלע אידן, אפילו די „הדיוטים וקלי הדעת"לג, אין אַ מדריגה וואָס „לאל יאונה לצדיק כל און", און אפילו בענינים ניט פון אכילהלה.

(משיחות ליל ב' דחה"פ ואחש"פ תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-aw5fydqm

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources