עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ מטות מסעי,

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

488משיחות ש"פ מטות מסעי,

א. אין יעדער זאַך פון תורה און מצוות זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) ווי זי גלייכט זיך אויס מיט אַנדערע זאַכן פון תורה און מצוות; ב) איר ספּעציעלער אויפטו, וועלכער טיילט איר אויס פון די אַנדערע.

ווי אונטערשטראָכן אויך אין דער משנה פון היינטיקןא פרקב — „והוי זהיר במצוה קלה כבחמורה": מצד דעם דבר המשותף אין מצוות — דאַרף מען זיין זהיר „במצוה קלה כבחמורה"; אָבער פון דער צווייטער זייט, איז דערביי גופא מודגש, אַז ס'איז פאַראַן אָן אונטערשייד צווישן מצוות, ס'איז דאָ אַ מצוה „קלה" און אַ מצוה „חמורה".

די ערקלערונג אין דעם:

מצד דעם מצווה המצוותג — דער אויבערשטער, ה' אחדד (העכער פאַר כל ענין התחלקות) — איז ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן איין מצוה און אַ צווייטעה („קלה" און „חמורה", מצות עשה און מצות לא תעשה, מצוות דאורייתא ודרבנן, לכתחילה און בדיעבד, הידור מצוה ומנהג ישראל), ווייל זיי אַלע זיינען דעם אויבערשטנס מבה"ח מנחם־אב ה'תשמ"ז

רצוןו. און צוליב דעם דאַרף דער קיום המצוות פון אַ אידן זיין באופן פון „הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה" — ווייל ער איז מקיים די מצוות (בקבלת עול) דערפאַר וואָס אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט („אשר קדשנו במצותיו וצונו"), ומצד דעם איז ניטאָ קיין אונטערשייד צי דאָס איז אַ מצוה „קלה"ז אָדער „חמורה"ח.

צוזאַמען דערמיט האָט אָבער דער אויבערשטער געוואָלט אַז קיום המצוות פון אַ אידן זאָלן אויך דורכנעמען און מזכך זיין די כחות פון דעם מקיים המצוותט, זיין רצון, שכל, געפילן און געשמאַק, ביז אויך פון זיין נפש הבהמית — אַז דער מענטש אינגאַנצן, אויך מצד זיין אייגענעם רצון ושכל ומדות כו', זאָל מקיים זיין מצוות.

דערפאַר האָט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט אַז עס זאָלן זיין אַ ריבוי מצוות, איינע אַנדערש פון דער צווייטער, ווייל יעדער מצוה האָט איר ענין מיוחדי וואָס פועל'ט אַ זיכוך אין אַ גע־489וויסן כח און אבר וגיד האדם (ועד"ז אַ זיכוך אין אַ חלק פון וועלט)יא.

און דורך דעם ריבוי ההתחלקות פון מצוות, וואָס איז אָפּגעמאָסטן לויט כחות וגדרי האדם („קלה" און „חמורה" וכו') — זאָל זיך אויך אָנהערן און לייכטןיב ווי דאָס אַלץ קומט פון דעם אויבערשטן, וואָס מצד אים זיינען אַלע מצוות גלייך כו', „קלה כבחמורה"יג, מצות עשה ולא תעשה, דאורייתא ודרבנן לכתחילה ובדיעבד, הידור מצוה און מנהגי ישראליד, און אַלע אַנדערע חילוקים אין מצוות כו'.

ב. אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו די פאַרשידענע טיילן אין וועלט — אין זמן און אין מקום, אַז אין צוגאָב צו דעם דבר המשותף אין אַלע זמנים ומקומות, האָט יעדער זמן זיין ספּעציעלן עניןטו וואָס ער טוט אויף — „כל יומא ויומא עביד עבידתי'"טז. ועד"ז במקום (אה"ק וחו"ל כו', ביז — מנהגי המקום המסויים).

און דער אונטערשייד איז:

מצד דעם אויבערשטן, וואָס ער איז למעלה מזמן ומקוםיז, איז ניטאָ קיין חילוק צווישן איין זמן און מקום מיט אַ צווייטן זמן ומקום. און דערפאַר האָט מען דעם אָנזאָג בנוגע צו תומ"צ „בכל יום יהיו בעיניך חדשים"יח, ווייל מצד דעם אויבערשטן (מצווה המצוות — שלמעלה מזמןיט) זיינען זיי אַלע „חדשים" ממש, היינט פּונקט ווי אין אַלע פריערדיקע טעג.

דער אויבערשטער האָט אָבער געוואָלט אַז דאָס (תומ"צ באופן פון „חדשים") זאָל אויך דורכנעמען דעם מענטשן אין זיינע גדרים און כחות, ביז אַז אויך באַ זיין נה"ב זאָל תומ"צ ווערן געשמאַק באופן פון „חדשים"; און אַ מענטש (מצד עצמו) איז דאָך אונטערוואָרפן די חוקי הטבע און די באַגרענעצונגען און שינויים פון זמן ומקום — דעריבער האָט דער אויבערשטער אַריינגעשטעלט אַז אין יעדער טאָג (און אין יעדער זמן) זאָל זיין אַ חידוש ממש490וואָס איז ניטאָ אין אַנדערע טעג, ועד"ז יעדער מקום זאָל האָבן אַ חידוש לגבי אַנדערע מקומות אין וועלט, וואָס דאָס זאָל ברענגען אַז דער מענטש (אויך מצד זיינע גדרים) זאָל „דערהערן" און האָבן אַ געשמאַק אין דער מצוה באופן פון „חדשים", ביז אַז ער וועט דורך דעם „דערהערן" ווי בעצם איז דאָס אַלץ „חדשים" מצד דעם אויבערשטן וואָס ער איז למעלה מזמן ומקום.

ג. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו היינטיקן טאָג — שבת מברכים מנחם אב היינטיקן יאָר, אַז אין צוגאָב דערצו וואָס ער איז „חדשים" ממש מצד דעם אויבערשטן, האָט ער אין זיך אויך אַ חידוש פרטי ובגלוי לגבי אַנדערע זמנים, אפילו לגבי אַנדערע שבת מברכים'ס, און אפילו לגבי שבת מברכים מנחם אב אין אַנדערע יאָרן — אַזאַ חידוש וואָס באַווייזט אַ מענטשן (אויך מצד זיין שכל ומדות כו') אַז דאָס איז אַ זמן מסוגל אויףכ מוסיף זיין בתומ"צ באופן פון „חדשים".

אַ חידוש סיי אין זמן — אַז ס'איז יום השבת, און שבת מברכים מנחם אב, און אין אַ שנת השמיטה און — שמיטה מדרבנן, און סיי אין מקום — אין אַ בית הכנסת, אין אַ בית המדרש און — ביידע צוזאַמען, און אַ התוועדות פון כמה עשיריות מישראל — כדלקמן.

ד. וועט מען אָנהויבן מיט דעם חידוש כללי פון דעם גאַנצן יאָר — אַ שנת השמיטה, וואָס איז אויך פאַרבונדן מיט היינטיקן טאָג אַלס יום השבת.

דער אינהאַלט פון שנת השמיטה שטייט אין פסוק: נאָך „שש שנים תזרע שדך גו'"כא קומט די שנה השביעית, וואָס דעמולט דאַרף זיין „ושבתה הארץ שבת לה'"כב, און ווי רש"יכג איז מפרש: „לשם ה', כשם שנאמרכד בשבת בראשית".

ד. ה. אַז דער אינהאַלט פון שנת השמיטה איז ענלעך צו שבת בראשיתכה און — בפשוטו של מקרא (פי' רש"י):

בשבת בראשית איז געווען „ויכל אלקים גו' מלאכתו אשר עשה וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו אשר עשה"כו אין די ששת ימי בראשית. און דערפון קומט אַרויס די מצוה פון שבת באַ אידן, אַז „ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך ויום השביעי שבת לה' אלקיך לא תעשה כל מלאכה גו', כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ גו' וינח ביום השביעי גו'"כז.

דער אויפטו אין דעם בעבודת ה' איז גאָר איינפאַך און קלאָר:

אין די ווטעג ווען אַ איד איז פאַרנומען מיט זיינע וואָכעדיקע אַרבעט — איז כאָטש אַז ער דאַוונט יעדן טאָג, איז קובע עתים לתורהכח, גיט צדקה און איז מקיים מצוות, און איז מקיים „בכל דרכיך דעהו"כט און „כל מעשיך יהיו491לשם שמים"ל, עוסק במשאו ומתנו באמונהלא — פונדעסטוועגן, איז ער פאַרנומען די מערסטע צייט (בכמות) מיט זיינע געשעפטן צו שאַפן פרנסה וכו', ובמילא קען ער זיך ניט אינגאַנצן אַריינלייגן אין זיין לערנען תורה, ווייל אפילו אין די פרייע צייט האָט ער בלבולי המוח און פאַרשידענע שטערונגען (דער טעלעפאָן קלינגט, עס קומען אָן מסחר בריוולב, און ענלעכעס).

בשעת עס קומט אָבער דער טאָג פון שבת, ווען מלאכה איז אסור, און נאָכמער — כל מלאכתך עשוי'לג, במילא האָט ער מנוחה ותענוג אָן קיינע בלבולים — האָט ער דעמולט פרייע צייט און (דער עיקר —) אַ פרייע קאָפּ אויף אַריינוואַרפן זיך אין דאַוונען צום אויבערשטן און לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות (ובפרט — פון שבת), מתוך מנוחה ועונג.

ווייל ס'איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז בשעת ער ווערט באַפרייט פון מלאכה ביום השבת, איז דאָס ניט בכדי ער זאָל זיך לייגן שלאָפן . . . וואָרום „אדם לעמל יולד"לד און אני נבראתי לשמש את קונילה בכל רגע ורגע, אויך ביום השבת, ואדרבה — ביום השבת דאַרף אין דעם צוקומען, וויבאַלד אַז מ'איז באַפרייט פון די וואָכעדיקע אַרבעט וואָס קען שטערן צו שלימות פון עבודת ה'.

אַזוי איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו שנת השמיטה (וואָס איז אַזוי ווי „שבת בראשית") — אַז בשעת מ'ווערט באַפרייט פון מלאכת האדמה גיט דאָס אַ מעגלעכקייט צו נאָך בעסער דינען דעם אויבערשטן, ווי עס שטייט אין פשטני המקראלו בנוגע צו שנת השמיטה, אַז „גם עובדי האדמה כאשר ישבתו בשנה ההיא יתעוררו לדרוש את ה'"לז.

ה. נאָכמער:

דער אויפטו פון שבת (ושמיטה) איז ניט נאָר אַן עלי' פון די בלבולים פון עולם הזה, נאָר (אויך) פון גאָר אַ הויכע דרגא:

ניט קוקנדיק אויף די גרויסקייט פון די ששת ימי המעשה, וואָס דעמולט איז געווען „מלאכתו אשר עשה" פון דעם492אויבערשטןלח, דער גילוי פון כח העצמות צו באַשאַפן די וועלט יש מאיןלט — איז דערנאָך „וישבות גו' מכל מלאכתו אשר עשה", און דער אויבערשטער איז נתעלה געוואָרן (כביכול) נאָך העכער. און דער ענין חזר'ט זיך איבער יעדן שבת.

און דאָס הויבט אויף אידן ביום השבת, אַז אע"פ וואָס אויך אין די ששת ימי המעשה זיינען זיי פאַרנומען מיט הויכע ענינים — מיט דינען דעם אויבערשטן דורך לימוד התורה וקיום המצוות, דאני נבראתי לשמש את קוני בכל רגע ורגע אויך בששת ימי המעשה,

און נאָכמער: עס שטייט אין הקדמהמ צום ספר חינוך אַז עס זיינען פאַראַן שש מצוות תמידיות, זעקס מצוות וואָס מ'איז אין זיי מחוייב בכל רגע ורגע במשך פון אַ גאַנצן לעבן, סיי ביום השבת סיי בששת ימי המעשה,

אעפ"כ ווען עס קומט שבת — ווערט אַ איד נתעלה נאָך העכער דערפון, און קען דינען דעם אויבערשטן מיט נאָך מער שלימות.

ועד"ז בנוגע צו שנת השמיטה, אַז ניט קוקנדיק אויף דער עילוי פון די עבודה אין די שש שנים — ווערט דערנאָך אַן עלי' פון „ושבתה הארץ שבת לה'".

און — מדרבנן, וואָס דאַמאָלס איז „חמורים עלי דברי סופרים" און „חביבים עלי ד"ס" נאָך מער פון „דברי תורה"מא.

ו. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם סימן וואָס דער ספר החינוך גיט (אויף די שש מצוות תמידיות) פון „שש ערי מקלט"מב. וואָס דאָס פאָדערט אַ הסברה: אַ סימן פון אַ גדול בישראל איז זיכער אויך בדיוק — וואָס פאַר אַ שייכות האָבן די זעקס געהויבענע מצוות (אמונה בה', אהבת ה' וכו') מיט די זעקס ערי מקלט וואָס קומען מגין זיין אויף „מכה נפש בשגגה"מג?!

ויש לומר הביאור בזה:

וויבאַלד אַז „יצר לב האדם רע מנעוריו"מד — דאַרף, כביכול, דער אויבערשטער געבן אַ אידן אַ זאַך וואָס זאָל אים העלפן „איינקערן" זיך מיט דעם יצר הרעמה, און פּונקט ווי „יצר לב האדם" אַרבעט שטענדיק (און דערפאַר דאַרף דער מענטש האָבן אַ שטענדיקע הדרכה בכדי ניט ווערן באַאיינפלוסט פון דעם יצר, ווייל אויב ניט ווייסט מען ניט וואו ער קען אַראָפּשפּאַצירן און פאַרבלאָנדזשען, ווי ידע אינש בנפשי', מ'דאַרף אויף דעם קיין ראיות ניט האָבן) — דאַרף דער אויבערשטער געבן אַ אידן אַ שטענדיקע זאַך וואָס זאָל אים באַשיצן פון דעם יצר. אַ מצוה שהזמן גרמא איז אויף דעם ניט גענוג — ווייל דאָס איז נאָר אין דעם באַשטימטן זמן, במילא בלייבט צייט וואָס ער האָט ניט די מצוה.

493[נאָך אַ טעם אויף דעם: וויבאַלד אַז „נבראתי לשמש את קוני" דורך תומ"צ, און דאָס איז בכל רגע ורגע זינט פון „נבראתי" — דאַרף אַ איד האָבן מצוות וואָס ער קען זיי שטענדיק מקיים זיין. מ'קען ניט זאָגן אַז במשך כמה זמן באַשטייט דער „נבראתי לשמש את קוני" נאָר דערפון וואָס ער איז מוכן (אָדער ער גרייט זיך) צו מקיים זיין אַ מצוה שהזמן גרמא — ווייל דעמולט קומט אויס אַז אין דעם זמן איז ער ניט קיין מציאות אמיתית (פון אַ משמש את קונו), נאָר בלויז ע"ד ווי אַ „הכשר מצוה", אַ הכנה צו אַ צווייטן מעמד ומצב].

דעריבער האָט דער אויבערשטער געגעבן אידן מצוות תמידיות, און זיי באַשיצן שטענדיק פון דעם יצר הרע.

וואָס דערמיט איז פאַרשטאַנדיק די שייכות מיט די „שש ערי מקלט"*: די שש מצוות תמידיות זיינען בדוגמא ווי די „שש ערי מקלט" וואָס קומען באשיצן דעם אידן פון דעם „גואל הדם" — זה השטןמו והיצר הרע, כמחז"ל „הוא שטן הוא יצר הרע הוא מלאך המות"מז.

עפ"ז איז אויך יומתק (ע"ד הרמז עכ"פ) דער דיוק פון מספר שש: אַלע ענינים פון סדר השתלשלות שטעלן זיך אויס אין ששה, ששה מדות, ששת ימי המעשה, שש שנים (לפני שנה השביעית) וכו'. בשעת מ'שטייט אין דער דרגא פון סדר השתלשלות — ששת ימי המעשה, ווען מ'האָט צוטאָן מיט וואָכעדיקע זאַכן, דעמולט איז דאָ אַ מעגלעכקייט אַז עס פעלן מצוות וואָס זאָלן א) באַשיצן פון דעם „גואל הדם" זה היצר הרע, און ב) דורכפירן דעם „לשמש את קוני" בכל רגע ורגע; משא"כ בשעת עס קומט יום השביעי, שבת (ושנה השביעית — „שבת לה'") — איז דער טאָג אַליין אַ מצוה שהזמן גרמא, מצות שבת, ביז אַז אַלע ענינים וואָס מ'טוט אין דעם טאָג איז אַ טייל פון קיום מצות שבת, ניט נאָר די ענינים רוחניים, נאָר אויך גשמיים — אכילה ושתי', ביז אפילו שינה בשבת תענוגמח — דעריבער דאַרף מען דעמולט ניט (אַזוי) אָנקומען צו די „שש ערי מקלט" צוליב באַשיצן פון „גואל אדם". ובפרט אַז בשבת איז כל מארי דדינא אתפרשו ואתעברו מיני'מט.

ואדרבה: דעמולט איז מען מקיים די שש מצוות תמידיות אויף נאָך אַ העכערן אופן — וויבאַלד אַז מ'דאַרף זיי ניט האָבן אויף באַשיצן פון דעם יצר הרע, נאָר דוקא אין עניני קדושה.

ז. לויט דאָס אויבנגערעדטע איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש פון דעם זמן (לגבי אַנדערע זמנים) — שנת השמיטה, ועל אחת כמה וכמה אַז ס'איז אַ יום השבת (אין אַ שנת השמיטה) — אַ חידוש וואָס גיט יעדער איד דעם כח צו ספּעציעל מוסיף זיין אין תומ"צ באופן פון „חדשים", וואָרום דער יאָר (שמיטה) און דער טאָג (שבת) הויבן אויף אַ אידן העכער פאַר זיין געוויינלעכע וואָכעדיקע אויפפירונג, און גיבן אים די מעגלעכקייט און „שטופען" עם צו דאַוונען, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות מיט מער שלימות.

דער כח איז נאָך שטאַרקער — מצד דעם וואָס דער שבת איז ניט סתם אַ494שבת, נאָר שבת מברכים ראש חודש: אין צוגאָב דערצו וואָס יעדער שבת בענטשט אַלע טעג פון דער וואָךנ — בענטשט שבת מברכים די טעג פון אַ גאַנצן חודש, כולל אויך די (פיר אָדער פינף) שבתות פון דעם חודש. וואָס דאָס באַווייזט אַז דער שבת האָט אין זיך נאָכמער „שבת'דיקייט" ווי סתם אַ שבת — כמובן אַז דער וואָס בענטשט שטייט העכער פון די וואָס באַקומען זיין ברכה, במילא איז מובן אַז וויבאַלד ער האָט בכח צו בענטשן עטלעכע שבתות (די שבתות פון אַ חודש שלם), איז אַ ראי' אַז ער איז נאָך העכער פון זיי.

נאָכמער: דער שבת איז מברך מנחם אב. וואָס דאָס טיילט אים אויס (ניט נאָר פון סתם שבת, נאָר אויך) פון אַנדערע שבת מברכים, און ניט סתם אויסגעטיילט, נאָר שלא בערך צו אַנדערע שבת מברכים:

דער שבת בענטשט תשעה באב, אַ טאָג וואָס איז אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע טעג פון יאָר דערמיט וואָס ער איז ניט קיין איינצעלנער טאָג, נאָר אַ טאָג וואָס ווירקט אויף טויזנטערנא יאָרן — וואָרום בתשעה באב איז געווען דער חורבן בית המקדשנב, וועלכער ציט זיך פון דאַמאָלס אָן.

ועוד בזה: דער ענין חזר'ט זיך איבער מחדש יעדן תשעה באב — ווי פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס מ'זאָגט דעמולט „איכה" (פּונקט ווי דעם ערשטן מאָל בשעת'ן חורבן), און דער טעם אויף דעם איז — ווייל „כל דור שאינו נבנה (ביהמ"ק) בימיו מעלה עליו הכתוב כאילו החריבו, מאי טעמא לפי שלא עשו תשובה"נג.

וואָס הייסט אַז דער שבת „בענטשט" תשעה באב? מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס מיינט „בענטשן" דעם ענין פון „חורבן ביהמ"ק" ח"ו. נאָר זיכער מיינט עס, אַז דער שבת גיט אַ אידן די ברכה און כח צו „עשו תשובה", טאָן תשובה און זיך שטאַרקן אין תומ"צ און מבטל זיין די סיבות וואָס האָבן געבראַכט דעם חורבן (בתשעה באב), און דורך דעם ברענגען די גאולה, ויהפכו ימים אלהנד „לששון ולשמחה ולמועדים טובים, שנאמרנה צום החמישי גו' יהי' לששון ולשמחה גו'"נו.

ווי אונטערשטראָכן אין נוסח ברכת החודש — „ראש חודש מנחם אב כו' הבא עלינו לטובה, יחדשהו כו' לששון ולשמחה לישועה ולנחמה ונאמר אמן":

דער נאָמען פון חודש איז „מנחם אב", ד.ה. אַז מ'איז מנחם די ענינים (בלתי רצויים) פון אבנז. און דוקא אין דעם סדר — „מנחם אב" (ניט „אב מנחם")נח.

און אין אַן אופן פון „לששון ולשמחה" — יהפכו ימים אלה לששון ולשמחה, און „לישועה ונחמה", די ישועה וגאולה און נחמת ציון וירושלים.

495און מ'איז מסיים „ונאמר אמן" — וואָס ווייזט אויף קיום ואמיתית הענין וגמר הנצחוןנט.

וכל זה — בברכת החודש, וואָס איז ניט מחדש אַ נייעם ענין (ווי דער ענין התפלה), נאָר אַ ברכה איז ממשיך ומגלה דעם ענין למטה משרשו ומקורו וואו ער שטייט מוכן ובשלימותס. ד. ה. בעניננו, אַז בשרש ומקור פון תשעה באב שטייט שוין דער ישועה ונחמה שבו (ביטול החורבן), ובפרט אַז דער תכלית פון דעם חורבן איז — די גאולה וואָס קומט דערפון אַרויס; און אַ איד דורך ברכת החודש האָט בכח צו מגלה זיין דאָס דאָ למטה.

קומט אויס, אַז דער שבת מברכים מנחם אב איז שלא בערך פון אַלע אַנדערע שבת מברכים — ווייל ער גיט די ברכה ונתינת כח (ניט בלויז אויף ששת ימי השבוע אָדער שלשים ימי החודש, נאָר) אויף מבטל זיין אַ חורבן פון טויזנטער יאָרן בכמות, און אַ סך מער דערפון אין איכות, און אַ גלות פון מיליאָנען אידן ושכינתא בגלותאסא וכל המלאכים וכל העולמות שלמעלה!

ח. דער כח אויף דעם איז נאָך מער בגלוי און שטאַרקער מצד פרשת השבוע פון דעם שבת — פ' מטות מסעי:

אידן ווערן דאָ באַצייכנט מיט דעם תואר „מטות" — ווייל דאָס באַווייזט אויף אַ שטעקן וואָס איז שוין האַרט און שטאַרק, וועלכער מ'קען ניט בויגן (ניט ווי „שבט" וואָס איז אַ צווייג וועלכער איז נאָך ווייך)סב.

וואָס דאָס באַדייט אין עבודת האדם — אַז דער איד שטייט שטאַרק און פעסט אין (און מיט) תורה ומצוות, און בויגט זיך ניט כלל, כי הוא זה ניט. וואָרום ער פאַרשטייט אַז פּונקט ווי דער אויבערשטער קען מען ח"ו ניט בויגן צוליב פניות און חשבונות בשכל כו', אַזוי קען מען אויך ניט בויגן דעם רצון פון דעם אויבערשטן (זיינע מצוות), און אַזוי דאַרף אויך אַ איד — בנו של הקב"ה — זיך ניט בויגן ווען עס קומט צו תומ"צ.

און די שטאַרקייט פון „מטות" איז ניט בלויז בנוגע צו „חמורות", האַרבע מצוות אָדער כלליות'דיקע מצוות, ווי די עשרת הדברות, נאָר בנוגע צו אַלע מצוות — „קלה כבחמורה", כנ"ל.

„מסעי" באַדייט די עבודה אַז אַ איד דאַרף שטענדיק „פאָרן" און שטייגן העכער און העכער. ד.ה. אַז ס'איז ניט גענוג די עבודה פון „מטות" — תוקף העבודה בלי שינוי, נאָר יעדער משך זמן וואָס קומט צו אין דעם לעבן פון אַ אידן — דאַרף אַרויסברענגען אַן עלי' מחיל אל חיל צו אַ נאָך העכערן מקום ודרגא.

וואָלט מען לכאורה געקענט מיינען אַז דער עיקר מסע דאַרף זיין אַרויס פון מצרים — פון עבדות אין מיצרים וגבולים, פאַרשקלאַפקייט צו וועלטישע באַגרענעצונגען, אָדער דער מסע צו מתן תורה באַ הר סיני — אָבער נאָך מתן תורה האָט מען ניט וואו צו „פאָרן"!

זעט מען אָבער אַז אויך נאָך יצי"מ און נאָך מתן תורה זיינען געווען ווייטערדיקע מסעות. וכמובן, אַז די כוונה בזה איז ניט געווען בכדי אָפּרייסן אידן פון תורה ח"ו, נאָר אדרבה — בכדי אַז אידן זאָלן נעמען די תורה וואָס זיי האָבן מקבל געווען בהר סיני און דאָס אָנהויבן לערנען און נוצן בפועל496נאָך העכער, ברייטער און טיפער, וואָס דאָס איז די תכלית פון תורה — גדול תלמוד שמביא לידי מעשהסג, אין דער טאָג טעגלעכער אויפפירונג.

אַזוי שפּיגלען זיך אויך אָפּ די מ"ב מסעות אין דער עבודה פון יעדער איד — ווי עס שטייט אין ספריםסד, אַז די מ"ב מסעות אין מדבר זיינען מרמז אויף די מסעות אין „מדבר העמים"סה במשך די טויזנטע יאָרן אין גלות,

און בפרטיות יותר — יעדער איד פאָרט דורך די מ"ב מסעות במשך זיין לעבןסו, און נאָכמער בפרטיות — במשך יעדן טאָגסז: ווען ער שטייט אויף אינדערפרי זאָגט ער „מודה אני" — ע"ד דער מסע פון יציאת מצרים, די מיצרים וגבולים אין די צייט ווען ער איז געשלאָפן און די נשמה איז געווען למעלה. דערנאָך גייט ער לביהכנ"ס ולביהמ"דסח, קביעות עתים לתורה — דער מסע צו מתן תורה. דערנאָך גייט ער מביהמ"ד צו הנהג בהן מנהג דרך ארץסט אין וועלט — „אויסנוצן" די תורה במעשה בפועל.

ט. דערצו האָט מען דעם לימוד פון דעם חיבור פון פ' מטות ומסעי (זיי ווערן איין פרשה מיט נאָר שבעה קרואים)ע:

ס'איז ניט גענוג דער תוקף פון „מטות", „הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה", ווי דאָס איז מצד מצווה המצוות (וואָס מצד אים זיינען אַלע זמנים ומקומות בשוה), נאָר מ'דאַרף ממשיך זיין דעם תוקף אין מקום ההתחלקות, אַז דאָס זאָל אויך דורכנעמען דעם מענשטן אין זיינע גדרים פון שינויים וחילוקים (כנ"ל סעיף א־ב) — די עבודה פון „מסעי", אַז בכל משך זמן וואָס קומט ביי אים צו ווערט ער נשתנה ונתעלה צו אַ העכערער דרגא. לאידך גיסא — דאַרף מען ממשיך זיין דעם ענין פון „מטות" אויך אין די שינויים ועליות פון „מסעי", אַז בכל שינוי ושינוי ובכל דרגא ודרגא זאָל ער שטיין מיטן גאַנצן תוקף, וויסנדיק און דערהערנדיק בכל דרגא דעם מצווה המצוות, ה' אחד.

י. דאָס אַלעם איז נאָך לייכטער דורכפירן ווען באַ אַ אידן איז דאָ דער ענין פון „מסעי" בפשטות — ער פאָרט אַוועק פון זיין געוויינלעכן אָרט און קומט אָן צו אַ נייעם אָרט בכדי ביי אים זאָל דאָרט צוקומען אין לימוד התורה און קיום המצוות בהידורעא.

ווי גערעדט פריער (ס"ב), אַז כשם ווי יעדער זמן האָט זיין ספּעציעלן ענין (כאָטש אַז מצד דעם אויבערשטן זיינען אַלע זמנים גלייך), ווי דער זמן פון שבת ושנת השמיטה וכו' — וואָס איז מער מסוגל און גיט מער כח אויף דינען דעם אויבערשטן, אַזוי איז אויך בנוגע צו מקום, אַז עס זיינען דאָ מקומות מסוגלים אויף עבודת ה' — ווי אַ בית הכנסת ובית המדרש, וכיו"ב.

497ובכללות יותר: בשעת איינער וויל מערער מצליח זיין אין לימוד התורה — דאַרף ביי אים זיין „הוי גולה למקום תורה"עב: וואָס איז דער דיוק „גולה", לכאורה איז דער עיקר זיין ב"מקום תורה"? נאָר דער עיקר איז — דער אָפּרייסן זיך פון זיין געוויינלעכן אָרטעג, וואו ער איז געבאָרן געוואָרן און וואו ער איז איינגעשטעלט, און האָט משפחה און פרנסה און געוואוינהייטן וואָס זיינען שווער זיך אָפּרייסן פון זיי, במילא שטערן זיי אים און זיי באַגרענעצן אים אין זיין לימוד התורה און דינען דעם אויבערשטן כדבעי, מעלין בקודשעד; בשעת אָבער ביי אים איז „גולה למקום תורה" — ער גייט אַוועק פון זיין אָרט און רגילות און קומט אָן אין אַן אַנדער שטאָט, קען ער מצליח זיין שלא בערך מער אין לימוד התורה.

אגב, „גולה למקום" איז אויך אַן עצה אויף מוסיף זיין אין אהבת ישראל: בשעת מענטשן געפינען זיך אין זייער אייגענער שטאָט אָדער געגנט, האָט דאָך יעדערער זיין פּערזענלעכע אויפפירונג וואָס טיילט אים אָפּ פון צווייטן: יעדערער דאַוונט אין אַ באַזונדער שול, אפילו אין דעם זעלבן שול — זיצט איינער אין „מזרח", דער צווייטער אין „מערב"; עד"ז אין זייער וועלטישע געשעפטן — טוט יעדערער אַ באַזונדער אַרבעט, און האָט באזונדערע חברים וכו'. און מצד די געוואוינהייט אין דעם אָרט — קען מען ווערן קאַלט און גלייכגילטיק צו די אַנדערע איינוואוינער פון שטאָט, במילא קען דאָס שאַטן צו אמת'ע אהבת ישראל.

האָט מען דערויף די עצה: זאָלן זיי אַלע צוזאַמען אַוועקפאָרן פון שטאָט און קומען אין אַן אַנדער אָרט און דאָרטן צוזאַמען לערנען תורה און דאַוונען און געבן צדקה און „שפּאצירן" — וועט דאָס זיי פאַראיינציקן, וואָרום אין דער פרעמדער שטאָט ווערט באַ יעדערן פון זיי אָפּגעשוואַכט זיין אָפּגעטיילטקייט פון די אַנדערע מענטשן, און זייענדיק אין דער פרעמד, ברענגט דאָס אַז זיי זאָלן זיך מער פאַרלאַזן איינער אויף דעם צווייטן און אפילו „שפּאַצירן" צוזאַמען. און דערצו — ברענגט דאָס באַ זיי אויך שפּעטער אַ בענקעניש צו די איינוואוינער פון זייער שטאָט פון וואַנעט זיי זיינען אַוועקגעפאָרן צוזאַמען.

יא. די הוראה בנוגע לפועל פון דאָס אויבנגעזאָגטע:

שטייענדיק אין שבת מברכים מנחם אב, אין אַ שנת השמיטה, אין אַ בית הכנסת ובית המדרש, צוזאַמען מיט אידן וואָס זיינען אַהערצו אָנגעקומען פון אַנדערע' ערטער — האָט מען געוואַלדיקע כחות אויף אָננעמען החלטות טובות און זיי אַראָפּברענגען לפועל צו שטאַרקן זיך אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות, אָנהויבנדיק פון אהבת ישראל און אחדות ישראל (וואָס איז מבטל סיבת הגלותעה), דער „כלל גדול בתורה"עו,

און אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות — וואָס זיינען אַלע מבטל די סיבות498וועלכע האָבן געבראַכט דעם חורבן בית המקדש בתשעה באב.

און ספּעציעל — אין „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"עז:

אין די טעג זאָל יעדערער מוסיף זיין (אין צוגאָב צו זיינע שיעורים הקבועים בתורה ובצדקה) אין:

א) לימוד התורה, ובפרט ברבים, און בפרט בהלכות שבתורה („משפט" — „הלכתא"עח), כולל ובמיוחד — הלכות בית הבחירה,

און ב) נתינת הצדקהעט, געבן יעדן טאָג אַ הוספה אין צדקה, און בערב שבת — „לחם משנה" אויך צוליב שבת.

דערצו זאָל מען זיך אויך משתדל זיין (ווי גערעדט אין די פריערדיקע יאָרןפ) — אַז די הוספה בלימוד התורה זאָל אויך זיין דורך (אַליין מאַכן, אָדער) הערן און זיך משתתף זיין אין אַ „סיוס מסכת" אין די „ניין טעג"פא (פון ראש חודש מנחם אב ביז תשעה באב), ומה טוב — יעדן טאָג, אויך בערב תשעה באב (בבוקר), ובתשעה באב (אין די ענינים המותרים צו לערנען דעמולט ע"פ שו"ע, אָדער במוצאי תשעה באב).

און דורך דעם פאַרבינדט מען די הוספה בלימוד התורה („משפט") אויך מיט אַן ענין של שמחה, נוסף אויף שמחה הכללית פון „פקודי ה' ישרים משמחי לב"פב (וואָס גייט אויך אויף תורהפג) — עושין סעודה (שמחה) לגמרה של תורהפד, וואָס אין דעם נויטיקט מען זיך במיוחד אין די „ניין טעג" ווען בכלל איז „ממעטין בשמחה"פה.

און אויך דער „סיום המסכת" זאָל מען פאַרבינדן מיט „(ושבי' ב)צדקה" — מ'זאָל דערביי האָבן אַ צדקה פּושקע וכיו"ב, און פאַרן „סיום" (אָדער באמצע)פו זאָלן די משתתפים דאָרט אַריינוואַרפן געלט אויף צדקה.

ויה"ר אַז די הוספה אין „משפט" און „צדקה", און אהבת ישראל, צוזאַמען מיט אַלע גוטע זאַכן פון תורה ומצוות — זאָלן נאָכמער צואיילן דעם „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה", און פון „בין המצרים" — זאָל ווערן „מןפז

499המיצר קראתי י־ה"פח, וואָס ברענגט

דעם „ענני במרחב י־ה", ביז פון מרחב באב, אַזוי אַז

העצמי פון עצמות ומהות, „אודך ה'"פט, פּראַווען אַל

88) פירושהצ"צ עה"פ (אוה"ת נ"ך ע' אלו)

* (3 זאָל זיין נאָך פאַר תשעה

תשעה באב וועט מען שוין

לס אַ יום טוב ויום ששון

הולה האמיתית והשלימה ע"י

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-bvxnjcrm

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#153 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here