עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתבים כלליים:

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

574מכתבים כלליים:

ח"י אלול ה'תשמ"ו . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 575 ג' סליחות התשמ"ו . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 582 ר"ח מרחשון ה'תשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 58 יום ב' לפ' ויתן לך התשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . 592 בין ו"ד וט"ו בשבט ה'תשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 54 בין יו"ד וט"ו בשבט ה'תשמ"ז — לילדי ישראל . . . . . . . . . . . . . . . . . 602 כ"ה אדר ה'תשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .603 "א ניסן ה'תשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 608 ער"ח אייר ה'תשמ"ז — לילדי ישראל . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 672 ער"ח אייר ה'תשמ"ז — להורים ולמחנכים . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 615 ה' מנחםאב ה'תשמ"ז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 67

מברקים:

לה . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 67 לחה" . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 67 להקפות שניות בירושלים . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 620 להקפות שניות בכפ"ח (נה"ח ועוד) . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 621 לחג הגאולה ט כסלו . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 622 וד ש . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 623 לפורים . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .623 לחג פסח . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .624 לחג השבועות . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 624 לחג גאולה ""ג תמוז . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 625 ברכה לפתיחת מחנות גן ישראל . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 626575ב"ה, יום ב' פ' נצבים־וילך

ח"י אלול, ה'תשמ"ו

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

שטייענדיק אין די לעצטע טעג פון יאָר, און בפרט אין דעם סגולה־טאָג ח"י אלול, דער געבורטסטאָג פון דעם בעל שם טוב און פון דעם אַלטן רבי'ן בעל התניא והשלחןערוך,

איז זיכער די פאַסנדע צייט אַריינצוטראַכטן זיך אין דער באַדייטונג פון ראשהשנה, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, ספעציעל אין דער הויּט־נקודה פון ראש־השנה אַלס טאָג פון הכתרת־המלך — די „קרוינונג" פון דעם בורא־עולם אַלס מלך־ישראל און מלך על כל הארץ, דער קעניג (און פולער בעל־הבית) פון אידן, פון576דער גאַנצער וועלט, און פון יעדן איינעם און איינע בפרט —

וואָס דער ענין פון דער הכתרה איז דאָך, מקבל צו זיין מלכותו ברצון — נעמען אויף זיך מיט דעם גאַנצן האַרצן דעם עול מלכותו צוזאַמען מיט עול מצוות פון דעם מלך.

אַזוי ווי אַלע ענינים פון תורה ומצוות, ובכללם די ימים־טובים, זיינען אין־סופיים, זייענדיק פאַרבונדן מיט דעם אמת'ן אין־סוף ב"ה, בפרט אַז יעדער יוםטוב האָט אָן אַ ברעג ענינים, סיי אין די געמיינזאַמע זאַכן וואָס אַלע ימים־טובים האָבן, ווי איסור מלאכה, קדושה, שמחה כו', סיי אין זאַכן וועלכע יעדער יום־טוב איז אויסגעטיילט פון די אַנדערע, ווי מצות־היום בחג המצות — מצות א. ז. וו., די קביעות פון דעם יום־טוב אין די טעג פון דער וואָך אָדער ביום השבת, וכו',

מוז מען, כמובן, זיך מצמצם זיין (קאָנצענטרירן) אויף איינע אָדער צוויי נקודות מיט די הוראות וואָס קומען אַרויס פון זיי בנוגע למעשה בפועל, וואָרום המעשה הוא העיקר. וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף אַ נקודה אין וועלכער ראש־השנה טיילט זיך אויס פון אַלע אַנדערע ימים־טובים, און אין אַ בולט'ן אופן, ווי עס וועט ווייטער דערקלערט ווערן. ובהקדמה:

כידוע, זיינען די ימיםטובים און ימים־נוראים), און אויך שבת, באַצייכנט אין דער תורה אַלס „מקראיקודש"; און אין דעם גדר האָבן זיי אַלע געוויסע געמיינזאַמע ענינים, ווי אויבנדערמאָנט.

אין צוגאָב דערצו האָבן זיי אַלע נאָך אַ בשותפות'דיקן שטריך: זיי זיינען אַלע פאַרבונדן מיט הויּט־געשעענישן אין די דברי הימים פון אידישן פאָלק, סיי געשעענישן וועלכע זיינען למעלה מדרך הטבע (איבער נאַטירלעך), סיי געשעענישן אין טבע. אָבער דאָס גופא גיט יעדן איינעם פון די שלש־רגלים זיין ספּעציפישן כאַראַקטער: פסח איז דער יום־טוב פון יציאת־מצרים און איז גלייכצייטיג אויך „חג577האביב"; שבועות איז דער יום־טוב פון מתן־תורה און גלייכצייטיג „חג הקציר"; סוכות — כי בסוכות (ענני הכבוד) הושבתי את בני ישראל — איז אַ דערמאָנונג פון דער ספּעציעלער השגחה'דיקער באַציאונג פון דעם אויבערשטן צום אידישן פאָלק און גלייכצייטיג „חג האסיף"; יום הכפורים איז פאַרבונדן מיט דער געבונג פון די צווייטע לוחות און איז דער טאָג פון אידן'ס תשובה־טאן אויפ'ן טאָג־טעגליכן לעבן פון דעם גאַנצן יאָר, אַ טאָג וואָס דער אויבערשטער האָט באַשטימט אַלס אַ טאָג פון „סלחתי" (און) „כדבריך". און אפילו שבת, וואָס די התחלה דערפון איז שבת־בראשית, איז דאָך אַ טאָג „זכר למעשה־בראשית" און אויך — „זכר ליציאת מצרים".

איין אויסנאם איז ראש־השנה. דער יום־טוב ראש־השנה איז אַ יו"ט פון אידן און אַן אידישער יו"ט (שתמליכוני עליכם — מאַכט מיר אַ מלך אויף אייך), אָבער צוזאַמען דערמיט איז ער לכאורה ניט פאַרבונדן מיט אַ געשעעניש אין דעם לעבן ספּעציעל פון אידישן פאָלק, און אויך ניט מיט אַ נס למעלה מדרך הטבע, נאָר אדרבא די באַשאַפונג פון טבע.

ראש־השנה ווערט באַצייכנט אַלס „יום הזכרון" — אַ טאָג פון דערמאָנונג. וואָס578„יום הזכרון" איז, ווי מען זאָגט אין תפילת־מוסף פון ראש־השנה: זה היום תחילת מעשיך זכרון ליום ראשון כי חוק לישראל הוא כו' ועל המדינות בו יאמר כו' ובריות בו יפקדו — היינט (ראש־השנה) איז דער אָנהויב פון וועלט וואָס דו האָסט באַשאַפן; היינט דערמאָנט דעם ערשטן טאָג פון מעשה־בראשית; ס'איז אַ געזעץ באַ אידן כו', היינט ווערט געזאָגט (און באַשטימט) אויף די לענדער פון דער גאַנצער וועלט וואָס מיט זיי וועט זיין א. ז. וו. און אַזוי אויך אויף אַלע איינצעלנע באַשעפענישן.

ראש־השנה איז דער טאָג ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן. און כאָטש אדם הראשון איז געווען דער לעצטער פון די נבראים און איז באַשאַפן געוואָרן דעם זעקסטן טאָג פון מעשה־בראשית, ווערט דער טאָג באַצייכנט אַלס „תחילת מעשיך", ווייל סוף מעשה במחשבה תחילה: דער מענטש איז געווען דער ענדגילטיקער צוועק, כוונה און תכלית פון דער גאַנצער בריאה, און אַלע פריערדיקע ברואים זיינען באַשאַפן געוואָרן צו דינען דעם „בחיר הנבראים", וואָרום בלויז דער מענטש קען פאַרפאָלקאָמען די בריאה, און דורך דעם מענטשן — בשעת ער דערגרייכט שלימות — ווערן אַלע פריערדיקע נבראים — דומם, צומח, און חי — דערהויבן צו זייער שלימות (דורך זייער דינען דעם מענטשן און זייער מיטהילף אין זיינע דערגרייכונגען).

אָבער די שלימות פון אַ נברא, אפילו ווען דער נברא איז אדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה, קען ניט זיין קיין שלימות'דיקע. ביז אַז — אין דעם זעלבן טאָג פון זיין באַשאַפונג האָט אדם הראשון גערופן „כל הבריות", דעם גאַנצן באַשאָף, בואו נשתחווה ונכרעה נברכה לפני השם עושנו (קומט, לאָמיר זיך בוקן און בויגן, קניען צו השם אונזער באַשעפער). און זיי האָבן אַזוי געטאָן און עס איז געווען (דעם זעלבן טאָג): השם מלך גו' תיכון תבל בל תמוט (השם האָט געקעניגט גו' ער האָט באַפעסטיגט אַ וועלט וואָס וועט ניט אונטערגיין). — וואָס דאַן איז געוואָרן די שלימות פון אדם הראשון און פון דער גאַנצער בריאה.

579אומקערנדיק זיך צום אָנהויבס בריף:

עס איז שוין פריער דערמאָנט געוואָרן, און ס'איז אַרומגערעדט געוואָרן מער בארוכה באַ מערערע געלעגנהייטן, אַז דער ענין פון הכתרת המלך איז צו באַנייען און פאַרשטאַרקן יעדן יאָר ביים אָנהויב (ראש — „קאָפּ") פון יאָר אונזער צוגעבונדנקייט צום אויבערשטן דורך דערפילן זיין אָנזאָג און וואונטש: שתמליכוני עליכם. דערמיט איז אויך פאַרבונדן, דערפון נעמען אידן באַנייטן כח, אַז יעדער איד איז יעדער טאָג דערקלערט ער גלייך אויפשטייענדיק אינדערפרי: מודה אני לפניך מלך (איך לויב פאַר דיר מיין קעניג), און אַזוי אויך צענדליקע מאָל יעדן טאָג, אין די ברכות וואָס מיר זאָגן אין אונזער טאָג־טעגלעכן לעבן, ברכות איידער מיר נעמען עפּעס אין מויל און באַלד נאָכדעם, און איידער מיר גייען טאָן אַנדערע ענינים, זאָגן מיר אלקינו מלך העולם (אונזער ג־ט, דער קעניג פון דער וועלט

דער גאַנצער באַשאַף — כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו (אלעס וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אין זיין וועלט האָט ער עס באַשפן בלויז פאַר זיין כבוד וועגן), יעדער איד בפרט איז אָנגעזאָגט געוואָרן לעשות לו יתברך דירה בתחתונים (צו מאַכן פאַר דעם אויבערשטן ברוך הוא אַ דירה אין דער נידעריקער, גשמיות'דיקער וועלט), און ווי מיר זאָגן באַם אָנהויב דאַוונען: הודו להשם קראו בשמו הודיעו בעמים עלילותיו (לויבט צום אויבערשטן, רופט אין זיין נאָמען, מאַכט וויסן צווישן פעלקער זיינע וואונדערליכע אויפטואונגען).

אַזוי אויך לערנט אונז ראש־השנה, אַז עס דאַרף זיין תמליכוני עליכם, מלך ישראל, אָבער נאָכדעם קומט די תפלה (והשתדלות) מלוך על העולם כולו בכבודך (געוועלטיג איבער דער גאַנצער וועלט מיט דיין כבוד),

די תכלית הבריאה איז, אַז (ניט נאָר מיר אידן, נאָר אויך) די גאַנצע וועלט, די גאַנצע מענטשהייט, אַלע קינדער פון אדם, נאָכמער — דער גאַנצער באַשאַף, דער טבע, זאָלן אַנערקענען, אַז דער בורא־עולם איז מלך על כל הארץ.

און כאָטש די פולסטע שלימות וועט פאַרווירקלעכט ווערן ערשט באחרית־הימים,580ווען עס וועט מקויים ווערן ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר (אַנטפּלעקט וועט ווערן דער כבוד פון ה' און אַלע מענטשן וועלן אים זען אפילו מיט די פליישיקע אויגן), מוז אָבער זיין דער קיום פון אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען דעם אויבערשטן מיין באַשעפער) דורך מעשינו ועבודתנו אויך אין וועלט, וואו נאָר מ'קען דערגרייכן. און מעשינו ועבודתנו בזמן הגלות איז אויך אַ הכנה צו דעם אחרית הימים, צו דער גאולה שלימה.

יעדערער און יעדערע דאַרף און מוז מעורר זיין און צוגרייטן די וועלט אַרום צו מלכות ש־ד־י דורך זיין אַ שיינענדער מוסטער, און אויך, דורך רעדן און טאָן מיט דער אַלגעמיינער סביבה.

אין איינפאַכע ווערטער: צו פאַרשפּרייטן די אַנערקענונג און באַוואוסטזיניקייט פון דעם „יסוד היסודות ועמוד החכמות" (דער פונדאַמענט פון די פונדאַמענטן און דער זייל פון וויסנשאַפטן), אַז ס'איז דאָ אַ בורא־עולם, און ער איז דער בעל־בית לבירה זו, און אַז יעדן יאָר, אין דעם טאָג ווען מיר אידן פייערן ראש־השנה, איז דער יום־הדין פאַר אונז, און אויך פאַר אַלע פעלקער און מדינות — און פאַר יעדן מענטשן באַזונדער,

ווי דערמאָנט פריער דער „יום הזכרון" אין זיין פולן פאַרנעם.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע בתוך כלל ישראל זאָל טאָן בכל האמור, און עס זאָל מקויים ווערן בקרוב ממש די תפילה אין ספר תהלים פון דוד מלך ישראל: הראנו הוי' חסדך (השם זאָל אונז מאַכן זען חסד, דעם אויבערשטנ'ס חסד) וישעך תתן לנו (ער זאָל אונז געבן די הילף, זיין ישועה, ביז אַז במהרה בימינו ממש) לשכון כבוד בארצנו (צו מאַכן אונז רוען בכבוד אין אונזער לאַנד), און מיר וועלן אַלע זוכה זיין צו דער פולסטער הכתרה פון והי' ה' למלך על כל הארץ (דער אויבערשטער וועט זיין דער מלך איבער דער גאַנצער וועלט) והיתה לה' המלוכה (אַלע וועלן אַנערקענען דעם אויבערשטנ'ס מלכות),581בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור

ולכתיבה וחתימה טובה

*) (582ב"ה, ג' סליחות

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-z00h4ftf

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#153 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here