עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב ג' סליחות, ה'תשמ"ו 583)

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יום שהוכפל בו כי טוב,

ה'תשמ"ו. ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בהמשך צום בריוו פון ח"י אלול, און שטייענדיק איצט נאָך נעענטער צו ראשהשנה, אין מיטן פון די טעג פון סליחות, און ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואָס דאָס אַלץ אונטערשטרייכט נאָך מער דעם ציווי להעלות בקודש (שטייגן אין קדושה),

איז כדאי צו פאַרטיפן זיך נאָך מער אין די נקודות וועלכע זיינען באַרירט געוואָרן אין דעם פּריערדיקן בריוו, און אויך אין די נקודות וואָס וועלן דאָ ווייטער באַרירט ווערן אין צוזאַמענהאַנג מיט זיי, ובהקדמה:

אין דעם פריערדיקן בריוו האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף דעם וואָס ראש־השנה איז זה היום תחילת מעשיך זכרון ליום ראשון — היינט (ראש־השנה) איז דער אָנהויב פון וועלט וואָס דו האָסט באַשאַפן; היינט דערמאָנט דעם ערשטן טאָג (פון מעשהבראשית). וואָס דעריבער איז ראש־השנה דער טאָג פון הכתרת המלך, די „קרוינונג" פון דעם בורא עולם, לויט דעם אויבערשטנ'ס אָנזאָג און בקשה צו אידן: שתמליכוני עליכם (מאַכט מיר אַ מלך איבער אייך) אַלס מלך ישראל וגואלו, און אויך אַלס מלך על כל הארץ.

און דאָס איז געקומען צום אויסדרוק גלייך דעם ערשטן ראש־השנה, דער טאָג ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן און האָט זיך באַלד געשטעלט, און אַריינגעצויגן די גאַנצע בריאה מיט זיך, אונטער דער הערשאַפט פון דעם אויבערשטן, דורך דעם רוף:583בוא נשתחוה ונכרעה נברכה לפני* השם עושנו (קומט לאָמיר זיך בוקן, בויגן און קניען פאַר השם, אונזער באַשעפער). דערמיט איז דער בורא עולם אַנערקענט געוואָרן בפועל דורך דעם גאַנצן באַשאָף אַלס זייער מלך.

דערמאָנט אונז ראש־השנה אַלע יאָר, אַז דאָס איז די שליחות און מצוה פון אידן אין אַלע צייטן און ערטער וואו זיי געפינען זיך: צו באַנייען און פאַרשטאַרקן אונזער אייגענעם נשתחוה ונכרעה נברכה לפני* השם עושנו, און אויך — דורך זיין אַ לעבעדיקער ביישפּיל און אויך בדיבור דורך האַרציקן און ערנסטן רעדן — משפיע זיין אויף דער גאַנצער סביבה אַרום אין דער דאזיקער ריכטונג, ביז — ווי מיר זאָגן ראש־השנה אין אונזער תפילה צום אויבערשטן: ידע כל פעול כי אתה פעלתו כו' — יעדע באַשאַפענע זאַך, יעדע לעבעדיקע באַשעפעניש און יעדער מענטש וועט וויסן, פאַרשטיין און דערקלערן „השם דער ג־ט פון ישראל איז דער מלך, און זיין מלכות הערשט איבער דעם גאַנצן באַשאַף".

דאָס איז אַ שליחות און מצוה פאַר אַלע אידן, מענער, פרויען און קינדער, אפילו קינדער פון פאַר־בר־מצוה און בת־מצוה עלטער.

נאָכמער: גאַנץ אָפט זעט מען אפילו אין טאָג־טעגלעכן לעבן, אַז אַ מעשה, דיבור, אָדער הנהגה (אויפפירונג) פון אַ קינד, וואָס ווערט געטאָן געוויינלעך מיט דער נאַטירלעכער תמימות (גאַנצקייט) פון אַ קינד, מאַכט אַ גרויסן רושם און ווירקט אויף דערוואַקסענע, ביז — אויף זייער הנהגה.

נאָכמער, לויט ווי די תורה, תורת חיים דעקלערט, איז די מעשים פון קטנים און קטנות האָבן אַ תוקף (האַפט) אין הלכה, במילא אויך אין הליכות עולם, אין ווירקלעכקייט אין וועלט־זאַכ.

און עס איז דאָך באַוואוסט דער מאמר חכמינו ז"ל: אין העולם מתקיים אלא בשביל584הבל תינוקות של בית רבן — די גאַנצע וועלט האָט אַ קיום בלויז דורך דעם (תורה —) דיבור פון חדר־קינדער.

דאָס האָט אַ פאַרבונד אויך מיט ראש־השנה, דער יום־הדין (אויך) איבער מדינות (לענדער) און מענטשן אויך אַלס אַ פרט, ווי דערמאָנט אין פריערדיקן בריוו. וואָרום אין איינקלאַנג מיט דער הדגשה (פון רמב"ם), אַז אַ מענטש דאַרף שטענדיק באַטראַכטן זיך, און די גאַנצע וועלט, אַלס שקול (האַלב אויף האַלב) און אַ צוגאָב פון איין גוטע זאַך, איז מכריע לכף זכות (איבערוועגט און מען איז זוכה בדין), באַציט זיך דאָס אויך אויף אַ קינד.

דאָס האָט אויך אַ שייכות מיט מנהג ישראל תורה היא אַז מ'מאַכט די גרעסטע אָנשטרענגונג, אַז יעדער קינד זאָל אין די טעג פון ראש־השנה אַ משך זמן זיין אין בית־הכנסת און זיך באַטייליקן, לויט דעם עלטער נאָך, אין די תפילות און ברכות, הערן תקיעת־שופר, ענטפערן אמן און אמן יהא שמי' רבא; און די קינדער טוען דאָס מיט אַ שמחה, תמימות און באַגייסטערונג, ביז אַז דאָס ווירקט אויך אויף די דערוואַקסענע אין צוגעבן אין זייער מדריגה פון עבודת־השם מיט קבלת־עול, מיט אהבה ויראה, ביז אַז דאָס זאָל קומען בפועל אין דעם מער שלימות'דיקן אופן פון תמליכוני עליכם און — מלך על כל הארץ. — און אַמאָל קומט די ענדגילטיקע הכרעה אין דעם — דורך איין מעשה.

מ'האָט מערערע מאָל דערמאָנט, אַז אַלץ וואָס עס קומט־פאָר אין דעם עולם גדול, די גרויסע וועלט, שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם עולם קטן זה האדם, די קליינע וועלטל פון אַ מענטשן.

אַזוי אויך מיט דעם ענין פון שתמליכוני עליכם, וואָס אַנטהאַלט די צוויי נקודות, מלך ישראל און מלך על כל הארץ, זיינען זיי פאַראַן אויך אין דער עבודה פון אַ אידן אַלס אַ פרט:

אין דעם טייל פון טאָג־טעגלעכן לעבן אַלס „ישראל שבישראל", און אין דעם טייל585פון טעגלעכן לעבן וואָס איז אין דעם אופן פון „ישראל אין כל הארץ". אין פשוט'ע ווערטער: אין דעם טייל פון לעבן וואָס איז כולו קודש: לימוד התורה, עבודת התפילה, און קיום מצוות פון מלך ישראל; און אויך אין דעם טייל פון לעבן וואָס ווערט אָנגערופן „חול" („וואָכעדיקייט"), ווי עסן, טרינקען, שלאָפן אא"וו. וואָס לויט די אָנווייזונגען און נתינת־כח פון תורה זיינען אויך די א.ג. עניני חול אין דעם גדר און אָנזאָג: בכל דרכיך דעהו (אין אַלע דיינע וועגן זאָלסט דו וויסן — פילן — דעם אויבערשטן) — אַן אָנזאָג און נתינת־כח אויף מקיים זיין עס — צו יעדער אידן, כולל אויך קינדער, פריער אַלס חיוב פון חינוך, און דערנאָך אין פולסטער מאָס. און נאָכמער — בנוגע ערוואַקסענע וועלכע זיינען דערווייל ערשט אָנהויבער (קינדער) — איבער סיבות משונות — אין לימוד התורה וקיום מצוותי' בשלימות.

עס איז באַוואוסט דער כלל „כל הגבוה ביותר יורד למטה ביותר" (דער וואָס געפינט זיך גאָר הויך, דוקא ער נידערט אַראָפּ (פילט דעם וואָס געפינט זיך) גאָר נידעריק). און ווי געבראַכט דער ביישפּיל: דער חכם האמיתי דוקא וואָס ווייס די אמת'ע שלימות (פּערפעקטקייט) פון חכמה האָט דעם טיפסטן מיטגעפיל מיט דעם וואָס האָט קיין אַנונג ניט פון חכמה און וועט „אַראָפּנידערן" טאָן אַלעס אויף אים העלפן אים ווערן אַ חכם.

ענליך צו דעם, ווי אויבן דערמאָנט: די שלימות פון אדם הראשון בחיר כל הבריאה — איז פאַרבונדן און היינגט אָפּ דערפון וואָס ער פועל'ט אַז אויך דער נידעריקסטער דומם זאָל ווערן במצב פון נשתחוה ונכרעה נברכה לפני השם עושנו,

און אין דער נקודה פון אונזער בריוו: ווען אַ תינוק של בית רבן קומט אין בית הכנסת (שול) ערב ראש־השנה פאַרנאַכט און זינגט צוזאַמען מיט'ן קהל „מזמור לדוד", „לכה דודי" א.ז.וו. דערגרייכט זיין „הבל פיו" צו דעם אויבערשטן און פועל'ט אַז דער אויבערשטער נעמט אָן די הכתרה און ווערט — בפועל ובגלוי: מלך ישראל און מלך על כל הארץ.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-397gert0

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#153 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק ב: one page per sicha · approved