Sefer HaSichos (the Rebbe)
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
381ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
א. דר* אויבערשטער זאָל ממלא זיין משאלות לבבם לטובה של כל אחד ואחת מישראל בכלל, און אלו הנמצאים כאן במיוחד.
ובפרט אַז מ'האָט אויף דעם אַ כח מיוחד פון דעם זמן שגרמא:
מ'שטייט אין חודש ניסן, וואָס „ניסן" האָט צוויי נוני"ן, וואָס דאָס באַדייט אַז „נסי נסים נעשו לו"א.
און אין חודש ניסן עצמו — „ביום עשתי עשר יום", וואָס דעמולט איז דער „נשיא לבני אשר"ב. וואָס זיין ענין איז — „הוא יתן מעדני מלך"ג, דער ענין פון תענוגד און אַזאַ דרגא אין תענוג וואָס ווערט אָנגערופן „מעדני מלך" — תענוג פון אַ מלך: אַ מלך איז בכלל רגיל אין אַלע ענינים טובים. איז פאַרשטאַנדיק אַז „מעדני מלך" מיינט אַ תענוג וואָס איז (ניט נאָר מערער פאַר אותו, י"א ניסן ה'תשמ"ז
מילוי החסרוןה, נאָר) אַ תענוג וואָס איז מערער און בהוספה אפילו אויף הרחבה און שלימות הטוב אין וועלכע אַ מלך איז רגיל.
ב. ויש לקשר זה (דעם ענין פון חודש ניסן בכלל, „נסי נסים", און „ביום עשתי עשר יום נשיא לבני אשר") מיט חג הפסח — דער תוכן כללי ונקודה עיקרית פון גאַנץ חודש ניסן:
דעם קרבן פסחו (און בזמן הזה — דעם אפיקומןז וואָס איז אַ זכר לפסח) האָט מען געגעסן „בסוף כל הסעודה כדי שיהי' נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה כדי שיהיו נהנין באכילתו . . דרך חשיבות וגדולה . . כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים"ח.
ד.ה. אַז אויך פאַר אכילת קרבן פסח האָט מען „שובע", און דער פסח איז מוסיף אין דעם נאָכמער הנאה ותענוג — „מעדני מלך", „כדרך שהמלכים כו' אוכלים".
ג. אין דעם קומט צו נאָך אַ נקודה, און אַ חידוש:
באַם אָנהויבס סדר של פסח איז מען מכריז: „כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך382ייתי ויפסח", און מ'איז מסיים אַז אַלע אידן ווערן „בני חורין".
און לפני זה (אָנהויבנדיק פון שלשים יום קודם החגט) — גיט מען די עניי העיר ובכלל „מעות חטים".
דאָס הייסטי, אַז נוסף לזה וואָס מ'דאַרף אַליין עסן דעם פסח „על השובע" („מעדני מלך"), דאַרף מען דאָס אויך געבן צו „כל דצריך". מ'דאַרף אים געבן ניט נאָר „די מחסורו" („כל דכפין ייתי וייכול"), נאָר אויך „ייתי ויפסח", דעם פסח וואָס „נאכל על השובע", „כדרך שהמלכים אוכלים", „מעדני מלך" — ביז אַז מ'מאַכט פון אים אַ „בן חורין" אמיתי.
און דער טעם אויף דעם איז בפשטות — ווייל יעדער איד איז אַ בן מלךיא, און בנו יחידו של מלךיב, מלך מלכי המלכים הקב"ה.
ד. ועפ"ז יש לקשר זה מיט דעם קאַפיטל (מזמור) תהליםיג וואָס כמה הויבן אָן זאָגןיד בעשתי עשר יום דחודש ניסן בשנה זו:
דער קאַפיטל הויבט זיך אָן מיט „עני ואביון אני"טו, און דערנאָך איז מען ממשיךטז „שמח נפש עבדך".
ויש לומר אַז דאָס זיינען די צוויי קצוות הנ"ל: מ'הויבט אָן דעם סדר מיט „כל דכפין כו' כל דצריך כו'" — „עני ואביון"; און מ'גיט זיי דעם פסח שנאכל על השובע, „מעדני מלך" — „שמח נפש עבדך", דער ענין פון שמחה וואָס איז נאָכמער פון מילוי החסרון בכלל, און נאָכמער אפילו פון תענוג בכלל, וואָרום שמחה איז פורץ כל הגדריםיז.
ה. און אין דעם גופא — קומט צו נאָכמער הדגשה בשעת מ'שטייט גלייך נאָך תפלת ערבית, ווען עס הויבט זיך אָן (ע"פ תורה ושו"ע)יח דער מעת־לעת פון „עשתי עשר יום" בחודש ניסן:
תפלת ערבית איז „רשות"יט. ומבואר בחסידותכ, אַז דאָס איז אַ העכערע המשכה פאַר די המשכה וואָס קומט דורך „חובה". ד.ה. אין עבודת האדם — ניט נאָר אַ המשכה פון „די מחסורו" (חובה), נאָר אַ המשכה פון „לעשרו" (רשות).
ויש לומר אַז דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס דוקא יעקב תיקן תפלת383ערביתכא — ווייל „נחלת יעקב" איז „נחלהכב בלי מצרים"כג.
ולהוסיף, אַז אין יעקב זיינען אויך דאָ די צוויי קצוות: „יעקב" איז אותיות יו"ד עקבכד. וואָס עקב (דער חלק הכי תחתון בגוףכה) גייט אויף דער דרגא פון „עני ואביון". און אין בחי' עקב („עני ואביון") ווערט נמשך דער יו"ד, מלמעלה מעלה (ווי דער צ"צ איז עס מבארכו) — ע"ד „שמח נפש עבדך", פריצת גדר (נחלה בלי מצרים), וואָס ווערט נמשך אויך צו דעם „עני ואביון".
ביז אַז נשמת יעקב („ישראל סבא") „כלולה מכל הנשמות שבישראל מעולם ועד עולם", כמבואר באגה"ק פון דעם אַלטן רבי'ןכז.
ו. וואָס דעריבער איז אַ דבר המתאים — אַז שטייענדיק איצטער בתוך השלשים יום קודם חג הפסח (און בסמיכות צו פסח), ווען מ'האָט דעם חיוב פון געבן „מעות חטים" צו עניים,
און אין די שלשים יום גופא — „ביום עשתי עשר יום נשיא לבני אשר", וואָס „הוא יתן מעדני מלך",
און אין אַ יאָר ווען מ'הויבט אָן זאָגן דעם קאַפיטל „עני ואביון אני גו' שמח נפש עבדך",
און אין דעם טאָג גופא — גלייך ווי מ'טרעפט זיך צוזאַמען בתחלת היום, ד.ה. גלייך נאָך תפלת ערבית (רשות), ווען עס הויבט זיך אָן דער „ויהי ערב", וואָס דאָס איז די התחלהכח (און דאָס איילט) צו דעם „ויהי בוקר", ביז אַז עס ווערט אַ „יום אחד"כט (מיט אַלע פירושים שבדבר) —
זאָל מען געבן יעדערן אַ דאָלאַר, כדי מ'זאָל דאָס אָפּגעבן צו אַן „עני ואביון" בכדי אַז באַ דעם „עני ואביון" זאָל קענען זיין „נאכל על השובע" בכל הפרטים, און דורך דעם וועט ביי אים אויך זיין שמחה, „שמח נפש עבדך".
און אפילו אויב מ'האָט שוין יענעם פאַרזאָרגט — און זיכער האָט מען אים פאַרזאָרגט — אַז ביי אים זאָל זיין „שובע" אין אַלע פרטים, איז אין „שובע" קיין שיעור ניטאָל, ס'קען אַלעמאָל זיין מערער און מערער, ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן דער געוויינהייט פון אַ אידן, אַ בן מלך, ובפרט אַ בן פון מלך מלכי המלכים הקב"ה.
384און וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען מחוייב אין די מצוות פון פסחלא, כולל אויך די הכרזה פון „כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח" — איז דער ענין (פון געבן אַ דאָלאַר על מנת אַז מ'זאָל דאָס אָפּגעבן אַן „עני ואביון") שייך צו אַלע אידן, אנשים, נשים, ביז אויך תינוקות,
ואדרבה — תינוקות האָבן אַ שייכות מיוחדת מיט דעם „סדר של פסח"לב און פסח בכלל — כמבואר בכ"מלג אַז באַ יציאת מצרים זיינען אידן געשטאַנען אין אַ דרגא פון „נער", ווי אַ קטן, און צוליב דעם איז געווען יציאת מצרים — מצד דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן (מלך מלכי המלכים הקב"ה) צו אידן ווי זיי זיינען בבחי' „נער" — „נער ישראל (און דערפאַר) ואוהבהו"לד,
בדוגמא ווי די אהבה גדולה ואהבה עצמית וואָס מ'האָט דוקא צו אַ „נער" כפשוטו, תינוקות בשניםלה — וכידוע די שיחה (מאמר) בזה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע [וואָס איז געזאָגט געוואָרן בשמחת תורה]לו.
ז. ויה"ר אַז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותלז בגאולה זו (העתידה לבוא), און פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט דעמולט אַרויסגענומען אַלע אידן פון מצרים (מצד זיין אהבה עצמית צו אידן), וועט ער אויך אַרויסנעמען אַלע אידן פון דעם גלות, „ובני ישראל יוצאים ביד רמה"לח,
און אין אַן אופן פון זריזות, חפזוןלט — לא עכבם אפילו כהרף עיןמ.
ובפרט אַז אידן טוען זייער עבודה איצטער (אין די לעצטע טעג פון גלות)מא אין אַן אופן פון זריזות וחפזון בכל עניני קדושה (וואָס זיינען אַלע אויך ענינים של שמחהמב), ביז אין אַן אופן פון לא עכבם אפילו כהרף עין,
כולל אין דעם ענין הנ"ל, אַז גלייך באַ דער התחלה פון „ביום עשתי עשר יום" (גלייך נאָך תפלת ערבית, שתיקן יעקב) באופן פון „לא עכבם" — גיט מען יעדער אידן, מאַן, פרוי און קינד, אַ385דאָלאַר אויף אַריינברענגען „שובע" און
צוזאַמען מיט בני חיי ומזוני רויחי,
וואָס דאָס וועט נאָכמער צואיילן די רויחימח וואָס *) איז כולל אויך דעם ענין זריזות וחפזון פון דער גאולה העתידה, התענוג,
ובאופן פון פריצת גדר הזמן (וויבאַלד
אַז דאָס קומט דורך דער עבודה פון בפשטות ובפשיטות למטה מעשרה „שמח"), און „נחלה בלי מצרים", נחלת טפחים, אַלס נשמות בגופים בזמן יעקב (שתיקן תפלת ערבית רשות),
און דערנאָך גלייך גיין טאַנצנדיק צו השלישי, וואָס ווערט אָנגערופן „בית"מג די הכנות פון חג הפסח כשר ושמחמט, (ווייל ער וועט זיין אַ בית נצחימד), כנגד
יעקב [דער „בחיר שבאבות"מה], האמיתית והשלימה — וואָס קומט נאָך *) כמאחז"למו „לא כאברהם שכתוב בו הר פאַר פסח, ובמילא קומט דערנאָך צו אין כו' ולא כיצחק שכתוב בו שדה כו', אלא דער חירות באופן פון הלך והוסיף ואור, כיעקב שקראו בית".
ומעין זה — האָבן אידן נאָך אין די
לעצטע רגעים פון גלות, כימי צאתך דעם — הלך והוסיף ואור.
*) ואחת — אנשים נשים וטף — שטר *) של
43) ראה הנסמן בהערה 46.
44) ראה זהר ח"א כח, א. ח"ג רכא, א.
45) ראה ב"ר פע"ו, א. זח"א קיט, ב. קמז, ב.
46) פסחים פח, א. וראה חדא"ג מהרש"א ועיון
יעקב לפסחים שם. — נתבאר בלקו"ש חט"ו ע' 231
לבסומי.
49) ראה לקוטי לוי"צ — אגרות ע' קצז.
* (
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא. אח"כ ניגנו הניגון „ווי וואָנט משיח נאַו"].
ב. צום אַלעם ערשטן — פותחין בברכהב: בשעת אידן טרעפן זיך צוזאַמען זאָגט אָן תורה אַז מ'זאָל אָנהויבן מיט אויסדריקן אַ ברכהג און גוטע וואונטשן צו אַלע צוזאַמענגעקומענע.
און אַ וואונטש און ברכה ע"פ תורה — קומט פון פנימיות הלב, פון טיפעניש פון האַרץ פון יעדער אידן, פון גרויס ביז קליין.
און ספּעציעל פון די ריינע הערצער פון קליינע אידישע קינדער, „הבל שאין בו חטא"ד, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה און אידישקייט מיט דער גאַנצער שטאַרקייט, ניט אָפּגעשוואַכט מצד די פאַרנומענקייט מיט וועלטלעכע זאַכן, ווי זוכן פרנסה, און ליגן אין מסחר, באַקומען אַ שטעלע און ענלעכעס, זיי זיינען דערפון אינגאַנצן באַפרייט און קענען ליגן אַ גאַנצן טאָג אין לערנען תורהה און מקיים זיין מצוות, און פירן זיך אין טאטגלעכן לעבן ווי אידישע קינדער דאַרפן זיך אויפפירן, ה"פאראד" — ה'תשמ"ז
ובפרט אַז דערצו האָבן זיי דעם כח פון די אבות ואמהותו, וואָס יעדער אידישער אינגעלע ווערט אָנגערופן בן אברהם יצחק ויעקב, און יעדע אידישע מיידעלע — בת שרה רבקה רחל ולאהז —
איז פאַרשטאַנדיק, אַז די אידישע קינדער, צוזאַמען מיט דעם כח פון די אבות ואמהות, גיבן איבער און דריקן אויס די ברכה (פותחין בברכה) פון פולן און טיפן האַרצן.
ג. און וויבאַלד דער אויבערשטער זאָגט „נערח ישראל ואוהבהו"ט, איז פאַרשטאַנדיק אַז אין צוגאָב צו פותחין בברכה וואָס אידן (און ספּעציעל אידישע קינדער) דריקן אויס — גיט צו דער אויבערשטער ברכות פון זיך וכמה פעמים ככה, פיל מערער, און גאָר אינגיכןי, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהיא, און אויך „הגדושה" (ווי עס שטייט אין דעם בעש"ט'ס סידור) — אַז די ברכות זיינען אין דער פולער מאָס, אַזוי פול אַז ס'גיסט זיך נאָך איבער.
און די ברכות פון דעם אויבערשטן קומען אַראָפּ צום אַלעם ערשטן — אין נאָכמער פאַרשטאַרקן און באַלעבן די387אויפפירונג פון די אידישע קינדער אין אַלע זאַכן פון אידישקייט, געזונטערהייט, בנשמתם ובגופם, בגשמיות וברוחניות.
און דורך דעם — קומט צו אין דעם אמת'ן נחת וואָס די קינדער ברענגען זייערע עלטערן, פאָטערס און מוטערס, זיידעס און באָבעס, און אַלע זייערע מחנכים און מחנכות, די אַלע וואָס האָבן געהאָלפן אין דער דערציאונג פון די קינדער,
אַזוי אַז דאָס גיט נאָכמער צו אין זייער השתדלות צו ערציען די קינדער, און טאָן דאָס אין גוטן געזונט און אין גוטער פרנסה.
ד. אין דעם אַלעם קומט צו נאָכמער ברכה והצלחה בשעת מערערע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען:
איינע פון די גרעסטע מצוות אין תורה איז די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך"יב, ליבשאַפט פון איין אידן צום צווייטן, ווי איר האָט ערשט געזאָגט: „ואהבת לרעך כמוך אמר רבי עקיבא זה כלל גדול בתורה"יג.
— וואָס דאָס איז ספּעציעל אונטערשטראָכן שטייענדיק אין דעם טאָג פון ל"ג בעומריד, יום הילולאטו ויום שמחתוטז פון רבי שמעון בן יוחאי, וואָס ער האָט געזאָגט „מדותי תרומות מתרומות מדותיו של ר' עקיבא"יז, ועאכו"כ אַז רשב"י האָט גענומען פון רבי עקיבא'ן דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך" אויף וועלכן רבי עקיבא (זיין רבי) האָט געזאָגט „זה כלל גדול בתורה".
און בשעת אידישע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען [בפרט אין ל"ג בעומר], איינער צוזאַמען מיט „רעך" ועאכו"כ מיט אַ סך פון „רעך" (אינגעלעך מיט אינגעלעך, און מיידעלעך מיט מיידעלעך) — ווערט נאָך לייכטער (פאַר יעדער קינד) צו מקיים זיין די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך", שטייענדיק פאַראיינציקט מיט אַ סך אַנדערע קינדער אַרום זיך.
און המעשה הוא העיקריח: אַז די אהבת ישראל (דורך דעם צוזאַמענקלייבן זיך) ווירקט אויף דעם טאָג טעגלעכן לעבן און אויפפירונג במעשה בפועל פון יעדער קינד אין לימוד התורה און קיום המצוות און אידישקייט בכלליט — דורך דעם וואָס יעדער קינד באַווייזט אַ דוגמא חי', אַ לעבעדיקן ביישפּיל פאַר די אַלע אידישע קינדער אַרום אים וועלכע פירן זיך אויף ווי ס'פּאַסט פאַר אידישע קינדער, גיט דאָס צו כח צו יעדערן פון די קינדער צו אָננעמען פעסטע באַשלוסן אויף נאָכמער צוגעבן אין אַלע ענינים פון אידישקייט, צום אַלעם ערשטן — אין דער מצוה פון388„ואהבת לרעך כמוך", און דורך דעם אין „ואידך"כ — אין אַלע אַנדערע מצוות.
און די אהבת ישראל (דורך דעם צוזאַמענקלייבן זיך בפרט אין ל"ג בעומר) איז אַזוי שטאַרק און טיף — אַז דאָס ווערט אַ פעולה נמשכת וואָס ווירקט אויף אַלע קומענדיקע טעג פון דעם גאַנצן יאָר, ביז מ'קומט צו ל"ג בעומר נעקסטן יאָר, וואָס דעמולט גיט מען צו נאָכמער לעבעדיקייט,־מיט געזונט בגשמיות וברוחניות — אין אהבת ישראל, און אין לימוד התורה וקיום המצוות בכלל.
ה. און די אויפפירונג פון די קינדער ווירקט אויך אויף זייערע עלטערן און מחנכים ומחנכותכא — אַז זיי זאָלן נאָכמער צוגעבן אין דער ערציאונג פון די קינדער דורכגענומען מיט ליבשאַפט (אהבת ישראל), וואָס דאָס (ליבשאַפט) גיט צו נאָכמער הצלחה אין ערציען די קינדער, און אין גוטן געזונט און פרנסה, און מיט אַ סך נחת פון קינדער און קינדס קינדער (ווי גערעדט פריער).
און דאָס האָט אויך אַ ווירקונג אויף אַלע קומענדיקע טעג — סיי בנוגע צו דער ערציאונג פון אָט די קינדער, און אויך בנוגע צו דער השפעה אויף אַנדערע אידן — דורך דעם וואָס די עלטערן און מחנכים דערציילן אַנדערע עלטערן און מחנכים (וואָס זיינען איצטער דאָ ניטאָ) וועגן דעם איצטיקן צוזאַמענקלייבן זיך, און מ'גיט זיי איבער וועגן די גוטע בשורות אַז מ'האָט געזען ווי אידישע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען מיט אַ פעסטן באַשלוס נאָכמער צוצוגעבן אין אידישקייט,
און אַז מ'דערציילט דאָס זיי אין אַן אופן פון דברים היוצאים מן הלב, און דורך באַווייזן אַ דוגמא חי' — איז דעמולט נכנסים אל הלבכב ופועלים פעולתם, דאָס גייט גלייך אַריין אין דער אידישער האַרץ פון יעדער פאָטער און מוטער, יעדער מהנך און מחנכת, אַז זיי זאָלן דערנאָך אויך טאָן אין דעם הינזיכט און ריכטונג, און אַליין ווערן (נאָך גרעסערע) „נרות להאיר" אויף משפיע זיין און ווירקן אויף אַלע עלטערן און מחנכים אַרום זיי.
ו. און אַזוי ווי דער צוזאַמענקלייבן זיך פון מערערע קינדער (אהבת ישראל) גיט צו אין די ברכות והצלחות פון דער עבודה פון די קינדער און זייערע עלטערן און מחנכים — אַזוי גיט עס אויך צו אין די ברכות פון דעם אויבערשטן (נוסף אויף די ברכות אין אַלגעמיין כנ"ל ס"ג), זעענדיק און האָבנדיק נחת דערפון וואָס זיינע קינדער (אידן) קלייבן זיך צוזאַמען מיט אַ ליבשאַפט איינער צום צווייטןכג.
ז. אין צוגאָב צו דעם אויבנדערמאָנטן אַלגעמיינער אינהאַלט פון דעם צוזאַמענקלייבן זיך (בנוגע צו דער הוספה פון אידישע קינדער אין תורה ומצוות) — דאַרף מען אויך אַרויסנעמען אַ ספּעציעלע אָפּלערנונג389פון דער באַשטימטער צייט ווען דער צוזאַמענקלייבן זיך קומט פאַר — די ימי הספירה, און דעמולט גופא — אין דעם אויסגעטיילטן טאָג פון ל"ג בעומרכד, דער דיי־אוןדרייסיקסטער טאָג פון ספירת העומר, וועלכע זאָל נאָכמער צוגעבן אין די גוטע אויפפירונג פון אידישע קינדער,
וואָרום ווי גוט די אויפפירונג איז געווען ביז איצטער, איז אין גוטסקייט קיין ענדע ניטאָ, וויבאַלד אַז דאָס קומט פון דעם מקור הטוב, דער אויבערשטער, וואָס ער איז איןסוף, דעיבער קען מען אַלעמאָל צוגעבן אין דער גוטער אויפפירונג, אַלץ מערער און מערער עד איןסף
און דאָס גיט אויך צו אין דעם אויבערשטן'ס ברכות, סיי צו די קינדער, סיי צו זייערע עלטערן און ערציערס — אַז זיי זאָלן נאָכמער מצליח זיין אין דאָס אַלעס אויבנגערעדטע, און אין גוטן געזונט, ומתוך שמחה וטוב לבבכה, וואָס דאָס גיט צו נאָכמער הצלחה און נאָכמער ברכות אין דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע.
ח. בכדי אַרויסצונעמען די ספּעציעלע אָפּלערנונג פון ימי הספירה בכלל און ל"ג בעומר בפרט — דאַרף מען אַריינקוקן אין תורה, וועלכע ווערט אָנגערופן „תורה אור"כו, זי איז אַ ליכטיקע תורה דערפאַר וואָס זי גיט אַרויס ליכטיקע און קלאָרע אָנווייזונגעןכז, ותורת חיים ווי מ'דאַרף זיך אויפפירן אין טא־טעגלעכן לעבן.
אַן אָנווייזונג צום אַלעם ערשטן פאַר קליינע קינדער, אָבער אויך און נאָך שטאַרקער — פאַר זייערע עלטערן, עלטערע ברידער און שוועסטער, מחנכים ומחנכות, און פאַר דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
ואדרבה: דער ביישפּיל פון די קליינע קינדער ווירקט אויך אויף די עלטערע, אַז זיי זאָלן דורכפירן די אָנווייזונגען מיט נאָכמער שטאַרקייט,
ווי מ'האָט געלייענט און געלערנט אין דעם שבת ערב ל"* ג בעומר — „אמור גו' ואמרת"כח, און חז"לכט טייטשן אָפּ „להזהיר גדולים על הקטנים", וואָס איינער פון די פירושים אין דעם איזל: דורך דעם וואָס די גדולים זיינען מחנך די קטנים, ווערט „להזהיר" מלשון זוהר ואורלא אין די גדולים,
כמ"שלב „והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים", די בנים גיבן צו נאָכמער ליכטיקייט אין די הערצער, אין די רייד און אין די טועכצן (מחשבה דיבור390ומעשה)לג פון די גדולים, אַז זיי זאָלן נאָכמער צוגעבן אין אַלע גוטע זאַכן.
איינגעשלאָסן און ספּעציעל — אין דער ליכטיקער אָנווייזונג פון די עצם ימי הספירה, און פון ל"ג בעומר, ווי ווייטער ערקלערט.
ט. איינע פון די ערקלערונגען אין „תורה אור" אויף דעם ענין פון ספירת העומר איז — אַז דאָס קומט אַלס אַ צוגרייטונג צו חג השבועות, זמן מתן תורתנו:
בשעת אידן זיינען אַרויס פון עבדות וגלות מצרים, און נאָך פאַר דעם געהערט פון משה רבינו אַז יציאת מצרים איז על מנת עס זאָל זיין „תעבדון את האלקים על ההר הזה"לד, האָבן זיי געציילט די טעג: ווען וועט שוין זיין מתן תורה און קבלת התורה ביים באַרג סיני. און דערפאַר האָט מען באַשטימט (לויט כמה מפרשיםלה) אַז אידן זאָלן יעדן יאָר ציילן די טעג צווישן פסח און שבועות, צו באַווייזן זייער בענקשאַפט און אומגעדולד צו קבלת התורה פוןדאָס־ניי בזמן מתן תורתנולו, און ניט נאָר באופן פון „כחדשים"לז נאָר „חדשים"לח ממש, כנוסח ברכת התורה — „נותן התורה" לשון הווהלט.
יוד. אַ צוגאָב הסברה אין דעם:
אידן האָבן געוואוסט אַז זיי גייען באַקומען אַ תורה וואָס זי איז „חמדה גנוזה"מ, די טייערסטע זאַך וואָס איז דאָ באַם אויבערשטן.
דאָס הייסט, כאָטש אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די גאַנצע וועלט — ווי איר האָט ערשט געזאָגטמא „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"מב, אַלע הימלען און די גאַנצע ערד, און אַלץ וואָס געפינט זיך דאָרט (כל צבאיהם)מג, וואָס דערפוןמד איז פאַרשטאַנדיק די טייערקייט פון דער וועלט מיט אַלע אירע באַשעפענישן, ובפרט אַז צווישן די באַשעפענישן זיינען פאַראַן גאָר טייערע זאַכןמה — פונדעסטוועגן קומט דאָס אַלץ ניט צו דער תורה וואָס זי איז „חמדה", די טייערסטע זאַך פון דעם אויבערשטן, און אַזוי טייער — אַז זי איז „גנוזה", באַהאַלטן, אפילו פון די גרעסטע מלאכיםמו!
און אָט די „חמדה גנוזה" האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן — אין דער391פולסטער מאָס און אין דעם אָפענסטן אופן (ניט באופן פון „גנוזה") — דוקא צו אידן, „בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו"מז, אָנהויבנדיק גלייך ווי אַ אידיש קינד ווערט געבאָרן, ווי עס שטייט „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"מח, וואָס ירושה איז אַז גלייך ווי אַ קינד ווערט געבאָרןמט ירש'נט ער די גאַנצע תורה עד סוף כל הדורות, און קען אין דעם: לערנען און פאַרשטיין און מחדש זיין (היפך פון „גנוזה")נ.
און דעריבער, גלייך ווי אַ קליין קינד מתחיל לדבר לערנט מען מיט אים אותיות פון תורה, און נאָך פאַר דעם — גלייך ווי ער ווערט געבאָרן — הענגט מען אויף אין זיין חדר פסוקים פון תורה, און בשעת מ'דאַרף אים איינשלעפערן, זינגט מען פאַר אים (כמנהג ישראל) אַז „תורה איז די בעסטע סחורה" [„חמדה גנוזה"], און זי איז בעסער און טייערער פון די טייערסטע זאַכן אין השמים והארץ וכל צבאיהם.
וואָס דערמיט איז גאָר פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אידן האָבן געציילט די טעג ביז מתן תורה (און אַזוי אויך יעדן יאָר ציילן אידן די טעג ביז זמן מתן תורתנו פון־דאָס־ניי) — ווייל דערהערנדיק אַז מ'גייט באַקומען די „חמדה גנוזה", די טייערסטע זאַך פון דעם אויבערשטן — (און אַזוי ווערט דאָס אויפגעטאָן פוןדאָס־ניי באַ יעדער זמן מתן תורתנו) הויבט מען אָן ציילן די טעג מיט בענקשאַפט און אומגעדולד: ווען וועט מען שוין באַקומען די תורה.
יא. און די בענקשאַפט און צוגרייטונג צו מתן תורה האָט זיך אויסגעדריקט אין דעם אַז אידן האָבן יעדן טאָג געטאָן אַן עבודהנא אַלס צוגרייטונג צו מתן תורה.
נאָכמער: יעדער טאָג איז צוגעקומען אַ הוספה אין דער בענקשאַפט און אין דער עבודה אַלס הכנה צו מתן, תורה, באופן פון מוסיף והולך ואור,
ווי אויסגעדריקט אין דעם נוסח הספירה: מ'ציילט ניט במספר סידורי „היום יום שני", „יום שלישי", „יום שלשים ושלשה", א.אַ.וו., נאָר „היום שני ימים", „שלשה ימים", „שלשה ושלשים יום", וואָס דאָס באַווייזט אַז אין צוגאָב וואָס יעדער טאָג טוט אויף מצד עצמו, האָט ער אין זיך אויך דעם גאַנצן שטורעם און ווירקונג פון אַלע פריערדיקע טעגנב:
ביום שני לעומר — האָט מען (אין צוגאָב צו דער עבודה פון יום שני) אויך דעם יום ראשון — „שני ימים", די עבודה און פעולה פון צוויי טעג הכנה צו מתן תורה, ביום שלישי — די עבודה און פעולה פון „שלשה ימים" הכנה צו מ"ת, און ביום ל"* ג בעומר — די עבודה און פעולה פון „שלשה ושלשים יום" הכנה צו מ"תנג, א.אַ.וו. באופן פון מוסיף392והולך ואור, ביז אַז מ'ציילט און מ'האָט אַלע ימי הספירה, „שבע שבתות תמימות תהיינה", וואָס דעמולט גיט דער אויבערשטער די תורה.
יב. דערפון איז פאַרשטאַנדיק די קלאַרע אָנווייזונג פון דעם וואָס דער צוזאַמענקלייבן זיך קומט פאַר אין ימי הספירה:
די ימי הספירה לערנען יעדער אידן, פון קליין ביז גרויס (וואָס יעדערער פון זיי ירש'נט די גאַנצע תורה) — אַז יעדער טאָג דאַרף מען ציילן און בענקען ווען וועט מען שוין באַקומען די תורה באופן פון „חדשים", מיט באַנייטע שטאַרקייט און לעבעדיקייט אין זמן מתן תורתנו.
און דאָס דאַרף זיך אויסדריקן אין דעם וואָס דער איד גרייט זיך צו זמן מתן תורתנו — דורך אָננעמען פעסטע באַשלוסן, און זיי אַרויסברענגען בפועל אין צוגעבן בלימוד התורה וקיום המצוות, אויך אַלס צוגרייטונג צו מתן תורה מחדש.
און אין אַן אופן פון מוסיף והולך ואור, אַז ער פאַרגעסט ניט ח"ו וועגן די פריערדיקע צוגרייטונגס טעג (ימי הספירה), נאָר ער ציילט „היום שני ימים", „היום שלשה ימים", א.אַ.וו. — ער האָט די עבודה פון אַלע פריערדיקע טעג, און ער שטייגט און וואַקסט אין דעם נאָכמער.
אַזוי אויך בשעת אידישע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר, דער דיי־און־דרייסיקסטער טאָג פון ספירת העומר — וואָס יעדערער פון די קינדער האָט גע'ירש'נט די גאַנצע תורה, „חמדה גנוזה" פון דעם אויבערשטן — פאַרגעסן זיי ניט, ח"ו, וועגן דעם צוויי־און־דייסיקסטן טאָג און די פריערדיקע טעג פון ספירה, נאָר זיי האָבן און פילן אויך די עבודה און פעולה פון אַלע פריערדיקע צוויי און דרייסיק טעג, אַזוי אַז מ'האָט היינט „שלשה ושלשים יום" הכנה צו מתן תורהנד.
און דערנאָך האַלט מען אין איין שטייגן אין אַלע זאַכן פון תורה און מצוות פון טאָג צו טאָג, ביז מ'וועט באַקומען די תורה פון־אָס־ניי בזמן מתן תורתנו, געזונטערהייט און פריילעכערהייט.
ובפרט אַז יעדערער פון אייך וועט זיין חג השבועות אין אַ בית הכנסת און הערן די „עשרת הדברות"נה, צוזאַמען מיט דער ברכה וואָס דער עולה לתורה בענטשט אויף זיי פון־דאָס־ניי — און דער גאַנצער קהל ענטפערט אויף דעם „אמן"נו — בענטשט „ברוך כו' נותן התורה" לשון הווה, אַז דער אויבערשטער גיט פון־דאָס־ניי די עשרת הדברות, וועלכע זיינען אין זיך כולל די גאַנצע תורהנז.
און אויך דערצו הויבט מען זיך אָן צוגרייטן און אָננעמען באַשלוסן אין די ימי הספירה (וועלכע זיינען אַ צוגרייטונג צו393זמן מתן תורתנו), און אין אַן אופן פון מוסיף והולך ואור — סיי מאַכן ליכטיקער באַ זיך, און סיי מאַכן ליכטיק אַרום זיך (כנ"ל).
און פון דער אָנווייזונג פון ימי הספירה — לערנט מען זיך אָפּ אויף אַלע טעג פון יאָר, אַז מ'האַלט אין איין „ציילן", וואַקסן און שטייגןנח אין אַלע זאַכן פון תורה ומצוות, וואָרום מתן תורה איז דאָ בכל יום ויום, „בכל יום ויום יהיו בעיניך חדשים", „נותן התורה" לשון הווה.
יג. און דורך דעם וואָס אידן שטייגן און וואַקסן אין תורה ומצוות (ווי מ'לערנט עס אָפּ פון די ימי הספירה) — קומט אויך צו אין די ברכות פון דעם אויבערשטן (אין צוגאָב צו די אויבנדערמאָנטע ברכות (כנ"ל ס"ג, ס"ו)),
ווי מ'לערנט אין דער סדרה פון היינטיקער וואָך (וועלכע הויבן זיך אָן פון דעם זונטאָג) — „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו גו'"נט, וועלן מקויים ווערן די ברכות וועלכע ווערן אויסגערעכנט גלייך נאָך דעם בהסדרה, וואָס זיי זיינען כולל אַלע ברכות.
יד. אין צוגאָב צו דער אָנווייזונג פון ימי הספירה אין אַלגעמיין, האָט מען אויך אַן אָנווייזונג דערפון וואָס אין די ימי הספירה גופא שטייט מען היינט אין ל"* ג בעומר, יום ההילולא ויום שמחתו פון רבי שמעון בן יוחאי:
בשעת אַ קינד הערט די אויבנדערמאָנטע אָנווייזונג פון ימי הספירה, אַז ער דאַרף האַלטן אין איין שטייגן אין תורה ומצוות יעדן טאָג — קען ביי אים ווערן אַ שאלה: ווי אַזוי קען ער דאָס טאָן, דאָס איז דאָך אַ שווערע זאַך, ובפרט ווען מ'געפינט זיך אין זמן הגלות?
זאָגט רבי שמעון בן יוחאי — וואָס היינט, ל"* ג בעומר, איז זיין יום הילולאס און יום שמחתו — אַז „בוא וראה כמה חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהם כו', גלו לאדום שכינה עמהם כו'"סא.
ד.ה. אַז וואו אַ איד געפינט זיך, אפילו אַ פּיצל קינד, אפילו אין טיפעניש פון גלות, און גלות אדום (דער שווערסטער גלותסב) — געפינט זיך מיט אום דער אויבערשטער, שוכן אין עם — יעדער טאָג און יעדער רגע,
און ווי איר האָט ערשט געזאָגטמא: „והנה ה' נצב עליו כו' ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי"סג.
איז דערפון פאַרשטאַנדיק אפילו בשכל (עאכו"כ מצד אמונה פשוטה), וויבאַלד אַז דער אויבערשטער געפינט זיך אַלעמאָל צוזאַמען מיט יעדערן און מיט יעדער אידיש קינד — האָט מען די394כחות (פון דעם אויבערשטן) צו זיין „עובדו כראוי" און אַלץ אויספירן, כולל אויך — האַלטן אין איין שטייגן אין תורה און מצוות אפילו אין חושך הגלות.
טו. און נאָכמער: דאָס גיט אויך כח דעם אידן אַז ער זאָל קענען טאָן די עבודה (פון שטייגן בתומ"צ אפילו בזמן הגלות) מתוך שמחה וטוב לבב: בשעת ער ווייסט אַז דער אויבערשטער געפינט זיך צוזאַמען מיט אים, ניט קוקנדיק אויף דעם ריחוק הערך צווישן זיי, פאַרשאַפט דאָס אים די גרעסטע שמחהסד.
ובפרט ווי איר האָט ערשט געזאָגטסה: „ישמח ישראל בעושיוסו פי' שכל מי שהוא מזרע ישראל יש לו לשמוח בשמחת ה' אשר שש ושמח בדירתו בתחתונים". ד.ה. אַז אין צוגאָב צו דער שמחה פון אַ אידן מצד דעם וואָס דער אויבערשטער געפינט זיך מיט אים — באַקומט ער שמחה בכפליים דערפון וואָס דער אויבערשטער איז שש ושמח בדירתו בתחתוניםסז, דער ענין פון „ישמח ה' במעשיו"סח (שמחת השם אין השם'ס מעשים).
און אין דעם גופא (די עבודה מתוך שמחה) באַקומט מען ספּעציעלע כחות פון דעם היינטיקן טאָג, ל"ג בעומר [אין צוגאָב צו דער שמחה וואָס מ'האָט פון דברי רשב"י אַז „בכל מקום שגלו שכינה עמהם"] — יום שמחתו של רשב"י,
ווי באַוואוסטסט האָט רשב"י געוואָלט און געבעטן אַלע אידן אַז זיי זאָלן זיך משמח זיין אין דעם טאָג (זיין יום הילולא). און וויבאַלד אַז ער האָט אַזוי געבעטן — איז פאַרשטאַנדיק אַז מען גיט די כחות צו אידן אַז זיי זאָלן דעמולט שטיין בשמחה אמיתית, אין צוגאָב צו דער שמחה וואָס מ'האָט דערפון וואָס דער אויבערשטער געפינט זיך מיט אים, „ישמח ישראל בעושיו".
וואָס דעמולט — בשעת מ'טוט די עבודה (פון שטייגן בתומ"צ) מתוך שמחה — גיט עס צו נאָכמער הצלחה אין דער עצם עבודה, ווי דער אויבערשטער האָט אַריינגעשטעלט אין דער טבע פון אַ מענטשן, אַז אין אַ טאָג פון שמחה טוט ער אַ סך מער און מיט מער הצלחה ווי אין אַן איינפאַכן טאָג. ביז אַז שמחה פורץ גדרע — דאָס איז מבטל אַלע מיצרים וגבולים (ובפרט אַז מ'האַלט שוין נאָך יציאת מצרים), און גיט אַ מעגלעכקייט צו טאָן די עבודה אין אַן אופן פון מוסיף והולך ואור.
און במילא טוט עס אויף אַז אַלע באַשלוסן און פעולות בל"ג בעומר, ובפרט אין דעם ענין פון שטייגן בתומ"צ (דער לימוד כללי פון ימי הספירה), זאָלן זיין אין אַ פאַרשטאַרקטן פאָרם און מיט נאָכמער הצלחה, און דאָס ווערט אויך אַ פעולה נמשכת אויף אַלע טעג פון דעם יאָר, אַז מ'זאָל נאָכמער מצליח זיין אין שטייגן אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
טז. און דורך דעם וואָס עס קומט צו אין „בחוקותי תלכו ואת מצוותי395תשמרו" (מצד דעם וואָס מ'טוט עס מתוך שמחה) — קומט אויך צו אין די ברכות פון דעם אויבערשטן וואָס ווערן אויסגערעכנט אין דער פרשה.
ובפרט אַז דורך דער עבודה פון אידן מתוך שמחה קומט אויך צו כביכול, אין „ישמח ה' במעשיו"עא: אַזוי ווי „ישמח ה' במעשיו" גיט צו אין „ישמח ישראל בעושיו" (כנ"ל), אַזוי איז אויך לאידך גיסא: בשעת דער אויבערשטער זעט אַז „ישמח ישראל בעושיו", ווי אַ איד (און ספּעציעל אַ אידיש קינד) פרייט זיך מיט דעם אויבערשטן וואָס געפינט זיך צוזאַמען מיט אים — גיט עס נאָכמער צו אין „ישמח ה' במעשיו", אין דער פרייד (און די ברכות) פון דעם אויבערשטן מיט (צו) אידן,
און דורך זיי — אויך „(ישמח ה') במעשיו" בכלל, די גאַנצע וועלט, שמים וארץ וכל צבאיהם, וואָס ווערט געבענטשט און איז און בלייבט קיים אין דעם זכות פון „הבל תינוקות של בית רבן"ד,
און געבענטשט מיט אַלע ברכות פון היינטיקער פרשה, כולל ובמיוחד די ברכה פון „ונתתי שלום בארץ"עב, אַז כל הארץ (העולם) זאָל זיין קיים באופן פון שלום ושלימות,
און די ברכה (ברכת שלום) איז כולל אַלע ברכותעג — דורך דעם ווערן נמשך אַלע ברכות בעולם, און אין אַ ליכטיקן אופן און אַן אָפענעם אופן.
יז. דערביי קומט צו נאָך אַן אָפּלערנונג:
וויבאַלד אַז „אין העולם מתקיים אלא בשביל תינוקות של בית רבן"ד, און בזכותם ווערט די גאַנצע וועלט געבענטשט פון דעם אויבערשטן („ישמח ה' במעשיו") — איז פאַרשטאַנדיק אַז די אויפפירונג פון אידישע קינדער האָט אויך אַ השפעה ופעולה אויף דער גאַנצער וועלט, „את השמים ואת הארץ", און אויף אַלע זאַכן און פעלקער פון דער וועלט, אַז דאָרט זאָל מקויים ווערן ברכתו של הקב"ה „ונתתי שלום בארץ".
און דאָס איז אויך אונטערשטראָכן אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר, ווען אידישע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען ביום שמחתו של רשב"י, „ישמח ישראל בעושיו" וואָס גיט צו אין „ישמח ה' במעשיו" (כנ"ל).
און אַזוי ווי יעדער איד האָט די כחות צו טאָן בתומ"צ מצד דעם וואָס „שכינה עמהם" — אַזוי האָט מען אויך די כחות צו פועל'ן אויף די גאַנצע וועלט און אויף אַלע פעלקער, וואָרום אפילו ווען „גלו לאדום" (בין העמים) איז „שכינה עמהם".
דער רמב"ם פסק'נטעד אַז יעדער איד איז אָנגעזאָגט געוואָרן צו משפיע זיין אויף אַלע פעלקער פון דער וועלט („כל באי העולם"), אַז זיי זאָלן מקבל זיין אויף זיך די מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן, די אַזיגערופענע „שבע מצוות בני נח", זיבן כללות'דיקע מצוות, וועלכע זיינען אָבער כולל אַ סך396פרטים ופרטי פרטיםעה. און זיי זאָלן די מצוות מקיים זיין „מפני שצוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י משה רבינו"עו.
וואָס דער אינהאַלט פון די מצוות (מיט זייערע פרטים) איז — צו אויספירן דעם „לשבת יצרה"עז, ישוב העולם, אַז די וועלט זאָל „באַוואוינט" ווערן, זיין אַ פּאַסיקער אָרט אויף לעבן דאָרט בשלום ומנוחה.
ובלשון הברכה אין היינטיקער סדרה — „ונתתי שלום בארץ": דורך דעם וואָס די פעלקער זיינען מקיים די שבע מצוות בני נח — איז דאָס מחזק ומוסיף אין „ונתתי שלום בארץ",
סיי אין איינפאַכן זין: שלום צווישן איין פאָלק מיט דעם צווייטן, שלום צווישן איין מענטשן מיטן צווייטן, מעין דעם מצב וואָס וועט זיין בגלוי גאָר אינגיכן ווען משיח וועט קומען (ווי דער רמב"ם שרייבטעח): „לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות כו'", עס וועט בטל ווערן הונגער, אַלע מלחמות, און אַלע „ענגע" זאַכן (מיצרים וגבולים),
און סיי אין אַ ברייטערן זין: שלום (ושלימות) צווישן דעם אויבערשטן מיט „מעשיו"עט, אַלע פעלקער און אַלע בעלי חיים און אַלע צומח ודומם, וואָס זיי ווערן אַלע אָנגערופן „מעשיו", כמ"שפ „בדבר ה' שמים נעשו", „וירא אלקים את כל אשר עשה"פא. ביז אַז עס ווערט ניט נאָר שלום צווישן הקב"ה און מעשיו, נאָר „ישמח ה' במעשיו", וואָרום זיי זיינען מקיים דעם רצון פון דעם אויבערשטן, און זיי אַנערקענען אַז דער אויבערשטער איז דער באַשאַפער און אָנפירער פון דער גאַנצער וועלט און פון אַלע אירע פעלקער און באַשעפענישן, מעין פון דעם מצב וואָס וועט זיין בגלוי ווען משיח וועט קומען — „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד"פב, „והיתה לה' המלוכה"פג.
יט. אין דעם קומט צו די ספּעציעלע אונטערשטרייכונג פון אָט דעם צוזאַמענקלייבן זיך פון אידישע קינדער בל"ג בעומר, ובפרט היינטיקן יאָר ווען מ'לייענט דעמולט די סדרה וואו עס שטייט „ונתתי שלום בארץ" — צו אויך איינווירקן אויף די אומות העולם, אַז זיי זאָלן מקיים זיין די שבע מצוות בני נח מיט אַלע פרטים און פרטי פרטים,
ספּעציעל דורך דעם לעבעדיקן ביישפּיל פון אידישע קינדער וואָס קלייבן זיך צוזאַמען און פרייען זיך צוזאַמען, אין אַן אופן פון „ואהבת לרעך כמוך", קינדער וואָס באַ זיי איז ניטאָ קיין זאָגן היפך האמת ח"ו, אָדער צונעמען עפּעס ביי אַ צווייטן קינד ח"ו, ואדרבה — די קינדער זיינען זיך משתדל טאָן אַלץ מעגלעכע אין דעם קו פון צדקה, אַרויסהעלפן די אַרום זיך,397און אַ צדקה מידו המלאה הפתוחה הקדושהפד והרחבה (פון דעם קינד).
פאַרשטאַנדיק,
לעבעדיקער ביישפּיל ווירקט אויף די אומות העולם וואָס זען אָדער הערן דערפון — אַז זיי זאָלן אויך זיין אָפּגעהיט פון שקרפה און גניבה וגזילה (ועד"ז בנוגע צו דעם קיום פון די אַנדערע פון די שבע מצוות), און באַ זיי זאָל זיין דער ענין פון צדקה (וואָס איז איינע פון זייערע מצוותפו), וועט בדרך ממילא בטל ווערן הונגער און מלחמות אין וועלט, וויבאַלד אַז די פעלקער זיינען דורכגענומען מיט געפילן פון חסד וצדקה.
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די מצוות — האָט מען דעם כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"פז, אַז מ'האָט די כחות דאָס דורכצופירן, און אויך איינווירקן אויף די אַלע אַרום, ומתוך שמחה וטוב לבב.
כ. אין דעם ענין פון די שבע מצוות איז לעצטנס צוגעקומען נאָך אַ זאַך וואָס מאַכט נאָך לייכטער דאָס דורכצופירן:
דער פּרעזידענט פון דער מדינה (ארצות הברית) האָט מכריז געווען אין אַן אָפיציעלער דערקלערונג צו אַלע איינוואוינער פון דער מדינה — די וויכטיקייט פון קיום שבע מצוות בני נח, ובהדגשה צו טאָן דאָס דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי אָנגעזאָגט. און דער פּרעזידענט גיט צו, אַז על יסוד זה האָט מען געגרינדעט די מדינה און איר „אינדעפּענדענס" (אונאָפּהיינגיקייט).
דערצו ווענדעט זיך דער פּרעזידענט אויך צו די מושלים און אָנפירער פון אַנדערע מדינות — אַז זיי זאָלן זיך ווענדן צו די איינוואוינער פון זייערע מדינות וועגן אָפּהיטן די שבע מצוות בני נח, כנ"ל אויך צוליב דער תועלת פון די תושבי המדינה, אַז עס זאָל זיין „שלום בארץ", ועאכו"כ עס זאָל ניט זיין קיין רעב ומלחמה ומחלוקת וכו'.
ויהי רצון אַז די ווענדונג פון פּרעזידענט זאָל מצליח זיין, סיי בנוגע צו די איינוואוינער פון דער מדינה, און סיי בנוגע צו די מנהיגים פון אַנדערע מדינות, אַז דאָרטן זאָל אויך אַרויס בגלוי דער אָפּרוף פון די מנהיגי המדינה, אַז יעדערער זאָל מקיים זיין די שבע מצוות בני נח, מיט אַלע פרטים ופרטי פרטים.
כא. דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז אין צוגאָב צו מקיים זיין די אויבנגערעדטע ליכטיקע אָנווייזונגען וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון די צוויי כלליות'דיקע זאַכן (ימי הספירה בכלל, און ל"ג בעומר במיוחד) — זאָל זיין תןפח לחכם ויחכם עוד:
בשעת מ'זאָגט אַ קלוגן קינד (אפילו אַ קליין קינד) אַ קלוגע זאַך — זאָגט תורה אַז עס ווערט „ויחכם עוד", ער גיט צו כהנה וכהנה, און ער וועט דערנאָך398האַלטן אין וואַקסן אין חכמה בינה דעת, אין תורה וואָס „היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים"פט, ביז אַז דאָס דריקט זיך אויס אין זיין טא־טעגלעכער אויפפירונג, אין „בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו".
און דורך דעם באַקומט מען די אַלע ברכות וואָס שטייען נאָכדעם, ביז די ברכה „ואולך אתכם קוממיות"צ, אַז דער איד שטייט מיט אַ שטאַרקייטצא, מיט לעבעדיקייט און מיט צופרידנקייט בכלל, און בפרט צוליב דעם וואָס ער האָט זוכה געווען צו לערנען דעם אויבערשטן'ס תורה און מקיים זיין זיינע מצוות, און אויך ווירקן אויף די גאַנצע וועלט און אַלע אירע פעלקער זיי זאָלן מקיים זיין די שבע מצוות בני נח.
און טאָן אין דעם אַלעם מיט שמחה, ובאופן פון מוסיף והולך ואור (ניט האָבנדיק מיצרים וגבולים, וואָס שמחה איז דאָס מבטל), אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער.
ביז מ'באַקומט די אמת'ע ליכטיקייט פון „והי' לך הוי' לאור עולם"צב, ג־טלעכקייט ווערט די ליכטיקייט פון אידן און פון אַלע פעלקער און פון דער גאַנצער וועלט, וואָרום „והיתה לה' המלוכה", און ביי אַלע פעלקער ווערט „לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד".
און וויבאַלד אַז אַלע פירן זיך אויף לויט די מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן, אידן — תרי"ג מצוות, און אומות העולם — שבע מצוות מיט זייערע פרטים — ווערן זיי אַלע געבענטשט פון דעם אויבערשטן מיט אַלע ברכות וואָס דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט פאַר „את מצוותי תשמרו".
כב. ס'איז געוואָרן אַ מנהג ישראל אַז מ'פאַרבינדט אַ צוזאַמענקלייבן־זיך מיט אַן ענין פון צדקה.
איינער פון די טעמים אויף דעם, און ספּעציעל בהמשך צו דאָס אויבנגערעדטע:
מ'האָט פריער גערעדט, אַז ע"פ תורה קומט אידן שכר אויף זייער עבודה. ווי דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט, אַז „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו" צאָלט ער שכר העבודה — די אַלע ברכות וואָס ווערן דערנאָך אויסגערעכנט, און דאָס איז אַ פאַרדינטער שכר וואָס קומט מדה כנגד מדהצג (וכמה פעמים ככהצד) פאַר דער עבודה ויגיעה פון אידן.
ד.ה. אַז דער אויבערשטער האָט זיך כביכול מחייב געווען צו אָפּצאָלן שכר פאַר זייער עבודהצה, בענטשן זיי אין399אַלע זאַכן וואָס זיי נויטיקן זיך, אָנהויבנדיק פון הצלחה אין דער עבודה פון לימוד התורה וקיום המצוותצו, כנ"ל.
ולדוגמא בעניננו: אידישע קינדער הויבן אָן יעדער טאָג פון זייער לעבן מיט זאָגן „מודה אני לפניך מלך חי וקיים", און דאַוונען דערנאָך צום אויבערשטן און לערנען דעם אויבערשטן'ס תורה און זיינען מקיים זיינע מצוות. האָט זיי דער אויבערשטער צוגעזאָגט שכר.
ועד"ז בנוגע צו די עבודה פון אומות העולם — זאָגט זיי צו דער אויבערשטער שכרצז.
וואָס אויך די שכר און די ברכות קומען „מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה" פון דעם אויבערשטן, במילא איז דאָס באופן פון־ביז איןסוף פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז דער שכר איז מדה כנגד מדה, איז דאָס סוף סוף געמאָסטן לויט די עבודה פון אידןצח, לויט וויפל זיי האָבן פאַרדינט.
כג. דער אויבערשטער, וואָס ער איז עצם הטוב, האָט אָבער געוואָלט אַז בשעת מענטשן טוען זייער עבודה זאָלן זיי באַקומען, נוסף אויף ברכה ושכר מדה כנגד מדה, געמאָסטן לויט די עבודה פון נבראים מוגבלים, אויך שכר וברכה וואָס איז בלי גבול לפי מדתו של הקב"ה.
וואָס די ברכה והמשכה ווערט אָנגערופן בשם „צדקה"צט, „לך הוי' הצדקה"*100) — וואָרום ווי רייך און גרויס אַ נברא זאָל זיין, קומט עס ניט צו די רייכקייט און גרויסקייט פון דעם אויבערשטן, וואָס ער האָט באַשאַפן אַלע נבראים (שמים וארץ וכל צבאיהם), און „לי הכסף ולי הזהב"קא ולי כל ענינים שבעולםקב — במילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווי גרויס אַ נברא זאָל זיין, איז אין פאַרגלייך מיטן אויבערשטן, כביכול — איז ער ווי אַן עני המקבל צדקה פון אַן עשיר באין ערוך.
און די צדקה של הקב"ה (לך הוי' הצדקה) איז געמאָסטן לפי הישג יד הנותן, ווי דער דין איז באַ צדקהקג אַז דאָס דאַרף זיין כפי „מסת נדבת ידך" [ווי עס שטייט במיוחד בנוגע צו חג השבועותקד], לפי הישג יד הקב"ה — באופן של בלי גבולקה. ובאופן פון סבר פנים יפות (ווי דער דין איז באַ צדקה למטהקו), באור פני מלך חייםקז, ובכלל — אריכות ימים ושנים טובות, טובות אין אַלע הינזיכטן.
400כד. אָבער לאידך גיסא — איז דאָס אַ בכבוד'דיקע צדקה, וואָרום: א) דאָס ווערט געגעבן פון דעם אויבערשטן, ב) צו אַזאַ מקבל וואָס איז רייךקח אין אידישקייט וקיום תרי"ג מצוות — און דורך מצוות ווערט ער איין זאַך (צוותא וחיבורקט) מיטן אויבערשטן, אָדער רייך אין קיום ז' מצוות בני נח,
ג) ועיקר: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל אַז יעדער זאַך גאָל קומען דורך די עבודה פון אידן (און ניט נהמא דכסופא) — האָט ער געגעבן אידן די מעגלעכקייט אַז אין זייער עבודה זאָל זיין בדוגמא פון אַלע ענינים וואָס ווערן נמשך מלמעלה. כולל אויך אַז דער ענין הצדקה וואָס ווערט נמשך מלמעלה — זאָל אויפגעטאָן ווערן דורך דעם וואָס אידן זיינען מקיים די מצוה פון צדקה בין אדם לחבירוקי.
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער טעם המנהג אַז מ'זאָל פאַרבינדן די צוזאַמענקלייבן־זיך מיט דעם ענין פון צדקה, און אַזוי אויך היינטיקער צוזאַמענקלייבןזיך: מאַכן יעדערן פון אייך אַ שליח מצוה דורך געבן צוויי מטבעות, און איר וועט מוסיף זיין נאָך אַ מטבע פון אייער אייגענע געלט — אויף ענינים פון צדקה.
און דאָס זאָל נאָכמער צוגעבן אין דעם אויבערשטן'ס צדקה און ברכה צו יעדערן פון אייך און צו אַלע אידן און צו אַלע מענטשן בכלל — אַ צדקה באופן פון בלי גבול, ובאופן פון סבר פנים יפות.
ביז אַז אייער צדקה — וואָס צדקה איז מקרבת את הגאולהקיא — וועט נאָכמער צואיילן די צדקה האמיתית והפנימית — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
ובמיוחד אַז צדקה בפרט דאַרף מען געבן בזריזות (ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין אגה"קקיב), איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך די צדקה של הקב"ה פון ענין הגאולה וועט זיין בזריזות,
ובפרט אַז ס'וועט זיין נאָכמער זריזות אין מקיים זיין תרי"ג מצוות און ז' מצוות בני נח (יעדערער אין זיין ענין), כולל אויך — מצות צדקה כפשוטה בזריזות — וועט משיח צדקנו קומען נאָכמער בזריזות.
און דעמולט וועט זיין „אז אהפוך אל העמים גו' לעבדו שכם אחד", און עס וועט זיין דער שלימות פון „ונתתי שלום בארץ", אין דער גאַנצער וועלט, ביז אַז דאָס קומט אַראָפּ למטה מטה, אין „תחתונים", תחתון שאין תחתון למטה ממנוקיג,
ווי איר האָט ערשט געזאָגטקיד — „וזה כל האדם ותכלית בריאתו ובריאת כל העולמות עליונים ותחתונים להיות לו דירה זו בתחתונים", „והיתה לה' המלוכה", במהרה בימינו ממש. אמן, כן יהי רצוןקטו.
[לאחרי סיום הפאראד טרם חזרתו לחדרו הק' — התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן „כי בשמחה תצאו"].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-4dxm4z5b