Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ נשא, ט' סיון ה'תשמ"ז
421משיחות ש"פ נשא, ט' סיון ה'תשמ"ז
א. דער תכלית פון אַלע ימים טובים באַ אידן, איז אין צוגאָב צום עיקר אַז מ'זאָל פּראַווען דעם יום טוב אין זיין באַשטימטער צייט — אויך אַז דער יום טוב זאָל האָבן אַ פעולה נמשכת, וואָס ווירקט אויף דעם טאָג טעגלעכן לעבן פון אַ אידן אַלע טעג נאָך דערויףא, אַז זיי זאָלן זיין דורכגענומען מיט דער לעבעדיקייט און גייסט פון דעם יום טוב.
אויב דאָס איז אַזוי בנוגע צו יעדן יום טוב, איז דאָס זיכער אַזוי בנוגע צו שבועות, „זמן מתן תורתנו", פון וועלכן מ'קומט איצטער — וואָס דער אויפטו פון מתן תורה איז (כאָטש אַז מ'האָט פריער אויך געלערנט תורה), אַז דער אויבערשטער אַליין איז אַראָפּ אויף באַרג סיניב און אָפּגעגעבן די גאַנצע תורה מיט אַלע אירע מצוות צו יעדער אידן און אַלע אידן עד סוף כל הדורות ווי זיי געפינען זיך אין עולם הזה הגשמי, און זיי געגעבן דעם כח אַז זיי זאָלן בכח התורה והמצוות קענען אויסאיידלען, מברר ומזכך זיין, די גשמיות'דיקע וועלטג מיט אַלע דברים גשמייםד און זיי איבערמאַכן פאַר אַ „חפצא" של קדושהה.
ויש לומר, אַז דערפאַר איז דער דין, אַז „הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם"ו, און מ'טאָר דעמולט ניט פאַסטן אפילו אַ תענית חלוםז — „לפי שהוא יום שנתנה בו התורה, וצריך לאכול ולשמוח בו להראות שנוח ומקובל לישראל יום שניתנה בו התורה"ח (ניט ווי „שאר יו"ט ושבתות שמותר להתענות בהם תענית חלום"ח) — וואָרום דער אויפטו פון „זמן מתן תורתנו" איז נתינת התורה אין גשמיות העולם בכדי מברר ומזכך זיין די גשמיות און מאַכן דערפון קדושה.
ו"הימים האלה נזכרים ונעשים"ט, ד.ה. אַז אין „זמן מתן תורתנו" יעדן יאָר ווערט באַנייט דער ענין פון מתן תורהי, אידן באַקומען דעמולטיא אויף אַ422באַנייטן אופן גאַנץ תורה ומצוות בגשמיות העולם, און — אין אַן אופן פון מעלין בקודש משנה לשנה.
איז דאָך אַ זיכערע זאַך אַז „זמן מתן תורתנו" האָט אַ השפעה אויף די עבודה בקיום התורה והמצוות אַלע טעג פון יאָר — וואָס דערצו נעמט מען באַנייטע כחות פון „זמן מתן תורתנו" (ביז „זמן מתן תורתנו" קומענדיקן יאָר, ווען דאָס ווערט ווידער באַנייט).
ב. די השפעה פון „זמן מתן תורתנו" אויף אַלע טעג נאָך דערויף — איז ספּעציעל ווען מ'שטייט אין די ימי התשלומין פון חג השבועות, „זמן מתן תורתנו". וואָס כאָטש אַז בזמן הזה איז מען ניט מקריב קיין קרבנות (במילא איז בכלל, ניט שייך השלמה צו קרבנות פון חג השבועות) — איז אָבער אויך איצטער פאַראַן אַ זכר והשפעה פון די ימי התשלומיןיב, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס מ'זאָגט ניט קיין תחנון „עד י"ב בו (סיון) ועד בכלל דהיינו ה' ימים אחר חג השבועות כי החג יש לו תשלומין כל שבעה"יג. און ווי גערעדט פיל מאָליד, אַז י"ל דער טעם פאַרוואָס מ'זאָגט ניט קיין תחנון, ווייל די טעג אַליין טוען אויף די אַלע השפעות וואָס ווערן אויפגעטאָן אין אַנדערע טעג דורך אמירת תחנון.
אין די ימי התשלומין עצמם שטייט מען היינט אין דעם שבת וואָס נאָך חג השבועות, וואָס:
א) שבת בכלל האָט אַ ספּעציעלע שייכות מיט מתן תורה — כמאחז"לטו „לכולי עלמא בשבת ניתנה תורה", און דער טעם אויף דעם איז, ווייל שבת און תורה זיינען איין זאַךטז; ביידע זיינען אַ המשכה פון למעלה מסדר השתלשלות אין וועלט: כשם ווי דער אויפטו פון מתן תורה איז דער כח צו ממשיך זיין קדושה (אלקות) אין גשמיות העולם, און דערפאַר „צריך לאכול ולשמוח בו להראות שנוח ומקובל לישראל יום שנתנה בו התורה", אַזוי איז אויך דער אינהאַלט פון שבת — ממשיך זיין קדושה אין גשמיות העולם, און דערפאַר איז מצוה לענגו באכילה ושתי'יז, און ער איז אסור בתעניתיח.
ובפרט דער שבת נאָך שבועות וואָס ב) דעמולט איז דער („ויכולו"יט מלשון) כליוןכ ועלי' פון די ששת ימים שלפניו, כולל חג השבועות, און „ויכולו" אויך מלשון תענוגכ („חמדת ימים אותו קראת"כא), דער שבת איז ממשיך עלי' ותענוג אין דעם חג השבועות, און ג) דער „יאכל בשבת" פון דעם שבת איז423דורך דעם „מי שטרח בערב שבת"כב כולל פון די עבודה פון חג השבועות.
ובפרט אין דער קביעות פון היינטיקן יאָר — ווען חג השבועות איז אויסגעקומען אין „קמי שבתא"כג, איז דעמולט נאָכמער אונטערשטראָכן די שייכות פון דעם שבת מיט חג השבועות (סיי מצד דער השפעה פון שבת אין חגה"ש, און סיי מצד דער השפעה פון חגה"ש אין שבת).
ג. אין דעם קומט צו נאָכמער הדגשה מצד דעם וואָס דער שבת נאָך „זמן מתן תורתנו" איז אויך פ' נשאכד:
די ענינים וואָס רעדן זיך אין פ' נשא האָבן אַ שייכות אין אינהאַלט מיט „זמן מתן תוהתנו":
א) אַן ענין עיקרי אין דער סדרה איז פרשת נזירכה. דער גדר פון נזירות איז „נדר מכלל נדרי איסר שנאמר כי ידור נדר נזיר וגו'"כו.
איינער פון די חילוקים צווישן נדר און שבועה איז, אַז „נדרים חלים על דברי מצוה ושבועות אין חלות על דברי מצוה", ווייל „הנשבע אוסר עצמו על דבר שנשבע עליו, והנודר אוסר הדבר הנדור על עצמו, נמצא הנשבע לבטל מצוה אוסר עצמו וכבר עצמו מושבע מהר סיני, ואין שבועה חלה על שבועה, והאוסר דבר זה בנדר זה הדבר הוא שנאסר ואותו הדבר אינו מושבע מהר סיני"כז.
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא למעליותא, אַז אַ נדר קען מוסיף זיין אויף מתן תורה כביכול, און מאַכן פון אַ דבר גשמי (וואָס „אותו הדבר אינו מושבע מהר סיני") אַ חפצא של קדושה: באַ מתן תורה איז נאָר דער מענטש אָנגעזאָגט געוואָרן (מושבע מהר סיני) אויף מצוות, און מ"ת האָט אים געגעבן דעם כח צו מאַכן פון דברים גשמיים דברי קדושה ומצוות, אָבער די דברים גשמיים אַליין (מיט וועלכע ער איז מקיים די מצוות) זיינען ניט „מושבע מהר סיני"; משא"כ דורך אַ נדר מאַכט אויף דער מענטש אַז דער גשמי עצמו ווערט קדושהכח.
קומט אויס, אַז פרשת נזיר פון היינטיקער סדרה גיט צו אַ הוספה אין די כללות'דיקע עבודה פון „זמן מתן תורתנו".
ב) ווייטער אין פרשה רעדט זיך וועגן נאָך אַן ענין עיקרי — הקרבת הנשיאים, „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום"כט, און אויך וועגן דעם ס־הכל פון הקרבת כל הנשיאים.
וואָס אין דעם זיינען מודגש צוויי קצוות: פון איין זייט האָט יעדער נשיא מקריב געווען אין אַ באַזונדער טאָג, מיט זיינע באַזונדערע כוונותל, בהתאם
424ספר השיחות — ה'תשמ"ז
צו דער תוכן העבודה פון זיין שבט; לאידך גיסא — רעכנט מען דעם סךהכל פון אַלע נשיאים, „זאת חנוכת המזבח ביום המשח אותו", „זאת חנוכת המזבח אחרי המשח אותו"לא. וואָס דאָס באַווייזט אויף זייער אחדות, ווי עס שטייט אין מדרשלב „העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון וכאילו כולם הקריבו ביום אחרון".
ע"ד ובדוגמא ווי באַ מתן תורה — זיינען אַלע אידן דאָרטן געווען אָן אויסנאַםלג, און בהקדמה צו מ"ת — „כאיש אחד בלב אחד"לד, ולאידך גיסא — איז געווען אַ חילוק ביניהם בהתאם צו חילוק דרגתם, כמ"ש*34 „ועלית אתה ואהרן עמך והכהנים", „אתה (משה) מחיצה לעצמך ואהרן מחיצה לעצמו והכהנים מחיצה לעצמם".
ג) סיום וחותם הפרשהלה (לאחרי סיום הקרבת הנשיאים): „ובבוא משה אל אוהל מועד לדבר אתו וישמע את הקול מדבר אליו מעל הכפורת אשר על ארון העדות מבין שני הכרובים" — ע"ד ובדוגמא דער כללות ענין פון מתן תורה, „משה קבל תורה מסיני"לו.
ולהוסיף, אַז בדוגמא ווי מ"ת איז געקומען לאחרי ההקדמה פון אחדות ישראל („כאיש אחד בלב אחד")לז, אַזוי איז דער דיבור למשה (בסיום הפרשה) געקומען נאָך די אחדות פון כל הי"ב נשיאים, נשיאים פון כל השבטים.
ד. פון דעם אַלעם איז פאַרשטאַנדיק, דער ריבוי כחות וואָס מ'גיט אין ימי התשלומין פון „זמן מתן תורתנו" בכלל, ובפרט אין דעם שבת שבהם ובמיוחד אַז ער קומט אויס בפ' נשא — צו ממשיך זיין און מוסיף זיין אין די עבודה פון „זמן מתן תורתנו" — כללות קבלת התורה והמצוות לברר גשמיות העולם;
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער גיט אַזויפיל כחות, איז פאַרשטאַנדיק דער הכרח וחיוב וזכות זיי אויסנוצן אין דער פולער מאָס, אַז עס זאָל ניט איבערבלייבן אַ ליידיקע רגע פון דעם שבת וואָס ווערט ניט אויסגענוצט.
און פון דעם שבת — מיני' מתברכין כולהו יומיןלח, די איבעריקע ימי התשלומין, און פון זיי — דאַרף עס דערנאָך נמשך ווערן אויף אַלע טעג פון דער וואָך און — דערנאָך — פון דעם גאַנצן יאָר.
צום אַלעם ערשטן דאַרף יעדער איד — וואָס צו יעדער איד איז געגעבן געוואָרן גאַנץ תורה („תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"לט) — נעמען פון דעם „זמן מתן תורתנו" באַנייטע כחות אויף לערנען תורה בהתמדה ושקידה מיט אַ נייע לעבעדיקייט און קאָך,
און פון „זמן מתן תורתנו" בכלל דאַרף עס נמשך ווערן במשך כל ימי השנה, וואָס „בכלמ יום ויום יהיו בעיניך425חדשים"מא, ובלשון נוסח ברכת התורה וואָס מ'זאָגט בכל יום — „נותן התורה" לשון הווהמב, ביז אין אַן אופן אַז „מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע"מג, ווי דער אַלטער רבי איז דאָס מבארמד [דלכאורה ווי קען מען פאַרגלייכן „להלן" ווען „כל העם רואים את הקולות ואת הלפידים"מה און דאָס האָט גע'פועל'ט בכל העולם כולו אַז „צפור לא צווח כו'"מו צו „כאן" ווען מ'זעט ניט קיין קולות ולפידים, און די וועלט ווערט ניט נשתנה (בחיצוניות) בשעת אַ איד לערנט תורה, ואדרבה: אַ גוי וואָס זעט ווי דער איד הויבט זיך אָן שאָקלען און „טרייסלען" — קוקט ער אים אָן ווי אַ „ווילדער"] —
ווייל „כל הקורא ושונה בתורה הקב"ה קורא ושונה כנגדו"מז.
סיי אין די שיעורים בתורה השוים לכל נפש, און סיי אין די שיעורים הפרטיים — כל חד וחד לפום שיעורא דילי', און אויך — אין „לאפשה לה"מח, מחדש זיין בתורה, כפס"ד בשו"עמט אַז יעדער איד האָט אַ חיוב צו מחדש זיין בתורה, וכידוע אַז יעדער איד האָט זיין חלק בתורה (וואָס ער איז מחדש) — ווי יעדער איד זאָגט בסוף תפלת העמידה „ותן חלקנו בתורתך".
שטעלט זיך די שאלה: עס זיינען דאָך דאָ אידן וואָס זיינען אין אַ דרגא פון „לא ידע מאי קאמר" בתורהנ — ווי קענען זיי זאָגן בתפלה (השוה לכל נפש) „ותן חלקנו בתורתך"?
ויש לומר הביאור:
אַ חידוש אין תורה (מצד „חלקנו בתורתך") דאַרף ניט זיין דוקא פון אַן ענין בלימוד התורה, נאָר דאָס קען זיין אויך פון אַ הנהגה בפועל. ווי די גמרא דערציילטנא אַז מ'האָט זיך אָפּגעלערנט כמה הלכות בתורה פון הנהגת רבן גמליאל [ועד"ז פון גדולי ישראל בכל דור ודור בכלל]. ואדרבה: תורה איז מלשון הוראה, וגדול לימוד שמביא לידי מעשה דוקא — ד.ה. אַז עיקר התורה איז הוראות במעשה בפועל.
זעט מען בפועל, אַז יעדער איד (אפילו אַזאַ וואָס „לא ידע מאי קאמר"), אפילו אַ קליין קינד, זעט הנהגות ביי אַ צווייטן (אַ פאָטער אָדער מוטער, זיידע אָדער באָבע, אָדער ביי אַן אַנדער קרוב, אָדער מחנך) וועלכע זיינען אים געפעלן, און ער הויבט זיך אָן אַזוי פירן בפועל (אפילו אויב ער האָט עס ניט426געלערנט אין תורה און ער פאַרשטייט ניט די טעמים אויף דער הנהגה).
און פון די הנהגה זיינע לערנען זיך אָפּ אַנדערע אידן, אפילו גדולי ישראלנב, בנוגע צו זייער הנהגה בפועל בקיום התורה ומצוותי'. ואדרבה: ידע אינש בנפשי' אַז בשעת מ'זעט ווי אַזאַ וואָס „לא ידע מאי קאמר", אָדער אַ קליין קינד, פירט זיך מיט אַ הנהגה טובה בעניני תומ"צ [לדוגמא — ווי ער שאָקלט זיך באַם דאַוונעןנג] — דערנעמט דאָס טיפער און שטאַרקער און ווירקט אויף אים מערער, דוקא מצד די פשיטות פון דעם איש פשוט אָדער פון קינד!
דערפון קומט אויס, אַז אויך אַזאַ וואָס „לא ידע מאי קאמר" אָדער אַ קינד האָט „חלקנו בתורתך" אויך מלשון הוראה — זיין הנהגה מסויימת וואָס ער איז „מחדש", און אַנדערע, אפילו גדולי ישראל, לערנען זיך פון אים אָפּ.
כללות עבודת האדם טיילט זיך אין די דריי קוים פון תורה, עבודה און גמילות חסדים.
ס'איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז אַלע דריי קוים „גייען דורך" דעם קו פון תורה: בכדי וויסן אַז עס זיינען דאָ דריי קוים בעבודה, און די פרטי הדינים פון כל קו וקו — דאַרף מען קוקן אין תורה, וואָס זי גיט אַרויס די הוראות בנוגע צו אַלע דריי קוים, און אַלע ענינים בכלל.
דערפאַר יש לומר, אַז באַ מתן תורה — ווען תורה איז געגעבן געוואָרן למטה — זיינען געווען אַלע דריי ענינים, תורה עבודה וגמילות חסדיםנד:
תורה — דער ענין פון מתן תורה בפשטות.
תפלה (עבודה) — כידוע אַז בעת אמירת עשרת הדברות באַ מתן תורה איז „על כל דיבור ודיבור פרחה נשמתן"נה, וואָס דאָס איז דער ענין התפלה — דביקות באלקות ביז צו מסירת נפש והשתפכות הנפש. און ווי דער בעש"ט איז מסבירנו, אַז „זהו חסד גדול מהשי"ת שאדם חי אחר התפלה, שלפי דרך הטבע הי' לו למות מחמת שמפסיד כחו (בתפלה), כי נתן כחו בהתפלה כל כך מכח הכוונות הגדולות שהוא מכוין".
גמילות חסדים (צדקה) — ווי עס שטייטנז „ועשית חג שבועות לה' אלקיך מסת נדבת ידך אשר תתן", וואָס „נדבת ידך" איז בפשטות — דער ענין פון יד המחלקת צדקה (גמ"ח), וכמבואר בלקו"תנח דער דיוק „נדבת ידך", „ולא כתיב נדבת לבך שנדבת הלב היא מורגשת בהרגשת הלב ויש מי שאוהב כו', ועדיין אין זה בחי' ביטול ממש, ובגילוי רצון העליון ב"ה בחג השבועות מתגלה הרצון שלמעלה מן הלב כו', ואזי נק' נדבת היד אשר תתן מאלי' ומעצמה".
427ז. דערפון קומט אויך אַרויס די ע"פ דרכו" ווערט „גם כי יזקין לא יסור הוראה אין די עבודה פון אידן — וואָס ממנה"סב, משא"כ ביי אַן ערוואַקסענעם דאַרף זיין מעין ההמשכה מלמעלה — אַז וואָס האָט שוין אייגענע רגילות'ן, איז עס דאַרף צוקומען באַ יעדער איד, פועל'ן אַ שינוי — שווער.
אנשים נשים וטף, אַ הוספה וחיזוק אין
די שלשה עמודים פון תורה, תפלה ו־ בשעת מ'גיט דעם קינד אַן אייגענעם
חומש, סידור און צדקה־פּושקע וואָס
כמדובר לאחרונה בארוכה, אַז יעדער ליגט פאַר זיינע אויגן — ווייל כטבע פון איד זאָל מאַכן זיין שטוב און חדר אַ אַ קינד, בשעת ער זעט אַ זאַך, פרעגט „מקדש מעט", בית תורה תפלה וגמ"ח, ער אַליין גלייך וואָס דאָס איז און כולל — דורך האָבן דאָרט אַ ספר של פאַרוואָס דאָס איז („וואַי" — בלשון תורה (אַ חומש וכיו"ב), אַ סידור של המדינה), מ'דאַרף אים גאָרניט מעורר תפלה, און (להבדיל) אַ צדקה פּושקע, זיין אויף דעם. במילא בשעת ער זעט אַ וואו ער זאָל יעדער טאָג לערנען תורהצדקה־פּושקע — פרעגט ער גלייך וואָס און דאַוונען צום אויבערשטן (אָדער און פאַרוואָס דאָס איז. ובפרט בשעת ער מאַכן אַ ברכה), און (בימי החול) געבן זעט אַז פון אויבן איז דאָ אַ שפּאַלט (וואו צדקה, אַזוי אַז דאָס ווערט אין אַן אופן מ'לייגט אַריין די געלט) — איז כטבע פון פון בית, קבוע ובהתיישבות — אַ דבר אַ קינד וויל ער גלייך וויסן וואָס געפינט
זיך אינעווייניק, און צום אַלעם ערשטן
ביז אין אַן אופן פון „נדבת ידך", (איידער ער ווייסט וואָס און ווען) נעמט „אשר תתן מאלי' ומעצמה", וע"ד „מגר־ער און וואַרפט דאָרטן עפּעס אַריין!
מי' כרע" בשעת התפלהנט, ועד"ז בנוגע
צו תורה — „איתמר, שהוא לשון דברצדקה־פּושקע, וועט דאָס פאַרשפּאָרן אַז הנלמד מאליו כו', שנלמד ממילא"ס, אַז מ'זאָל אים דאַרפן דערציילן אַז ער תורה עבודה וגמ"ח ווערט עד כדי כך דאַרף געבן צדקה און דערביי אַוועקאיינגעקריצט בנפשו, אַז ער טוט עס שטעלן אַ גבאי צדקה — ווייל זעענדיק
די צדקה־פּושקע מיט דער שפּאַלט
און אַ הדגשה מיוחדת בזה — בנוגע אויבן (ובפרט אויב דאָרט שטייט אויך צו קינדער, וואָס „בנים ערבים אותנו" אָנגעשריבן אַז דאָס *) איז אַ צדקה־פּושקע)
מ'זעט בפועל אַז מיט קינדער איז
לייכטער אויפטאָן אַז תורה עבודה ו־ אים „מעצמם" מעורר זיין צו לערנען גמ"ח זאָל באַ זיי ווערן אַ דבר קבוע אין *) און דאַוונען.
זייער לעבן, ביז אַז זיי טוען עס „מאלי'
ומעצמה" — וואָרום דורך „חנוך לנער תורה עבודה וגמ"ח, אָנהויבנדיק בימי
התשלומין, און דערנאָך במשך כל השנה428— וועט דאָס נאָכמער צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה נאָך אין די ימי התשלומין, און מ'וועט אַלע צוזאַמען גיין אין ארץ הקודש, און אין ירושלים עיר הקודש, און אין ביהמ"ק בית הקדוש,
וי"ל אַז מ'וועט אויך מקריב זיין די קרבנות פון שבועות (כאָטש אַז שבועות עצמו האָט מען געפּראַוועט אין גלות) — ע"ד הדיעות באחרוניםסג אַז אויב משיח קומט באמצע ימי הספירה, ווערן די פריערדיקע טעג פאַררעכנט אַלס ימי הספירה, וואָרום כאָטש אַז די ספירה איז מדרבנן, איז אָבער אויך מדרבנן מאַכן אויף די טעג פאַר אַ מציאות (מצד „מצותי' אחשבי'"מד), במילא זיינען אויך די שפּעטערדיקע טעג „תמימות". ועד"ז י"ל בנוגע צו הקרבת הקרבנות בימי התשלומיןסה, ווייל כאָטש אַז שבועות האָט מען געפּראַוועט אין גלות, איז דאָס אָבער אַ יו"ט ומצוה און „מצותי' אחשבי'".
און דאָס אַלץ — מתוך שמחה וטוב לבב, בגאולה האמתית והשלימה, במהרה בימינו ממש, תיכף ומיד ממש.