Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה ה'תשמ"ז
195משיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה ה'תשמ"ז
א. אין ימי החנוכה פון היינטיקן יאָר — איז פאַראַן אַ דבר הכי בולטא, אַז עס זיינען דאָ צוויי שבתות חנוכה; און דאָס דריקט זיך אויס (אויך) אין דעם חידוש אַז מ'זאָגט דעמולט צוויי הפטרות של חנוכהב: דעםג ערשטן שבת חנוכה מפטירים „בנרות זכרי'"ד, און דעם צווייטן שבת „בנרות שלמה"ה.
דאַרף מען פאַרשטיין:
„מפטיריןו בכל שבת ושבת בנביא מעין שקרא בתורה"ז, אָדער (במועדים שחלו בשבת) „מעין המאורע"ח, „מענינו של יום"ט.
שטעלט זיך די שאלה: וואָס פאַר אַ שייכות האָט די הפטרה („ויעש חירום") מיט „ענינו של יום" פון חנוכה? דער תוכן כללי פון דער הפטרה איז דער סיום און הכל פון עשיית כלי המקדש ע"י חירום, און דערנאָך וועגן עשיית כלי המקדש ע"י שלמה המלך — ניט וועגן אַן ענין וואָס איז „מעין המאורע" פון חנוכה.
אמת טאַקע, דאָרט שטייט אויך וועגן „נרות שלמה", אָבער א) דאָס איז נאָר איין פסוק (וקרוב לסוף ההפטרה), און ב) בתוך עשיית כלי המקדש (בלי שום הדגשה מיוחדת בדבר), אַלע איבעריקע פסוקים אין דער הפטרה רעדן כלל ניט וועגן דעם. און ג) אפילו אין דעם פסוק וואו עס שטייט וועגן די נרות, שטייט נאָר אַז שלמה המלך האָט געמאַכט „ואת המנורות חמש מימין וחמש משמאל גו'" — ניט אַז ער האָט זיי אַריינגעבראַכט אין מקדש, און ניט אַז מ'האָט זיי אָנגעצונדן [ואדרבה — לדיעה אחתי האָט מען זיי טאַקע ניט אָנגעצונדן], און ניט פאַרבונדן מיט קיין שום ברכה אָדער תפלה וכיו"ב, ניט קיינע אַנדערע פרטים.
בשלמא אין די הפטרה פון דעם ערשטן שבת חנוכה זעט מען די שייכות196מיט „ענינו של יום": דאָרט רעדט זיך בארוכה (בכמה פסוקים וכמה פרטים) און מיט אַ הדגשה והפלאה וועגן „נרות זכרי'"יא — „ראיתי והנה מנורת זהב כולה וגולה על ראשה ושבעה נרותי' עלי' שבעה ושבעה מוצקות לנרות אשר על ראשה ושנים זיתים עלי' אחד מימין הגולה ואחד על שמאלה". און דאָס שטייט אין אַ נבואה — נבואת זכרי' אויף דער מנורה בבית שנייב, און דערנאָך ווי דער מלאך טייטשט אויס דער פירוש אין די נבואה („זה דבר ה' אל זרובבל וגו'"), אַז דאָס גייט (אויך) אויף לעתיד לבואיג.
משא"כ אין די הפטרה פון „ויעש חירום" זעט מען לכאורה ניט קיין שייכות מיט חנוכה, כנ"ל.
די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: אפילו אויב עס וואָלט ניט געווען נאָך אַן ענין מפורש אין נביאים „מעין המאורע" פון חנוכה — וואָלט אויך געווען די קשיא; עאכו"כ אַז אין המשך הכתובים אין מלכים (נאָך סיום ההפטרה פון „ויעש חירום") שטייט „ותשלםיד כל המלאכה אשר עשה המלך שלמה בית ה' גו' ואת הכלים נתן באוצרות בית ה'", און דערנאָך רעדט זיך בארוכה וועגן הבאת הכלים למקומם בבית המקדש, און השראת השכינה במקדש („מלא כבוד ה' את בית ה'"טו), און חנוכת בית המקדש, מיטן גאַנצן שטורעם — וואָס דאָס איז דאָך „מעין המאורע" פון חנוכה, על שם חנוכת בית המקדש (בזמן החשמונאים)טז.
נאָכמער: ס'איז דאָ אַ דיעהיז אַז די הפטרה בכל שבת חנוכה (ניט בשבת שני' של חנוכה) זאָל זיין פון „ותשלם כל המלאכה"!
אעפ"כ איז די הלכה און מנהג ישראל בזמן הזה, אַז מפטירים (דעם צווייטן שבת חנוכה) ניט וועגן חנוכת המקדש און ניט וועגן שלימות המקדש — הבאת הכלים למקדש והשראת השכינה במקדש, נאָר „ויעש חירום" ביז „להיכל הזהב" וואו עס רעדט זיך בלויז וועגן עשיית הכלים (איידער מ'ברענגט זיי אין מקדש און איידער ס'איז דאָ השראת השכינה), און מ'איז אפילו ניט מוסיף איין פסוק, ניט מסיים (דעם קאַפּיטל) מיט „ותשלם כל המלאכה אשר עשה המלך שלמה גו' ואת הכלים נתן באוצרות בית ה'" (און „אז יקהל שלמה גו'", התחלת חנוכת המקדש)יח — וואָס וואָלט עכ"פ פאַרבונדן „נרות שלמה" מיט „ענינו של יום" פון חנוכה, ווייל אין דעם המשך ווערט דערציילט ווי שלמה האָט אַריינגעבראַכט די מנורות אין מקדש?!
נאָך אַ נקודה אין דעם, וואָס פאַרשטאַרקט די קשיא:
197לויט דעם כלל פון „מעלין בקודש"יט, איז פאַרשטאַנדיק אַז די הפטרה פון דעם צווייטן שבת חנוכה דאַרף האָבן נאָך אַ העכערע און טיפערע שייכות מיט „ענינו של יום" ווי די ערשטע הפטרה (עכ"פ אַן ענלעכע שייכות);
בפועל זעט מען לכאורה פּונקט פאַרקערט: די ערשטע הפטרה („רני ושמחי גו'") האָט מער שייכות צו חנוכה ווי די צווייטע הפטרה, כנ"לכ.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דער לימוד דערפון בנוגע לפועל, בלשון הש"ס — „מאי בינייהו", ובלשון רבותינו נשיאינוכא — דער „בכן" אין עבודת האדם איז דער מעשה בפועל, המעשה הוא העיקרכב.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דעם תוכן כללי פון חנוכה:
דער תוכן כללי ועיקרי פון חנוכה איז — אתהפכא חשוכא לנהורא. פריער איז געווען „נכנסו יוונים להיכל" און „טמאו כל השמנים שבהיכל"כג, התגברות החושך, און דערנאָך איז געווען דער נס, „ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהי' מונח בחותמו של כהן גדול ולא הי' בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים"כג. ומבואר בחסידותכד, אַז דער נס איז נמשך געוואָרן פון אַ דרגא אין אור וואָס לגבי' איז „גם חושך לא יחשיך"כה, ביז אַז דער אור באַלייכט דעם חושך אַז אויך דער חושך עצמו יאיר, „והוי' יגי' חשכי"כו.
און דעריבער קבעו הנס בנרות, און „מצותה משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק כו', עד דכליא ריגלא דתרמודאי"כז — ווייל דער ענין פון נרות חנוכה איז צו אויפטאָן אין דעם מקום החושך, אין „שוק"כח (טורי דפרודאכט) וואו עס געפינען זיך „תרמודאי", די וואָס זיינען מורדים במלכות שמיםכט (תרמוד אותיות מורדתל). און אין עבודה: באַלייכטן דעם חושך העולם198מיט „נר מצוה ותורה אור"לא, און מבטל ומתקן זיין די „תרמודאי" (כדלקמן).
ג. בכדי קלערער דאָס פאַרשטיין — דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם תוכן פון כללות עבודת האדם:
ס'איז ידוע אַז תכלית הכוונה בבריאת העולם איז — „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים"לב, אין „עוה"ז הגשמי והחומרי ממש", „התחתון במדרגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' וחשך כפול ומכופל עד שהוא מלא קליפות וס"א שהן נגד ה' ממש לומר אנילג ואפסי עוד"לד, און אַ מענטש ע"י עבודתו בתומ"צ זאָל מבטל זיין (צוברעכן)לה די קליפות וסט"א, און מאַכן די דברים גשמיים שבעולם (תחתונים) כלים צו אלקותלו — „כד אתכפיא ס"א ואתהפך חשוכא לנהורא שיאיר אור ה' אין סוף ב"ה במקום החשך והס"א של כל עוה"ז כולו ביתר שאת ויתר עז ויתרון האור מן החשך כו'"לד.
און די כוונה (פון „נתאווה הקב"ה כו'") איז די סיבה ויסוד (ולמעלה מזה)לז וואָס נעמט דורך גאַנץ סדר השתלשלות העולמות ביז בריאת עוה"ז הגשמי, און אַלע פרטים ופרטי פרטים אין דער בריאה, ד. ה. יעדער פרט פון זמן ומקוםלח ועבודת האדםלט (אויף מאַכן עולם — זמן ומקום — אַ כלי ודירה לו יתברך), אַז דער תכלית הכוונה פון יעדער פרט שבעולם (זמן ומקום ועבודה) איז בכדי דורכפירן די כוונה פון מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
כידוע אַז אין רצון בכלל זיינען ניט שייך קיינע שינוייםמ, עאכו"כ אין תענוג, ועאכו"כ אין „נתאווהמא (הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים)" פון עצמותו ית', וואָס אין אים זיינען ניט שייך קיינע שינויים ח"ומב — וכידוע תורת אדה"זמג, אַז „אויף אַ תאוה איז קיין קשיא ניט" (ד. ה. אַז דאָס איז אינגאַנצן ניט בגדר טעם והסברה וואו ס'איז דאָ שינויים199כו'); איז דערפון מובן, אַז די כוונה פון „נתאוה הקב"ה כו'" שטייט שטענדיק אין יעדער פרט שבעולם (בלי שינוי).
אָבער היות אַז די כוונה פון „נתאווה הקב"ה" איז עס זאָל זיין אַ „דירה בתחתונים", איז די התהוות העולם באופן כזה אַז גדר העולם (פון עולם שנה נפש) באַשטייט פון אַ התחלקות בריבוי פרטיםמד וואָס זיינען (בגלוי) ניט דומה זה לזהמה. און דעריבער דאַרף אויך די עבודה פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים זיך אויסשטעלן אין אַ ציור פון אַ ריבוי פרטיםמו, אַ ריבוי מצוות (וריבוי בני אדם המקיימים המצוות בכל זמן ומקום) וריבוי אופני עבודה בהתאם לכל מקום ומקום שבעולםמז, וכל זמן וזמן — כל יומא ויומא עביד עבידתי' שלומח, ועאכו"כ די ימים טובים במשך השנה, וואָס יעדער מצוה און יום טוב פירט דורך באופן מסויים (לויט די דינים מיוחדים פון יעדער מצוה) די כוונה כללית פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אין יעדער מצוה און יום טוב שפיגלט זיך אָפּ די כוונה כללית פון לעשות לו ית' דירה בתחתוניםמט, און אויך די פּרטים ווי צו מאַכן די דירה בתחתונים; נאָר אין יעדער מצוה און יום טוב שפּיגלט זיך עס אָפּ אין דעם ציור פרטי און דינים מסויימים פון דער מצוה און דעם יו"ט. ולאידך גיסא: דורך יעדער מצוה און יום טוב ווערט אויפגעטאָן אַ חידוש וענין מיוחד אין דער כללות הענין פון מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה בתחתונים.
ד. אַזוי איז אויך מובן בנוגע צו חנוכה:
די כללות הכוונה פון „לעשות לו ית' דירה בתחתונים" שפיגלט זיך אָפּ אין חנוכה אין דעם ענין הנרות, וועלכע מ'צינדט אָן „משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק כו', עד דכליא רגלא דתרמודאי" — בכדי צוברעכן די קליפות וסט"א וואָס זיינען „נגד ה' ממש" (תרמודאי, מורדים במלכות שמים) וואָס געפינען זיך אין עוה"ז הגשמי והחומרי, „התחתון במדרגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' וחשך כפול ומכופל", און מאַכן די דברים גשמיים שבעולם (תחתונים) אַ כלי צו אלקות דורך „נר מצוה ותורה אור" — „כד אתכפיא ס"א ואתהפך חשוכא לנהורא שיאיר אור ה' אין סוף ב"ה במקום החשך והס"א של כל עוה"ז כולו ביתר שאת ויתר עז ויתרון האור מן החושך כו'".
ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אין וואָס עס באַשטייט די עבודה פון מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים:
לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען, אַז די עבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים באַשטייט פון צוויי גלייכע200שלבים, ביידע מיט די זעלבע וויכטיקייט: א) איין ענין — מאַכן פון די דברים גשמיים שבעולם אַ כלי צו אלקות, דברים וואָס זיינען ראוי לקדושה. ב) דערנאָך דאַרף זיין שימוש הכלי לתכליתו בפועל — בעניני קדושה.
אָבער פון דעם ביאור הנ"ל אין תניא, איז משמע אַז (די התחלה ו)עיקר עבודה באַשטייט פון דעם ערשטן ענין:
ווען עס רעדט זיך וועגן אַן עולם דקדושה (ווי די עולמות עליונים), וואָס איז לכתחילה אַ כלי צו אלקות (אָדער — עכ"פ אַן עולם של רשות, וואו ס'איז ניטאָ קליפות וסט"א וועלכע זיינען מנגד לאלקות), נאָר אַ כלי צו אַ נידעריקערע דרגא אין גילוי אלקות (ווי אין אַן עולם שלמעלה ממנו), דאַרף מען בלויז מגלה זיין ווי דער עולם איז אַ „כלי" וואָס איז ראוי צו מקבל זיין אַ העכערן אור, דערנאָך איז זי מקבל דעם אור, און פירט אויס תכליתה;
וויבאַלד אָבער אַז עוה"ז התחתון איז מעלים ומסתיר אויף אלקות, און דאָס איז זיין עצם מהותנ ווי ער איז לכתחילה באַשאַפן געוואָרן — „שנברא עוה"ז הגשמי והחומרי ממש והוא התחתון במדרגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' וחשך כפול ומכופל"נא,
און נאָכמערנב: עוה"ז התחתון איז (ניט בלויז אַ תחתון בענין הצמצום אור אלקי, נאָר) „מלא קליפות וס"א שהן נגד ה' ממש" (מורדים), ד.ה. אַ וועלט וואָס איז (מצד עצמו) נאָך אינגאַנצן ניט ראוי (אפילו ניט בהעלם) צו זיין אַ כלי לאלקות, איז פאַרשטאַנדיק אַז בכדי מאַכן אַ דירה בתחתוניםנג — איז ניט מספיק צו מגלה זיין (דורך די עבודה בתומ"צ) מן ההעלם דעם טוב וקדושה וואָס איז באַהאַלטן אין די דברים גשמיים, און דורך דעם מאַכן אַ דירה לו201ית' — וואָרום עוה"ז איז מעלים ומסתיר אויף אלקות, און איז „מלא קליפות וס"א" — נאָר דערצו דאַרף מען אָנקומען צו אַ חידוש גמורנד, בכדי צוברעכן און מבטל זיין די קליפות וסט"א, און אַרויסנעמען מתחת ממשלתם די דברי רשות שבעולם (און די ניצוצי קדושה וועלכע זיינען געווען באַהאַלטן אין די קליפות) און זיי איבערמאַכן פאַר „כלים" צו אלקותנה, „כגון קלף התפילין כו' וכן אתרוג כו', ומעות הצדקה כו'"נו.
ולאחרי ווי מ'טוט אויף די עבודה עיקרית בדרך התחדשות, פון איבערמאַכן דעם „תחתון" ער זאָל קענען זיין אַ „דירה" און „כלי" צו אלקות, דעמולט ברעכט דאָס אויך דורך די וועג אויף קענען אויפטאָן (מן ההעלם אל הגילוי) אַז די „כלי" לאלקות זאָל אויספירן תפקידה — קיום מצות תפילין (מיט דעם קלף גשמי, וכיו"ב)נז.
אָבער דער עיקר עבודה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים — איז אין דעם חידוש פון איבערמאַכן גשמיות העולם (וואָס איז „מלא קליפות וס"א") און דערפון מאַכן אַ „כלי" און „דירה" לאלקות. און דוקא אין דעם איז „נתאווה הקב"ה", עצמותו ית', וואָרום דוקא דורך דעם מאַכט מען אַ (שינוי וחידוש בעצם הענין — אַ) „דירה בתחתונים", תחתון שאין תחתון למטה ממנו (וואָס איז „מלא קליפות וס"א") — אַ דירה לעצמותו ית'נח, און דורך דעם קומט מען דערנאָך צו די עבודה פון גילוי ההעלםנט. משא"כ מצד די עבודה פון גילוי ההעלם אַליין (נוצן דערנאָך די „כלים" בפועל ובגלוי) — א) הערט זיך ניט (אַזוי) „תחתונים" (וואָרום די תחתונים זיינען שוין געוואָרן כלים לאלקות), און ב) מצד דעם אַליין וואָלט ניט געווען בריאת עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו, ווייל דער ענין (גילוי ההעלם) פירט זיך דורך אויך אין די עולמות העליוניםס, ואדרבה — באופן נעלה יותרסא.
ווי דאָס איז געווען אין משכן, מל' ושכנתי (וואו עס שפּיגלט זיך אָפּ דער כללות הענין פון דירה בתחתוניםסב):202„ויקחו לי — לשמי — תרומה"סג: דער ציווי (וכוונתו) של הקב"ה איז — דער עצם ענין פון נעמען די י"גסד (ט"ומה) דברים גשמיים שבעולם („זהב וכסף ונחושת וגו'"סו) און זיי אָפּגעבן פאַר „תרומה" לה', מאַכן דערפון „כלים" צו אלקות, נאָך איידער מ'טוט עפּעס וואָס מיט די דברים און מ'מאַכט פון זיי אַ משכן און כלי המשכן וואָס זיינען משמש תפקידם בפועל בעבודת ה' [ועד"ז „ועשו לי מקדש", „ועשו לשמי בית קדושה": דער עצם ענין פון עשיית המקדש, נאָך איידער מ'טוט אַן עבודה אין משכן].
ו. וכשם ווי דאָס איז אין כללות העבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים, אַזוי שפּיגלט זיך עס אויך אָפּ אין די עבודה פרטית פון חנוכה — בענין הנרות (תוכן הכללי פון חנוכה):
דער נס פון חנוכה אין געווען, אַז ניט קוקנדיק אויף דער התגברות החושך פון די יוונים (שנכנסו להיכל וטמאו כל השמנים שבהיכל), האָט פּאַסירט אַ נס אַז „מצאו פך אחד של שמן שהי' מונח בחותמו של כהן גדול" (און ערשט דערנאָך ובכח זהסז איז געווען דער נס אַז אע"פ וואָס „לא הי' בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים"). ד.ה. דער עצם ענין אַז אין אַ חושך כפול ומכופל זאָל זיין „גם חושך לא יחשיך", און די מנורה (ושמן) זאָל זיין אַ כלי ראוי להדלקה (דערנאָך, ובכח זה איז געווען די הדלקה בפועל, און דער נס אַז „הדליקו ממנו שמונה ימים").
און וויבאַלד אַז דאָס איז דער תוכן כללי פון חנוכה (און פון כללות עבודת ה'), דריקט זיך אויס די נקודה אין אַלע פרטים ודינים פון חנוכה,
אויך בפרט אין דער הפטרה פון חנוכה:
כללות ענין ההפטרה נתחדש ע"י גזירת המלכות (בחושך הגלות)סח, ד.ה. אַז דער חושך הגלות „לא יחשיך", ואדרבה — דאָס גופא האָט צוגעגעבן אַ הוספה בקריאת התורה (ההפטרה). בדוגמא ווי כללות תוכן חנוכה, כנ"ל.
און אין די הפטרה גופא קומט צו אַ חידוש ווען עס זיינען דאָ צוויי שבתות חנוכה — אַז עס זיינען דאָ צוויי הפטרות. וואָס דעמולט שטייט נאָכמער בהדגשה דער תוכן פון חנוכה — אתהפכא חשוכא לנהורא.
און אויך אין דעם תוכן פון די הפטרות: בנוגע צו די ערשטע הפטרה („רני ושמחי בת ציון גו'") — כמבואר בדרושי חסידותסט השייכות מיט חנוכה — אַז אויך בחושך הגלות (ווען מ'שטייט במצב פון „בת ציון") איז „גם החושך לא יחשיך", ואדרבה — עס ווערט „רני ושמחי".
און אויך אין די צווייטע הפטרה שטייט בהדגשה דער תוכן הנ"ל, ואדרבה — מיט נאָך אַ טיפערע הדגשה ווי אין דער ערשטער הפטרה (לויט דעם כלל פון „מעלין בקודש").
אין די ערשטע הפטרה רעדט זיך וועגן דעם תוכן כללי פון חנוכה, כנ"ל; אָבער לאחרי ווי מ'לייענט (און לערנט) די ערשטע הפטרה — דעמולט קומט מען צו נאָך אַ טיפערער הבנה אין די עבודה פון חנוכה, וואָס מ'לערנט אַרויס פון די צווייטע הפטרה: אַז די (עיקר) עבודה וחידוש באַשטייט (ניט אַזוי פון אויסנוצן די דברים שבעולם לשמש תפקידם, נאָר) אין איבערמאַכן די דברים שבעולם זיי זאָלן זיין „כלים" צו אלקות. ובנוגע לחנוכה (שקבעוה בנרות) — בנוגע צו מאַכן פון דברים שבעולם אַ „מנורה":
אין די הפטרה רעדט זיך ניט וועגן הבאת הכלים במקדש, און שימוש הכלים לעבודת ה', און אויך ניט וועגן חנוכת המקדש וכו' (כנ"ל בארוכה); דאָרט רעדט זיך וועגן (דעם סיום וסךהכל פון) עשיית הכלים, „ויעש חירום את הכיורות וגו'", „ויעש שלמה את כל הכלים אשר בית ה'", ובמיוחד (בהדגשה בחנוכה) — „ואת המנורות גו'": נעמען דברים גשמיים פון עוה"ז הגשמי החומרי (וואו ס'איז דאָ אַ חושך כפול ומכופל, „מלא קליפות וס"א") און מאַכן פון זיי „כלים" פאַר דעם מקדש של הקב"ה.
דערנאָך איז געקומען נאָך אַן ענין: „ותשלם כל המלאכה אשר עשה המלך שלמה וגו' ואת הכלים נתן באוצרות בית ה'", און דערנאָך חנוכת המקדש והשראת השכינה (בגלוי), און די עבודה בפועל אין מקדש מיט די כלי המקדש.
אָבער דער תוכן ההפטרה איז וועגן די עבודה עיקרית פון חנוכה (און פון כללות עשיית דירה בתחתונים) — צו מאַכן פון חושך העולם אַ „כלי" און „דירה" צו דעם אויבערשטן, נאָך איידער מ'ברענגט זיי אַריין אין מקדשע און מ'באַנוצט זיך מיט זיי צו דינען דעם אויבערשטןעא — וואָרום אין דעם באַשטייט דער עיקר חידוש ושינוי בעולם, וואָס ברענגט דערנאָך דעם המשך, דאָס נוצן די כלים.
און אין דעם גופא — גיט אַרויס די הפטרה כמה פרטים:
„ויעש" (התחלת כל ההפטרה): דער עיקר חידוש פון מאַכן אַ דירה בתחתונים איז (ניט דורך כוונה במחשבה, נאָר) דורךכב מעשה בפועלעג.
204און דער טעם לזה איז: כח העשי' שבהאדם איז דער כח הכי תחתון, בחי' „חושך" שבו (בערך צו שאר הכחות). ובפשטות: אין דעם כח העשי' איז אַמווייניקסטן'ס ניכר מעלת האדם, ווייל גם קטן יש לו מעשהעד, ואפילו בהמה (להבדיל) יש לה מעשהעה.
און דערפאַר קומט דער כח העשי' אין פאַרבינדונג מיט עולם העשי' (עוה"ז הגשמי והחומרי) — בכדי מאַכן דאָרט אַ דירה לו ית' בתחתונים, כלים צו אלקות . .
„ויעש חירום": חירום איז געווען פון שבט דן (מצד אמו)עו — הירוד שבשבטיםעז. ד.ה. אַז אין „ויעש" גופא (דער כח הכי תחתון) איז דאָס געווען דורך איינעם וואָס קומט פון הירוד שבשבטים. און עבודה (בעיקר) מיט נחושת („לעשות כל מלאכה בנחושת"*7)), התחתון ביותרעט (בערך צו זהב וכסף).
און דוקא דורךא „ויעשב חירום",ג „בנחושת" — זיינען אויפגעבויט געוואָרן פון נחושת העולם „כלים" פאַרן מקדש לה'.
ולאידך גיסא: אפילו באַ שלמה המלך (און פון שבט יהודה, מגדולי השבטים), מלך שהשלום שלופ, וישב שלמה על כסא ה'פא — האָט (דערנאָך) געדאַרפט זיין די עבודה פון „ויעש שלמה את כל הכלים". ווייל אין דעם באַשטייט די כוונה פון „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים".
ח. דער לימוד דערפון אין עבודת כל אחד ואחתפב:
חנוכה לערנט אַ אידן, אַז זיין שליחות בעולם באַשטייט דערפון, אַז „גם החושך לא יחשיך": ער זאָל אַרויסגיין אין וועלט און מאַכן פון אַלע דברים גשמיים שבעולם „כלים" („מנורות") לאלקות. דערנאָך קומט צו די עבודה אַז די „מנורות" זאָלן לייכטן, און „יתרון האור (מן החושך)", לפנ"ז — קומט דער חידוש ושינוי בעצם — די עבודה מיט דעם „חושך" עצמו, איבערמאַכן אים פאַר אַ „מנורה" פון דעם אויבערשטן.
ובמיוחד — ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אָנגעזאָגט אַז די שליחות פון יעדער אידן בדורנו זה איז — צו אַרויסגיין אין גאָס און טרעפן נאָך אַ אידן (וואָס דער חושך העולם והגלות איז מעלים ומסתיר אויף זיין „נר ה' נשמת אדם"פג) און מאַכן פון אים אַ „כלי", אַ „מנורה".
אין דעם אַליין באַשטייט שוין אַ שליחות: נאָך איידער מ'רעדט מיט יענעם וועגן ווערן אַ „נר להאיר" אפילו בביתו (עאכו"כ — „על פתח ביתו מבחוץ"פד), נאָך איידער מ'רעדט מיט עם205וועגן עפּעס וואָס פאַרבונדן מיט תורה און אידישקייט — דער עצם זאַך וואָס מ'טרעפט זיך מיט דעם אידן, און מ'זאָגט אים „גוט שבת", אָדער „גוט מאָרגן" (בימי החול), אָדער מ'זאָגט אים הער זיך איין — דו ביסט אַ איד און איך בין אַ איד, לאָמיר זיך צונויפרעדן, וכיו"ב — אָט דאָס אַליין בריינגט אַרויס די שייכות ביניהם, און דאָס אַליין מאַכט פון יענעם אַ „מנורה" (אַ „כלי"), און אין דעם ליגט אַ כוונה עיקרית, וואָס דערלאַנגט גאָר טיף!
ס'איז מובן ופשוט, אַז דערנאָך דאַרף זיין (און זיכער וועט זיין) אַ המשך און מ'דאַרף אויף יענעם משפיע זיין צו לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און ווערן אַ „נר להאיר" (ווי ס'איז געווען דער המשך באַ עשיית הכלים במשכן ובמקדש);
אָבער ביחד עם זה דאַרף מען וויסן, אַז דער יסוד והתחלת העבודה באַשטייט פון יענעם מאַכן אַ „כלי", און (דאָס איז נוגע ניט בלויז אַלס אַ הכנה צו קענען פון אים מאַכן אַ „נר להאיר", נאָר) אין דעם ליגט (עיקר) הכוונה, ווייל אין דעם באַשטייט דער עיקר (און די שווערסטע) עבודה, און אין דעם באַשטייט דער עיקר חידוש ושינוי (אין דעם צווייטן אידן) — צו נעמען אַ אידן וואָס איז נאָך ניט אַ „מנורה" (בגלוי) מצד דעם העלם והסתר פון עוה"ז הגשמי ה"מלא קליפות וס"א", און מאַכן פון אים (בגלוי) אַ „מנורה" פון דעם אויבערשטן, און (בעיקר) דאָס אַליין ברעכט דורך די וועג אַז ער זאָל דערנאָך טראַכטן (אָדער ער זאָל קענען הערן פון אַ צווייטן) ווער ער איז און וואָס זיין שליחות בעולם איז בעבודת ה' ע"י תומ"צ.
ט. ואיני מבקש כו' אלא לפי כחןפה, מ'גיט יעדערן די כחות דאָס דורכצופירן, סיי אַזאַ וואָס שטייט בדרגת „חירום" (משבט דן כו'), און סיי אַזאַ וואָס שטייט בדרגת שלמה המלך (משבט יהודה כו'). ואין הדבר תלוי אלא ברצונו.
און דורך דעם וואָס עס וועט זיין „יגעת" וועט זיכער זיין „ומצאת"פו, ביז — למעלה מן המשוער. ווי מ'האָט געזען בעבר, ובפרט אין די ימי החנוכה — ווי ס'איז אַהערצו אָנגעקומען די ידיעות פון ארצות הברית און נאָך מדינות — אַז אין „מבצע חנוכה" בשנה זו, ובפרט אין אַן אופן פון „פרסומי ניסא"פז, דורך אָנצינדן מנורות אין מקומות מרכזיים בכמה עיירות — האָט מען אין דעם געטאָן כדבעי למיעבדפח און מ'האָט מצליח געווען מער וויפל מ'האָט משער געווען.
דערביי דאַרף מען אָבער צוגעבן, אַז אע"פ וואָס מ'האָט אין דעם געטאָן כדבעי למיעבד, זאָל מען זיך איצטער ניט „לייגן שלאָפן", נאָר פון חנוכה זאָל מען נעמען דעם לימוד און די כחות צו אַרויסגיין ממשיך זיין טאָן אין די עבודה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים, כמובן — ניט דורך נרות חנוכה כפשוטן (ווי מ'איז מקיים די עבודה בימי חנוכה), נאָר דורך די אַנדערע אופנים ופעולות בעבודה דורך וועלכע מ'מאַכט אַ דירה בתחתונים אין די קומענדיקע טעג, כל206יומא ויומא עביד עבידתי' (כמדובר לעיל אַז אין דעם „נתאוה כו'" זיינען ניט שייך קיינע שינויים בזמן ומקום כו').
ויה"ר אַז מ'זאָל אויסנוצן די הוראה ונתינת כח פון חנוכה אויף די עבודה במשך די קומענדיקע טעג ובמשך כל השנה כולה, און צוזאַמען דערמיט — האָט מען אויך די הבטחה אַז פּונקט ווי בימי חנוכה איז געווען „על הנסים כו'", גיט דאָס כח אין דער עבודה במשך כל השנה אַז אויב מ'דאַרף אָנקומען צו „נסים וכו'", באַקומט מען דאָס אויך.
ביז מ'וועט אויפטאָן די מעשה אחד וואָס וועט מכריע זיין „עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה"פט, ביז די תשועה והצלה העיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
און עס וועט זיין „להודות ולהלל לשמך הגדול"צ, בבית הגדול — ביהמ"ק השלישיצא, דורך — „קהל גדול"צב, ובמהרה בימינו ממש.