עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ עקב, כ"ן

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

522משיחות ש"פ עקב, כ"ן

א. שטייענדיק אין דעם שבת נאָך חמשה עשר באב — ווען עס ווערט אַן עלי' ושלימות („ויכולו"א) אין אַלע ענינים פון חמשה עשר באב — איז אַ פּאַסיקע צייט צו ממשיך זיין אין די ענינים, ובפרט אין די פאָרשלאַגן בנוגע למעשה בפועל, וואָס מ'האָט גערעדט חמשה עשר באבב.

מ'האָט דעמולט גערעדטג אַז דער יום טוב גדול פון חמשה עשר באב (וואָס „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'"ד) קומט (אויך) דערפון וואָס דעמולט ווערט „קיימא סיהרא באשלמותא" פון חודש אב, דער גילוי העלי' ושלימות וואָס קומט אַרויס פון דער ירידה גדולה אין דער לבנה בתשעה באב (וועלכע איז צורך עלי' „עלהה ארי' במזל ארי' והחריב אריאל (בית המקדש) על מנת שיבוא ארי' (זה הקב"ה) במזל ארי' ויבנה אריאל"ו), ובמילא אויך — די עלי' ושלימות פון אידן, וואָס דומין ומונין ללבנה. ף מנחם־אב* ה'תשמ"ז

און די (חמשה) טעמים אין גמראז אויף דעם יו"ט פון ט"ו באב — זיינען לעומת ומהפך די (חמשה) דברים בלתי רצויים שאירעו בתשעה באב, אָנהויבנדיק פון דעם טעם — „יום שכלו בו מתי מדבר", וויילח דורך זען די לבנה מלאה בחמשה עשר באב איז באַ אידן נתברר ונתגלה געוואָרן אַז ס'איז בטל געוואָרן די גזירה פון די מתי מדבר (וואָס איז געווען בתשעה באב). ועד"ז די אַנדערע טעמים אין גמרא — זיינען אַלע פאַרבונדן מיט אחדות ישראל וועלכע איז מבטל סיבת חורבן ביהמ"ק בתשעה באב, „מפני שהיתה בה שנאת חנם"ט.

און דערפאַר פּראַווען אידן חמשה עשר באב (אויך בזמן הזה) דורך דעם וואָס זיי זיינען מוסיף אין עבודת ה' בפועל ובגלויי, ווי די גמראיא אונטערשטרייכט „מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", „מחמשהיב עשר באב ואילך דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה יוסיף חיים על חייו": וויבאַלד אַז ט"ו באב ווערט אַ שלימות אין חיי ישראל (דמונין ודומין ללבנה) — וואָס זייער חיים, „חייך ואורך ימיך"יג, באַשטייט פון תורה523— דאַרף עס באַ זיי אַרויסרופן אַ הוספה וחידוש אין זייער עבודה, לכל לראש בלימוד התורה, וואָס דורך דעם ווערט „יוסיף חיים על חייו", און אויך אין „חייו" כפשוטן.

וגדול לימוד שמביא לידי מעשהיד — אַ הוספה אין די ענינים וואָס זיינען מבטל „חטאנו" וואָס האָבן געבראַכט דעם חורבן בתשעה באב, ובכללות — אחדות ישראל [ווי אונטערשטראָכן אין די אַלע טעמים אויף דעם יו"ט פון ט"ו באבטו], כולל ובמיוחד — אין מצות צדקה. ווי אויספירלעך ערקלערט דעמולט.

דאָס הייסט — אַז דער אינהאַלט פון ט"ו באב איז: דער אָנהויבס פון אַ נייעם סדר, הוספה וחידוש בעבודת האדם מדילי', ולכל לראש — אין תורה וצדקה.

ב. בשעת עס קומט דער שבת נאָך חמשה עשר באב — קומט צו אַן עלי' ושלימות און אַ ספּעציעלע נתינת כח אין די אַלע ענינים.

ובפרט בקביעות שנה זו — ווען דער שבת איז עשרים באב, וואָס האָט אַ ספּעציעלע שייכות מיט חמשה עשר באב:

די משנהד זאָגט אַז חמשה עשר באב און עשרים באב זיינען צוויי פון די ט' זמנים פון „עצי כהנים והעם". ווי די גמראטו דערציילט, „כשעלו בני הגולה לא מצאו עצים בלשכה", האָבן געוויסע משפחות מנדב געווען האָלץ צום מזבח „משלהם". און דערפאַר האָט מען מתקן געווען, אַז אין דעם טאָג ווען אַ משפחה האָט מנדב געווען האָלץ — זאָל מען אין דעם טאָג מידי שנה בשנה נוצן פון זייער האָלץ פאַרן מזבח („אפילו לשכה מלאה עצים"טז); און דער טאָג איז באַ זיי געווען אַ יו"ט, און זיי האָבן געבראַכט דאַן אויך אַ „קרבן עצים".

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז חמשה עשר באב און עשרים באב האָבן צווישן זיך אַ שייכות, און אַ שייכות — אַז ביידע זיינען טעג פון „עצי כהנים והעם", טעג ווען ס'איז צוגעקומען אַ הוספה אין די עבודה פון אידן — אַז משפחות בישראל האָבן מנדב געווען עצים פאַרן מזבח „משלהם" — אַן ענין של צדקה ואהבת ישראל (צו דעם וועלכער האָט ניט קיין עצים), ווייל אויף די עצים האָט מען מקריב געווען קרבנות פון אַלע אידן, אויך קרבנות יחיד, אפילו פאַר עניים (אין עני אלא בדעתיז), אויך חטאות ואשמות וועלכע עס האָבן געבראַכט בעלי עבירות אַלס כפרה אויף זינד, א. ז. וו.

און זיי האָבן דאָס געטאָן בשמחה, ביז אַז מען האָט דעם טאָג, יום קרבן עצים, געמאַכט פאַר אַ יו"ט פון דער משפחה.

אין דעם גופא איז פאַראַן אַ מעלה וחשיבות אין די נדבת העצים בעשרים באב וואָס איז ניטאָ באַ די נדבה פון דער משפחה וואָס האָט מנדב געווען בחמשה עשר באב:

די גמראיח זאָגט אַז „מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה ולא היו כורתין עצים למערכה כו'". קומט אויס אַז די נדבת העצים בעשרים באב איז געווען ווען מ'האָט שוין ניט געקענט שניידן קיין אַנדערע (גוטע) עצים524למערכה. און פונדעסטוועגן האָבן די בני המשפחה אַוועקגעגעבן זייערע עצים, בכדי אַז אַלע אידן, אפילו בעלי עבירה, זאָלן קענען מקריב זיין זייערע קרבנות לכפר על עוונותיהם. און דעריבער האָט די נדבת העצים בעשרים באב אַ חשיבותיט וואָס איז ניטאָ באַ די נדבה בחמשה עשר באב, וואָרום בחמשה עשר באב האָט מען נאָך געקענט שניידן האָלץ פון דאָס נייכ, אָדער עכ"פ בזמן פון הכנה, בסמיכות ממש צו ט"ו באב.

ד.ה. אַז די מעלה פון עשרים באב באַשטייט אין דעם אַז דעמולט איז נאָך שטאַרקער אונטערשטראָכן און אַנטפּלעקט די עבודה פון חמשה עשר באב — די עבודה ומס"נ פון אידן (נדבת העצים „משלהם") — דורך מנדב זיין עצים ווען מ'קען זיי שוין מער ניט באַקומען.

און דאָס שטייט נאָכמער בגלוי ווען עשרים באב איז דער שבת נאָך חמשה עשר באב — ווען עס ווערט אַן עלי' ושלימות אין דער עבודה פון חמשה עשר באב, כנ"ל.

ג. עשרים באב האָט אַ שייכות מיט חמשה עשר באב — אויך ובמיוחד מצד די הוספה אין תורה וצדקה וואָס דאַרף צוקומען מחמשה עשר באב ואילך, כנ"ל:

וועגן דער משפחה וועלכע האָט מנדב געווען עצים בעשרים באב, איז פאַראַן אין גמרא צוויי דיעות: ר' מאיר זאָגט „הן הן בני דוד בן יהודא", ר' יוסי זאָגט „הן הן בני יואב בן צרוי'". האָט מען אַמאָל גערעדטכא, אַז ס'איז ניט קיין מחלוקת במציאות (צי ס'איז געווען די משפחה אָדער אָן אַנדערע), ווייל ביידע רעדן וועגן איין און דער זעלבער משפחה וואָס האָט געשטאַמט פון דוד'ן און פון יואב'ן (דורך זייער מתחתן זיין צווישן זיך)כב, און די מחלוקת צווישן ר' מאיר און ר' יוסי איז: דורך וועלכער מעלה און חשיבות פון דער משפחה, איז געקומען זייער מנדב זיין עצים למזבח בעשרים באב.

און די ערקלערונג אין דעם איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס די גמראכג זאָגט בנוגע דעם אונטערשייד צווישן דוד און יואב „אילמלא דוד לא עשה יואב מלחמה ואילמלא יואב לא עסק דוד בתורה". ד.ה. אַז יעדער איינער פון זיי האָט אַ שייכות און אַ טייל אין דעם צווייטנס עבודה, וויבאַלד אַז „אילמלא" איינער וואָלט דער צווייטער ניט געקענט טאָן זיין עבודה. דער אונטערשייד איז נאָר — אַז דער עיקר עבודה פון דוד איז באַשטאַנען אין לימוד התורה (אָפּגעזונדערט פון וועלט), און דער עיקר עבודה פון יואב איז געווען — מלחמה, עבודת הבירורים אין וועלט.

און אין דעם באַשטייט די מחלוקת פון ר' מאיר און ר' יוסי: ר' מאיר האַלט אַז די עבודה בדוגמת עבודת דוד — לימוד התורה — האָט אַרויסגערופן באַ די משפחה אַז זיי זאָלן האָבן מס"נ און מנדב זיין האָלץ למזבח בעשרים באב (ווען אַנדערע גוטע האָלץ קען מען ניט שניידן); און ר' יוסי האַלט אַז די עבודה525בדוגמת עבודת יואב בן צרוי' — עבודת הבירורים — האָט עס באַ זיי אַרויסגערופן.

דערפון קומט אויס, אַז עשרים באב איז פאַרבונדן מיט ביידע עבודות — לימוד התורה און עבודת הבירורים, ובכללות — די עבודה פון צדקה (וואָס באַדייט כללות עבודת הבירורים)כד. דער חילוק איז נאָר אין וואָס באַשטייט דער עיקר עבודה.

ד. די שייכות פון עשרים באב מיט חמשה עשר באב — איז אַרויס נאָכמער בגלוי פאַר די אלפים ורבבות פון די תלמידים פון דעם טאַטן, אָדער די מקיימי הוראות שלו והולכי באורחותיו, מצד דעם יום הסתלקות פון דעם טאַטן בעשרים באב:

חז"ל זאָגןכה אַז „שקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו" (בתשעה באב). וע"פ המדובר לעילכו אַז בחמשה עשר באב ווערט נתתקן ונתברר און אַנטפּלעקט (למראה בני אדם) פנימיות הכוונה פון „שריפת בית אלקינו" בתשעה באב, אַז ת"ב איז צורך עלי', „על מנת שיבוא ארי' (זה הקב"ה) במזל ארי' ויבנה אריאל", בכדי ער זאָל נהפך ווערן „לששון ולשמחה כו'"כז — איז פאַרשטאַנדיק אַז עד"ז אין ער אויך מתקן ומגלה די פנימיות הכוונה פון „מיתתן של צדיקים" (וואָס איז שקולה „כשריפת בית אלקינו") בעשרים באב (וואָס קומט לאחרי חמשה עשר באב) — אַז דאָס איז בכדי אַרויסברענגען אַ הוספה ועלי' אין די אַלע ענינים, אָנהויבנדיק — אַ הוספה אין עבודת האדם דאָ למטהכח.

און די עלי' שטייט נאָכמער בגילוי* בשעת דער יאָרצייט פון עשרים באב קומט אויס ביום השבת — וואָס דעמולט איז לכולי עלמא ניטאָ קיין דיני אבילות, כמ"שכט „ולא יוסף עצב עמה" — „זו אבילות", ואדרבה — „ביום שמחתכם אלו שבתות"ל, „וקראת לשבת עונג"לא. און דאָס קומט אַרויס בגלוי ממש למראה בני אדם — דורך מאַכן קידוש על היין, המשמח אלקים ואנשיםלב, און עסן סעודת שבת, אַ סעודה בפשטות פון בשר שמן כו' וואָס ברענגט שמחה ועונג בגלוי. במילא איז מובן, אַז דעמולט (שבת) שטייט בגלוי נאָר דער צד הטוב אין הסתלקות הצדיק — די עלי' וואָס קומט דערפון אַרויסלג.

ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: וויבאַלד אַז אין דעם שבת (בקביעות ע"פ תורה) בשנה זו ווערט די עלי' ושלימות פון חמשה עשר באב — קומט דעמולט אַרויס נאָכמער בגלוי דער יום טוב גדול פון חמשה עשר באב (די עלי' לאחרי הירידה גדולה ד"שריפת בית אלקינו" בתשעה באב), בפרט זייענדיק אַ שבת וואָס איז מגלה די פנימיות הכוונה פון יום הסתלקות פון אַ צדיק (השקולה „כשריפת בית אלקינו")לד.

526ה. ויש לומר אַז די עבודה פון עשרים באב, כולל די שלימות וואָס ער טוט אויף אין חמשה עשר באב — איז אויך מרומז אין דעם מספר היום בחודש — עשרים (בחודש מנחם אב) — ובהקדים:

אין סידורים וספרים וכו' איז מען זיך נוהג בכמה וכמה דפוסים ומקומות שרייבן צוויי יודי"ןלה אַנשטאָט דעם שם הוי'לו (בכדי מ'זאָל ניט קומען לידי בזיון ח"ו דהשם וזלזול מצד דעם וואָס דער סידור וועט זיך פאַרוואַלגערן וכיו"ב).

איינער פון די טעמים אויף דעםלז: דער ערשטער יו"ד איז ר"ת פון שם הוי' (בכתיבתו), און דער צווייטער יו"דלח איז דער סוף התיבה פון שם אדנ־י (הוי' בקריאתולט).

והענין בזה:

דער אונטערשייד צווישן שם הוי' און שם אד' איז (אויך): שם הוי' איז די דרגא פון אלקות וואָס איז העכער פאַר (התלבשות וגילוי ב)עולם — בחי' סוכ"ע (דערפאַר קען קריאת השם בעולם בזמן הזה ניט זיין ככתבו). שם אד' — וואָס איז אַ כלי (היכל) צו שם הוי' — איז די דרגא פון אלקות וואָס איז זיך מתלבש בעולמות להחיותם — בחי' ממכ"עמ, מדת מלכותו ית', אַז דער אויבערשטער איז אדון על כל הארץ (וואָס „מדה זו ושם זה (מדת מלכותו ית' ושם אדנות) הן המהוין ומקיימין העולם להיות עולם כמות שהוא עכשיו יש גמור ודבר נפרד כו'")מא.

און דער חילוק דריקט זיך אויס אויך אין דעם, אַז דער גילוי שם הוי' ווערט נמשך מעצמו (מלמעלה למטה), משא"כ גילוי שם אד' איז דוקא ע"י עבודת האדם (מלמטה למעלה)מב.

תכלית הכוונה איז — אַז דורך עבודת האדם זאָל ווערן יחוד וחיבור הוי' ואדנ־י אלקות שלמעלה מעולם (שם הוי') זאָל נתגלה ווערן אין עולם (שם אד־) — ווי ס'איז געווען אין ביהמ"ק (וואָס527דערפאַר איז דאָרט געווען ב' הקריאות, אויך קריאת שם הוי' ככתבו), און ווי ס'וועט זיין בתכלית השלימות (באופן תמידי) — בביהמ"ק השלישי (ובכל העולם) לעתיד לבוא — וועלכער ווערט אָנגערופן „מקדש אדנ־י כוננו ידיך"מג, און „גדול מקדש שניתן בין ב' אותיות שנאמרמד פעלת ה' מקדש אד־י"מה — ווייל דאָרטן וועט זיין דער חיבור פון הוי' ואד' (סובב וממלא)מו.

ויש לומר, אַז דאָס איז מרומז אין די צוויי יודי"ן וואָס גייען אויף דעם יו"ד (אות הראשונה) פון שם הוי' און דעם יו"ד (אות האחרונה) פון שם אדנ־ — כמבואר בכ"ממז די שייכות צווישן די צוויי יודי"ן (פון הוי' און אדנ־י), ביז אַז דער שרש פון דעם יו"ד דשם אדנ־י איז פון דעם יו"ד פון שם הוי' (ווייל סוף מעשה במחשבה תחלה)מח — ווייל די כוונה במחשבה תחלה אין דעם יו"ד פון הוי' איז, אַז דאָס זאָל נמשך ונתגלה ווערן דורך דעם יו"ד פון אדנ־י למטה בעולם: דער יו"ד פון שם הוי' גייט אויף תחלת ההשפעה — וואָס איז באופן של נקודה, און די תכלית בזה איז קומען צו גמר ההשפעה — נקודת התמציתמט, ע"ד פון דעם יו"ד האחרונה דשם אדנ־

וע"ד משל — דער סדר התגלות פון אַ שכל חדש: לכל לראש — ווערט נתגלה אַ הברקה פון אַ נקודה — חכמה (כנגד דעם יו"ד פון שם הוי'נ). [דערנאָך קומט די נקודה אַראָפּ אין התרחבות פון הבנה והשגה דבינה (כנגד דער ה"א), און דערנאָך (דורך דעת) — אין די מדות ומלכות (כנגד ו"הנ)]. און לאחרי גמר ושלימות השכל — קומט די נקודת התמצית (כנגד דעם יו"ד האחרונה פון שם אד־י), וואָס אין דער נקודת התמצית „ליגט" דער גאַנצער שכל ביז ווי דאָס שטייט אין נקודת החכמהמט.

ועד"ז בהשפעת רב לתלמיד: בכדי דער רב זאָל משפיע זיין פון זיין שכל צו אַ תלמיד (וואָס כלי השגתו קענען (נאָך) ניט נעמען דעם שכל הרב) — דאַרף לכל לראש זיין אַ צמצום (יו"ד, חכמה). דערנאָך קען זיין די השפעה בפועל (הו"ה) — לפי ערך שכל התלמיד. ביז אַז מ'קומט צו גמר ההשפעה — וואָס איז אויך אַ יו"ד, נקודת התמצית.

און דורך דעם וואָס עס ווערט דער חיבור פון די צוויי יודי"ן (פון הוי' ואד') — ווערט דער גילוי פון בחי' כ, עשרים (ב' פעמים יו"ד) — בחי' כתר (ר"ת כ ובגימטריא עשריםנא), וואָס איז העכער אפילו פאַר דעם יו"ד (הראשון) פון הוי' (בחי' חכמה), „דוקאנב ע"י חיבור שם הוי' בשם אד' שהוא ההשפעה למטה, עי"ז נמשך מבחי' עליונה יותר", כמבוארנג „בפי' בעטרה שעטרה לו אמו528המשכת הכתר זהו ביום חתונתו דוקא בשביל ההשפעה בשם אד'", כמארז"ל „אין נותנים פרנסה לאדם (אפילו לאדם העליון כביכול) אלא בשביל אשתו"נד, כנס"י (אד'), ווייל „אשת חיל עטרת בעלה"נה.

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער פירוש אין דעם וואָס אין סידורים כו' שרייבט מען צוויי יודי"ן (במקום שם הוי') — ווייל די צוויי יודי"ן באַדייטן די תכלית פון כללות עבודת התפלהנו (בסידור תפלה) וכללות עבודת האדם: המשכת שם הוי'נז אין שם אד'נח.

ו. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם תוכן פון עשרים (כ"ף) במנחם אב:

ענינו פון חודש מנחם אב איז כשמו — די נחמה אויף די ענינים בלתי רצויים וואָס האָבן פּאַסירט אין אב, און מגלה זיין די פנימיות הכוונה בירידה זו, „עלה ארי' במזל ארי' והחריב אריאל . . על מנת שיבוא ארי' במזל ארי' ויבנה אריאל (בית המקדש השלישי)".

כאָטש אַז דאָס איז די כוונה פון דעם גאַנצן חודש, שטייט עס אָבער בהעלם בתחלת החודש ביז תשעה באב; ווען קומט עס אַרויס בגילוי — במנחת ת"ב, ובגילוי ממש דאָ למטה למראה בני אדם — בחמשה עשר באב, ווען „קיימא סיהרא באשלמותא". און דערפאַר דריקט זיך דאָס אויס אין אַ הוספה בעבודת האדם למטה, כנ"ל.

ויש לומר אַז דער אויפטו פון חמשה עשר באב איז — דער חיבור פון הוי' ואד', אַז דער שם הוי' ווערט נתגלה למטה בעולם — אין דעם בית המקדש השלישי (די כוונה פנימית פון דעם חורבן ביהמ"ק בתשעה באב), „מקדש אד' כוננו ידיך". ווי די משנה וגמרא זאָגן בסיום סוגיית והלכות חמשה עשר529באב — „יום שמחת לבו זה בנין בית המקדש"נט.

און דערפאַר דריקט זיך דאָס אויס אין אַ הוספה בעבודת האדם („מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", „דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה") — דורך וועלכע מ'איז ממשיך שם אד', און חיבור הוי' ואד'.

ווי מרומז אויך אין דברי המשנה, אַז בחמשה עשר באב „בנות ירושלים יוצאות כו' וחולות בכרמים כו'", ווי עס שטייט „צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה בעטרה שעטרה לו אמו ביום חתונתו . . זה מתן תורה":

די ד' סוגים פון „בנות ירושלים" (וועלכע זיינען כולל אַלע אידן) זיינען כנגד די ד' אותיות פון שם הוי'ס וועלכער איז נתגלה געוואָרן באַ מתן תורהסא. די כוונה איז אָבער, אַז די „בנות ירושלים" זאָלן ניט בלייבן במקומן, נאָר זיי זיינען „יוצאות וחולות בכרמים" („צאינה גו' בנות ציון"), טאָן אַן עבודה משלהן — וואָס דורך דעם ווערט נמשך דער גילוי פון די ד' אותיות שם הוי' (די ד' בנות, כביכול) אין די ד' אותיות פון שם אדנ־יסב (גילוי בעולם), וואָס דורך דעם חיבור פון שם הוי' בשם אד' (שהוא ההשפעה למטה), ווערט „נמשך מבחי' עליונה יותר", בחי' „עטרה שעטרה לו אמו ביום חתונתו", המשכת הכתר, „בשביל ההשפעה בשם אד'" (כנ"ל).

ז. אַזוי אויך אין דער עבודה פון ט"ו באב בזמן הזה — „דמוסיף יוסיף", „דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה" — איז דאָ דער חיבור פון די צוויי יודי"ן פון הוי' ואדנ־

די הוספה בלימוד התורה מחמשה עשר באב ואילך — איז מדגיש אַז קודם פון דעם איז שוין דאָ דער עצם ענין התורה; און מט"ו באב ואילך קומט אין דעם צו אַ הוספה. ובפשטות: ט"ו באב קומט נאָך זמן מתן תורתנו (בחודש סיון) — ווען ס'איז געגעבן געוואָרן די תורה מלמעלה; דערנאָך קומט ט"ו באב, ווען עס הויבט זיך אָן אַ נייער סדר (פון לענגערע נעכט — על מנת — „לא איברי ליליא אלא לגירסא"סג — עס זאָל זיין אַ הוספה) בלימוד התורה ע"* י עבודת האדם מדילי'.

ויש לומר, אַז מתן תורה (בחגה"ש) און ט"ו באב איז ע"ד די צוויי יודי"ן פון הוי' ואדנ־

מתן תורה איז געווען אַ גילוי מלמעלה למטה, וואָס האָט ניט (אינגאַנצן) דורכגענומען ומזכך געווען דעם תחתוןסד, דער גילוי פון שם הוי' (וואָס ווערט נתגלה מעצמו, ניט תלוי בעבודת האדם, כנ"ל ס"ה).

ובזה גופא — דער גילוי פון דעם אות יו"ד (דשם הוי'), ווי ערקלערט אין חסידותסה דברי המדרשסו עה"פסז „כף אחת עשרה זהב", „כף אחת כנגד הלוחות530שנכתבו מיד הקב"ה . . עשרה זהב אלו עשרת הדברות שהיו כתובים בלוחות" — אַז „כף אחת", אות כ"ף — איז בחינת הכתר, שרש התורה, און „עשרה זהב", אות יו"ד — ווי תורה (עשרת הדברות) ווערט דערנאָך נמשך בבחי' חכמה.

די הסברה בזה אין פשוט'ע אותיות: בכדי אַז אַ משפיע זאָל קענען (און וועלן) איבערגעבן שכל צו אַ תלמיד שלא בערך למטה ממנו — דאַרף ביים משפיע זיין אַ גילוי אור רב (וואָס דאָס איז דער גילוי פון בחי' כתר). דאָס איז אָבער קודם די השפעה בפועל; די השפעה בפועל — הויבט זיך אָן דוקא דערמיט וואָס דער רב איז מצמצם שכלו אין אַ נקודה (יו"ד), און דערנאָך קען ער משפיע זיין דעם שכל בערך צו כלי המקבל. ועד"ז (כביכול) איז געווען באַ מתן תורה — השפעת התורה פון דעם אויבערשטן צו אידן: לכל לראש — דער גילוי פון בחי' כתר, אות אל"ףסח (פון „אנכי" — התחלת עשרת הדברות). דערנאָך ווערט עס נמשך אין דעם יו"ד (עשרת הדברות), בחי' חכמה.

און בחמשה עשר באב — „דמוסיף יוסיף" — ווערט די הוספה בלימוד התורה ע"* י עבודת האדם, מלמטה למעלה — כנגד דעם יו"ד (אות האחרונה) פון שם אדנ־י (א הוספה איז דער טייטש — אַ הוספה אין דעם ענין גופא וואָס איז געווען פון פריער, בנדו"ד — ענין התורה, אות יו"ד).

און דער שלימות הגילוי פון דעם חיבור פון די ביידע יודי"ן (בט"ו באב) — איז בעשרים (ב' פעמים יו"ד) באב, ווען ס'איז נאָכמער אונטערשטראָכן עבודת המטה ע"י נדבת קרבן עצים „משלהם", כנ"ל (ס"ב).

ולהוסיף: בפרטיות יותר זיינען די צוויי ענינים פון תורה וצדקה — וועלכע שטייען בגלוי בט"ו באב, און נאָכמער בגלוי בעשרים באב — ע"ד די צוויי יודי"ן: תורה איז בכללות אַ המשכה מלמעלה למטה, און צדקה איז בכללות אַ העלאה מלמטה למעלה.

ח. די הדגשה אויף די צוויי ענינים (די צוויי יודי"ן), און די הוספה בתורה וצדקה איז אויך אונטערשטראָכן אין היינטיקן פרק, פרק חמישי:

אין דעם פרק זיינען פאַראַן בפרט צוויי משניות (וסמוכות זל"ז): איין משנה וועגן לימוד התורה און אַ צווייטע משנה וועגן נתינת הצדקה:

„ארבעסט מדות בנותני צדקה. הרוצה שיתן ולא יתנו אחרים, עינו רעה בשל אחרים. יתנו אחרים והוא לא יתן, עינו רעה בשלו. יתן ויתנו אחרים, חסיד. לא יתן ולא יתנו אחרים, רשע".

ובמשנה שלאח"זע: „ארבע מדות בהולכי בית המדרש. הולך ואינו עושה,531שכר הליכה בידו. עושה ואינו הולך, שכר מעשה בידו. הולך ועושה, חסיד. לא הולך ולא עושה, רשע".

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) די מדה פון „לא יתן ולא יתנו אחרים" גייט לכאורה ניט אַריין אין דעם סוג פון „נותני צדקה" — פאַרוואָס זאָגט דער תנא אַז „ארבע מדות בנותני צדקה"?!

ועד"ז בנוגע צו „הולכי בית המדרש" — איז „לא הולך ולא עושה" ניט אין „הולכי בית המדרש" — פאַרוואָס רעכנט עס דער תנא צווישן די „ארבע מדות בהולכי בית המדרש"?!

דער ברטנורא ערקלערט, אַז די משנה רעדט „בנתינת הצדקה, ולא בנותני צדקה ממש, דהא איכא מי שאינו נותן, וכן בסמוך בהולכי בית המדרש, היינו בהליכת בית המדרש". אָבער פשטות לשון המשנהעא איז — „נותני צדקה", און „הולכי בית המדרש", אַז עס רעדט זיך וועגן די נותנים והולכים אַליין ממש (ניט (נאָר) וועגן נתינת הצדקה והליכה לבית המדרש)עב.

ב) ענינה פון מסכת אבות איז — „מילי דחסידותא"עג, מדת חסידות, לפנים משורת הדין. ולכאורה — וואָס איז די „מילי דחסידותא" אין די משניות, „ארבע מדות בנותני צדקה כו'", „ארבע מדות בהולכי ביהמ"ד כו'" — ובפרט אַז דער חיוב פון נתינת הצדקה און הליכה לביהמ"ד איז מעיקר הדין?

ט. ויש לומר הביאור בזה:

אין די „ארבע מדות" אויסגערעכנט אין משנה — וועלכע שליסן איין אַלע מעגלעכע אופנים — זיינען נכלל אַלע אידן.

און דער חידוש אין משנה איז — אַז אַלע אידן זיינען בכלל „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש", ד.ה. אפילו אַזאַ וואָס געפינט זיך אין אַ מצב וואָס בפועל ממש „לא יתן ולא יתנו אחרים" (בנוגע לצדקה), „לא הולך ולא עושה" (בנוגע צו לימוד התורה) — איז אָבער וויבאַלד אַז ער איז אַ איד, איז ער איינגעשלאָסן אין „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש", וואָרום זיין רצון האמיתי (והפנימי) איז „להיות מישראל . . לעשות כל המצוות כו'"עד, אפילו אויב בחיצוניות ובגלוי שטייט ער נאָך אין אַ מצב וואָס „לא יתן ולא יתנו אחרים", „לא הולך ולא עושה"עה.

און דעריבער, אפילו שטייענדיק אין אַ מצב פון „לא יתן ולא יתנו אחרים", „לא הולך ולא עושה" — דאַרף ער ניט זיין אין יאוש ח"ו, וואָרום מצד רצונו שלו האמיתי איז ער בכלל „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש".

דערצו דאַרף ער אויך וויסן, אַז זיכער טאָר ער ניט בלייבן באַ דעם מצב פון „לא יתן ולא יתנו אחרים", „לא הולך ולא עושה" ח"ו, וואָרום זיכער איז די532כוונה אין משנה (תורה והוראה ברורה) מיט זאָגן אַז ער איז בכלל „נותני צדקה" און „הולכי ביהמ"ד" — בכדי ווירקן אויף אים אַז זיין רצון (האמיתי) זאָל אַרויסקומען בגילוי בפועל ממש, אַז ער זאָל זיין פון „נותני צדקה" בפועל ממש און פון „הולכי ביהמ"ד" בפועל ממש.

און דערצו: וויבאַלד אַז אַלע פיר סוגים קומען בחדא מחתא און אין איין המשך, איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן צווישן זיך אַן ערך ושייכות — אַז אויך דער וואָס געפינט זיך דערוויילע אין די דרגא פון „לא יתן ולא יתנו אחרים", „לא הולך ולא עושה", האָט בכח (ובמילא ליגט אויף אים דער חיוב) צוקומען צו תכלית השלימות פון די „ארבע מדות" — „יתן ויתנו אחרים, חסיד", „הולך ועושה, חסיד".

י. דערפון איז אויך דאָ אַ הוראה פאַר דעם סוג הכי נעלה, „יתן ויתנו אחרים, חסיד", „הולך ועושה, חסיד":

נאָכדעם וואָס ער דערגרייכט די דרגא ה(כי) נעלית אין לימוד התורה און נתינת הצדקה — איז מצד מדת החסידות („מילי דחסידותא"), טאָר ער ניט בלייבן שטיין אויף איין אָרט, נאָר ער דאַרף שטענדיק זיין „הולכי בית המדרש", וואָס הליכה אמיתית איז דוקא אַ שטענדיקע הליכה; ער דאַרף שטייגן העכער און העכער („מעלין בקודש"עו) אין לערנען תורה און אין געבן צדקה, ובלשון הנ"ל — „דמוסיף יוסיף", „יוסיף חיים על חייו", ווייל תומ"צ זיינען „חייך ואורך ימיך".

דערצו איז מען אים אויך כולל מיט די אַנדערע סוגים פון „נותני צדקה" און „הולכי ביהמ"ד" — בכדי מדגיש זיין אַז דער הכרח צו שטייגן העכער און העכער איז גלייך באַ אַלע „ארבע מדות", ד.ה. אַזוי ווי ס'איז אַ הכרח אַז דער וואָס איז אין די דרגא פון „לא יתן ולא יתנו אחרים", „לא הולך ולא עושה", דאַרף זיכער נתעלה ווערן צו אַ העכערע דרגא, אַזוי איז אויך דער הכרח בנוגע צו אַזאַ וואָס איז אין דער דרגא פון „יתן ויתנו אחרים", „הולך ועושה" — אַז ער דאַרף שטייגן העכער, און אויב ניט ח"ו, איז די האַרבקייט — לפי ערך מעמדו ומצבועז — בדוגמא דער האַרבקייט פון בלייבן אויף די דרגא פון „לא יתן ולא יתנו אחרים" כו'!

יא. לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז אין די משניות איז אונטערשטראָכן דער חיבור פון די צוויי יודי"ן (פון הוי' ואד'):

מצד הנשמה זיינען אַלע אידן „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש" (ניט אָפּהענגיק אין זייער עבודה) — ע"ד היו"ד דשם הוי', „חלק הוי' עמו"עח, וואָס ווערט נמשך מעצמו.

דערביי איז אָבער כוונת המשנה, אַז ביי אַלע פיר סוגים (וואָס זיינען כולל אַלע אידן) זאָל זיין די עבודה בפועל (מלמטה למעלה — כנגד דעם יו"ד דשם אד־י) צו מגלה זיין רצונו האמיתי ופנימיות נשמתו, און שטייגן און דערגרייכן אַ העכערע דרגא.

ויש לומר אַז די „ארבע מדות" זיינען כנגד די ד' סוגים פון „בנות ירושלים"533(כנגד די ד' אותיות דשם הוי')עט: מצד עצמן זיינען אַלע פיר סוגים „בנות ירושלים", אָבער דערצו דאַרף זיין זייער עבודה דאָס צו מגלה זיין בפועל, „יוצאות", און אין דעם גופא — שטייגן העכער און העכער.

יב. אין צוגאָב צו די הוראה ברורה בנוגע צו אַ הוספה אין לימוד התורה און נתינת הצדקה פאַר יעדער איד (אויך ווי ער שטייט בפ"ע), האָט מען אַ הוראה בנוגע צו איינווירקן אויף אַנדערע אַז אויך זיי זאָלן מוסיף זיין אין תורה און צדקה — כמדובר לעיל (בחמשה עשר באב), אַז ס'איז כדאי ביותר ויותר אַז מצד די מצות עשה מן התורה פון „ואהבת לרעך כמוך" („כלל גדול בתורה")פ זאָל מען זיך משתדל זיין רעדן, ביז — ווירקן אויף יעדערן וועמען מ'קען דערגרייכן, אַז מ'זאָל צוגעבן אין תורה און צדקה.

קען זיך דערביי שטעלן די שאלה: ווי קען ער צוגיין צו אַ איד וועלכן ער האָט קיינמאָל ניט געזעןפא, ביז אַז אַמאָל דאַרף ער אים גאָר פרעגן צי ער איז בכלל אַ איד . . . — און מיטאַמאָל וועט ער מיט אים אָנהויבן רעדן וועגן געבן צדקה און גיין אין בית המדרש, און אין דעם גופא — אַ הליכה ממדה (וחיל) למדה (וחיל) — דאָס איז דאָך לכאורה געגען חוקי הנימוס ודרך ארץ לויט מנהג העולם?!

ובפרט ווען מ'לעבט אין אַן אָרט און מדינה וואו יעדער מענטש האָט זיין פּערזענלעכע רעכט צו לעבן און פירן זיך ווי ער וויל, ביז אַז אַנדערע מיינען גאָר אַז מ'איז אַ פולער בעל הבית, אָן אַ בעל הבית איבער און אויף זיך, דער בעל הבירה (עולם ומלואו), כולל דעם עסק און געשעפט און בית ממש וואו ער לעבט, און קיינער קען אים ניט זאָגן ווי ער זאָל זיך פירן [תורה זאָגט — „אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה"פב, אַנדערע מיינען אָבער אַז אַ „בן חורין" איז אַזאַ וואָס קען טאָן ווי ביי אים קומט אויס, און דאַרף קיינעם ניט פאָלגן, אפילו ניט די מלוכה דלמטה און, להבדיל, אויך ניט, ח"ו, מלוכה דלמעלה] — דאַרף מען האָבן נאָכמער הסברה: ווי קען מען פאָדערן אַז אַ איד זאָל צוגיין צו אַ צווייטן אידן, וועמען ער קען איבערהויפּט ניט, און רעדן מיט אים מיטאַמאָל וועגן לערנען תורה, געבן צדקה און ענלעכעס?!

גיט אַרויס די משנה הנ"ל אַן אָנווייזונג ווי מ'זאָל צוגיין צו אַ אידן אין אַן איידעלן אופן וואָס שטימט מיט חוקי הנימוס:

צום אַלעם ערשטן דאַרף מען אים זאָגן אַ בשורה טובה: וויבאַלד אַז דו ביסט אַ איד, ביסטו בכלל „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש", אַזוי זאָגט אונזער תורה — מפורש אין משנהפג, אַז אַלע (פיר סוגים) זיינען בכלל „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש".

און במילא — זאָגט מען אים ווייטער — דאַרף איך מקיים זיין די „שליחות" פון דער „דבר משנה" — דיר צו דערציילן, אַז יעדערער פון די „ארבע534מדות" אין „נותני צדקה" און „הולכי ביהמ"ד" קען און דאַרף שטייגן און דערגרייכן צו אַ העכערע דרגא.

און אפילו אויב דו פרעגסט באַ מיר: פון וואַנעט ווייס איך באַ וועלכע דרגא דו האַלסט — ווען איך קען דיר אפילו ניט — ענטפער איך דיר: טאַקע אַזוי, די משנה אַליין אונטערשטרייכט אַז עס זיינען דאָ „ארבע מדות", פאַרשידענע סוגים, און איך ווייס טאַקע ניט צו וועלכן סוג דו געהערסט, אָבער צוזאַמען דערמיט — זאָגט די משנה, תורת אמת, אַז דו ביסט זיכער בכלל „נותני צדקה" און „הולכי בית המדרש", און צו וועלכן סוג דו זאָלסט נאָר געהערן, אפילו אַ „חסיד" — דאַרפסטו שטייגן נאָך העכער!

דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס רעדן מיט אַ צווייטן וועגן מוסיף זיין אין תורה און צדקה — איז זיכער ניט קיין פגיעה ח"ו בכבודו (אַז מ'איז אים חושד אַז ער געפינט זיך ניט במעמד ומצב רצוי כו') — וואָרום מ'שאַצט ניט איצט צו וועלכן סוג ער געהערט, עס קען זיין אַז ער געהערט אפילו צו דעם סוג פון „חסיד", אָבער אויך צו אים האָט מען די שליחות צו איבערגעבן אַז* ער דאַרף שטייגן העכער.

יג. והמעשה הוא העיקרפד:

שטייענדיק אין דעם טאָג פון עשרים באבפה — איז נאָכמער אונטערשטראָכן ווי יעדער איד האָט אַ שליחות צו מעורר ומפרסם זיין בכל מקום ומקום וועגן די אָנווייזונג אין משנה פון דעם פרקי אבות וועלכן מ'לערנט דעם שבת — „ארבע מדות בנותני צדקה כו'", „ארבע מדות בהולכי בית המדרש כו'" — אַז יעדער איד, אנשים נשים וטף, דאַרף מגלה זיין ע"י עבודתו ווי ער איז אַ „נותן צדקה" און „הולך בית המדרש" — און נאָכמער דורך מוסיף זיין אין תורה וצדקה, און שטייגן אין דעם אַלץ מערער און מערער,

און אויך ווירקן אויף אַנדערע אידן אַז זיי זאָלן אַזוי טאָן.

ויה"ר אַז דורך אָננעמען די החלטות טובות וועט דאָס ברענגען ובגילוי ובפועלפו דעם שכרפז ובקרוב ממש — „שיבנהפח בית המקדש במהרה בימינו ותן חלקנו בתורתך"פט, בגאולה האמיתית והשלימה.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3bg5hy3m

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#153 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here