Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תשמ"ז
547משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תשמ"ז
א. בנוגע צו חודש אלול — דער חודש הרצון והרחמיםא — איז פאַראַן דער באַוואוסטער משל פון דעם אַלטן רבי'ןב, פון אַ „מלך בשדה"ג:
איידער דער מלך קומט אַריין צו זיך אין קעניגלעכער (— הויפּט) שטאָט און פּאַלאַץ, גייט ער פריער דורך די פעלד (שדה) וועלכע איז אַרום דער שטאָט, און בשעת ער געפינט זיך אין שדה גייען אַרויס די מענטשן פון שטאָט צו מקבל זיין פּני המלך, און אַלע קענען צו אים דאַן צוקומען, און דער מלך נעמט זיי דעמולט אויף „בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם", מיט אַ צופרידענעם און פריילעכן פנים. און דערנאָך, ווען ער גייט אין שטאָט — גייען זיי אים נאָך.
אַזוי איז אויך אין חודש אלול, געפינט זיך דער אויבערשטער (מלך מלכי המלכים הקב"ה) צוזאַמען מיט אידן „בשדה", ווי זיי שטייען אין וואָכעדיקע טעג און טוען וואָכעדיקע אַרבעט (פעלד־אַרבעט), און דאָרטן קעןד יעדער איד מקבל זיין פניו ית', און דער אויבערשטער נעמט אים אויף בסבר פנים יפות כו'.
ווי מרומז אין דעם נאָמען פון חודש אלול (ווי דער אַלטער רבי ברענגט דאָ על אתרה) — ר"ת „אניו לדודי ודודי לי"ז, וואָס „דודי" זה הקב"הח, און ער ווערט אָנגערופן „דודי" מצד זיין אהבה צו אידןט — וואָס די אהבה שטייט בהתגלות צו יעדער אידן אין חודש אלול.
און דערנאָך, אין חודש תשרי, גייט דער אויבערשטער אַריין אין זיין „עיר" און „היכל", און אידן גייען אים נאָך (אָבער דעמולט דאַרפן זיי שוין אָנקומען צו אַ הכנה וכו' בכדי קענען זען דעם מלך)י.
548דערמיט ערקלערט דער אַלטער רבי פאַרוואָס די טעג פון חודש אלול זיינען וואַכעדיקע טעג (ימות החול), ניט יום טוב, אע"פ וואָס דעמולט לייכטן די י"ג מדות הרחמיםיא — ווייל דער גילוי פון די י"ג מדות הרחמים בחודש אלול איז (צו יעדער איד ווי ער געפינט זיך) „בשדה", אין אַ וואָכעדיקן מעמד ומצביב.
א) סיי אין משל און סיי אין נמשל איז ער ניט מסביר אַן ענין עיקרי לכאורה: ווי קומט דער „מלך" בכלל אין „שדה" (בחודש אלול)? דער אָרט פון מלך איז אין היכל מלכותו — ניט אין „שדה".
נאָכמער: פון לשון המשל („קודם בואו לעיר יוצאין אנשי העיר לקראתו כו' בשדה") איז משמע אַז דער אָרט פון מלך בתחלה איז אין שדה (ווייל עס שטייט ניט אַז „המלך יוצא לשדה", ווי עס שטייט בנוגע צו די „אנשי העיר"), כאילו ווי דאָס איז זיין פּאַסיקער אָרט (נאָר דערנאָך — גייט ער אין עיר).
ב) אַ משל אמיתי (ע"פ תורה) איז אַ אָפּשפּיגלונג פון דעם נמשל ווי ער שטייט למעלה, וואָס פון אים ווערט נשתלשל דער משל למטהיג.
וויבאַלד אַז אין משל זעט מען אַז דוקא אין שדה קען יעדערער צוגיין צום מלך און דער מלך איז מקבל יעדערן בסבר פנים יפות כו' (משא"כ אין היכל המלך שבעיר מלכותו) — איז דערפון אַ ראי' (און דאָס ווערט נשתלשל דערפון) אַז אַזוי איז דאָס ברוחניות, אַז דורך אַרויסגיין (בחודש אלול) אין „שדה", אין וואָכעדיקייט פון פעלד, קען יעדער איד צוקומען צו דעם אויבערשטן, און ער איז יעדערן מקבל מיט סבר פנים יפות כו' (ניט ווי דאָס איז אין היכל המלך בחודש תשרי).
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער ענין פון „שדה" ברוחניות (אין נמשל), אַז דוקא דאָרטן איז זיך דער אויבערשטער מגלה צו יעדער איד בסבר פנים יפות כו'?
ג) פאַרוואָס גיט דער אַלטער רבי דוקא אין דעם ענין אַ משל בארוכה ובפרטיות (לפי ערך) — אַ זאַך וואָס מ'געפינט ניט אַזוי אָפט אין זיינע מאמרי חסידות?
ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ דיוק אין דעם משל:
אע"פ וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אַז „יוצאין אנשי העיר . . בשדה" (וואָס אונטערשטרייכט אַז זייער אָרט און לעבן איז אין עיר, נאָר איצטער גייען זיי אַרויס אין שדה, און דאָס איז בכדי מקבל זיין דעם מלך) — מוז מען זאָגן, אַז דער פירוש אין דעם איז ניט, אַז במשך כל הזמן געפינען זיך אידן אין עיר, און בחודש אלול גייען זיי אַרויס אין שדה, וואָרום דאָס איז פאַרקערט פון דעם נמשל:
אין נמשל קומט ער דערמיט ערקלערן פאַרוואָס די טעג פון חודש אלול זיינען ימות החול, ד. ה. (אין משל) — אַז אידן געפינען זיך אין „שדה", אין אַ מצב פון חול, ווען מ'זאָגט תחנון, וואָס קומט אויף דברים בלתי רצוייםיד,549און דער חידוש פון אלול איז דער גילוי פון י"ג מדות הרחמים אויך במקומם הם, אין שדה.
און ווי בפשטות אַז רוב טעג פון יאָר זיינען ימות החול און אַ מיעוט (אין צאָל, כמות) זיינען שבתות און יו"ט. און אין די רוב טעג — איז ניטאָ התגלות י"ג מדות הרחמים.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין משל געפינען זיך די אידן די מערסטע צייט אין „שדה", אין וואָכעדיקייט און וועלטישקייט. און דאָס וואָס דער אַלטער רבי זאָגט „יוצאין אנשי העיר . . בשדה" קומט מוסיף זיין נאָך אַ זאַך (כדלקמן).
דאָס וואָס אידן געפינען זיך אין „שדה" — באַדייט דער כללות הענין פון ירידת הנשמה בגוף, אַז אַ נשמה וואָס איז פון „אנשי העיר", ווי יעדער איד הייבט אָן זיין טאָג, יעדער טאָג, מיט דער דערקלערונג ברכה: נשמה שנתת בי טהורה היא — קומט אַראָפּ („יוצאין אנשי העיר") אין „שדה", אין אַ גוף הגשמי והחומרי (בעולם הזה הגשמי והחומרי), „הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם"טו — בחיצוניות זעט ער אויס ווי אַ „איש שדה"טז ביז ווי אַ איש שדה דלעו"זיז.
ועד כדי כך אַז לולא דעם ענין הבחירה פון דעם אויבערשטן („ובנו בחרת"יח אין „גוף החומרי כו'"יט) וואָלט ניט געווען אַ חילוק אין חומריות הגוף מצ"ע צווישן דעם גוף פון אַ אידן מיט „גופי אומות העולם" (לולא הנשמה שבגוף). ד. ה. אַז מצד שכל און מדות וכו' — איז ניטאָ קיין מעלה וחילוק צווישן דעם „גוף החומרי" פון אַ אידן און „גופי אומות העולם"; דער חילוק איז — מצד דעם וואָס כך בחר ה', אַזוי האָט דער אויבערשטער געוואָלט!
[דאָס נעמט ניט צו די מעלה נפלאה בבחי' הגילויים (ע"פ שכל ומדות כו') וואָס אַ איד פאַרמאָגט מצד זיין נשמה — אָבער דאָס איז מצד זיין נשמה, ניט מצד דעם גוף, „הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע"].
דערפון איז פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא — דער גודל המעלה וההפלאה פון דעם גוף דוקא, בחי' „שדה" (אפילו לגבי די נשמה), אַז דוקא אין אים האָט דער אויבערשטער בוחר געווען (און אין דעם באַשטייט זיין מעלה — וואָס דער אויבערשטער האָט אין אים בוחר געווען) — וואָס בחירה אמיתית איז נאָר אין עצמות ומהות, דאָס וואָס „איןכ לו עילה שקדמה לו ח"ו" (משא"כ למטה פון עצמות, אפילו אין די העכסטע מדריגות פון אור כו', איז דאָ אַ נטי' און אַ בירורכא און אַ הכרעה — ובמילא מעין הכרח ווי עס מאָנט די נטי' וכו'כב).
550וע"ד ווי עס שטייט בנוגע צו תכלית כל הבריאה — אַז נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתוניםכג, ניט אין עולמות עליונים, נאָר דוקא אין תחתונים, וואו עס געפינט זיך דער גוף הגשמי פון אַ אידן און אַ איד איז עובד עבודתו מיט גשמיות העולם (תחתונים) — דוקא דאָרטן ווערט אַ דירה לעצמותו ית'.
דערפון קומט אַרויס אַ חילוק עיקרי צווישן די אהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן מצד זייער נשמה און די אהבה מצד זייער גוף: די נשמה פון אַ אידן האָט אַ מעלה נפלאה (אויך לגבי הגוף) — מצד בחי' הגילויים (שכל ומדות כו'), אַז די נשמה אַליין (מצד אירע גדרים) האָט אַ שייכות צו אלקות ביז אַז זי איז בפועל — „חלק אלוקה ממעל ממש"כד, „בנים אתם לה' אלקיכם"כה. אָבער מצד די מעלות גופא — קומט אויס אַז די נשמה מצ"ע האָט אין זיך ניט (דאַרף ניט „אָנקומען" צו) בחירה פון דעם אויבערשטן. דעריבער איז די אהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן מצד הנשמה — כעין אהבה טבעית כביכול (ווייל שרש האהבה איז פון אַ דרגא וואו ס'איז דאָ אַ תפיסת מקום פון אַ נאהב, ובמילא איז דאָס למטה פון אהבת העצמות, עצמותו ית' שלמעלה מכל סיבה כו'): משא"כ די אהבה צו דעם גוף — וואָס ער האָט ניט קיין אייגענע מעלות און האָט ניט קיין שייכות מצד זיינע גדרים צו אלקות — איז מצד די בחירה ואהבה פון עצמותו ית'.
בסגנון אחר: די נשמה פון אַ אידן („אנשי העיר") — איז מגלה די העכסטע דרגות אין אלקות בבחי' הגילויים; דער גוף פון אַ אידן („איש שדה") — איז מגלה (באַווייזט אויף) עצמותו ית'כו.
[וע"דכז המבוארכח בנוגע צו עצם התהוות היש, אַז דוקא דער יש הגשמי וואָס איז באַשאַפן געוואָרן „מאין ואפס המוחלט ממש בלי שום עילה וסיבה אחרת קודמת ליש הזה" — איז מגלה כביכול עצמותו ית' וואָס דוקא „הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו'" וויבאַלד אַז „מציאותו הוא מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח"ו"כט, משא"כ די עולמות עליונים, בחי' אורות כו', און רוחניות בכלל — זיינען מגלה נאָר בחי' הגילויים שבאלקותל].
ונוסף לזה:
דוקא צו אַ נשמה בגוף האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן דעם כח הבחירה וואָס קומט דוקא פון עצמותו ית' — כמ"שלא „הן האדם הי' כאחד551ממנו", אַז דער אדם למטה האָט בחירה בדוגמא כביכול ווי דער כח הבחירה פון דעם אויבערשטן („כאחד ממנו"). ד. ה. אַז דוקא אַ גוף למטה וואָס האָט בחירהלב — איז מגלה דעם כח הבחירה בעצמותו ית' (ווייל דוקא עצמותו ית', וואָס נאָר ער האָט בחירה אמיתית, האָט געקענט, כביכול, אָפּגעבן אַ צווייטן דעם ענין הבחירה)לג.
לאידך גיסא: דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען אין דעם גוף — קומט אויך צו אין דער נשמה (המלובשת בגוף) די מעלה פון בחירת עצמותו ית' (נוסף אויף אירע מעלות בבחי' הגילויים).
ה. דערמיט איז פאַרשטאַנדיק אַז מקומו פון דעם אויבערשטן (דער מלך) איז „בשדה", וואו עס געפינט זיך די נשמה המלובשת בגוף הגשמי פון אַ אידן („איש שדה", „הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע") — וואָרום אין „שדה" איז די בחירה פון עצמותו ית', און די דירה לעצמותו ית'. משא"כ אין היכל המלך בעיר מלכותו — וואו עס לייכטן בעיקר בחי' הגילויים ותוארים כו'לד.
און דערפאַר ווערט אין „שדה" נתגלה די גרעסטע אהבה פון דעם אויבערשטן („ודודי לי") — די אהבה עצמית וואָס קומט מצד בחירתו ית' — צו יעדער איד, ער איז מקבל יעדן אידן „בסבר פנים יפות ומראה להם פנים שוחקות", און יעדער איד אַן אויסנאַם, אפילו ווי ער געפינט זיך במעמדו ומצבו אין „שדה", אין אַ וואָכעדיקן טאָג און פאַרנומען מיט וואָכעדיקע אַרבעט (אפילו — איידער ער טוט עפּעס אין דברי קדושה, ווי לערנען תורה און מקיים זיין מצוות) — וואָרום די אהבה ובחירה פון דעם אויבערשטן אין דעם גוף פון אַ אידן, איז ניט אָפּהענגיק אין זיין, דעם אידן'ס, דרגא ומעלה (אין זיינע גילויים), זיין הבנה והשגה אין תורה, זיין הידור אין קיום המצוות, נאָר דאָס איז אַ בחירה אין דעם גוף החומרי („איש שדה") — און דערפאַר וואָס אַזוי וויל דער אויבערשטער.
לאידך גיסא איז אָבער די כוונה, אַז אין צוגאָב צו אַ דירה לו יתברך, וואו עס געפינט זיך כל העצם — דאַרף דער עצם דאָרט (אויך) זיין בגילוי. ועד"ז בנוגע צו אַ נשמה וגוף פון אַ אידן — איז די כוונה, אַז נוסף צו בחירת העצמות אין דעם גוף („איש שדה"), דאַרף דאָס אויך שטיין בגילוי (דורך דער נשמה, „אנשי העיר").
דעריבער איז דער סדר, אַז נאָך דעם וואָס דער מלך איז „בשדה" בחודש אלול — גייט דער מלך בחודש תשרי צו עיר מלכותו (בחי' הגילויים), און „בלכתו העירה הרי הם (אַלע אידן) הולכים אחריו"לה; אָבער וויבאַלד אַז דאָס קומט נאָך דער עבודה אין „שדה" — בחירת העצמות אין גוף — קומט צו552אין נשמה אויך די מעלה פון בחירה, רו"ל
וי"ל אַז דערפאַר איז דער אַלטער רבי אויך מוסיף, אַז „יוצאין אנשי העיר . . בשדה" (אע"פ וואָס בפועל געפינען זיך אידן אין שדה, כנ"ל) — בכדי מרמז זיין: א) די יציאה וירידת הנשמה („אנשי העיר") בגוף, ב) אַז דעםלו טעם וואָס יעדער איד (אפילו זייענדיק אין „שדה") דערהערט (בגילוי) די הארה פון די י"ג מדות הרחמים ואהבה של הקב"ה בחודש אלול איז מצד שרש נשמתולז (וועלכע איז בגלוי „אנשי העיר")לח.
ו. וי"ל אַז לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער אַלטער רבי גיט אַ משל (ובאריכות הפרטים) אויף דעם ענין פון התגלות האהבה והרחמים צו יעדער אידן בחודש אלול:
דער ענין פון אַ משל איז — אַז דאָס גיט צו פאַרשטיין אַן ענין צו אַזאַ מענטשן וואָס קען נאָך ניט פאַרשטיין דעם נמשל אַליין, דורך דעם וואָס מ'איז דאָס אים מסביר מיט אַ משל פון זאַכן וואָס זיינען נעענטער און צוגענגלעך צו דעם מענטשן.
ד. ה. אַז אע"פ וואָס דאָס איז בלויז אַ משל אויף אַ צווייטע זאַך (דעם נמשל), ביז אַז דאָס ווערט נשתלשל פון דעם נמשל (כנ"ל), און דער עיקר ועצם ואמת פון דער זאַך איז דוקא דער נמשל (ניט דער משל) — טוט אויף אַ משל אַ חידוש (לגבי דעם נמשל), אַז אפילו אַזאַ וואָס געפינט זיך למטה מטה (אַן „איש שדה"), ער האָט קיין השגה ניט אין אַן ענין פון „עיר", אַן ענין רוחני, און מ'האָט אים נאָך ניט אויפגעהויבן העכער אַז ער זאָל פאַרשטיין רוחניות — קען ער דורך דעם משל גשמי אויפכאַפּן און פאַרשטיין דעם ענין רוחני. ביז אַז ער קען אין דעם האָבן אַ געפיל, ביז — נאָכמער: עס זאָל ביי אים שטיין אין אַן אופן גלוי אַז ער קען דאָס זען מיט זיינע אויגן — „מראה באצבעו ואומר זה", וואָרום ער זעט פאַר זיך אַ דבר גשמי פון זיין טאָג טעגלעכן לעבן, וואָס איז אַ משל אויף אַן ענין רוחני וועלכן ער קען ניט זען און פאַרשטיין מצ"ע.
ווי דער ענין איז (אָנהויבנדיק) אין תורה: חז"ללט זאָגן אַז „דיברה תורה כלשון בני אדם". ד. ה. אַז אע"פ וואָס תורה איז מן השמים, און נאָך העכער — חכמתו ורצונו של הקב"ה, עצמות ומהות, „אורייתא וקוב"ה כולא חד"מ, און אפילו אין סדר השתלשלות איז ידוע דער כללמא אַז „תורה מדברת בעצם בעליונים ורומזותמב בשניות בתחתונים" — איז אָבער וויבאַלד תורה איז געגעבן געוואָרן למטה צו בני אדם, בכדי זיי זאָלן דאָס לערנען און פאַרשטיין מיט553זייער שכל גשמי דאָ למטה — דעריבער איז „דיברה תורה כלשון בני אדם", אין זייער שפּראַך און דורך ערקלערן זיי דורך אַ משל פון זאַכן וואָס זיי פאַרשטייען (גשמיות העולם),
צוזאַמען דערמיט — ליגט אין דעם „לשון בני אדם" (ע"ד ווי אין אַ משל) דער גאַנצער שכל ווי דאָס איז „מדברת בעליונים", ביז, כביכול, אין עצמות ומהותמג, וואָרום די זעלבע תורה ווי זי איז איינס מיט קוב"ה, אורייתא וקוב"ה כולא חד, איז „משם נסעה וירדה בסתר המדרגות ממדרגה למדרגה בהשתלשלות העולמות עד שנתלבשה בדברים גשמיים ועניני העולם הזה כו'"מד.
ואסתכל באורייתא וברא עלמאמה: אַזוי איז אויך דער סדר אין געבן פאַרשטיין אַ צווייטן אַן ענין וואָס איז נאָך ניט לויט זיינע (דעם צווייטנס) כלי השגה — אַז מ'איז דאָס אים מסביר מיט אַ משל פון זאַכן וועלכע ער קען יע פאַרשטיין. און אין דעם משל ליגט דער גאַנצער נמשל.
ובלשון הכתובמו — „מבשרי אחזה אלוקה"*: דורך מיין בשר גשמי זע איך, כביכול, אלקות, געטליכקייט. ד. ה. אַז בכדי אַז אלקות זאָל מען קענען פאַרשטיין ביז זען בעיני בשר — האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם בשר הגוף (וטבע האדם) אין אַן אופן וואָס איז בדוגמא שלמעלה, „אדמה לעליוןמז,
43) וע"ד סדר הלימוד דבן חמש למקרא ובן עשר למשנה — שלומדים עם כל אחד לפי כלי השגתו, אבל בזה מלובש עצם התורה.
44) תניא פ"ד.
45) זח"ב קסא, סע"א ואילך.
46) איוב יט, כו. וראה לקו"ת אמור לא, ב. שם ואתחנן ד, א. סהמ"צ להצ"צ מה, א. לקו"ד ח"ב שלב, ב ואילך. ובכ"מ.
47) ספר עשרה מאמרות מאמר אם כל חי ח"ב פל"ג. של"ה ג, א. כ, ב. רסח, ב. שח, ב. ועוד. בכדי אַז אַ מענטש וואָס האָט אַ השגה בהווה, דערוויילע נאָר אין בשר, קען דורך דעם זען אלקות.
ז. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַ משל גשמי (און ראיית אלקות וואָס קומט דורך „בשרי") האָט אין זיך אַ מעלה אפילו לגבי דעם נמשל — ווייל מיט דעם נמשל אַליין וואָלט מען ניט געקענט מגלה זיין אלקות למטה מטה (צו אַזאַ וואָס פאַרשטייט ניט דעם נמשל), אָבער דורך „בשרי" און דעם משל פון דברים גשמיים וואָס אַזאַ מענטש קען פאַרשטיין — ברענגט מען אַ גילוי אלקות אפילו אין אַזאַ אָרט!
ויש לומר אַז דאָס באַווייזט אַז אַ משל איז מגלה אַ דרגא אין אלקות וואָס איז נאָך העכער ווי די דרגא וואָס ווערט נתגלה דורך דעם נמשלמח. כידוע אַז כל הגבוה גבוה יותר קומט אַראָפּ למטה מטה יותר.
ביז אַז דורך „בשרי" (און אַ משל גשמי) — קומט צו אַ טיפערע הבנה אין אלקות (טיפער פאַר די הבנה וואָס מ'האָט פון דעם נמשל אַליין), ווייל דורך דעם וואָס מ'פאַרשטייט דעם ענין אין „בשרי", פאַרשטייט מען אַז דאָס קומט פון אַ דרגא אין אלקות וואָס האָט בכח און וויל אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען (ניט בלויז אין דרגות רוחניים, נאָר אויך) אין גשמיות העולם, וואָס דאָס איז מגלה אַז דאָס קומט פון עצמותו ית', וואָס דוקא הוא בכחו ויכלתו צו באַשאַפן יש מאין. כמדובר לעיל, אַז דוקא דער גוף הגשמי — איז מגלה אַ554העכערע דרגא אין אלקות ווי די נשמה איז מגלה (ביז אַז דורך דעם קומט צו אויך אין מעלת הנשמה).
דערמיט איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק דער ביאור פאַרוואָס מ'געפינט בכ"מ בדרשות חז"ל כו' אַז מ'איז מסביר אַן ענין, ביז אפילו די העכסטע ענינים שבתורה ואלקות — דוקא מיט אַ משל וראי' פון אַ „בשר ודם", און לאו דוקא פון אַ אידן, נאָר אויך פון אַ ניט־איד, ביז אפילו פון חיות טמאות שבארץ, ג' קליפות הטמאות.
לדוגמא: חז"למט זאָגן אַז „עדינו העצני"נ גייט אויף דוד המלך, אַז „כשהי' יושב ועוסק בתורה הי' מעדן עצמו כתולעת" — אַ שרץ טמא! „מאינא דכתיבנב מלפנו מבהמות ארץ . . זו פרידה . . אילמלא לא ניתנה תורה היינו למדים צניעות מחתול (מגמלנג) וגזל מנמלה כו'"! ועד"ז בנוגע צו אַ ניט־איד אַ רשע: די גמראנד ברענגט דעם פסוקנה „שמועה טובה תדשן עצם" (דער גודל העילוי פון כח התענוגנו) — בקשר מיט אספסיינוס הרשע, וברשעים — וועלכער האָט חרוב געמאַכט דעם ביהמ"ק! ועוד.
וי"ל דער ביאור אין דעםנז:
דורך דעם וואָס מ'זעט אַז אַזוי איז געוואָרן דער טבע פון „בשרי" (פון אַ בשר ודם) בעולם — איז דאָס מגלה אַז דאָס נעמט זיך פון אַ העכערע דרגא אין אלקות ווי דער נמשל אַליין (ברוחניות) גיט אַרויס.
ביז אַז אַפילו אויב דאָס קומט אַרויס אין טבע הבשר פון ג' קליפות הטמאות — איז דאָס מגלה כביכול נאָך אַ העכערע דרגא אין אלקות, וואָרום ח"ו ור"ל זאָגן אַז ג' קליפות הטמאות האָבן זיך אַליין באַשאַפןנח („לי יאורי ואני עשיתיני"נט), נאָר זיכער האָט זיי דער אויבערשטער באַשאַפן, ואדרבה — זייער התהוות איז מגלה עצמותו ית' אין אַן אופן וואָס דברי קדושה קענען ניט מגלה זיין, ווייל דורך זייער התהוות זעט מען אַז דאָס קומט פון אַזאַ הויכע דרגא וואָס נאָר זי קען באַשאַפן אַזאַ העלם והסתר — „הן הן גבורותיו"ס.
און דערפאַר גיט מען אַ משל דוקא פון די ענינים — וואָרום זייער מציאות און זייער טבע (בפרטיות) איז ניט זייער „אייגענע", נאָר אַ גילוי פון דעם אופן ורצון ווי דער אויבערשטער האָט געוואָלט און האָט זיי באַשאַפןסא.
555ח. דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער אַלטער רבי גיט אַ משל (בארוכה ובפרטיות) פון „מלך בשדה":
דער משל איז לאו דוקא פון אַ מלך ישראל, נאָר פון אַ מלך בשר ודם בכלל (אויך פון אוה"ע), וואָס יעדער פון זיי איז זיין מנהג וטבע — צו אַרויסגיין בשדה וכו'.
און דאָס ווערט אַ משל אויף דעם אויבערשטן כביכול — אַז אין חודש אלול איז „אני לדודי ודודי לי"סב, וואָס דאָס גופא („אני לדודי ודודי לי") איז אַ משל (פון „דודי" דלמטה)סג — אויף דעם גילוי האהבה והבחירה פון עצמותו ית' אין אידן וואָס ווערט נתגלה דוקא אין „שדה", גוף הגשמי בעוה"ז הגשמי.
ועפ"ז איז מובן דער טעם אויף ברענגען בכלל דעם משל — ווייל נוסף לזה וואָס דער משל גיט צו פאַרשטיין אין „לשון בני אדם" דעם ענין פון התגלות מדות הרחמים בימי החול פון חודש אלול — איז דאָס נאָכמער נוגע ברענגען אין דעם ענין בפרט, וואָרום דערביי וויל מען אַרויסברענגען דעם גילוי האהבה והבחירה דעצמותו ית' וואָס ווערט נתגלה דוקא למטה מטה אין דעם גוף פון יעדן איד'ן ווי ער שטייט אַלס „איש שדה" („נדמה בחומריותו לגופי אוה"ע"), ד. ה. אַז אַפילו ווי ער שטייט *) אין וואַכעדיקע טעג און פאַרנעמט זיך מיט וואָכעדיקע זאַכן, און זיין נשמה שטייט נאָך ניט בגלוי, און ער האָט נאָך ניט גילויים בהבנה והשגה וכו' — איז אויך צו אים דער גילוי האהבה והבחירה פון די י"ג מדות הרחמים.
דעריבער דאַרף מען דאָס אים געבן צו פאַרשטיין לויט זיין השגה, אפילו ווי ער איז אַן „איש שדה", בדרגת „בשרי", נאָך איידער „מ'הויבט" אים אויף העכער. דערפאַר איז מוכרח מסביר זיין ענין זה מיט אַ משל — אַ משל וואָס יעדער איד קען פאַרשטיין, פון אַ מלך בשר ודם.
ועוד: דער אַלגעמיינער אינהאַלט פון אַ משל (יעדער משל) — שפּיגלט אָפּ דעם נמשל בענין זה בפרט, אַז דוקא אין „שדה" (מטה מטה) ווערט דער גילוי פון אהבת ובחירת המלך, ביז אַז דאָס איז מגלה אַ העכערע דרגא אין אלקות ווי די נשמה און אַלע המשכות למעלה זיינען מגלה, כנ"ל.
אין אַנדערע ווערטער: אַ חלק פון דעם גילוי פון „מלך בשדה" בחודש אלול (התגלות י"* ג מדות הרחמים, אהבת עצמותו ית' בגוף הגשמי למטה מטה) — איז דורך דעם וואָס מ'איז דאָס מלביש אין אַ משל גשמי (פון אַ „מלך בשדה"), וואָרום דער משל ברענגט אַראָפּ דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים בימי החול פון חודש אלול אין הבנה והשגה פאַר יעדער איד, אַפילו אַן „איש שדה" (וואָס פאַרשטייט דערוויילע נאָך ניט ענינים רוחניים, עניני העיר).
556ט. דער ענין איז נאָכמער אונטערשטראָכן בקביעות שנה זו — וואָס שבת מברכים אלול איז שבת פ' ראה:
„ראה" (זען) באַדייט עבודת ה' באופן פון ראי'. וואָס דאָס איז שלימות העבודהסד — כידוע אַז בשעת מ'זעט אַ זאַך דעמולט ווערט עס נתאמת באַ דעם מענטשן אין אַזאַ אופן אַז קיין זאַך קען דאָס ניט משנה זיין.
בשעת פ' ראה קומט אויס בשבת. מברכים אלול — איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס גיט אַ כח צום אַלעם ערשטן אין דער עבודה פון „מלך בשדה" בחודש אלול (וואָס ווערט געבענטשט אין און פון דעם שבת): אַז נוסף לזה וואָס מ'האָט דעם משל גשמי פון אַ מלך בשר ודם — וואָס דערפון אַליין קען זיין „אחזה אלוקה" (כנ"ל) — גיט פ' ראהסה נאָכמער כח אַז דאָס זאָל זיין אין אַן אופן פון ראי', ד. ה. אַז יעדער איד, ווי ער געפינט זיך אין „שדה", זאָל זעען בעיני שכל, ביז בעיני בשר — דעם „מלך בשדה", דעם אויבערשטן.
י. דער לימוד דערפון פאַר יעדער איד בזמן הזה:
בשעת אַ איד באַטראַכט זיך אַז זיין נשמה געפינט זיך אין דעם גלות אין „שדה" פון גוף הגשמי והחומרי, ובפרט אין חושך הגלות, ובפרטי פרטיות — אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא, און בפרט בשעת ער מאַכט אַ חשבון הנפש וואו ער האַלט וכו' — קען ער, ר"ל, אַריינפאַלן אין יאוש.
האָט מען דעם לימוד פון חודש אלול ונתינת כח — אַז אפילו ווי אַ איד געפינט זיך אין „שדה", געפינט זיך מיט אים דער אויבערשטער, „בכל צרתם לו צר"סו, „גלו לאדם שכינה עמהם כו'"סז, און דער חידוש פון חודש אלול (לגבי שאר ימי השנה) איז, אַז נוסף על זה וואָס דער אויבערשטער געפינט זיך מיט אים באופן פון „הנה ה' נצב עליו כו' ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי"סח (ווי דאָס איז במשך כל ימי השנה) — איז ער אים אויך מקבל בסבר פנים יפות ופנים שוחקות, מתוך אהבה וחיבה פון „אני לדודי ודודי לי"!
ואדרבה: דוקא אין דעם העלם והסתר פון „שדה" (גלות) — ווערט דער מלך נתגלה בעצמותו, כנ"ל.
און נאָכמער: דער גאַנצער טעם פאַרוואָס ער, דער איד, געפינט זיך אין „שדה" — איז צורך עלי', בכדי אַרויסברענגען נאָך אַ העכערן גילוי (אפילו פון דעם גילוי הנשמה אין „עיר"), ביז — דעם גילוי האהבה והבחירה פון עצמות ומהות (וואָס ער איז העכער פאַר אַלע ענינים),
און אויך דער גילוי כח הבחירה פון דעם אידן, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם העלם והסתר פון „שדה" באַווייזט ער זיינע כחות, דערזעענדיק ווי דער „מלך" געפינט זיך מיט אים „בשדה" — פאַרשטייט ער אַז דאָס איז בכדי אַרויסרופן ביי אים (דעם אידן) אַז ער זאָל אַרויסגיין מקבל זיין דעם אויבערשטן, ד. ה. טאָן זיין עבודה צו וועלכע דער „מלך557בשדה" גלוסט, כביכול, „למעשה ידיך תכסוף"סד.
און די געוואַלדיקע טייערקייט (הבחירה ואהבה) פון דעם אידן בפרט — איז עד כדי כך גרויס, אַז צוליב אים אַליין איז און בלייבט דער אויבערשטער אין גלות, און האַלט אָפּ מיליאָנען אידןע אין גלות, ביז דער איין און איינציקער איד וועט פאַרענדיקן „צופּוצן די לעצטע קנעפּ"עא! און וועט קענען אַרויס, און (ועיקר) — אַרויס בפועל, דורך משלים זיין דעם „קהל גדול (און) ישובו"עב.
אפילו אויב דאָס וואָלט זיך גערעדט וועגן המורם מכל עם — איז אויך אַ פלא הכי גדול אַז צוליב אים זאָל מען אָפּהאַלטן אַלע אידן אין גלות. עאכו"כ ווען דאָס רעדט זיך וועגן אַן „איש שדה", וידע אינש בנפשי'. איז דערפון מובן די טייערקייט וואָס יעדער איד האָט באַ דעם אויבערשטן.
און דאָס קומט אַרויס בגלוי — דוקא ווען מ'געפינט זיך אין חושך כפול ומכופל פון גלותעג, משא"כ אין זמן שביהמ"ק הי' קיים וכו' (ווען אלקות איז געשטאַנען בגלוי) — איז ניט אַזוי אַרויסגעבראַכט געוואָרן דער געוואַלדיקער גילוי.
דעריבער האָט ניט אַ איד וואָס צו אַריינפאַלן אין יאוש ח"ו: יאוש איז דוקא שלא מדעתעד, בשעת ער האָט אָבער דעת — פאַרשטייט ער און זעט דעם „מלך בשדה" מיט אים, איז ניט שייך קיין יאוש, ואדרבה: דעמולט ווערט ביי אים אַ שמחה הכי גדולה.
ובפרט אַז דער אויבערשטער ווייזט אים אַ סבר פנים יפות ופנים שוחקות — ווערט זיכער כמים הפנים לפנים גו'עה.
די ידיעה און התבוננות בזה — רופט אַרויס ביי אַ אידן ער זאָל טאָן די עבודה בפועל וועלכע איז פאַרבונדן מיט חודש אלול:
ער זאָל זעען בפועל בעיני שכל ביז בעיני בשר — דעם „מלך בשדה", און ווי דער מלך איז אים מקבל בסבר פנים יפות ופנים שוחקות, און וואָרט — „למעשה ידיך תכסוף" — ער זאָל טאָן עבודתו צו מקבל זיין פניו ית'!
וואָס דער כח אויף דעם האָט ער דערפון וואָס ער איז זיך מתבונן אין דעם משל גשמי פון דעם מלך בשר ודם, וואָס דורך דעם ווערט „אחזה אלוקה", ובפרט ווען ס'איז (אויך פ') ראה.
דאָס הייסט בפשטות: נוסף לזה וואָס בכל יום דאַרף זיין „שויתיעו ה' לנגדי תמיד"עז, ועאכו"כ שולל זיין „אין אלקים558לנגד עיניו", און אפילו „אין פחד אלקים לנגד עיניו"עח [ד. ה. אַז „אלקים נגד עיניו", אָבער דאָס פועל'ט ניט ער זאָל האָבן „פחד אלקים", ע"דעט גנבא אפום מחתרתא רחמנא קרייא] — דאַרף ער זען פאַר זיך דעם „מלך בשדה", און ווי ער איז אים מקבל בסבר פנים יפות ופנים שוחקות,
און אויך אַן עיקר — אַז דער מלך וואָרט ער זאָל מקבל זיין דעם אויבערשטן דורך טאָן זיין עבודה — די עבודה פון חודש אלול — אין די שלשה עמודים תורה עבודה וגמילות חסדים און עבודת התשובה, ווי מרומז אין די ראשי תיבות פון וואָרט „אלול"פ,
און אויך (ועיקר) אין די ענינים וואָס איילן צו די גאולה האמיתית והשלימה (וואָס איז אויך מרומז אין ר"ת אלולפ), כולל ובמיוחד — הפצת המעינות חוצה.
און דאָס וועט ברענגען די גאולה בפועל — (נאָך) אין ראש חודש אלול, וועלן די קומענדיקע טעג בדרך ממילא זיין (אַנשטאָט וואַכעדיקע טעג פון אלול) משיח'דיקע טעג און גאולה'דיקע טעג.
און מ'וועט (ממילא) פּראַווען מצות הקהל בשנה הבע"ל — אין ביהמ"ק השלישי, ומתוך שמחה וטוב לבב.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-yakwt1j1