Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב ער"ח אייר, ה'תשמ"ז 613)
ערב ראש חודש אייר,
ה'תשמ"ז. ברוקלין, נ.י.
צו אַלע אידישע קינדער
השם עליהם יחיו
זיכער ווייסט איר אַז יעדע וויכטיגע זאַך וועלכע מען דאַרף טאָן, פאַרלאַנגט אַז מען זאָל זיך צוגרייטן צו דעם, בכדי זי זאָל געטאָן ווערן ווי עס דאַרף־צו־זיי.
מיר שטייען ערב ראש חודש אייר וועלכער האָט אַ העכסט־וויכטיגן טאָג לג בעומר, דער אַכצעטער טאָג (חי) באייר, אין וועלכן מען האָט איינגעפירט אויך ספּעציעלע מנהגים פאַר קינדער,
איינגעשלאָסן — דערמאָנען רבי שמעון בן יוחאי און זיינע מעשים טובים, לערנען פון זיינע הוראות (אָנווייזונגען) אין תורה, מיט אַ פעסטן באַשלוס צו מקיים זיין זיי בשמחה און ווי עס דאַרףצו־זיין, און אויך ווירקן אויף אַנדערע אַז זיי זאָלן אויך אַזוי טאָן,
613לויטן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן ואהבת לרעך כמוך (דו זאָלסט ליב־האָבן דיין חבר ווי דו האָסט ליב זיך),
דערפאַר איז כדאי אַז יעדער יעדע פון אייך זאָל זיך צוגרייטן דערצו, דורך אָנהויבן לערנען פון די דערמאָנטע הוראות און מעשים טובים,
און אין דעם טאָג פון לג בעומר, אין טאָג פון „זיין שמחה", ווי רבי שמעון בן יוחאי האָט דעם טאָג אָנגערופן, מאַכן אַ כינוס לכבודו און טאָן עס אַלע צוזאַמען, און אויך מאַכן אַ תהלוכה אין אייער וואוינארט, כדי מפרסם צו זיין נאָך מער אייער פאַרבונד מיט תורה דורך רבי שמעון בן יוחאי, וועלכער איז געווען תורתו אומנתו (תורה איז געווען זייך אויסשליסליכע באַשעפטיקונג),
און בעטן אייערע עלטערן און אייערע מחנכים — שיחיו — אייך העלפן אין דעם אַלעם, לויט דעם אָנזאָג אין תורה, וועלכן מען גייט לייענען אין אַלע בתי כנסיות (שולן) אומעטום „אמור גו' ואמרת" — ווי רבותינו זכרונם לברכה טייטשן עס „להזהיר גדולים על הקטנים" (זאָג־אָן די ערוואַקסענע און זיי זאָלן דאָס איבער געבן צו די קלענערע),
און גרויס איז דער זכות פון רבי שמעון בן יוחאי — צו מצליח זיין יעדערן פון אייך אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און דאָס אַלעס בשמחה, איינגעשלאָסן, דאָס אַלעס אויבנגעשריבענע,
614און זוכה זיין בקרוב ממש צו זען „עושה נ — דו השם), אראנו נפלאות פון דער גאולה
בברכת ראש חודש
און צו גרויס הצלחה נפלאות אתה אלוקים" (ער טוט וואונדער האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו
(615ב"ה, דינסטאָג, יום שהוכפל בו כי טוב,
ערב ראש חודש אייר,
ה'תשמ"ז. ברוקלין, נ.י.
צו אַלע אידישע עלטערן
און צו אַלע אידישע מחנכים ומחנכות
השם עליהם יחיו
באַגרינדעט אויפ'ן תורה־אָנזאָג „אין מזרזין אלא למזורזין" און ווי באַוואוסט די מעלה פון זריזות און איר נויטיקייט, אין אַלע זאַכן פון אידישקייט,
ובפרט אין דעם אויספירן דעם דריימאָליגן ציווי התורה „להזהיר גדולים על הקטנים" — דער גרונד פון אמת'ן חינוך,
כולל אויך אין דעם אינהאַלט פון דעם בייגעלייגטן בריף „צו אַלע אידישע קינדער" שליט"א
דער בריף צוזאַמען מיט דער בקשה נפשית העלפן, מעודד און מזרז זיין אין די אַלע ענינים פון בריף און ספּעציעל אין דעם מאַכן דעם כינוס און מסדר זיין די תהלוכה,
און זיכער וועט דאָס צוגעבן נאָך מער אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות — האָבן פון יעדערן פון די קינדער אַ סך אמת'ן תורה־נחת, דורכגענומען מיט פנימיות התורה ווי ערקלערט אין זוהר, „חיבורא דילך" פון רבי שמעון בן יוחאי דער בעל השמחה פון לג בעומר.
ויהי רצון אַז דאָס אַלעס זאָל נאָכמער צואיילן דעם צוזאָג אין זוהר: „בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר כו' יפקון בי' מן גלותא ברחמים", במהרה בימינו ממש.
ובברכת חודש טוב
„אין מזרזין אלא למזורזין": ספרי נשא בתחילתו. במדב"ר פ"ז, ו. וראה מכות כג, א. וראה מכתב ער"ח טבת תש"ג (אגרות קודש ח"א ע' סח).
די מעלה פון זריזות: ראה אגה"ק סכ"א.
דעם דריימאָליגן ציווי התורה: ראה יבמות קיד, סע"א ואילך. וראה מכ' ח' אייר תשג"ה, ג' וי"א אייר תש"ד (אגרות קודש ח"א ע' קיטכ. שם ע' רפג ואילך). לקו"ש ח"ז ע' 147 ואילך.
אין זהר: ח"ג קכד, ב (ברע"מ). הובא ונתבאר באגה"ק סכ"ו.
0 —616ב"ה, יום ועש"ק, פ' איכה אשא לבדי, פ' חזון,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-k7x4add6