Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ פינחס, כ"א תמוז ה'תשמ"ז
477משיחות ש"פ פינחס, כ"א תמוז ה'תשמ"ז
א. מ'האָט גערעדטא, אַז אין די טעג פון די „דריי וואָכן", פון „בין המצרים" דאַרף מען ספּעציעל מוסיף און מרבה זיין אין שמחה (זעלבסטפאַרשטאַנדיק באופן ובזמן המותר לויטן שולחן ערוך).
און דער טעם אויף דעם: וייל בגלוי איז דאָס אַ טרויעריקע צייט באַ אידןב, אַ צייט ווען מ'מאַכט ניט קיין שמחותג, צוליב די אומגעוואונטשענע פּאַסירונגען וואָס האָבן געטראָפן צו דעם אידישן פאָלק אין די טעג, בעיקר — דער חורבן, ביז דעם חורבן בית המקדש ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער (איצטיקער) ביטערער גלות,
אָבער די כוונה פון דער ירידה איז — צורך עלי', בכדי דערגרייכן צו אַ העכערן אָרט און דרגא לגבי ווי מ'איז לכתחילה געווען (קודם הירידה). און מ'מוז אַזוי זאָגן — וואָרום דער אויבערשטער איז עצם הטוב, יעדער זאַך וואָס דער אויבערשטער טוט איז גוטד, און בריינגט צו שלימות פון גוטס. דעריבער איז מוכרח זאָגן אַז די ירידה אין גלות איז נאָר בכדי מ'זאָל דערגרייכן אַ העכערע עלי', כיתרוןה האור מן החושך;
נאָר וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז אַ איד זאָל זיין אַ „שותף להקב"ה במעשה בראשית"ו, און יעדער זאַך זאָל סו"ס קומען דורך דער עבודה פון אַ אידן („למעשה ידיך תכסוף"ז), און ניט באופן פון „נהמא דכסופא"ח — דעריבער האָט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט אַז עס זאָל זיין אַ ירידהט, בכדי אַז דאָס זאָל אַרויסרופן אַ התגברות אין דער עבודה פון אַ אידן בקב שלו בתורה ומצוות, און דאָס זאָל ברענגען אַן עלי' שלא בערך, ביז די עלי' פון די גאולה האמיתית והשלימה,
478ספר השיחות — ה'תשמ"ז
אַ גאולה שאין אחרי' גלותי (העכער פון דעם מצב בבית ראשון ושני)יא.
ב. אַזוי איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו די טעג וואָס באַצייכענען די ירידה אין גלות עצמו — די „דריי וואָכן", ובפרט זייער אָנהויבס און סוף, שבעה עשר בתמוז און תשעה באב (וועלכע זיינען ימי תעניות) — אַז זייער כוונה איז, בכדי אַז דורך דעם זאָלן אידן דערגרייכן אַן עלי' שלא בערך.
וי"ל אַז דערפאַר זאָגט דער נביאיב, אַז אַ תענית איז אַ „יום רצון לה'" (מער ווי אַנדערע טעג פון יאָר), ווייל דער פנימיות'דיקער אינהאַלט פון דער ירידה פון דעם יום תענית (אַלס יום עינוי, פּייניקן דעם גוף) — איז „יום רצון לה'".
ביז אַז דער תכלית פון די ימי התעניות איז, נוסף ע"ז אַז זיי ווערן בטל, נאָר יהפכו ימים אלהיג „לששון ולשמחה ולמועדים טובים"יד. שטעלט זיך די שאלהטו: ס'איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די אבלות אין תשעה באב וועט בטל ווערן בשעת ס'וועט אויפגעבויט ווערן דער ביהמ"ק השלישי, אָבער פאַרוואָס זאָל דאָס נאָך ווערן אַ יום טוב — „הלאטז אין כאן אלא היציאה מן היגון ויהי' א"כ כאילו לא נחרב שלא יהי' ט"ב יום מר"? איז דער ענטפער אויף דעם — אַז דער תוכן פנימי פון תשעה באב (און שבעה עשר בתמוז) אויך איצטער — איז די פנימיות האהבה והחסד שלמעלה, בכדי אַז אידן זאָלן דורך דעם יום תענית צוקומען צו אַן עלי' שלא בערך העכער, העכער פאַר אַלע אַנדערע מועדים; און בשעת דאָס ווערט נתגלה לע"ל, ווערט דער טאָג אַ יום ששון ושמחה כו', ואדרבה — נאָך אַ גרעסערער יו"ט ווי אַנדערע ימים טובים, שכליז המועדין עתידים ליבטל כו'יח.
ווי ס'איז אויך מרומזיט אין דעם „סימןכ לקביעות המועדים" — „א"ת ב"ש ג"ר כו', פי' ביום א' של פסח יהי' לעולם ט' באב, וסימן עלכא מצות ומרורים יאכלוהוכב כו'": דאָס וואָס479תשעה באב (ועד"ז שבעה עשר בתמוז — די התחלה פון „בין המצרים") קומט אויס אַלעמאָל אין דעם זעלבן טאָג אין וואָך ווי דער יום א' דפסח, באַווייזט אַז ביידע זיינען בפנימיות איין ענין — ענין הגאולה, ואדרבה — בתשעה באב וועט נתגלה ווערן (לע"ל) דער פנימיות ושלימות הגאולה פון פסח.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם סימן „א"ת"כג — ע"פ הידוע אַז (דער סימן) „א"ת ב"ש ג"ר וכו'" איז איינער פון די סדרים פון אל"ף בי"ת, דער אל"ף קומט נאָך עם תי"ו, דער בי"ת קומט נאָך עם שי"ן, א. אַ. וו.:
דער „סימן לקביעות המועדים" איז אַלץ געבויט אויף די טעג פון פסח (דער א', ב', ג' וכו' גייען אויף די טעג פון פסח) — ווייל פּסח איז דער „ראש לרגלים"כד.
און דער אל"ף גייט אויף דעם ערשטן טאָג פסח (ט"ו ניסן), ווען ס'איז געווען די גאולה ממצרים, „בעצם היום הזה"כה. און אין דעם זעלבן טאָג — קומט אויס תשעה באב (תי"ו).
אין דעם גופא איז אָבער דער סדר ניט באופן ישר, אל"ף, בי"ת, גימ"ל, דל"ת וכו', נאָר גלייך נאָך דעם אל"ף (דער ערשטער אות) „שפּרינגט" מען צו דעם תי"ו (דער לעצטער אות), און דערנאָך ב"ש, ג"ר וכו', ביז אַז דער אל"ף בייט זיך אויפ'ן (און „ווערט") תי"ו — וואָס דאָס איז מרמז אויף דעם, אַז דער פנימיות התוכן פון תשעה באב (תי"ו) איז דער ענין הגאולה, ענינו של פסח — דער ראש הגאולות, און פתיחת הצנור אויף אַלע עניני הגאולהכו, כולל די גאולה העתידה, כמ"שכז „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"כח.
ג. פון דעם אַלעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ'דאַרף אויסנוצן יעדער געלעגנהייט וואָס מ'האָט (באופן המותר ע"פ שו"ע) אין „בין המצרים" אויף מרבה זיין בשמחה — ווייל די כוונה פון דער גאַנצער ירידה והגבלות אין עניני שמחה, איז בכדי עס זאָל צוקומען נאָך אַ העכערע עלי' אין ששון ושמחה ומועדים טובים; וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס אידן גיבן צו אין זייער עבודה ומתוך שמחה (בזמן ובאופן המותר ע"פ שו"ע) ביתר שאת וביתר עוז, וויסנדיק אַז דאָס איז אַ הכנה צו דער עלי' הכי גדולה אין שמחה וואָס וועט זיין לע"ל.
ובפרט ווען עס קומט אַ שבת פון „בין המצרים", כולל אויך (ואדרבא) דעם היינטיקן שבת (דער ערשטער שבת פון „בין המצרים") — וואָס דעמולט זיינען ניטאָ קיין דיני אבלות ח"וכט, במילא איז480מובן אַז דעמולט שטייט בגלוי נאָר דער צד הטוב והעלי'ל פון די „בין המצרים"לא — „וביום שמחתכם אלו שבתות"לב.
ובפרט ווען מ'לייענט אין דעם שבת — פרשת פינחס, וואו עס רעדט זיך
השבת והמועדים, וקרבנותלג שבת והמועדים, וואָס זיינען אַן ענין של שמחה, קרבנות בנסכיהם, שאין שמחה אלא בייןלד, המשמח אלקים ואנשיםלה — ווי ערקלערט ווייטער.
ד. אין דעם אַלעם קומט צו אַ חידוש מצד דער קביעות פון היינטיקן יאָר — ווען (א) די „דריי וואָכן" הויבן זיך אָן (שבעה עשר בתמוז) און ענדיקן זיך (תשעה באב) אין יום השלישי שהוכפל בו כי טובלו, און (ב) דער גאַנצער יאָר איז אַ שנת השמיטה, „שבת לה'"לז:
אַזוי וואָלט מען געקענט לערנען, אַז אע"פ וואָס מ'האָט דעם כלל אַז ירידה צורך עלי', האָט אָבער דער אויבערשטער אויסגעשטעלט אַז ביז מ'קומט צו דער עלי' דאַרף נעמען צייט, פריער דאַרף זיך אָנהערן נאָר די ירידה, דערנאָך קומט מען צו צוביסלעך, מן הקל אל הכבד, צו דעם מצב של עלי'.
דער היינטיקער קביעות לערנט אָבער, אַז גלייך ווי עס הויבן זיך אָן די „דריי וואָכן" (שבעה עשר בתמוז) — הערט זיך אָן בגלוי די עלי'לח:
ס'איז (א) אַ יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אַ יום טוב, און טוב כפול (מעין פון יהפכו ימים אלה „לששון ולשמחה ולמועדים טובים" דלע"ל, באופן פון יום טוב כפול, מער ווי אַנדערע מועדים כנ"ל),
און (ב) אין אַ שנת השמיטה, „שבת לה'" — דער גאַנצער יאָר שטייט אין אַ מצב של עלי' (כידוע אַז שבת איז עלי' און מעלה אַלע ענינים) און שמחה („ביום שמחתכם — אלו שבתות"):
דער געוויינלעכער סדר העבודה איז — אַז פריער דאַרף זיין די ירידה, „כי תבואו אל הארץ"לז, דערנאָך „שש שנים תזרע שדך גו'"לט, און דערנאָך ערשט קומט די עלי' — „ובשנה השביעית שבת שבתון יהי' לארץ שבת לה'"מ. אָבער מצד (די דרגא פון) תורהמא — הערט זיך אָן גלייך בתחלת הענין — דער תכלית הכוונה אין די שש שנים, אַז דאָס איז481„ושבתה הארץ שבת לה'", דערפאַר אין תורה הויבט זיך אָן מיט „ושבתה הארץ גו'" (פאַר דעם וואָס מ'דערציילט וועגן די עבודה פון שש שנים תזרע שדך)מב;
אין דער קביעות פון „בין המצרים" היינטיקס יאָר — הערט זיך אָן גלייך (כנ"ל בפ' השמיטה) בתחלת הירידה (דער אָנהויבס פון „בין המצרים") אַז ס'איז שוין „שבת לה'" (שנת השמיטה).
ה. דער ענין האמור איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין היינטיקער פרשה — פינחס (דער ערשטער שבת פון „בין המצרים"מג):
דער אָנהויבס פון פ' פינחס קומט בהמשך צו דעם וואָס עס רעדט זיך אין סוף פון דער פריערדיקער פרשה (פ' בלק), אָבער צווישן זיי איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד:
בסוף פ' בלק רעדט זיך וועגן דער ירידה ונפילה — דער חטא פון בעל פעור און מעשה זמרי, און די מגיפה וואָס איז דערפאַר געווען, און דערנאָך ווי פינחס האָט (נאָר) מבטל געווען די גזירה, „ותעצר המגיפה מעל בני ישראל"מד.
אין אָנהויב פון אונזער פרשה רעדט זיך נאָר וועגן דער עלי' וואָס איז דערפון אַרויסגעקומען — „פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם ולא כליתי גו'"מה, „לכןמו אמור הנני נותן לו את בריתי שלום גו'"מז.
וואָס זיכער איז די כוונה פון דער ירידה בסוף פ' בלק — צורך עלי', אָבער דאָרטן הערט זיך נאָר די ירידה; משא"כ אין אונזער פרשה הערט זיך אָן די עלי' (וואָס איז אַרויס דורך דער ירידה).
און דער כח אויף דעם האָט פינחס געהאַט דערפון וואָס ער (פינחס) אַליין איז געשטאַנען אויף אַ דרגא הכי נעלית וואָס איז אַרויס דורך אַ מצב של ירידה, און אין אַן אופן אַז ביי אים שטייט בגלוי די עלי' וואָס קומט דערפון אַרויס:
חז"ל זאָגןמח אַז דער פסוק דערציילט דעם יחוס פון פינחס („בן אלעזר בן אהרן הכהן") „לפי שהיו השבטים מבזים אותו הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו [יתרו] עגלים לעבודה זרה כו', לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן".
דאָס הייסט: פינחס איז טאַקע געווען „בן פוטי" (מצד דעם וואָס „פיטם אבי אמו עגלים לע"ז")מט, נאָר די תורה איז482מעיד (מיט מייחס זיין פינחס אחר אהרן) אַז באַ פינחס איז געשטאַנען (יחסו) בגלוי נאָר די עלי' וואָס איז אַרויס פון דער ירידה, כידוע אַז דוקא דורך דעם וואָס יתרו „פיטם עגלים לעבודה זרה" — איז אַרויסגעקומען אַ (יתרו מלשון) יתרון האור מן החושךנ, אַז יתרו האָט געזאָגט „גדול הוי' מכל האלקים", ד. ה. אַז אפילו אין אַ מקום תחתון (עבודה זרה) האָט זיך אָנגעהערט ווי „איןנא עוד מלבדו", ביז „איןנב עוד"נג אפילו בחללו של עולםנד.
און דער עילוי שבזה איז אַרויס בתכלית השלימות ובגלוי באַ פּינחס — וואָס ביי אים איז געשטאַנען בגלוי נאָר די עלי' שבזהנה; און אַנשטאָט זאָגן „דאתי מיתרו שפיטם עגלים לע"ז", זאָגט מען „דאתי מיוסף שפטפט ביצרו (מתריס ונלחם כנגד יצרו)"נו, די עבודה פון „יוסף ה' לי בן אחר"נז — מאַכן אַ „בן" (אפילו) פון בחי' „אחר"נח.
זעט מען ווי אין אונזער פרשה (בתחלתה), איז אויך אונטערשטראָכן נאָר די עלי' (וואָס קומט אַרויס דורך דער ירידה), ע"ד ווי מ'זעט עס אין דער קביעות וואָס די בין המצרים הויבן זיך אָן גלייך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב און אין אַ שנת השמיטה, „שבת לה'".
ו. דער ענין איז אויך אונטערשטראָכן אין (המשך ו)סיום העניןנט — וואו עס רעדט זיך וועגן חלוקת הארץ, און דערנאָך פרשת המועדים (אַלץ ענינים של עלי'), ביז דעם סיום הפרשהס: „ביום השמיני עצרת תהי' לכם"סא:
לאחרי ווי עס רעדט זיך וועגן הקרבת שבעים פרים בימי הסוכות כנגד שבעים אומותסב, וואָס דאָס ווייזט אויף די עבודה פון בירורסג האומות, כידוע אַז דורך הקרבת שבעים פרים האָבן אידן מגין געווען אויף די אומותסד, וואָס דורך בירור האומות קומט צו (אויך) אַן עלי' אין אידן — ע"ד „משכני אחריך נרוצה"סה,
לאחרי זה קומט „ביום השמיני עצרת תהי' לכם גו' והקרבתם פר אחד איל483אחד", כנגד „אומה יחידה"סב, וואָס שטייען דעמולט אין אַן אופן פון „לכם" — יהיו לך לבדך ואין לזרים אתךסו — ישראל ומלכא בלחודוהיסז, און זיי עסן אַ „סעודה קטנה"סח, וואָס ווייזט אויף תכלית הביטול (קטנה, ע"ד אומה יחידה) וואָס דוקא דורך דעם נעמט מען עצמות ומהות.
קומט אויס, אַז בסיום הפרשה איז אויך אונטערשטראָכן דוקא די עלי' הכי נעלית (וואָס קומט אַרויס דורך עבודת הבירורים למטה כו') — ישראל ומלכא בלחודוהי, ואין לזרים אתך, דאָרט הערט זיך בכלל ניט אָן אַ מציאות פון אומות העולם און עולם בכלל (אע"פ וואָס די עלי' איז געקומען לאחרי ההקדמה פון בירור האומות ובירור העולם).
ז. ויש להוסיף ולקשר זה אויך דערמיט וואָס בדורנו זה איז נתגלה געוואָרן אַז קודם דעם זמן פון „בין המצרים" קומט דער חג הגאולה פון י"ב־י"ג תמוז:
די גאולה איז געקומען אַלס תוצאה פון די גזירות און העלם והסתר אויף די עבודה פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות בזמן ההוא במדינה ההיא. אָבער נאָך דער גאולה — האָט זיך אַרויסגעוויזן „גלוי לעין כל"סט דער נצחון וגאולה פון דער עבודה (אין הרבצת התורה וחיזוק היהדות) פון אַלע אידןע, נצחון איבער אַלע העלמות והסתרים.
פאַר דער גאולה האָט מען געזען, אַז ס'איז דאָ אַ ירידה און אַ מאסר בבית האסורים (נאָר די ירידה איז — צורך עלי' הבאה לאחרי זה). אָבער לאחרי דער גאולה — איז ניט איבערגעבליבן קיין רושם פון אַ ירידה, מערניט ווי די עלי' וואָס איז דערפון אַרויס — די הוספה והתגברות אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, ביז — שלא בערך מער ווי ס'איז געווען לפני המאסר (הירידה).
און דאָס גיט כחעא — בבחי' מקדים רפואה למכהעב — אַז מ'זאָל קענען זען בגלוי ווי די ירידה וואָס קומט לאחרי זה אין „בין המצרים", וואָס איז אויך בדוגמא ווי אַ מאסר אין בית האסוריםעג, און עס זיינען דאָ „ושבי'"עד, „שבויים ממש"עה (געפאַנגענע), און „ציון" דאַרף אָנקומען צו „תפדה"עד — איז נאָר צורך עלי', אַזוי אַז אין דעם זאָל זיך אָנהערן נאָר די עלי' שבזה, ווי עס ווערט „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"עד, און יהפכו ימים אלה „לששון ולשמחה ולמועדים טובים".
ובפרט ווען דאָס איז אויך שבת פ' פינחס, כנ"ל, וואָס עבודתו איז אויך געווען בדוגמא פון „פדיון שבויים": אידן זיינען געשטאַנען אין אַ מצב פון484„שבויים" באַ זייער יצה"ר, ביז אַז אויך באַ משה „נתעלמה ממנו הלכה"עו, און דערפאַר „המה בוכים"עז, און פינחס האָט זיי אַלע פודה געווען פון דעם מצבעח. ולהעיר — אַז רבי פינחס בן יאירעט האָט זיך עוסק געווען אין פדיון שבוייםפ. וכמרומז אויך אין שמו „בן יאיר": דורך פדיון שבויים איז מען מאיר (מ'באַלייכט) דעם שבוי און מ'שטעלט אים אַוועק אין זיין פּאַסיקן אָרט.
ח. די הוראה פון דעם אַלעם אין מעשה בפועל — המעשה הוא העיקרפא:
שטייענדיק אין די „דריי וואָכן" פון „בין המצרים", ווען באַ יעדער איד (און אין די גאַנצע וועלט) ווערט ערוועקט דער געפיל ווי ער איז אַ געפאַנגענער אין גלות (אין צוגאָב צו דער אַלגעמיינער גלות ושבי' (געפאַנגענשאַפט) פון זיין נשמה אין זיין גוף ונפש הבהמיתפב),
ובפרט מצד זיין עסק אין עניני עולם, וואָס „רוב בעלי עסקים והעוסקים במלאכה ה"ה כשבוים, שהם טרודים ומוטרדים ביותר בטרדת עסקיהם ופרנסתם ומלאכתם והם קשורים בזה כהשבוי בבית האסורים", „שהוא ככל האדם אלא שהוא אסור וקשור בבית הכלא ואינו יכול לזוז משם אפי' זיז כל שהוא"פג —
דאַרף ער וויסן, אַז נוסף ע"ז וואָס די כוונה בזה איז צורך עלי'פד, אָבער דערוויילע הערט זיך אָן (נאָר) אַ ירידה — איז נאָכמער: גלייך אין אָנהויבס פון דער ירידה גופא שיינט שוין בגלוי די עלי' (ס'איז שוין יום שלישי שהוכפל בו כי טוב, און שנת „שבת לה'"), מעין ווי ס'וועט זיין (שלא בערך לגמרי) בגאולה העתידה,
און דעריבער דאַרף עס אַרויסרופן אין זיין עבודה, אַז ער דאַרף ניט וואַרטן ביז די עלי', אדער גיין ביסלעך־ווייז — נאָר גלייך אויסנוצן דעם העלם והסתר אויף צוגעבן ביתר שאת וביתר עוז אין דער עבודה פון „פדיון שבויים", די עבודה וואָס איז מגלה די עלי' וואָס ליגט אין דער ירידה, אויסלייזן זיך און אַנדערע פון די געפאַנגענשאַפט און פאַרשקלאַפונג צו וועלטישע אָפּלייגונגען און באַגרענעצונגען כו', און זיך שטעלן העכער פאַר אַלע מניעות ועיכובים, וויסנדיק אַז „אתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"פה,
צוגעבן און זיך שטאַרקן אין תורה ומצוות בכללפו, וועלכע זיינען מבטל „מפני חטאינו גלינו מארצנו", אָנהויבנדיק פון אהבת ישראל ואחדות ישראל, וואָס איז מבטל סיבת הגלותפז.
485ובפרט — „ציוןעד במשפט תפדה ושבי' בצדקה", לימוד התורהפח ביגיעה, און ספּעציעל חלק הלכות שבתורה („משפט" — „הלכתא"פט),
ובפרט בנוגע צו ישיבה בחורים — וואָס זייער ענין דאַרף זיין נאָר לימוד התורה,
כולל ובמיוחד בהלכות שהזמ"ג — לימוד הלכות בית הבחירה (וואָס ע"י לימוד ב"צורת הבית ותכונתו ומוצאיו ומובאיו וכל צורתו גו'"צ איז „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית"צא).
אָנהויבנדיק — טאָן אין דעם אַלעם בנוגע צו זיך אַליין, זיך אַליין אויסלייזן פון געפאַנגענשאַפט אין דעם גוף און גלות בכלל,
און אויך טאָן אין די מצוה פון „פדיון שבויים" בנוגע צו אַנדערע אידן — וואָס ליידער זיינען דאָ, בפרט אין אונזער דור, אַ סך אידן וועלכע זיינען אין אַ דרגא פון „תינוק שנשבה בין העכו"ם". וואָס דאָס איז זיכער ניט ברצונם, און אפילו ניט צוליב אַ תועלת (של ריוח בממון וכיו"ב) — ס'איז מערניט וואָס דער אויבערשטער האָט אים אַריינגעשטעלט אין דעם מצב, „נורא עלילה על בני אדם"צב, בכדי אַז ער זאָל דורכדעם צוקומען צו אַן עלי' שלא בערך העכער.
דער אויבערשטער האָט אָבער געוואָלט אַז אַ צווייטער איד זאָל האָבן דעם זכות יענעם פודה זיין משבי' שלו (ווייל דער שבוי אַליין איז ניט אַלעמאָל האָט ער בכח צו אַליין אַרויסגיין משבי' שלו). דעריבער האָט ער מסבב געווען סיבות אַז איין איד זאָל דערזען ווי אַ צווייטער איד איז אַ „תינוק שנשבה בין העכו"ם" ר"ל — בכדי ער זאָל אים ראַטעווען און אויסלייזן.
און דערביי איז די הוראה — אַז בשעת מ'זעט אַ „תינוק שנשבה בין עכו"ם", איז „אל תביט אל מראהו"צג, נאָר זע ווי אין אים ליגט די כוונה עליונה צוצוקומען צו אַן עלי' שלא בערך. און מ'זאָל דערביי ניט מאַכן דעם חשבון אַז מ'דאַרף וואַרטן אַן אריכות הזמן ביז מ'וועט יענעם צוברענגען צו אידישקייט (וואָרום יענער איז ווייט דערפון וכו'), נאָר גלייך ווי מ'דערזעט דעם תינוק שנשבה, דערזעט מען גלייך די עלי' הכי גדולה צו וועלכע ער קען דערגרייכן, במילא גיט מען אים ניט בלויז אַ „ביסל" תומ"צ, נאָר מ'גיט אים אַלץ, נאָר כמובן — אין אותיות און אינהאַלט וועלכער יענער קען באַנעמען.
ט. דערפון האָט מען אויך אַ ספּעציעלן לימוד בנוגע צו אידישע קינדער („תינוקות" כפשוטן) — פאַרבונדן ספּעציעל מיט זומער צייט:
אין די לעצטע יאָרן איז ליידער געוואָרן אַ „מאָדנער" מנהג אין פאַרשידענע מדינות (כולל ארצות הברית), אַז אין זומער צייט פאַרמאַכט מען ישיבות, ישיבות קטנות, חדרים און תלמוד תורה'ס וכו', און בכלל בתי ספר, און מ'לאָזט אידישע קינדער זיך אַרום486דרייען אין די גאַסן, אָן קיין הדרכה, ובפרט אַ פּאַסיקע הדרכה.
מ'דאַרף דערצו קיין ראיות ניט האָבן — יעדערער קען דאָס זען במוחש, ובפרט אין ני־אָרק — וואו טויזנטער אידישע קינדער געפינען זיך אין אַ מצב פון „שבי'" („תינוקות שנשבו"), געפאַנגענשאַפט, במשך זמן הקיץ, ניט האָבנדיק אַן אָרט און אָנפירערס וואָס זאָלן זיך מיט זיי פאַרנעמען, במילא דרייען זיי זיך לפעמים אויך צווישן ניט צוגעפּאַסטע קינדער וכו'.
האָט יעדער איד וואָס זעט דעם מצב — אַ חוב גמור און אַ געוואַלדיקע אחריות צו זיך עוסק זיין אין דער „מצוה רבה" פון „פדיון שבויים"צד, און אויסנוצן דער ירידה ושבי', צו גלייך מגלה זיין די עלי' וואָס ליגט אין דעם — דורך זיך משתדל זיין אַז די עלטערן זאָלן גלייך שיקן דעם קינד אין אַ מחנה קיץ, אַ „קעמפּ", וואָס איז באַגרינדעט אויף חינוך על טהרת הקודש, אַן אויר ורוח דורכגענומען מיט יראת ה' ואהבת ה' ואהבת התורה וישראל, וואו מ'לערנט תורה (עכ"פ) בתחלת וסוף היום, און באמצע — איז מען זיך עוסק אין „כל מעשיך יהיו לשם שמים"צה. וואָס דאָס האָט אין זיך מעלות אפילו לגבי דעם זמן ווען חלק הזמן לערנט מען אין ישיבה במשך דעם יאָר — קומט אויס אַז מ'נוצט אויס די ירידה ושבי' בזמן הקיץ, אויף אַן עלי' נעלית יותר, דורך שיקן דעם קינד אין אַ „קעמפּ" על טהרת הקודש,
אָדער אויב דער קינד בלייבט אין דער היים פאַרן זומער — פאַרזיכערן
94) ב"ב ח, ריש ע"ב. וראה רמב"ם הל' מתנות עניים פ"ח ה"י. טושו"ע יו"ד רסרנ"ב.
95) אבות פ"ב י"ב. אַז דער קינד זאָל מאַכן זיין צימער און ד' אמות וכו' אַ „מקדש מעט"צו, אויף וועלכען דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"צז, אַ בית תורה תפלה וצדקה, וואו ער האָט „אייגענע": חומש,
צדקה־פּושקע, וועלכע ער נוצט יעדן טאָג אויף לערנען תורה און מתפלל זיין צום אויבערשטן, און (בימי החול) געבן צדקה. און דאָס זאָל ווערן אַ גרונט־טייל פון זיין טאָג טעגלעכער אויפפירונג, וועט דאָס בדרך ממילא באַוואָרענען זיין אויפפירונג במשך פון די אַנדערע צייטן אין טאָגצח.
טאָמער מיינט איינער אַז ס'איז גלאַט אַ „צופעליקע" זאַך וואָס ער זעט אַזאַ קינד (וואָס געפינט זיך אין „שבי'"), וויבאַלד אַז זיינע אויגן קוקן זיך אַרום אין דער וועלט, האָט ער דערוויילע „אויך" געזען דעם קינד — זאָגט דער בעש"טצט: עס הויבט זיך ניט אָןק! יעדער זאַך וואָס אַ מענטש זעט אָדער הערט — איז אַ הוראה אין זיין עבודה, מ'האָט עס אים באַוויזן בהשגחה פרטית, בכדי אַז ער זאָל עפּעס טאָן וועגן דעם קינד.
אַי ער האָט פאַראַיאָרן גאָרניט געטאָן אין דער ריכטונג — דאַרף ער דען איבער'חזר'ן דעם זעלבן חסרון?487מ'רעדט דאָ וועגן דעם לעבן פון אַ
אידיש קינד! . . . ובפרט אַז אַן עבודה ע"פ הנ"ל הולכין ונוצחין, וויבאַלד אַז חדשה איז דער וועג צוצוגרייטן צו די באַ זיי הערשט אהבת ישראלקו, און עס גאולה חדשה ושיר חדשקא און תורה ווערט נתגלה ווי די אַלע מנגדים וואָס
„חרפו עקבות משיחך"קז — ברענגען
דערביי איז ניט די כוונה אַז מ'זאָל נאָר צו אַ נצחון נעלה יותר — „אמן", מאַכן אַ ריבוי אסיפות און וועדים וכו', וואָס ווייזט אויף נצחוןקח, און „אמן נאָר „טאָפּאַרו דאָ פּלאַחו"קב — מעשה ואמן"קט — כפליים לתושי'.
בפועל: ס'איז ניטאָ קיין צייט — מ'מוז
גלייך פאַרזיכערן דעם מצב פון יעדער אליהו"קי, מבשר הגאולה, „קול צמח אידיש קינד וועלכן מ'קען דערגרייכן, איש צמח שמו הוא דוד בעצמו"קיא, און טאָן דאָס במעשה בפועל — אַזוי אַז גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח מ'זאָל גלייך קענען אָנווייזן מיטן צדקנו.
פליישיקן פינגער: אָט זיינען די קינדער
י. און דורך די הוספה אין די אַלע
ענינים, אהבת ישראל ואחדות ישראל,
לימוד התורה ביגיעה, נתינת הצדקה
וכו' — וועט זיכער מקויים ווערן „יגעתי באר ששח 7'ה ה לכ"ק אנ"י מרע"ב) ומצאתי"קג, ביז „מצאתי דוד עבדי"קד, נדפסה בלקו"ד ח"ד תשפז, ב ואילך. ספר השיחות דוד מלכא משיחא,
106) ראה מדרש תהלים ז, ח. ועוד.
107) תהלים פט, נב.
108) סוף נזיר.
109) תהלים שם, נג. וראה יל"ש עמוס בסופו
102) הגרזן אל העץ.
110) תיב"ע וארא ו, יח. זח"ב קד, סע"א. ועוד.
104) תהלים פט, כא. וראה סנהדרין צז, סע"א.