עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ תשא, פ' פרה ה'תשמ"ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

360משיחות ש"פ תשא, פ' פרה ה'תשמ"ז

א. ס'איז באַוואוסט די תורה פון דעם אַלטן רבי'ןא, אַז מ'דאַרף „לעבן מיט דער צייט", מיט דער פרשת השבוע וואָס מ'לייענט און מ'לערנט אין דער צייט.

דאָס הייסט, אין צוגאָב דערצו וואָס תורה אין אַלגעמיין איז נצחיתב, און נצחיתג אַלס תורה מלשון הוראהד, און תורה אורה און תורת חייםו („הם חיינו"ז), אַ ליכטיקע אָנווייזונג אין דעם טאָג טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן — זאָגט אָן דער אַלטער רבי, אַז דער לעבן פון אַ אידן דאַרף זיין ספּעציעל פאַרבונדן מיט די פרשה אין תורה וואָס מ'לייענט אין דער באַשטימטער צייט,

און אין דער איצטיקער צייט — מיט פרשת כי תשא, וועלכע מ'האָט אָנגעהויבן לייענען און לערנען לעצטן שבת באַ תפלת מנחה, און דערנאָך — אין די טעג פון דער פאַרגאַנגענער וואָך (און יעדער טאָג — איז אין דעם זיכער צוגעקומען אַן עלי' בקודשח), ביז אַז היינטיקן שבת האָט מען געלייענט די גאַנצע פרשה בציבורט, וואָס דאָס באַווייזט אַז אין דעם שבת איז נאָך שטאַרקער אונטערשטראָכן דאָס לעבן מיט דער פרשה, און פון דעם שבת דאַרף עס פאָרגעזעצט ווערן אין די טעג נאָך דעםי.

און וויבאַלד אַז תורה איז אָפּגעגעבן געוואָרן צו יעדער איד און אַלע אידן, „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"יא, דאַרף יעדער איד, מאַן פרוי און קינד, קענען לייכט אַרויסבאַקומען די אָנווייזונגען פון דער פרשה מיט וועלכע ער דאַרף לעבן אין דער צייט.

ב. אַן אַלגעמיינע און איינפאַכע אָפּלערנונג פון היינטיקער פרשה — קען מען אַרויסנעמען גלייך פון די ערשטע ווערטער פון פרשה — „תשא את ראש בני ישראל" [וואָס זיי ווערן נכלל אין דעם וואָרט „תשא", ובפרט אַז דאָס איז דער נאָמען פון דער גאַנצער פרשהיב]:

361„תשא את ראש בני ישראל" מיינט בפשטות, אַז מ'דאַרף אויפהויבן דעם קאָפּיג פון אידןיד:

דאָס הייסט: יעדער איד האָט אַ ראש און אַ מוח שבראש, ער איז אַ טייל פון דעם „עםטו חכם ונבון", און דאָס איז משפיע אויף זיין אויפפירונג, אַז ער פירט זיך ווי ס'פּאַסט פאַר אַ חכם ונבון.

אין דעם זיינען אָבער שטענדיק פאַראַן שינויים און דרגות. ווי פאַרשטאַנדיק בפשטות (אויך פאַר אַ קינד), אַז ווען אַ קינד איז גאָר יונג האָט ער (און ער נוצט) ווייניקער שכל, דערנאָך ווערט ער אַ תינוק שמתחיל לדבר (וואָס דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט זיין שכל), וואָס דעמולט איז אביו מלמדו תורה צוה לנו משה גו'טז. נאָך העכער — ווען ער ווערט דריי יאָר אַלטיז, און האָט אָפּשערענישיח. און דערנאָך — בן חמש שנים למקרא, בן עשר שנים למשנה, בן שלש עשרה למצות, בן חמש עשרה לגמרא כו'יט, בן ארבעים לבינה כו'כ.

און אַזוי, אין ענטשפרעכענדען עלטער, באַ אַ בת ואשה, נאָך פריער — ווי בנוגע בת מצוה מיט אַ יאָר פריער, ווייל בינה יתרה נתנה באשה יותר מבאישכא.

אויף דעם האָט יעדער אידכב דעם אָנזאָגכג „תשא את ראש": אין יעדער מצב וואָס ער געפינט זיך דאַרף ער אויפהויבן זיין קאָפּ, אַז זיין קאָפּ און שכל זאָל ליגן אין נאָך העכערע זאַכן, וואָס דעמולט ווערן אויפגעהויבן אַלע זיינע אַנדערע כחותכד, זיין האַרץ און זיינע געפילן, ביז זיין מחשבה דיבור ומעשה. ווי דאָס ווערט נשתלשל בגשמיות — אַז בשעת איינער הויבט אויף זיין קאָפּ (בגשמיות), ווערן אויפגעהויבן די* אַנדערע טיילן פון זיין קערפּער, זיין האַרץ, זיינע הענט און פיס וכו'.

עס קען זיין אַז ער האַלט נאָך ניט באַ מוח שליט על הלבכה, אָבער פונדעסטוועגן ווייסט יעדערער, אויך אַ קליין362קינד, אַז בשעת ער פאַרשטייט מיט זיין שכל אַז אַ זאַך איז גוט, פירט ער זיך אַזוי בפועל.

ג. וואָס מיינט עס בפשטות, אין דער עבודה פון יעדן אידן בפועל?

ניט קוקנדיק אויף די אַלע הויכע ענינים אין וועלכע מ'איז געלעגן ביז איצטער — סיי אין עניני שכל בכלל, און אפילו אין עניני תורה ומצוות, מ'לערנט תורה און מ'איז זיך עוסק אין מצוות וכו' — איז דאָך דערצו קיין שיעור ניטאָ — דאַרף אַ איד אויפהויבן זיין קאָפּ נאָך העכער, ד.ה. לערנען מער תורה, בכמות און באיכות — זיך קאָכן אין דעם מיט מער חיות וכו', ותלמוד גדול שמביא לידי מעשהכו — הויבט דאָס אויף זיינע קיומי המצוות, אַז דאָס זאָל זיין מיט מער הידור און מיט מער חיות, ביז אַז זיין הנהגה בפועל ווערט אויף אַ העכערן אופן.

על אחת כמה וכמה בנוגע צו רוב מענטשן, וואָס בזמן הזה זיינען רוב מענטשן פאַרנומען די מערסטע צייט פון טאָג מיט עניני עסק און פרנסה (וואָכעדיקע ענינים)כז, ביז אַז כמה זיינען אין דעם פאַרזונקען און פאַרקאָכטכח, ווי אַ מענטש ווייסט באַ זיך אַליין — איז אים נאָך שטאַרקער נוגע דאָס לעבן מיט „תשא את ראש": ער זאָל אויפהויבן זיין קאָפּ אַז דער קאָפּ זאָל ליגן אין העכערע ענינים, אין גייסטיקע ענינים.

זיכער דאַרף זיין משאו ומתנו באמונהכט, און ער דאַרף אין דעם ליגן מיט זיין שכל און מדות וכו' — אָבער דאָס דאַרף זיין „בלא לב ולב"ל, וכידוע דער דיוקלא אין דעם לשון „יגיע כפיך כי תאכל"לב — האָרעווען מיט „כפיך" דוקא, אָבער ניט מיט זיין קאָפּ, זיין קאָפּ דאַרף (בעיקר) ליגן אין העכערע זאַכן.

וואָס הייסט העכערע זאַכן? איז דאָס פאַרשטאַנדיק בפשטות: מ'הויבט אויף דעם קאָפּ און שכל אַז זיי זאָלן ליגן אין לימוד התורה.

ובפשטות: כאָטש ער איז אַ בעל עסק און גייט צו דער אַרבעט און טוט עס באמונה — דאַרף ער יעדער טאָג האָבן אַ קביעות עתים לתורהלג, סיי קביעות בזמן און סיי קביעות בנפשלד. און אפילו אויב ער האָט שוין קביעות עתים לתורה, און זיכער האָט עס יעדערער — דאַרף זיין „תשא את ראש", ער דאַרף אין דעם צוגעבן נאָכמער אין כמות און אין איכות.

ד. און טאָמער מ'קען דאָס אַליין ניט אינגאַנצן פאַרשטיין, מצד דעם וואָס מ'איז שטאַרק פאַרזונקען אין דאגות363הפרנסה, קען מען פרעגן ביי דעם אייגענעם קינד אָדער אייניקל. וע"ד הצחות יש לומר: געוויינלעך איז דער סדר „שאל אביך ויגדך"לה, „והגדת לבנך"לו; אָבער בזמן הגלות, מצד דעם חושך כפול ומכופל, ובפרט מצד דעם פאַרזונקענקייט אין עסק ופרנסה — העלפט אַמאָל אַז עס זאָל זיין „שאל בנך ויגדך", ובפרט שטייענדיק גלייך פאַר די גאולהלז, ווען עס ווערט „והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים"לח, וואָרום די קינדער ווערן ניט (אַזוי) אָנגערירט פון דאגות העולםלט:

דער קינד ווייסט אַז מ'האָט אים ערצויגן זאָגן יעדער פרי־מארגן די משנה ומחז"למ „אלו דברים שאין להם שיעור", און מ'רעכנט דאָרט אויס אַ סך גרויסע זאַכן, „הפאה והבכורים והראיון וגמילות חסדים", און דערנאָך זאַכן וואָס „אדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא כו', כבוד אב ואם וגמילות חסדים כו', והכנסת אורחים כו', ועיון תפלה והבאת שלום שבין אדם לחבירו ובין איש לאשתו".

אָבער דערנאָך איז מען מסיים: „ותלמוד תורה כנגד כולם".

פרעגט דער קינד — מיט דער גאַנצער תמימות פון אַ קינד — באַ זיין טאַטן און זיין זיידן, זיין פעטער אָדער עלטערער ברודער: צי האָסטו היינט אויפגעעפנט אַ ספר און דאָרט אַריינגעקוקט און געלערנט?

דער קינד האָט געזען אַז זיין טאַטע האָט דעם טאָג געאַרבעט און געהאָרעוועט, און געטאָן אַ סך גוטע זאַכן, „גמילות חסדים", „עיון תפלה" וכיו"ב; אָבער ער קוקט זיך ספּעציעל צו — זוכט שטאַרק — „תלמוד תורה", וויסנדיק אַז דאָס איז „כנגד כולם".

ובפרט אַז מ'דערציילט אים אויך דעם לימוד פון „תשא את ראש", כנ"ל — פאַרשטאַרקט דאָס ביי אים די שאלה און וואונדער צי די אַרום אים הויבן אויף זייערע קעפּ, דורך ליגן אין לימוד התורה.

און ביי אַ קינד זיינען ניט שייך קיינע קונצן. אויב ער באַקומט ניט קיין תירוץ אויף זיין שאלה — פרעגט ער נאָכאַמאָל, מאי האי, מאי טעמא; ער ווייסט אַז די גאַנצע וואָך איז פ' כי תשא את ראש, קוקט ער זיך צו און פרעגט יעדער טאָג: וואו איז דער „תשא את ראש" — זונטאָג, מאָנטאָג, דינסטאָג,

דאָנערשטאָג,

ועאכו"כ שבת?!

פאַרשטייט זיך, אַז פון אַ קינד קען מען זיך ניט אַרויסדרייען מיט אַן ענטפער וואָס האָט קיין אָרט ניט, וואָרום אַ קינד פילט צי מ'זאָגט אים דעם אמת, און וועלכער פאָטער וויל דען זאָגן זיין קינד ניט דעם אמת — במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז די שאלה פון דעם קינד איז מעורר און רופט אַרויס („והשיב לב אבות"), אַז באַ זיין פאָטער זאָל ווערן „תשא את ראש", ער364זאָל זיך טאַקע זעצן לערנען תורה מיט אַ געשמאַק כו'מא.

און כאָטש אַז אַמאָל קומט דאָס אָן שווער, ווייל ער איז פאַרמאַטערט פון אַ שווערען טאָג באַם אַרבעט — איז דאָ דער כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"מב, ווען דער אויבערשטער מאָנט אַ זאַך, האָט מען אויף דעם זיכער די כחות.

און דורך דעם וואָס ס'איז דאָ דער „תשא את ראש" אין לימוד התורה — ווערן אויפגעהויבן די אַנדערע טיילן פון אַ אידן'ס לעבן, זיין קיום המצוות, ביז זיין מחשבה דיבור ומעשה, זיין הנהגה בפועל, אַז ער האַלט זיך נאָך שטאָלצער (בקומה זקופה) מיט אַלע זאַכן פון אידישקייט, ד.ה. ניט נאָר וואָס ער איז מקיים „לא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים"מג, נאָר ער שטייט מיט דעם שטאַרקסטן תוקף און שטאָלץ, ביז אַז אַלע אַרום אים אַנערקענען דאָס, און זיי לערנען זיך אָפּ פון אים.

ה. אין דעם אַלעם קומט צו נאָכמער אונטערשטרייכונג אין פ' כי תשא פון היינטיקן יאָר:

דער ערשטער טאָג פון פ' כי תשא איז געווען יום הפורים. וואָס דעמולט זעט מען בגלוי דעם „כי תשא את ראש בני ישראל":

„ומרדכימד לא יכרע ולא ישתחוה"מה, ער האָט ניט אַראָפּגעבויגן זיין קאָפּ צו המן הרשע, נאָר געשטאַנען בקומה זקופה. ואדרבה: ביי אים איז געווען „תשא את ראש" (אויפגעהויבן העכער פון דרך הרגיל), וואָרום דאָס גופא וואָס „כל עבדי המלך גו' כורעים ומשתחוים להמן כי כן צוה לו המלך"מה און „מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה" — פאָדערט אַ תוקף מיוחד אין גיין בקומה זקופה.

און נאָכמער: דאָס האָט געבראַכט אַז המן הרשע זאָל זאָגן „ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים גו' ודתיהם שונות מכל עם"מו. ד.ה. אַז אפילו אַ גוי, אַ רשע, אַנערקענט אַז אפילו ווען אידן זיינען „מפוזר ומפורד בין העמים" אין גלות, שוואַכט דאָס זיי ניט אָפּ ח"ו, נאָר אויך דאָרטן זיינען זיי אַן „עם אחד"מז, און „דתיהם שונות מכל עם", ד.ה. אידן שטייען מיט אַ תוקף, באופן פון „תשא את ראש"מח.

ביז אַז זיי זיינען לויט דעם אויך משפיע אויף די ניט־אידן — „ורבים מעמי הארץ מתיהדים"מט.

וואָס דערפון האָט מען אַ צוגאָבאָנווייזונג אין דער אויבנגערעדטער עבודה פון „תשא את ראש בני ישראל":

365דער „תשא את ראש" (הוספה אין לימוד התורה און קיום המצוות, און אין שטאָלצקייט מיט אידישקייט בכלל) דאַרף זיין אַזוי שטאַרק, אַז דאָס איז משפיע אויך אויף אַנדערע אַרום זיך,

ביז אויך אויף ניט־אידן, בנוגע צו דעם קיום פון די ז' מצוות פון בני נח, ווי דער רמב"ם פסק'נטנ, „צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בני נח", און ניט „מפני הכרע הדעת", נאָר „מפני שצוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו"נא — אַז די ניט אידן זאָלן זיין שטאָלץ מיט מקיים זיין די ז' מצוות, דעם רצון פון דעם אויבערשטן.

ו. דערביי קען אָבער אַ איד פרעגן אַ שאלה:

ווי מאָנט מען פון אים „תשא את ראש" — ווען ער ווייסט אַז ער האָט גאָר עובר געווען אויף אַן עבירה (דורך דעם וואָס „נכנס בו רוח שטות"נב — היפך פון חכם ונבון) — פּונקט אין דער פאַרקערטער ריכטונג ווי „תשא את ראש"?!

איז די פרשה ממשיך — אדרבה: דורך דעם „תשא את ראש" (דורך געבן אַ מחצית השקל) — ווערט „לכפר על נפשותיכם"נג פון „כל העובר על הפקודים"נד, על פקודי דאורייתאנה, ביז — אויף דעם חטא העגלנו — דער ראש ושרש פון אַלע חטאיםנז, וואָס האָט אומגעקערט „זוהמא"נח (און מיתה) בעולםנט.

און דעמולט ווערט דער „תשא את ראש" נאָך העכער — ווי חז"ל זאָגןס, אַז במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד שם. [ונוסף לזה: מיט מחצית השקל האָט מען געמאַכט די אדנים, דער יסוד פון דעם גאַנצן משכןסא, און דערנאָך — האָט מען דערמיט געקויפט די קרבנות ציבורסב].

דאָס הייסט: קודם חטא העגל זיינען אידן געווען בדרגת „ראש", אין דער דרגא פון צדיקיםסג. און דורך מחצית השקל און זייער תשובה (אויפן חטא העגל) — איז געוואָרן „תשא את ראש", אַן עלי' אויך אין דער דרגא פון צדיקים („ראש") — די עלי' וואָס קומט דורך עבודת התשובה, וואָס במקום שבעלי366תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד שם. מעין דעם ענין פון „לאתבא צדיקיא בתיובתא"סד.

ויש לומר נאָכמער:

די גאַנצע מציאות פון רע בעולם האָט דער אויבערשטער אַריינגעשטעלט אין דער בריאה (כמבוארסה בענין „נורא עלילה על בני אדם"סו) — בכדי אַז דורך דעם זאָל מען האָבן אויך די שלימות ועלי'סז („תשא את ראש") פון תשובה, אָדער בכדי אַז אידן זאָלן ביישטיין דעם נסיון פון רע, און דורך דעם מגלה זיין זייערע כחותסח.

און דוקא דורך דעם ענין — ווערט אויסגעפירט די „תאוה" פון דעם אויבערשטן (כביכול) וואָס „נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים"סט, בתחתון שאין תחתון למטה ממנו, „עד שהוא מלא קליפות וסט"א שהם נגד ה' ממש"ע.

ז. פון דעם אַלעם האָט מען די קלאַרע אָנווייזונג וואָס מיט איר דאַרף איצטער לעבן יעדער איד:

באַ יעדער אידן דאַרף זיין „תשא את ראש" אין אַלע ענינים פון אידישקייט, אָנהויבנדיק פון לימוד התורה, און דאָס ברענגט „תשא את ראש" אין קיום המצוות און אין זיין גאַנצער אויפפירונג, ביז אַז ער ווירקט אַזוי איין אויך אויף אַנדערע אידן, ביז אויך אויף ניטאידן.

און טאָמער זעט ער שוועריקייטן, אָדער ער פאַלט־דורך ח"ו אין אַ געוויסן ענין — דאַרף דאָס אים ניט אָפּשוואַכן, נאָר אדרבה: דאָס דאַרף צוגעבן נאָכמער שטאָלץ אין „תשא את ראש", מצד דער מעלה פון עבודת התשובה.

ח. און דורך דעם וואָס אידן טוען תשובה — ווערט „מיד הן נגאלין"עא, תיכף ומיד ממש, „מסמך גאולה לגאולה"עב, נאָך אין חודש אדר, ובדרך ממילא — וועט (מען אין) חודש ניסן שוין זיין נאָך דער גאולה,

מסמך גאולה לגאולה האמיתית והשלימה, גאולה שאין אחרי' גלותעג, ע"י משיח צדקנו, און מ'וועט האָבן דעם ביהמ"ק השלישי, „מקדש אד' כוננו ידיך, ה' ימלוך לעולם ועד"עד, בעגלא דידן ממש.

367משיחות ש"פ ויק"פ, מבה"ה

א. מ'שטייט היינט אין אַ יום זכאי ומסוגל אויף אָננעמען החלטות טובות בנוגע צו הוספה וחיזוק אין די עבודה און שליחות וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט געגעבן יעדער איד פון אונזער דור — הפצת התורה והמצוות בכלל, ובפרט הפצת המעינות חוצה:

א) ס'איז אַ יום השבת — וואָס יעדער פרט פון דעם טאָג ווערט אַ חלק פון קיום מצות שבתא. און שבת איז ענינה תורהב, און אין תורה גופא — פנימיות התורהג.

ב) ס'איז שבת מברכים ראש חודש ניסן, און שבת פרשת החודש, וואָס איז געזאָגט געוואָרן (און דער תוכן איז וועגן) ראש חודש ניסןד.

(ראש) חודש ניסן — איז דער חודש הגאולהה, די גאולה פון גלות מצרים. וואָס כל המלכיות (הגליות, כולל גלות ח ניסן, פ' החודש, ה'תשמ"ז

זה האחרון) נקראו על שם מצריםו, און אויך די גאולה מגלות זה איז געגליכן צו גאולת מצרים — „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"ז; און די גאולה קומט דאָך דורך „יפוצו מעינותיך חוצה"ח.

ג) פאַרבונדען — ראש חודש ניסן — מיט אידן יעדן אידן כמרז"לט משבחר ביעקב ובניו האָט ער געגעבן דעם חודש ניסן.

ד) דער שבת בענטשט דעם טאָג פון ב' ניסן, דער יום התחלת הנשיאות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוי — וואָס ער גיט כח צו כל אנשי הדוריא צו טאָן זייער עבודה בתומ"צ בכלל, ובפרט — אין הפצת התורה והיהדות, און הפצת המעינות (דפנימיות התורה) חוצה, וואָס ברענגט די גאולה, כנ"ל.

דעריבער איז איצטער אַ זמן המתאים צו אָננעמען החלטות טובות אין אַלע עניני עבודה ושליחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — הפצת התורה והיהדות, והפצת המעינות חוצה. ובפרט בשעת מ'טוט עס „ברב עם הדרת מלך"יב, און אין אַ מקום קדוש — אַ368„בית שמגדלין בו תורה"יג, און „בית שמגדלין בו תפלה"יג, און אויך גמילות חסדים.

ב. ובפרט אַז מ'געפינט זיך נאָך אין גלות, און אין גלות גופא — אין אַ מצב וואו ס'איז נאָך געבליבן (בלשון המדרשיד) אַ „מין חרדא דדמא על אפי מיא", אַ רושם פאַרבונדן מיט דעם „רוח ביש", וואָס וויל צעשטערן דעם מעין ונהר, מקור מיים חיים, הוי' ותומ"צ שלו כולל ובפרט — דעם ענין פון הפצת המעינות חוצה —

איז איצטער נאָך שטאַרקער נוגע מוסיף זיין אין טוב וקדושה, הפצת המעינות חוצה.

דעריבער איז מען מציע:

בערב ראש חודש ניסן — וואָס ערב ראש חודש בכלל איז אַ יום מסוגל, „יום כפור קטן"טו, ובפרט ער"ח ניסן, חודש הגאולה — זאָל יעדער מאַן, פרוי און קינד, צוגעבן אַ ספּעציעלע הוספה אין אַלע דריי קויםטז, תורה, תפלה און גמילות חסדים, ובמיוחד פאַרבונדן מיט כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו:

א) לערנען ספּעציעל אַן ענין אין די תורה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר. ומה טוב — אין זיינע מאמרים פאַרבונדן מיט (גאולת) פורים אָדער פסח (גאולת מצרים), שטייענדיק איצטער אין די טעג בין פורים ופסח.

ב) זאָגן ספּעציעלע קאַפּיטלעך תהלים (נוסף אויף דעם שיעור חדשי הרגיל בתהלים), פון דעם שיעור כפי שנחלק לימי השבועיז, און כולל אויך דעם קאַפּיטל המתאים לשנותיו של כ"ק מו"ח אדמו"ריח (קאַפּיטל קז) שראשו והתחלתו: הודו להוי' כי טוב כי לעולם חסדו —

וועלכער איז פאַרבונדען ביז באַ די ארבעה — צו אַ חיוב בברכה בשם ומלכותיט.

ג) געבן צדקה כפי השיעור פון סעודה אחת — ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין אגה"תכ, אַז בזמן הזה איז „וחטאך בצדקה פרוק"כא, צדקה במקום התענית של תשובה. ובנדו"ד — צדקה במקום התענית בערב ראש חודשכב.

ומה טוב — צדקה פאַרבונדן מיט די מוסדות (תורה, תפלה, צדקה) און פעולות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, ובמיוחד — אין די עבודה פון הפצת המעינות חוצה.

ונוסף לזה — זאָל יעדערער אויך מוסיף זיין (בכלל, ובפרט בער"ח ניסן) אין זיינע פעולות אין הפצת התורה369והיהדות והפצת המעינות חוצה, ובפרט אין „מבצע פסח"כג — זען אַז אַנדערע אידן זאָלן האָבן אַלע זייערע צרכים פאַר פסח, סיי די גשמיות'דיקע צרכיםכד, ועוד ועיקר — די רוחניות'דיקע צרכים: זיי זאָלן וויסן וועגן די דינים פון פסח, און מקיים זיין די מצוות פון פסח וכו'.

און דערנאָך — זאָל מען ממשיך זיין טאָן אין די אַלע ענינים בר"ח ניסן, וואָס בשנה זו איז דאָס יום שלישי שהוכפל בו כי טובכה, ומה טוב — דאָס אויך פאַרבינדן מיט אַ התוועדות בר"ח ניסן פון כמה וכמה מישראל, לויט די תנאים המתאימים בכל מקום ומקום.

און מ'בעט אויך — אַז מ'זאָל דאָס מפרסם זיין צו אַנדערע אידן, וואו מ'קען זיי נאָר דערגרייכן, און דאָס מסביר זיין צו זיי אין אותיות וואָס זיי קענען פאַרשטיין.

ג. וכמובן — אַז נוסף צו די הצעות הנ"ל, קען און דאַרף יעדערער און יעדערע צוגעבן מדילי' הוספות בעניני טוב וקדושה.

ובמיוחד — גיט מען דאָס איבער צו די שלוחים פון נשיא דורנו, זיי זאָלן זיך צוזאַמענרעדן, „איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק"כו, און מחליט זיין וואָס מ'קען און דאַרף מוסיף זיין טאָן בכל ענינים אלו.

ויה"ר אַז דאָס זאָל מבטל זיין לגמרי דעם „מין חרדא דדמא על אפי מיא", ולא ישאר שום רושם כלל — ואדרבא תוספת אור וטוב וקדושה, און דער עיקר — נאָכמער ממהר זיין די גאולה פון דעם גלות זה האחרון, ולא עכבם אפילו כהרף עיןכז, „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות".

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yhmevghw

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#152 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here