Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ ויקרא, ה' ניסן ה'תשמ"ז
370משיחות ש"פ ויקרא, ה' ניסן ה'תשמ"ז
א. מ'געפינט זיך איצטער אין די ערשטע טעג פון חודש ניסן וועלכע זיינען ספּעציעלע טעג:
דעם משכן אין מדבר האָט מען אויפגעשטעלט אין דעם ערשטן טאָג פון חודש, ראש חודש ניסןא, און אין די טעג פון ראש חודש ביז י"ב ניסן, האָבן די נשיאים פון די שבטים מקריב געווען יעדן טאָג יעדערער זיין קרבן לחנוכת המזבח, נשיא אחד ליוםב.
דעריבער איז היינט דער מנהגג אַז פון ראש חודש ניסן ביז י"ב ניסן זאָגט מען יעדן טאָג די פרשה אין תורהד פון דעם קרבן נשיא השבט וועלכער האָט יענעם טאָג מקריב געווען פאַר חנוכת המזבחה.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס מ'זאָגט ניט קיין תחנון אין די טעגו — צוליב דעם וואָס די נשיאים האָבן דעמולט מקריב געווען זייערע קרבנות, „וכל נשיא ביום שהקריב קרבנו הי' יום טוב שלו"ז; און וויבאַלד אַז דערנאָך קומען די טעג פון פסח, קומט אויס אַז „רוב החודש בקדושה"ח — דערפאַר זאָגט מען ניט קיין תחנון במשך דעם גאַנצן חודש ניסן.
ב. וואָס אין דעם ענין איז פאַראַן אַ חידוש:
כאָטש אַז אַלע פּאַסירונגען אין תורה זיינען נצחייםט, געפינט מען ניט אַז אויף יעדער פּאַסירונג אין תורה זאָל מען מתקן זיין אין סדר התפלה (וכיו"ב) אַ זכר לדורות. אדרבה: מ'געפינט עס נאָר ביי געציילטע ענינים — וועלכע זיינען יסודות און כללים אין אידישקייט — ווי „זכר ליציאת מצרים", וכיו"ב. און דערנאָך „זכר למקדש". אָבער אויך בנוגע צום מקדש — האָט מען ניט מתקן געווען אַ זכר אויף אַלע עבודות אין מקדש, כאָטש מ'האָט (אַ טייל פון) זיי געטאָן מערערע מאָל אין מקדש.
אָבער בנוגע צו הקרבת הנשיאים באַ חנוכת המזבח מאַכט מען אַ זכר לדורות371— און אַ צווייענדיקער זכרי: דורך זאָגן פרשת הנשיא, און דורך ניט זאָגןיא תחנוןיב, און ביז למשך פון אַ גאַנצן חודש — אע"פ וואָס א) הקרבת הנשיאים איז געווען נאָר אַן אין־אוןאיינציקן מאָל, און ב) דאָס איז געטאָן געוואָרן אין משכן, וואָס איז געווען ניט בלויז קודם דעם איצטיקן גלות, נאָר פאַר דעם מקדש שני, און פאַר גלות בבל, און פאַר דעם מקדש ראשון!
אַלע פעולות און תפלות וואָס זיינען אַ זכר צו אַ געוויסער זאַך („זכר ליציאת מצרים", „זכר למקדש") זיינען ניט אַ זכר בעלמא, נאָר דורך דעם איז מען ממשיך מלמעלה מעין פון דער זאַך צו וועלכער דאָס איז אַ זכר.
אין דעם קומט צו אַ חידוש ביי אמירת הנשיאים — וואָס מ'זאָגט דערצו אַ ספּעציעלע תפלה, און אַזאַ תפלה וואָס מ'געפינט ניט דוגמתה אין די תפלות פון כל השנה כולה:
נאָך אמירת „הנשיא" איז אַ מנהג צו זאָגן דעם „יהי רצון"יג. וז"ל: „יהי רצון מלפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שבאם אני עבדך משבט (פלוני) שקראתי בתורתך פרשה של הנשיא היום, אזי יאירו נא עלי כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות בקדושת זה השבט להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך כל ימי חיי אני וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם אמן",
וואָס צווישן אַלע תפלות (און עניני זכר) בכל השנה — געפינט מען ניט אַזאַ פעולהיד, אַז יעדער איד [ניט נאָר יחידי סגולה] זאָל בעטן אַז „יאירו נא עלי כל ניצוצין קדישין וכו' הכלולות בקדושת זה השבט", און נאָכמער — די בקשה איז אַז דאָס זאָל ניט בלייבן בהעלם והסתר, נאָר ווירקן אין זיין עבודה בפועל „להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך (און נאָכמער —) כל ימי חיי אני (און נאָכמער —) וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם"!
נאָכמער: אַ תפלה דאַרף ניט זיין אויף מעשה נסיםטו. מוז מען זאָגן, אַז די תפלה (של כאו"א מישראל) קען מקויים ווערן בדרך הטבע, אין חושך כפול ומכופל פון זמן הגלות!
און אויך, בכלל — אַ תפלה פון אַ אידן ווערט דאָך מקויים בפועל, ובפרט אַ תפלה ע"י רבים, כמ"שטז „הן אכביר ולא ימאס".
372ובפרט אַז מ'איז מסיים „אמן" (מלשון אמתיז), וואָס דאָס גיט צו אַ חיזוק מיוחד אין דער ברכה, דאָס טוט אויף דער גמר „הנצחון"יח.
קומט אויס, אַז דער זכר לדורות פון הקרבת הנשיאים באַ חנוכת המזבח (דורך אמירת פ' הנשיאים) איז ניט נאָר אַ זכר בכלל (אויף עפּעס וואָס האָט פּאַסירט אַמאָל), נאָר דאָס איז נצחי און עד כדי כך, ביז מ'באַקומט בפועל „כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות בקדושת זה השבט", און דאָס ווירקט „להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך כל ימי חיי אני וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם"!
ד. אין דעם קומט צו נאָך אַ גרעסערער חידוש:
דער מנהג איז אַז יעדער איד זאָגט אַלע י"ב נשיאים, יעדער טאָג זאָגט ער דעם נשיא פון דעם באַטרעפנדן טאָג, און אויך דעם „יהי רצון".
שטעלט זיך די שאלה: אין דעם „יהי רצון" זאָגט מען דאָך אין אַ לשון של ספק „באם אני עבדך משבט (פלוני) כו'"יט, ד.ה. אַז ס'איז אַ ספק און עס קען גאָר זיין אַז דער זאָגער האָט קיין שייכות ניט מיט דעם שבט מסויים (וואָרום יעדער איד געהערט דאָך נאָר צו איין שבט) — קומט דאָך אויס אַז אין עלף פון די צוועלף טעג זאָגט מען אַ תפלה וואָס איז ניט שייך צום מתפללכ?!
מוז מען זאָגן, אַז יעדער איד איז (אפשר אַז ער זאָל זיין) כלול פון אַלע אַנדערע אידן (שבטים), און דערפאַר איז אפשר אַז יעדער איד קען מקבל זיין די אורות פון אַלע שבטים.
און מ'קען דאָס ערקלערן לויט דער הוראה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"עכא, אַז אפילו אַ כהן ולוי דאַרף זאָגן דעם „נשיא" און דעם „יהי רצון" בכל יום (כאָטש זיי געהערן זיכער צום שבט לויכב) — „כי זה שייך לעיבור", ומצד „עיבור"כג קען אַ איד האָבן אַ שייכות צו יעדן שבט און צו אַלע שבטים.
דעריבער זאָגט יעדער איד בכל יום דעם „נשיא" און דערנאָך דעם „יהי רצון", און אפשר שתהי' על הודאי — אַז „יאירו נא עלי כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות בקדושת זה השבט כו'", מצד דעם וואָס אפשר אַז ער האָטכד אַ שייכות צו יעדן שבטכה.
373קומט אויס, אַז נאָך דעם ווי מ'פאַרענדיקט זאָגן אַלע נשיאים (בי"ב ניסן) מיט דעם „יהי רצון" של כאו"א („יאירו נא עלי כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות בקדושת זה השבט") — ווערן מקויים בקשות פון די אַלע „יהי רצון'ס", און אַ איד ווערט באַלויכטן מיט „כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות" בכל שבט ושבט — וואָס זיי זיינען כולל אַלע ניצוצות קדושות בכל העולם כולו (וואָס זיינען אַלע באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל"כו, וואָס „ישראל" טיילט זיך אין י"ב שבטים), כידועכז אַז די י"ב שבטים זיינען כולל אַלע מעגלעכע אופני עבודהכח (י"ב אופנים כלליים).
איז דאָך פאַרשטאַנדיק די פעולה וואָס דאָס האָט אין „להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך כו'" — וויבאַלד אַז דאָס קומט פון אַלע ניצוצות קדושות פון אַלע שבטים!
ה. ויש לומר דעם טעם אויף דעם חידוש אין הקרבת הנשיאים [א) אַז מ'מאַכט דערפון אַ זכר לדורות, ב) עד כדי כך אַז מ'בעט און עס ווערט מקויים די תפלה „יאירו נא עלי וכו'" — אַ חידוש וואָס מ'געפינט ניט באַ קיין אַנדער זאַך]:
הקרבת הנשיאים פאר חנוכת המזבח איז אַ יסוד והתחלה אויף דער עבודה פון אַלע אידן במשך כל הדורותכט — כידועל אַז חנוכת המזבח איז אַזוי ווי דער ענין החינוך. אַזוי ווי דער ענין החינוך שטעלט אַוועק דעם יסוד פון דער גאַנצער עבודה פון דעם מענטשןלא, אַזוי האָט חנוכת המזבח אַוועקגעשטעלט דעם יסוד אויף דער עבודה פון משכן — דער תכלית פון גאַנץ עבודת האדםלב — „ועשולג לי מקדש ושכנתי בתוכם"לד.
און דערפאַר האָט חנוכת המזבח געדאַרפט זיין דורך אַלע שבטים — וואָס זיי נעמען אַרום אַלע מעגלעכע סוגים (פרטיים) אין עבודת ה' (כנ"ל), און דוקא דורך די נשיאים פון די שבטים, וואָרום „הנשיא הוא הכל"לה, כל השבט שלו, און דורך דעם — כל השבטים כולם (אַלע אידן).
374און דעריבער איז הקרבת הנשיאים לחנוכת המשכן אַ דבר נצחי בכל הדורותלו, און דערפאַר מאַכט מען פון הקרבת הנשיאים אַ זכר נצחי לדורות — דורך אמירת פ' הנשיאים מר"ח ניסן עד י"ב בו, און דורך ניט זאָגן דעמולט תחנון. ביז אַ זכר נצחי וואָס ווערט נמשך בפועל דורך דעם וואָס מ'זאָגט דערביי „יהי רצון וכו' יאירו נא עלי כל ניצוצין קדישין וכו' להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך כל ימי חיי אני וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם אמן".
ו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק די באַזונדערע אויסגעטיילטקייט פון די איצטיקע ימי סגולה:
די טעג צייכענען זיך אויס ספּעציעל דערמיט וואָס אין זיי איז אונטערשטראָכן א) די נצחיות פון נשיאי ישראללז, ווייל יעדער נשיא בדורו איז כנשיא הראשון בדורולח, און ב) די התקשרות וכו' פון יעדער איד (בכל דור ודור) מיט די נשיאי ישראל וואָס ווערט נמשך פון דער התקשרות וכו' — וועלכע איז געווען בזמן חנוכת המשכן — התקשרות וכו' נצחית.
עד כדי כך, אַז כאָטש די הקרבה פון די נשיאים פאַר חנוכת המזבח איז געווען מיט אַזויפיל טויזנטער יאָרן צוריק, און אין אַ באַשטימטן מקום וזמן (זמן המשכן אין מדבר), און נאָר אַן איין מאָליקע זאַך — מאַכט מען דערפון אַ זכר נצחי לדורות דורך אמירת הנשיאים פון ר"ח ביז י"ב ניסן, און דורך ניט זאָגן תחנון,
און ניט בלויז אַ זכר, נאָר יעדער איד — כולל אפילו אין חושך כפול ומכופל פון גלות — באַקומט בפועל דורך די נשיאים „כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות" פון אַלע שבטים, און דאָס ווירקט אויף זייער עבודה בפועל (פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוך כאו"א) „להבין ולהשכיל בתורתך וביראתך לעשות רצונך כל ימי חיי אני וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם"לט!
און דער ענין איז נאָכמער אונטערשטראָכן ווען מ'שטייט אין דעם טאָג פון שבת (בתוך די טעג פון אמירת הנשיאים), וואָס איז כולל אין זיך אַלע י"ב נשיאים: שבת זיינען עולה די טעג פון דער פאַרגאַנגענער וואָך (כולל פון ר"ח ניסן ביז ה' ניסן), און מיני' מתברכין די טעג פון דער קומענדיקער וואָך (ו' ניסן ביז י"ב ניסן).
ז. דערפון האָט מען אויך אַ לימוד בנוגע צו נשיאי ישראל בכל דור ודור,375ביז דורנו זה ונשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר — אַז אין חודש ניסן (און בפרט אין די טעג) איז אונטערשטראָכן זייער נצחיות, און די התקשרות פון אַלע אידן מיט דעם נשיא הדור:
צווישן די טעג פון אָנהויבס חודש ניסן (ווען מ'זאָגט דעם „נשיא") איז אויך דער טאָג פון ב' ניסן (וואָס ווערט נתעלה אין דעם שבת), דער יום ההילולא פון דעם נשיא דער רבי (מהורש"ב) נ"עמ, און יום התחלת הנשיאות פון (בנו ממלא מקומומא) כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנומב — מתאים דערמיט וואָס (התחלת) חודש ניסן איז פאַרבונדן ספּעציעל מיט נשיאים (כנ"ל) — וואָס אויך באַ זיי זעט מען דעם ענין הנצחיות (נוסף אויף נצחיות ברוחניות, אויך) בגשמיות העולם, און זייער התקשרות נצחית מיט אַלע אידן דאָמג (און אַלע אידן מיט זיי):
ס'זיינען באַוואוסט די ווערטער וואָס דער רבי נ"ע האָט געזאָגט פאַר זיין הסתלקותמד — „איך גיי אין הימל, די כתבים לאָז איך אייך". וואָס דער פירוש אין דעם איזמה: דורך די „כתבים" (וואָס איך לאַז אייך) האָט מען דעם רבי'ן נ"ע („איך") ווי ער שטייט אין הימל — וואָרום „צדיקים דומין לבוראם"מו, און אַזוי ווי באַם אויבערשטן איז „אנא נפשית כתבית יהבית"מז, דער אויבערשטער האָט כביכול זיך „אַריינגעגעבן" אין תורהמח, איז עד"ז ביי צדיקים, אַז זיי גיבן זיך אינגאַנצן אַריין אין זייער תורה („כתבים"); און דעריבער — דורך זיינע „כתבים" (זיין תורה), וואָס מ'לערנט אין זיי און מ'נוצט זיי בפועל, ביז מ'איז זיי מפיץ (המעינות) חוצה — האָט מען דעם רבי'ן נ"ע אַליין (וועלכער האָט זיך דאָרט אַריינגעגעבן).
און וויבאַלד אַז מ'האָט די „כתבים" בגשמיות העולם — האָט מען דורך זיי דעם רבי'ן נ"ע בגשמיות העולם. ד.ה. אַ התקשרות נצחית בגשמיות צווישן דעם נשיא דער רבי נ"ע און אַלע אידן.
און אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו בנו ממלא מקומומט — אַז דורך זיינע כתבים, ספרים און נכסים וגם הגשמיים376(כדלקמן) — האָט מען אים אַליין ובגשמיותנ.
ח. ויש לומר אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט עס מדגיש געווען אין זיין ערשטן מאמר (תורה) חסידותנא (בתור נשיא)נב — וואָס באַווייזט אַז דאָס איז אַ התחלה ועיקר ויסוד אין זיין גאַנצער נשיאות — ד"ה ראשית גוים עמלק ואחריתו גו'נג:
ומקום התורה והעבודה של צדיק בקדושתו הוא גם לאחר עלותו מחיי הגופות לחיים האמיתיים והארת אור עבודתו נשאר במקומו, די"ל שהמקום שבו למד ועסק בתורה וכל כליו שהשתמש בהם לצרכי העבודה קדושתו עליהם מחלקי בירורו בעולם.
און ער ברענגט אויף דעם אַ (ביאור —) סיפור וועגן זיין פאָטער דער רבי נ"ע (וואָס איז דעמולט ערשט נסתלק געוואָרן) „וראיתי פעם כי כ"ק אאמו"ר הרה"ק הכ"מ נכנס לחדר אביו כ"ק אאזמו"ר זצוקללה"ה זי"ענד והיו עוד סדרי החדר כמו שהיו בחייו (זה הי' בערך בשנת מ"ה או מ"ו) ונכנס לבוש בחגורה ועמד אצל השולחן למול כסא שבתו, ושפתיו נעות כמדבר, ובכה הרבה".
און דער ביאור בזה איז פאַרשטאַנדיק ביותר פון המדובר ומבואר בהמאמר שם — וואָס דער ענין (וועגן נצחיות מקום עבודתו כו' של הצדיק) קומט בהמשך צו דעם וואָס ער איז מבאר אין מאמר וועגן דעם אונטערשייד צווישן קדושה און לעו"ז (להבדיל), אַז אין די עשר ספירות דקדושה ווערט דער אור נתאחד מיט די כלים (און די כלים זיינען בטל צום אור), און דערפאַר האָבן די כלים אַ קיום עצמי, אַזוי ווי דער קיום עצמי פון דעם אורנה (מצד דעם וואָס ער איז דבוק בהמאור, עצמותו ית' שמציאותו מעצמותו כו' וקיים בבחי' קיום עצמי).
וואָס אַזוי איז דאָס אויך ביי אַלע מצוות „שנתלבשו בענינים גשמיים, קלף הגשמי וצמר הציצית וכהאי גוונא וכל מה שברצונו ית' כלים ראוים להארת אור העליון — ה"ה קיימים בבחי' קיום עצמי".
„וי"ל שזהו"ע דקדושה לא זזה ממקומהנו, ותשמישי קדושהנז בקדושתן377הם עומדים כו'". און אויף דעם ברענגט ער וועגן דעם מקום התורה והעבודה וכלי תשמישו פון אַ צדיק אַז קדושתם לא זזה ממקומה.
דערפון קומט אויס, אַז דער קיום נצחי פון קדושת מקום הגשמי „וכל כליו שהשתמש בהם . . (הצדיק) לצרכי העבודה" — איז „גם לאחר עלותו מחיי הגופות" איז עס ע"ד ובדוגמת דער קיום עצמי (ונצחי) פון די כלים מצד זייער ביטול און אחדות מיט דעם אור. ויש לומר נאָכמער — אַז דאָס איז פּונקט די זעלבע זאַך ווי די אורות וכלים דאצילות. וי"ל אַז דאָס איז אויך מובן ממש"כ בתניאנח בביאור מחז"לנט „האבות הן הן המרכבה", אַז בכל עניניהם זיינען זיי געווען אַ מרכבה דאצילות, איז עד"ז בנוגע צו די צדיקים ונשיאים וועלכע זיינען דוגמתם.
דאָס הייסט: חיי הצדיק זיינען נצחייםס. און ניט נאָר ברוחניות הענינים, נאָר דאָס נעמט דורך זיין מקום גשמי און זיינע כלים גשמיים, זיין טיש און בענקל כו' — ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם לשון „קדושה לא זזה ממקומה", אַז די קדושה רירט זיך ניט, און „ממקומה"סא — מקום הגשמי ב"חדר אביו", און אויך מקום הרוחני — מעלה ומדריגהסב.
וכדברי המאמר, אַז דער „מקום שבו למד ועסק בתורה וכל כליו שהשתמש בהם לצרכי העבודה קדושתו עליהם" — אַז אויך דער מקום וכלים שהשתמש בהם לצרכי העבודהסג ווערן זיי דורכגענומען און באַקומען די קדושה נצחית פון דעם צדיק.
ביז נאָכמער — אַז דער מקום און די כלים כו' זיינען פּונקט ווי דער זמן ווען דער צדיק האָט זיך באַנוצט מיט זיי בפועל אַלס אַ נשמה בגוף — ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם סיפור אין מאמר, אַז ער איז אַריין אין דעם חדר פון זיין פאָטער, „והיו עוד סדרי החדר כמו שהיו בחייו כו' ונכנס לבוש בחגורה ועמד אצל השולחן למול כסא שבתו, ושפתיו נעות כמדבר, ובכה הרבה" — פּונקט „כמו שהי' בחייו" ווען ער פלעגט אַריינגיין צו יחידות — שי"ל שענינה אַז די יחידה פון דעם וואָס גייט אַריין ווערט פאַראיינציקט מיט יחידה פון דעם רבי'ן — בחיים חיותו פון דעם רבי'ן מהר"ש!
און דער ביאור בזה איז פאַרשטאַנדיק פון דעם גופא וואָס דאָס איז „קדושה (לא זזה ממקומה)": קדושה — הייליקייט — נעמט זיך דוקא פון דעם מקור הקדושה, דער אויבערשטער אַליין. איז כשם ווי דער אויבערשטער איז קיים בבחי' עצמי (ונצחיסד) (וואָרום378מציאותו מעצמותו כו'), אַזוי איז אויך זיין קדושה ואור (וואָס איז דבוק ומעין המאור) — קיים בקיום עצמי ונצחי; און וויבאַלד אַז די קדושה ווערט נתאחד מיט די כלים (און די כלים זיינען בטל דערצו) — באַקומען אויך די כלים אַ קיום עצמי ונצחי.
ט. און דער קיום עצמי ונצחי פון קדושת הצדיק ונשיא — ווערט נמשך צו כל ההולכים „בדרךסה ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נצח סלה ועד"סו, דורך דעם וואָס זיי פאַרבינדן זיך (התקשרות) מיט דעם נשיא, נשיא דורנו, כולל אויך דורך „פאַרבינדן זיך" מיט זיינע כתבים, ספרים וכו', „די כתבים לאָז איך אייך", אין וועלכע דער נשיא („איך" ווי ער שטייט אין הימל) האָט זיך אינגאַנצן „אַריינגעגעבן" למטה,
ובפרט דורך דעם וואָס זיי לערנען אין די כתבים וספרים, און ברענגען דאָס אַראָפּ אין מעשה בפועל, באַ זיך אַליין, און אויך — הפצת המעינות חוצה, פון די כתבים וספרים.
וואָס דורך דעם ווערט יעדער איד (וואָס פאַרבינדט זיך מיט דעם נשיא) באַלויכטן מיט „כל ניצוצין קדישין וכל האורות הקדושות הכלולות" אין דעם נשיא — וואָס בנוגע לנשיא דורנו, איז ער כולל „הכל", ווייל הנשיא הוא הכלסז, און דאָס ווירקט „להבין ולהשכיל בתורתך [כולל ובפרט בנדו"ד אין די כתבים וספרים פון דעם נשיא] וביראתך לעשות רצונך כל ימי חיי אני וזרעי וזרע זרעי מעתה ועד עולם (נצחי)".
יו"ד. ובנוגע לפועל:
מען דאַרף זיך פאַרבינדן מיט נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר. און דורך דעם באַקומט ער די נצחיות פון דעם נשיא, ביז אַז דאָס ווירקט „להבין ולהשכיל בתורתך", לערנען תורה, נגלה און חסידות, תורה פון רבותינו נשיאינו,
ותלמוד גדול שמביא לידי מעשהסח — „לעשות רצונך (דהקב"ה) כל ימי חיי", קיום המצוות בכלל,
און ספּעציעל אין די צייט — די ענינים שהזמן גרמא: „מבצע פסח", גרייטן זיך, און אַנדערע אידן און כלל ישראל — צו חג הפסח, דורך שאַפן פאַר זיך און פאַר אַנדערע אידן אַלע צרכי החג, סיי די גשמיות'דיקע און סיי (ובעיקר — המעשה אשר יעשה) — די רוחניות'דיקע, וויסן די הלכות החג ומצוות החג, אָנהויבנדיק פון דער התחלה (הלכות ערב פסח), און פון דעם ליל הסדר.
יא. אין דעם אַלעם קומט צו אַ ספּעציעלע הדגשה בנוגע צו דעם ענין וואָס מ'רעדט לעצטנססט: „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" — וואָס דער כח אויף די עבודות פון כל המשכן קומט פון חנוכת המשכן דורך הקרבת הנשיאים (כנ"ל ס"ה) — ו"כל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם"ע,
379אַז יעדער איד, מאַן, פרוי און קינד, מאַכט זיין הויז און חדר וכו' — ע"ד אַ „מקדש מעט"עא, אַ בית תורה תפלה וגמ"ח (וצדקה), אַזוי אַז דער בית גשמי און די כלים גשמיים (דער טיש און ביינקל וכיו"ב) ווערן כלים צו קדושה (תורה, תפלה וצדקה), אַ „בית מלא ספרים"ב) וכו',
ווי אונטערשטראָכן אויך אין חג הפסח — „אשר פסח על בתי בני ישראל"עג.
און ספּעציעלע אַכט זאָל מען אין דעם לייגן בנוגע צו חינוך פון קינדער, וואָס זיי נעמען אַ הויפּט־איינטייל אין דעם סדר של פסח (מ'טוט פאַרשידענע זאַכן נאָך פאַר פסח, און מ'מאַכט שינויים בכדי שלא יישנו התינוקות ובכדי שישאלו התינוקותעד), כולל אויך — אַז יעדער קינד זאָל האָבן זיין אייגענעם סידור, חומש און (להבדיל) צדקהפּושקע, און אויך אַן אייגענע „הגדה של פסח"עה (מיט ציוריםעו),
און דורך דעם אַלעם מאַכט דער קינד זיין צימער און טישל און בעטל כו' — אַ „מקדש מעט", אַ כלי צו קדושה.
וואָס דעמולט באַקומט דער חדר גשמי און די כלים גשמיים און דער גאַנצער בית — אַ קיום עצמי, וואָרום „קדושה לא זזה ממקומה" (כנ"ל).
און מ'גייט אַהינצו אַריין „אָנגעטאָן מיט אַ קאַפּאָטאַ און אַ גאַרטל, און מ'שטייט לעבן טיש", באופן פון „דע לפני מי אתה עומד"עז, און מ'רעדט, מיט דמעות של שמחה — ווי אַ זון צו זיין פאָטער, אַ בן יחיד צו הורים זקניםעח, אַ איד (בנים אתם לה' אלקיכםעט) צו אבינו שבשמים, וואָס דאָס פאַרשאַפט דעם פאָטער דעם גרעסטן תענוג, און דער תענוג בורא ווערט תענוג נבראפ.
ביז אַז דאָס קומט אַרויס בתכלית הגילוי ושלימות — אין דעם „מקדש גדול", ביהמ"ק השלישי, און דאָרט גופא — אין קודש הקדשים, יחידה שבמקום (שבעולם), וואו יחידה של כל נפש מישראל, פאַרבינדט זיך מיט יחידה שלמעלה, יחידו של עולם,
בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו — יחידה הכלליתפא, ותיכף ומיד ממש.
380לחיזוק ההתקשרות
ליום הבהיר י"א ניסן
יום מלאות מאה ואחת שנה
להולדת כ"ק אדמו"ר זי"ע
נדפס על ידי ולזכות
הרה"ת ר' הלל דוד וזוגתו מרת שטערנא שרה
בתם ובניהם
חנה, ישראל ארי' ליב, לוי יצחק,
ברוך שניאור, מאיר ושמעי'
שיחיו לאורך ימים ושנים טובות
קרינסקי
להצלחה רבה ומופלגה בטוב הנראה והנגלה
בכל אשר יפנו בגשמיות וברוחניות
מתוך שמחה וטוב לבב
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק א
- Id
- rh-fqsvgwt0