Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תשמ"ז
455משיחות ש"פ קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תשמ"ז
א. שבת און ראש חודש זיינען צוויי באַזונדערע טיילן אין זמן: שבת (יום השביעי) איז דער סוף פון די ימי השבועא, וואָס זיי זיינען אָפּהענגיק פון מהלך השמש („ויהי ערב ויהי בוקר"); און ראש חודש איז דער אָנהויב פון די ימי החודשב, וואָס זיי זיינען אָפּהענגיק פון מהלך הלבנה.
דער כללות'דיקער חילוק צווישן די צוויי איז: שמש איז אַ משפיע, און לבנה איז אַ מקבל — זי האָט ניט קיין אייגענע ליכטיקייט, איר ליכטיקייט איז אַן אָפּשפּיגלונג פון אור השמשג; לויט דעם קומט אויס, אַז שבת (דער סוף ושלימותד פון די ימי השבוע) — איז אַ שלימות אין משפיע (שמש), און ראש חודש (וואָס הויבט אָן אַ נייעם חודש און איז כולל אַלע זיינע טעג) איז אַ שלימות אין מקבל (לבנה).
לאידך גיסא, האָבן זיי אַ צד השוה צווישן זיךה: ביידע — שבת און ראש חודש — שליסן אין זיך איין און פאַראיינציקן אַנדערע (קלענערע) חלקים אין זמן. שבת הויבט אויף און ברענגט אַריין שלימות אין אַלע טעג פון וואָך, סיי אין דער פריערדיקער וואָךד, און סיי אין דער קומענדיקער וואָךו; ראש חודש איז כולל אין זיך אַלע טעג פון חודש (ווי אַ ראש איז כולל אַלע איברי הגוף)ז.
456און בשעת ס'איז אַ שבת ראש חודש — ווערן פאַראיינציקט די צוויי אופנים פון אחדות הזמן — אחדות מצד המשפיע (שבת) און אחדות מצד המקבל (ראש חודש).
דעריבער איז מובן, אַז היינטיקער טאָג (שבת ראש חודש) איז ספּעציעל צוגעפּאַסט (מער אפילו ווי אַנדערע שבתות בפ"ע אָדער ראשי חדשים בפ"ע) אויף אַ התוועדות פון מערערע אידן, וועלכע קלייבן זיך צוזאַמען און ווערן פאַראיינציקט אין איין זמן, אין איין מקום און מיט איין מטרה — שטאַרקן זיך אין לימוד התורה אחת און קיום המצוות וואָס זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן פון ה' אחד. ובפרט ווען די התוועדות קומט פאַר אין אַ מקום המאחד — אַ בית הכנסתח און בית המדרשט.
ב. דער ענין [פון התאחדות המשפיע ומקבל] שטייט נאָכמער בגלוי אין היינטיקן שבת ראש חודש — א' דראש חודש תמוז:
דער ערשטער טאָג פון ר"ח תמוז פאַראיינציקט צוויי חדשים — דאָס איז דער לעצטער טאָג (יום השלשים) פון חודש סיון, און א' דראש חודש תמוזי.
דעם אויפטו אין דעם וועט מען פאַרשטיין נאָכדעם ווי מ'וועט פריער מבאר זיין דעם אונטערשייד צווישן די צוויי חדשים. וואָס דאָס קען מען אַרויסנעמען פון די נעמען פון די צוויי חדשיםיא ווי זיי ווערן אָנגערופן אין תורה שבכתב (לויט זייער מספר נאָך חודש הראשון, חודש ניסןיב): חודש סיון איז „חודש השלישייג, און חודש תמוז איז „חודש הרביעי"יד.
דער חילוק צווישן „שלישי" און „רביעי" (כולל מספרים ג' און ד') איז פאַרשטאַנדיק פון גמראטו (בנוגע די אותיות ג' און ד')טז: „גימ"ל דל"ת — גמול דלים".
ד. ה. אַז גימ"ל איז מרמז אויפן משפיע („גומל"), און דל"ת אויפן מקבל („דל").
457און דאָס ווערט אויך אַרויסגעבראַכט אין די מספריס ג' און ד': יעדע השפעה נעמט זיך און ווערט בכללות איינגעטיילט אין דריי בחינותיז; און בשעת די השפעה קומט אַראָפּ צום מקבל, קומט צו אַ פערטע בחינה (דער שטח וכלי המקבליח).
ווי דאָס איז אין עולמות: פריער קומען ג' עולמות, אצילות בריאה ויצירה, וואָס זיי זיינען בבחי' משפיע מלמעלה למטה (סדר השתלשלות מעולם לעולם שלמטה ממנו); דערנאָך קומט דער פערטער עולםיט — עולם העשי'כ, וואָס איז אָפּגעטיילט פון די ערשטע דריי עולמות מיט אַ הפסק — „אף עשיתיו"כא, ווייל ער איז מקבל פון זיי.
ויש לומר, אַז דל"ת איז מרמז (אויך) אויף דעם עילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן דוקא דורך דעם מקבל (עולם העשי') — וואָס „למעשה ידיך תכסוף"כב. כידוע אַז „תכליתכג השתלשלות העולמות כו' אינו בשביל עולמות העליונים [ובכללות — די ג' עולמות אצילות בריאה יצירה] הואיל ולהם ירידה מאור פניו ית', אלא התכלית הוא עוה"ז התחתון [דער עולם הרביעי, עולם העשי'] כו'", און דוקא דאָרטן הויבט זיך אָן די עלי', ביז אַז דאָס טוט אויף אַן עלי' אין אַלע (ג') עולמות עליוניםכד, אויך אין עולם האצילות. כמבואר בכ"מכה, אַז „אף (עשיתיו)" לשון ריבוי איז מרבה נאָך אַ דרגא (נוסף צו „בראתיו יצרתיו עשיתיו") — עולם האצילות, און דער ריבוי פון „אף" שטייט באַ „עשיתיו", ווייל דער ריבוי ועלי'כו פון אצילות ווערט דוקא דורך דער עבודה אין עולם העשי' (משא"כ אצילות מצ"ע איז „ירידה מאור פניו ית'")כז.
נאָכמער: דער יש הנברא ווערט פאַראיינציקט מיט דער יש האמיתיכח (דער משפיע האמיתי), און זיי ווערן איין זאַך. איז דערפון מובן במכש"כ וק"ו, אַז דער יש הנברא (דער דל"ת המקבל) איז מרבה ומעלה אצילות וואָס איז למטה ובירידה מאור פניו ית' (יש האמיתי).
458ג. דערמיט קען מען אויך מבאר זיין דעם אונטערשייד צווישן חודש הג' (סיון) און חודש הד' (תמוז)כט:
בחודש השלישי איז געווען מתן תורה. וואָס דאָס איז די דרגא פון „גימ"ל", „גמול דלים" — וואָרום (דער אויבערשטער באַ) מתן תורה (לאחרי ההקדמה פון יצי"מ בחודש הראשון און די מ"ט יום שלאח"ז, ובפרט בחודש השני כו') האָט משפיע געווען תורה ומצוותל צו אידן על כל הדורות.
משא"כ חודש הרביעי איז בבחי' „דל" וואָס איז (דער ערשטער חודש וואָס איז) מקבל פון חודש השלישילא, וואָרום אַלע עניני עבודה אין חודש תמוז (און אין אַלע חדשים שלאחרי זה) זיינען בבחי' מקבל — מ'פירט זיך דעמולט לויט די הוראות התורה (והמצוות) וואָס מ'האָט מקבל געווען באַ מתן תורה.
לאידך גיסא, פירש זיך אָבער דורך די כוונה עליונה (אויך פון מ"ת, דער גימ"ל) דוקא אין דעם חודש הרביעי (דער מקבל): מתן תורה איז אַ המשכה ומתנה מלמעלה למטה. דערנאָך דאַרף אָבער זיין בפועל די עבודה מלמטה למעלה צו מקיים זיין תומ"צ במעשה בפועל, וואָס אויף דעם איז געגעבן געוואָרן גאַנץ תורה ומצוות דוקא אין עוה"ז הגשמי בכדי מ'זאָל זיי מקיים זיין במעשה בפועל, און דערמיט מברר זיין די וועלט און מאַכן דאָרט אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
[ובדוגמא דער חילוק צווישן די ג' אבות און די ד' אמהות (אין דער עבודה אַלס הכנה צו מתן תורה)לב: די אבות זיינען משפיעים, און די אמהות מקבלות. אָבער לאידך גיסא: אע"פ וואָס די ג' אבות זיינען דער מקור המשפיע לבניהם — מעשה אבות סימן לבניםלג, בעבודתם נאָך מתן תורה — פונדעסטוועגן, דוקא דורך די ד' אמהות ווערן בנים ובני בנים בפועל העוסקים בתורה ומצוותי'].
ויש לומר, אַז דער עילוי אין חודש הרביעי איז אַרויס בגלוי יותר בדורות האחרונים — דורך דער גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ב־י"ג תמוז, וואָס האָט געמאַכט דעם גאַנצן חודש פאַר אַ „חודש הגאולה":
די גאולה (און די מס"נ פון דעם בעל הגאולה) האָט אויפגעטאָן אַז אויך מצד459דעם מקבל, מצד תחתונים, זאָל זיין לייכטער מקיים זיין תורה ומצוותלד; מתן תורה (בחודש השלישי) איז געווען אַ המשכה (מתנה) מלמעלה, וואָס לאַזט דערנאָך אַן אָרט אויף אַ מאסר והעלם מלמטהלה. די גאולה האָט אָבער אַריינגעבראַכט גאולה ותוקף אין דעם מקבל (אין וועלט) בכל עניני תורה ומצוותלו, מ'זאָל זיי קענען מקיים זיין אָן קיינע מניעות ועיכובים (פון וועלט)לז, און אין אַן אופן פון מוסיף והולך ואור.
און די גאולה האָט דורכגעבראָכן דעם וועג, אַלס שלב הכי אחרון, צו דער גאולה האמיתית והשלימהלח — וואָס וועט מעלה זיין און ברענגען לידי שלימות כל הדורות שלפנ"ז, כולל דעם דור פון מתן תורהלט, ע"ד ווי גערעדט פריער, אַז עולם העשי' טוט אויף אַן עלי' אין אַלע (ג') עולמות העליונים (אויך עולם האצילות).
ד. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק דער אויפטו פון א' דראש חודש תמוז:
אין דעם טאָג (וואָס איז ל' סיון און אדר"ח תמוז) ווערט פאַראיינציקט דער חודש השלישי (משפיע) און חודש הרביעי (מקבל)מ,
וואָס דאָס באַדייט ניט נאָר דעם חיבור פון דער השפעה והמשכה פון „גמול דלים" (פון חודש השלישי צו חודש הרביעי) און פון דער קבלה פון חודש הרביעי (וואָס דעמולט זיינען זיי נאָך צוויי באַזונדערע תנועות, תנועת המשפיע ותנועת המקבל), נאָר ווי זיי ווערן איין זאַך ממש — וואָרום דער ריבוי („אף") פון אצילות איז דוקא אין עשי' („אף עשיתיו"), ווייל דוקא דאָרטן (אין רביעי המקבל) ווערט די עלי' אין שלישי המשפיע (וואָס מצ"ע איז „ירידה מאור פניו ית'"), ע"ד די עלי' אין שלישי המשפיע (וואָס איז מצ"ע „ירידה מאור פניו ית'"), ע"ד די עלי' ותוקף וואָס דער חג הגאולה טוט אויף אין מתן תורה, כביכול.
ביז אַז עס ווערט די אמת'ע אחדות צווישן דעם יש הנברא (מקבל) מיטן יש האמיתי (משפיע), כנ"ל, אַז ווי ער איז אַ יש הנברא (ער איז מרגיש אַז ער איז אַ מציאות בפ"ע של מקבל) ווערט ער איין זאַך מיטן יש האמיתי, ווייל ער אַנערקענט אַז דאָס גופא וואָס ער איז אַ יש הנברא קומט נאָר פון (און איז צוליב) דעם יש האמיתי.
460ה. ויש לקשר זה אויך מיטן שיעור חומש פון דעם שבת אדר"ח תמוז (פון שביעי ביז סוף פ' קרח) וואו עס רעדט זיך וועגן שבט לוי — „ולבנימא לוי הנה נתתי כל מעשר בישראל לנחלה חלף עבודתם אשר הם עובדים את עבודת אוהל מועד . . ובתוך בני ישראל לא ינחלו נחלה", „אני חלקך ונחלתך"מב:
די עבודה פון שבט לוי איז כשמו — (לוי על שם) „ילוה אישי אלי"מג, ער באַהעפט אידן („אלי") מיטן אויבערשטן („אישי"), דעם יש הנברא (דל"ת המקבל) מיטן יש האמיתי (גימ"ל המשפיע). און דער טעם וכח אויף דעם איז ווייל לוי איז אינגאַנצן באַהעפט מיטן אויבערשטן — זיין עבודה איז „לעמוד לפני ה' לשרתו"מד, זיין גאַנצע מציאות איז צו דינען דעם אויבערשטן („עבודת אוהל מועד"), ער האָט ניט צו טאָן מיט מלאכה און מיט שאַפן אַ נחלה בעולם; דאָס הייסט אָבער ניט אַז ער האָט ניט קיין מציאות ונחלה בעולם, נאָר „אני חלקך ונחלתך", דער אויבערשטער איז זיין נחלה. דעריבער האָט ער בכח — זייענדיק אַ מציאות בעולם וואָס איז אינגאַנצן בטל צו דעם אויבערשטן — צו באַהעפטן אידן מיט דעם אויבערשטןמה.
ד. ה. אַז שבט לוי איז מחבר הפכים: זייענדיק אַ נשמה בגוף מוגבל — איז ער איין זאַך כביכול מיטן אויבערשטן, „אני חלקך ונחלתך". בדוגמא צו בחי' קדש הקדשים (די דרגא פון כהן גדול — שלימות שבט לוימו).
ובלשון הכתובמז (וואָס דער רמב"םמח נוצט אויף שבט לוי) „ה' מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי":
אפילו מצד בחי' גורל העליון, וואָס לגבי' איז קס"ד „איני יודע באיזה מהם חפץ"מט, איז „אתה תומיך גורלי", שיחפוץ דוקא בישראלנ.
עד"ז י"ל בנוגע צו שבט לוי: בחי' גורל שבנשמה (עצם הנשמה) איז איין זאַך מיט דעם אויבערשטן — „יחידה לייחדך"נא. וואָס מצד דער דרגאנב האָט רבי יוחנן בן זכאי געזאָגטנג „איני יודע באיזה דרך מוליכים אותי" (כאָטש ער איז ניט געגאַנגען קיין ד' אמות בלא תורה ובלא תפיליןנד ופ' שנה למד ולימד תורהנה), וואָרום בחי' גורל שבנשמה (וואָס איז דעמולט, בעת פטירתו, געשטאַנען בגלוי באַ ריב"ז) איז אינגאַנצן העכער פון גן עדןנו (גן עדן איז461בבחי' „איני יודע"), ביז אַז בערך צו דער דרגא איז גן עדן בשוה צו דעם דרך ההפכינז.
וואָלט מען געקענט מיינען אַז די דרגא בלייבט אַלעמאָל בבחי' „איני יודע". זאָגט דוד המלך — „אתה תומיך גורלי", אַז דער אויבערשטער איז „תומך" אויך בחי' גורל שבנשמה אַז זי זאָל שטיין בגלוי אין דעם גוף הגשמי פון שבט לוי לאורך ימים ושנים טובות דנשמות בגופים (בדוגמא ווי דאָס איז געווען באַ ריב"ז קרוב לפטירתו והסתלקותו).
ו. די שייכות דערפון צום חג הגאולה:
ע"ד שבט לוי בכלל — איז דאָס באַ צדיקים (ע"ד ווי באַ ריב"ז, כנ"ל) אַז זייענדיק נשמות בגופים — זיינען זיי „דומין לבוראם", אַ דמיון אמיתי ע"פ תורת אמת, ומצד דעם שטייען זיי אינגאַנצן העכער פאַר כל עניני שכר (גן עדן ועוה"ב וכו').
און בגלוי ממש האָט מען דאָס געזען באַם בעל הגאולה (בכמה וכמה פון זיינע פעולות במסירת נפש), אַז זייענדיק אַ נשמה בגוף איז ער געשטאַנען העכער פאַר גן עדן און עוה"ב — וואָרום ער איז געווען (אויך אַלס אַ נשמה בגוף) אַן עבד נאמן וואָס איז איין זאַך מיט דעם אדוןנח, מיטן אויבערשטן, ביז אַז „דומה לבוראו", ביז אין אַן אופן אַז לא יפריד ביניהם, מ'קען גאָר ניט מחלק זיין צווישן אים מיט דעם אויבערשטן, כביכולנט.
ז.מעין ובדוגמא לזה איז אויך באַ יעדער אידן — ווי דער רמב"ם פסק'נטמח, אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש כו' אשר נדבה רוחו אותו כו' להבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעבדו כו' ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים אשר בקשו בני האדם, ה"ז נתקדש קדש הקדשים ויהי' הוי' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים ויזכה לו בעוה"ז דבר המספיק לו כמו שזכה לכהנים ולויים הרי דוד ע"ה אומר ה' מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי":
זייענדיק אַ נשמה בגוף האָט יעדער איד אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"ס „ובפרט — בחי' גורל שבנשמה), וואָס מצד דעם איז ער העכער פאַר כל עניני שכר. ד. ה. אַז באַ יעדער אידן איז דאָ די פאַראיינציקונג צווישן בחי' משפיע שבו (זיין נשמה, חלק אלוקה) און בחי' מקבל שבו (זיין גוף הגשמי).
ויש לומר, אַז דער בעל הגאולה, נשיא דורנו — וואָס ביי אים שטייט די דרגא בגלוי — גיט יעדער אידן כח דאָס צו מגלה זיין באַ זיך אַליין. און דער כח לזה קומט אַרויס בתכלית השלימות דורך דער גאולה: וויבאַלד אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם גם כל מחבבי תורתנו הקדושה, שומרי מצוה, ואת כל אשר בשם ישראל יכונה"סא,462ד. ה. אַז אַלע אידן זיינען נגאל געוואָרן צוזאַמען מיט „אותי" (דער בעל הגאולה) — באַקומען זיי אַלע פון זיינע כחות צו נגאל ווערן אַלס נשמות בגופים פון אַלע העלמות והסתרים און מגלה זיין ווי אין זייער גוף הגשמי און אין זייערע איינפאַכע גשמיות'דיקע פעולות לייכט אַ „חלק אלוקה ממעל ממש", וואָס איז העכער פאַר אַלע מדידות והגבלות. וואָרום „הרי זה נתקדש קדש הקדשים", וואָס גיט דעם כח עס זאָל זיין מקום הארון אינו מן המדהסב — חיבור הפכים.
בשעת מ'טרעפט אַ צווייטן אידן — דאַרף מען אים דערציילן, אַז זייענדיק אַ נשמה בגוף און האָבנדיק צו טאָן מיט זיינע וועט־געשעפטן, האָט ער, צום אַלעם ערשטן, אַ נשמה וואָס איז „חלק אלוקה ממעל ממש" וואָס איז פאַראיינציקט מיט זיין גוף המוגבל (דער חיבור פון גימ"ל ודל"ת);
און דערצו דאַרף מען אים דערציילן וועגן דער גאולה פון י"ב תמוז, און אַז דאָס האָט אַ שייכות צו אים — ווייל ער, צוזאַמען מיט יעדער אידן און אַלע אידן, איז דעמולט נגאל פון דאָס ניי אין אַ גאולה וואָס גיט אים דעם כח צו מגלה זיין אין זיין איינפאַכן לעבן בעוה"ז הגשמי זיין „חלק אלוקה ממעל ממש", און דאָס לייזט אים אויס און הויבט אים אויף העכער פאַר אַלע וועלטישע באַגרענעצונגען, ער זאָל קענען מקיים זיין תומ"צ אין אַן אופן פון גאולה, אָן קיינע מניעות ועיכובים — בערך צו זיין מעמד ומצב ביז דעמולט.
ווי איז מען משפיע און ווי ווירקט מען אויף אַ צווייטן אין דער ריכטונג? — דורך דעם וואָס מ'רעדט דברים היוצאים מן הלב, און דער עיקר — דורך באַווייזן אַ דוגמא חי' פון זיך אַליין, אַז די גאולה האָט געבראַכט אַז ער זאָל אויפטאָן נייע אונטערנעמונגען אין דעם שטח פון הפצת התורה והיהדות והמעינות חוצה, אַזוינע אונטערנעמונגען וואָס ביז דער גאולה היינטיקן יאָר האָט ער באַ זיי אינגאַנצן ניט געהאַלטן, און די גאולה האָט אים אויסגעלייזט פון די הגבלות ער זאָל אָנהויבן טאָן אין דעם נייעם אופן.
פון איין זייט דאַרף מען זיך ניט דערשרעקן פאַר דער עבודה — וואָרום מ'גיט אויף דעם אַלע נויטיקע כחות מלמעלה („גמול דלים"), ובפרט לאחרי הגאולה פון י"ב תמוז וואָס האָט איין מאָל פאַר אַלעמאָל אַראָפּגענומען די מניעות ועיכובים מצד המטה צו תומ"צ, און האָט צוגעגרייט די וועג פאַר דער גאולה האמיתית והשלימה,
דעריבער קען איצטער זיין „אני ישן על מטתי ואתה עושה"סג, „ה' ילחם לכם ואתם תחרישון"סד, ובלשון פון דעם בעל הגאולה — עס דאַרף נאָר זיין „עמדו הכן כולכם"סה, און צופּוצן די לעצטע קנעפּלעךסו.
אָבער לאידך גיסא — פאָדערט זיך די463לעצטע „אצבע קטנה"סז פון עבודת דאָס געדאַרפט זיין באַ דער גאולה פון האדם (פון דעם דל"ת המקבל) בקב י"ב תמוז בפעם הראשונה, אָבער מפני שלוסח — וואָרום הגם אַז „ה' ילחם לכם סיבות האָט זיך דאָס פאַרהאַלטן עד ואתם תחרישון", ווייל „בעתיקא תליא עתה; אָבער „עתה" איז שוין זיכער געמילתא"סט, ווערט אָבער דאָס גופא נמשך קומען די צייט אויף דעם,
דורך די עבודה פון אידןע. ובלשון הנ"ל
— עס דאַרף זיין די עבודה פון „צופּוצן. עבודה פון אַריינשטעלן דעם אל"ף פון די לעצטע קנעפּלעך", און צושטעלן די אלופו של עולם אין דעם גלות (גולה)ג כלי — „עמדו הכן כולכם" — אויף הרביעית (גלות אדום) — במילא דאַרף *) מקבל זיין די ברכות מלמעלה. נאָר די שוין גלייך קומען די גאולה הרביעית, עבודה גופא איז ניט אין מלחמה מיט גאולה שלימה וגאולה שאין אחרי' *) מנגדים ודברים המעכבים (וואָרם „ה' גלותעד, ניט ווי די פריערדיקע דריי גאוילחם לכם"), נאָר אַן עבודה פון ילכו לות וועלכע זיינען ניט געווען בשלימות מחיל אל חיל אין קדושה עצמה (מעין — פילע אידן זיינען געבליבן בבבל ובובדוגמא ווי ס'וועט זיין בגלוי בגאולה
המבואר לעיל אַז דוקא דורך דער דרגא
נאָכמער: דאָס גופא וואָס עס דאַרף הרביעית (עשי') ווערט די עלי' בכל זיין עבודה ב"קב שלו" איז נאָר ווייל העולמות, משא"כ די ג' דרגות (אצילות אַזוי איז רצון ותענוג של הקב"ה. ד. ה.
אַז עס ווערט די התאחדות פון „גימ"ל"
(משפיע) און „דל"ת" (מקבל) — אַז די
שלימה, ותיכף ומיד ממש, באופן פון לכם", קומט צוזאַמען (און דורך) עבודת
אפילו כהרף עיןעז, באופן שלמעלה
און דורך דעם וואָס מ'פאַרענדיקט ממדידה והגבלה (אויך ניט פון זמן), און צופּוצן דעם לעצטן קנעפּל — ווערט דאָס גופא קומט אַראָפּ אין אַ גאולה דאָ
67) ראה שהש"ר בתחלתו. ועוד.
68) כמאחז"ל (ב"מ לח, א) ש"אדם רוצה בקב
שלו מתשעה קבים של חבירו", כולל „חבירו" „זה
דא"ח צ"צ ערך גולה. וש"נ. המשך מים רבים תרל"ו
69) זח"ב מח, א.
70) ראה ד"ה ויאמר ה' אל משה מה תצעק
מכילתא בשלח טו, א.
71) ראה לקו"ש חל"ג ע' 119.
76) כמבואר בלקו"ת סוף פרשתנו בענין ויגמול
שקדים דמטה אהרן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-r92s0ajz