Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ תצוה, פ' זכור, ופורים ה'תשמ"ז — אַ ווענדונג ספּעציעל צו אידישע קינדער און צו זייערע
349משיחות ש"פ תצוה, פ' זכור, ופורים ה'תשמ"ז
אַ ווענדונג ספּעציעל צו אידישע קינדער און צו זייערע
עלטערן און מחנכים שיחיו
א. מ'שטייט היינטא דרייסיק טעג פאַר חג הפסח, ווען עס הויבן זיך אָן די צוגרייטונגען צו פסחב. איינער פון די גאָר וויכטיקע און הויפּט־טיילן פון חג הפסח — וואָס דערצו דאַרף מען זיך אָנהויבן איצטער צוגרייטן — איז די ראָלע פון אידישע קינדער. אָנהויבנדיק באַם סדר של פסח — וואָס איז פאַרבונדן מיט „והגדת לבנך"ג (ביז אַז על שם זה ווערט עס אָנגערופן „הגדה של פסח"ד), ביז אַז „מצוה למהר להתחיל הסדר בשביל התינוקות של יישנו"ה, און דערצו טוט מען פאַרשידענע זאַכן און ענדערונגען פאַר און אינמיטן דעם „סדר" בכדי להתמי' התינוקות שישאלוו, און דער „סדר" הויבט זיך אָן מיט „כאן הבן שואל מה נשתנה".
דעריבער שלאָגט מען פאַר: אַלס פאָרטזעצונג צו דעם פאָרשלאַגז אַז יעדער אידיש קינד, אינגעלע אָדער מיידעלע, זאָל האָבן זייער אייגענעם סידור, חומש (אָדער אַן אַנדער ספר של תורה), און (להבדיל) צדקה־פּושקע — וואָלט געווען זייער כדאי און זייער פּאַסיק — אַז פאַר חג הפסח זאָל יעדער אידיש קינד באַקומען זיין אייגענע „הגדה של פסח", און מה טוב — אַ „הגדה" באַגלייט מיט ציורים וכו' פון די פאַרשידענע מצוות און פּאַסירונגען (אין סיפור יציאת מצרים) וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין דער „הגדה" — וואָס (די ציורים) מאַכן דעם אינהאַלט פון דער „הגדה" נאָך מער צוגענגלעך פאַר קינדער. און דאָרט אויך אָנשרייבן „להשם הארץ ומלואה", און אונטער דעם — דעם קינדס נאָמען, ווי באַם סידור און חומש כו'.
וואָס דורך דעם וואָס יעדער אידיש קינד וועט האָבן זיין אייגענע „הגדה" (ובפרט מיט ציורים) — וועט דאָס אים אַריינגעבן נאָכמער לעבעדיקייט אין פרעגן די „פיר קשיות" („מה נשתנה"), און זיך גוט צוהערן צו דעם ענטפער פון זיין פאָטער, און צו די אַנדערע טיילן פון דער „הגדה", וויבאַלד אַז דאָס איז — אַריינקוקנדיק בשעת מעשה אין זיין אייגענער שיינער „הגדה", און צוקוקן זיך צו די ציורים וכו'.
און דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז דאָס זאָל נאָכמער צואיילן אַז די „גרעסטע קשיא" פון אידן („בנים אתם לה' אלקיכם"ח) — „עד מתי" וועט מען זיין אין גלות — זאָל פאַרענטפערט ווערן ותיכף ומיד מיט דעם גאָר „גרעסטן ענטפער" פון אבינו שבשמים, אַז „עבדים (איז) היינו (ל' עבר — געווען אַמאָל, און דערנאָך, אָבער אויך בעבר) ויוציאנו השם אלקינו" — די גאולה האמיתית וה־350שלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
א
ב. פרשת זכורט („זכור את אשר עשה לך עמלק"י) לייענט מען אַלעמאָל אין דעם שבת פאַר פוריםיא, בכדי „לסמוךיב מחיית עמלק למחיית המן"יג.
ווי באַוואוסט, אַז די מלחמה מיט המן און זיינע מענטשן און דער נס והצלה פון פורים איז אַ פאָרזעצונג פון דער מלחמה מיט עמלקיד, וואָרום המן האגגי איז געווען מזרעו של עמלקטו. און דערפאַר איז די קריאה פון יום הפוריםטז די פרשה פון מעשה עמלק („ויבא עמלק"יז).
היינטיק'ס יאָר איז די סמיכות פון פ' זכור מיט פורים די סאַמע נאָענטסטע, ווי מעגלעך: פורים קומט אויס אין מוצאי שבת פרשת זכור (ויום ראשון), וואָס דעמולט גייט מען פון שבת פרשת זכור (מחיית עמלק) גלייך אַריין אין פורים און מקרא מגילה (מחיית המן) במוצאי שבת, בסמיכות ממש (וואָס נעענטער דערפון קען ניט זייןיח) צו פרשת זכור.
וואָס דאָס איז אין צוגאָב דערצו, אַז אין אַזאַ קביעות איז שבת פרשת זכור אויך י"ג אדר, דער טאָג ווען „נקהלו היהודים", „לעמוד על נפשם"יט, אויף מלחמה האָבן מיט זייערע שונאיםכ, „יום אשר שברו אויבי היהודים לשלוט בהם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם"כא, וואָס דעמולט איז געווען (ענלעך צו לשון חז"ל) דער „עיקר הנס"כב.
דאָס הייסט, אַז היינטיק'ס יאָר איז שבת פרשת זכור (את אשר עשה לך עמלק) גופא דער טאָג ווען אידן האָבן מלחמה געהאַט מיט המן'ס נאָכפאָלגערס — אַ המשך פון דער מלחמה מיט עמלקכג.
ג. זכירת מעשה עמלק איז אַן ענין נצחי אין אַלע דורות, אין יעדער אָרט און אין יעדער צייטכד, ווי עס שטייטכה351„מלחמה לה' בעמלק מדור דור"כו [ובפרט אין „דרא (דעקבתא) דמשיחא", וואָס איז איינער פון די אויסגעטיילטע (כללות'דיקע) דורות פון מלחמת עמלקכז], און ווי דער רמב"ם פסק'נטכח, אַז ס'איז אַ מצות עשה מן התורה „לזכור תמיד מעשיו הרעים"כט, און לויט כמה דיעות איז זכירת מעשה עמלק אַ מצוה בכל יוםל;
און אויך זכירת מעשה המן איז אַ מצוה בכל שנה ושנהלא בימי הפורים דורך מקרא מגילה, „הימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור גו', וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם"לב, „בימים ההם בזמן הזה"לג. ובפרט לויט תורת הבעש"טלד אינעם מאמר המשנהלה „הקורא את המגילה למפרע לא יצא", אַז אויב מ'לייענט די מגילה „למפרע", מ'מיינט אַז דאָס איז אַ סיפור וואָס האָט (נאָר) אַמאָל פּאַסירט — איז „לא יצא"לו;
דער תכלית פון קריאת המגילה איז אָפּצולערנען זיך פון איר ווי אַ איד דאַרף זיך פירן איצטער.
דאָס הייסט: די כוונה אין זכירת מעשה עמלק (דורך לייענען פ' זכור), און זכירת מעשה המן הרשע (דורך לייענען די מגילה) — איז בכדי עס זאָל זיין „נזכרים ונעשים", יעדער איד זאָל זיך דערמאָנען אין די אַלע זאַכן בכדי מ'זאָל זיי איצטער איבערלעבן ביז אַראָפּברענגען אין מעשה בפועל אין דינען דעם אויבערשטן.
וואָס דערצו — דאַרף מען זיך פריער אַריינטראַכטן אין וואָס איז באַשטאַנען די מלחמה און התנגדות און גזירה פון עמלק און המן הרשע, במילא קען מען דערפון וויסן אין וואָס איז באַשטאַנען די הצלה און נס, וועלכע מ'דאַרף איצטער איבערלעבן און אין וואָס מ'דאַרף זיך שטאַרקן ביז אין עבודה במעשה בפועל.
ד. דער עיקר מלחמה און התנגדות פון עמלק און המן איז געווען (ניט אַזוי אויף די רוחניות און נשמה פון אידן, נאָר) אויף דעם עצם קיום פון דעם352אידישן פאָלק — אַ מלחמה מיט דעם אידישן קערפּער, דער גוף, און די גשמיות פון אידןלז (אין וועלכע אידן זיינען, לכאורה, ענלעך בחיצוניות צו ניטאידןלח), „להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים"לט (ווי ערקלערט אין אַ פריערדיקע ריידמ).
און דערפאַר זיינען אידן געגאַנגען מלחמה האָבן — אַ מלחמה גשמית — מיט עמלק בדורו של משה און מיט המן (עמלק) בדורו של מרדכי ואסתר — צוליב הצלת נפשות בפשטות („נקהלו ועמוד על נפשם") פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק; און אַזאַ מלחמה אַז מ'איז אויסן אינגאַנצן מבטל זיין עמלק און המן („תמחה את זכר עמלק מתחת השמים"מא) — ווייל זיי שטעלן איין אין סכנה דעם עצם קיום פון דעם לעבן פון עם ישראל, „נצחמב ישראל לא ישקר"מג. און דאָס איז אַ מלחמה ניט נאָר פון אידן למטה — נאָר „כי יד על כס י־ה מלחמה לה'"מד,
וואָרום דעם אויבערשטן איז נוגע דער קיום פון דעם גוף הגשמי פון אַ אידןמה.
און דערפאַר איז פורים באַשטימט געוואָרן אַלס אַ „יום משתה ושמחה"מו — אַ סעודה ושמחה גשמית פון דעם אידישן גוף הגשמי, וואָס „גופא דילהון קדישא"מז, און „משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים"מח — מצוות מיט דברים גשמיים פאַרבונדן מיט הנאה פון דעם אידישן גוףמט — וואָרום פורים איז דער יום טוב פון דעם אידישן גוף הגשמי וועלכע פרייט זיך מיט זיין הצלה און נצחון איבער זיינע שונאים.
ה. דערמיט איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס זכירת מעשה עמלק און מעשה המן איז אַן ענין נצחי בכל דור ודור — וואָרום די מלחמה והתנגדות פון עמלק און המן איז (ניט אין אַ קליינעם פרט, נאָר) אין דער תכלית הכוונה פון דער גאַנצער בריאה און פון די עבודה פון אַ מענטשן — וואָס תכליתה איז ניט רוחניות אַליין, נאָר אַז די נשמה זאָל אַראָפּקומען אין אַ גוף גשמי, בכדי מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםנ, אין עולם הזה הגשמי והחומרי, און בעיקר ניט דורך מבטל זיין גשמיות העולם, נאָר בכדי דערפון גופא מאַכן אַ דירה פאַרן353אויבערשטן, דורך קיום המצות מיט דברים גשמיים דוקא, און מברר און מזכך זיין גשמיות העולם און מאַכן דערפון אַ כלי צו אלקות: תפילין פון קלף גשמי, פון אַ סעודה סתם אַ סעודת מצוה (סעות פורים וכו').
און צו דעם און געגען דעם איז געווען דער עיקר מלחמה און התנגדות פון עמלק און המן, כנ"ל. דעריבער דאַרף זיין „מלחמה לה' בעמלק מדור דור" — צו מלחמה האָבן מיט די וואָס שטערן צו אויספירן די תכלית הכוונה פון ירידת הנשמה בגוף און מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אין עוה"ז הגשמי.
ויש לומר, אַז דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס בנין בית המקדש איז אָפּהענגיק אין דעם אַז פריער זאָל זיין „להכרית זרעו של עמלק" (און נאָך פריער — „להעמיד להם מלך")נא — ועד"ז איז אויך געווען בדור משהנב, אַז „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"נג איז געווען נאָך דער מנוחה פון מלחמת עמלק (און נאָך דעם וואָס משה רבינו איז געוואָרן אַ מלךנד):
דער בית המקדש („ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם") דריקט אויס די תכלית הכוונה פון גאַנץ בריאת העולם: בכדי מאַכן די גשמיות'דיקע וועלט אַ „משכן" און „מקדש" פאַרן אויבערשטן, אַ דירה לו יתברך בתחתוניםנה.
און דעריבער, בכדי מ'זאָל דאָס קענען אויפטאָן בשלימות — האָט מען פריער געדאַרפט אַראָפּנעמען און מבטל זיין די התנהגות און מלחמה פון עמלק (ניט אַזוי קעגן רוחניות און נשמה, נאָר) קעגן דעם ענין פון עבודה מיטן גוף הגשמי (און אין גשמיות העולם).
און דערפון איז די אָפּלערנונג „דור דור" — אַז אידן דאַרפן זיך שטאַרקן ספּעציעל אין די עבודה פון אַ נשמה354בגוף דוקא, די עבודה אין גשמיות העולם, צו מאַכן דערפון אַ דירה פאַרן אויבערשטן, „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם".
ו. דאָס אויבנגעזאָגטע איז ספּעציעל אונטערשטראָכן אין דער קביעות פון היינטיקן יאָר — ווען י"ג אדר, דער טאָג ווען „נקהלו ועמוד על נפשם", קומט אויס אין דעם טאָג פון שבתנו:
אין סתם יאָרן איז י"ג אדר דער טאָג פון תענית אסתר, וואָס מ'האָט קובע געווען צוליב דעם וואָס אין דעם טאָג איז געווען „נקהלו ועמוד על נפשם", און מ'האָט געדאַרפט האָבן רחמים, האָט מען דעמולט גוזר געווען אַ תענית ביום זהנז.
ווען דאָס קומט אויס שבת — דעמולט פאַסט מען דאָנערשטאָגנח, ווייל שבת „אין עצב עמה"יה, ואדרבה — מצוה לענגו באכילה ושתי'ס.
האָט מען גערעדט פיל מאָל, אַז מ'קען ניט זאָגן אַז אין אַזאַ קביעותסא פעלן, ח"ו, די מעלות וואָס זיינען דאָ אין תענית אסתר (אָדער אַן אַנדער תענית)סב — די מעלה פון „יום רצון לה'"סג און די אַנדערע עילויים וואָס אַ תענית טוט אויף; ובפרט אַז דאָס איז אַ טאָג פון שבת קודש — קען מען דאָך ניט זאָגן, אַז צוליב דעם וואָס עס קומט צו אַ מעלה אין דעם טאָג, אַז ס'איז שבת קודש, זאָל דורך דעם פעלן אַן אַנדער מעלה, און דערצו נאָך אַ מעלה חשובה!
מוז מען זאָגן, אַז אין אַזאַ קביעות פעלט נאָר דער עינוי פון העדר האכילה ושתי' פון תענית אסתר; אָבער דער עילוי פון „יום רצון לה'" האָט מען דעמולט בתכלית השלימות, ואדרבה: מ'האָט עס דעמולט דורך אכילה ושתי' ביום השבת (משא"כ אין אַנדערע יאָרן האָט מען עס נאָר דורך עינוי בהעדר האכילה ושתי'), וואָס דאָס גיט צו אַ שלימות אין דעם „יום רצון לה'" — כידוע אַז דער שלימות פון רצון איז ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט תענוג, און דאָס האָט מען ביום השבת, וואָס ענינו איז עונג, „וקראת לשבת עונג"סד, מצוה לענגו באכילה ושתי'.
איינע פון די מעלות אין אַ יום תענית איז — ווי דוד המלך זאָגט אין תהליםסה: „לחיותם ברעב", ווי חסידות טייטשט דאָס אָפּסו, אַז דורך דעם „רעב" (וואָס קומט פון ניט עסן און טרינקען) פון דעם ווערט מען באַלעבט („לחיותם") און מיט אַ העכערע דרגא אין חיות (העכער ווי די חיות וואָס קומט דורך עסן און טרינקען).
און מ'קען דאָס מסביר זיין בפשטות — לויט חכמת הטבע והרפואה, און ווי יעדערער פאַרשטייט עס בנוגע צו זיך355אַליין („מבשריסז אחזה")סח: געוויינלעך באַקומט אַ מענטש חיות פון עסן, וואָס דער עסן ווערט דערנאָך דם וכו' וואָס באַלעבט דעם מענטשן. אָבער בשעת אַ מענטש פאַסט — באַקומט ער דעמולט זיין חיות פון דעם דם וואָס ער האָט פון דעם וואָס ער האָט פריער געגעסן. ובסגנון אחר: ער ווערט דעמולט באַלעבט פון חיי המוח והלב, די חיות וואָס ווערט נמשך פון מוח אין לב, און פון לב — אין אַלע אברי הגוף.
לויט דעם קומט אויס, אַז אין אַ יום אכילה ווערט אַ מענטש באַלעבט פון (דעם חיות פון) די מאכלים וואָס זיינען דומם, צומח אָדער חייד; אָבער אין אַ יום תענית ווערט ער באַלעבט גלייך פון דעם דם און חיות (וואָס איז שוין געוואָרן דם הוא הנפשע) פון דעם מדברעא, וואָס דאָס איז אַ סך אַ העכערע דרגא אין חיות ווי די חיות פון דומם, צומח און חיעב — ווי ערקלערט אין ספריםעג, אַז עס זיינען דאָ דרגות אין חיות, זו למעלה מזו: נפש הדומם, נפש הצומח, נפש החי, און נפש המדבר. וואָס דער נפש הדומם איז אַ נידעריקערע דרגא און מער באַהאַלטענע חיות ווי אין נפש הצומח (דערפאַר זעט מען ניט אָן קיין ענדערונג אין אַ דומם, משא"כ אַ צומח וואַקסט), און נאָך העכער און מער אַנטפּלעקט איז די חיות אין נפש החי (וואָס באַוועגט זיך), און שלא בערך נאָך העכער און מער אַנטפּלעקט איז די חיות אין נפש המדבר (וואָס האָט אויך שכל וכו').
עאכו"כ ווען עס רעדט זיך וועגן אַ איד, וואָס האָט אַ גוף קדושעד, בפרט נאָך ווען ער איז מקיים אַ סך מצוות מיט זיין גוף הגשמי, ווערט דאָס אַ גוף וואָס איז דורכגענומען מיט חיי הנשמה, מיט תורה ומצוות און מיט אידישקייטעה — איז דאָך פאַרשטאַנדיק דער אין ערוך צווישן די חיות וואָס ער באַקומט אין אַ יום תענית גלייך פון דעם דם פון זיין356אידישן און הייליקן גוף, לגבי די חיות וואָס ער באַקומט אין אַ יום אכילה פון (נפש וחיות ה)דומם, צומח וחי. ד.ה. אַז דעמולט איז „לחיותם ברעב" — דוקא דורך דעם „רעב" (ניט עסן), ווערט „לחיותם", אַ העכערע חיות ווי די וואָס קומט דורך אכילת דומם צומח וחי.
יעדער מענטש ווייסט, אַז זיין טאָג טעגלעכער לעבן טיילט זיך אין צוויי טיילן (אין אַלגעמיין): די צייט ווען ער דאַוונט צום אויבערשטן, לערנט תורה, גיט צדקה און איז מקיים אַנדערע מצוות; און די צייט ווען ער פאַרנעמט זיך מיט וועלטישע זאַכן, עסן, טרינקען, שלאָפן א.ז.וו.
וואָס כאָטש אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן, און יעדער פרט פון וועלט — דומם, צומח, חי ומדבר — האָט אין זיך אַ נפש פון דעם אויבערשטן, דעם דבר ה', וואָס באַלעבט אים און גיט אים חיות, פונדעסטוועגן האָט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט אַז אין דעם זאָלן זיין חילוקים און דרגות (ווי גערעדט פריער, די חילוקים צווישן דעם חיות פון אַ דומם, צומח, חי און מדבר), און בכללות — דער חילוק צווישן דעם חיות אלקי וואָס איז זיך מתלבש צו מהווה זיין די נבראים (דומם צומח חי ומדבר) און דעם חיות אלקי אין הייליקע זאַכן (דברי קדושה), תורה, תפלה, צדקה, און מצוותעו בכללעז.
דאָס הייסט, אַז אויך אין אַ מאכל גשמי (פון דומם צומח אָדער חי) איז דאָ דער דבר ה' וואָס באַלעבט די זאַך, כמ"שעח, „לא על הלחם לבדו יחי' האדם כי אם על כל מוצא פי הוי' יחי' האדם", און ווי מ'זאָגט אין ברכת „שהכל"עט — „שהכל נהי' בדברו"; אָבער זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער „מוצא פי הוי'" אין דעם לחםפ, איז כביכול נידעריקער און מער באַהאַלטן ווי דער דבר ה' און אלקות אין אַ דבר של קדושה, תורה און מצוות.
און אין אַ יום תענית באַווייזט אַ איד (דורך ניט עסן און טרינקען), אַז „לחיותם ברעב" — זיין חיות איז ניט אין און פון („מוצא פי ה'" וואָס איז נתלבש געוואָרן אין) גשמיות העולם (דומם, צומח וחי), ער עסט דעמולט ניט, און טרינקט דעמולט ניט, נאָר זיין חיות איז אין און פון רוחניות און קדושה — דאַוונען צום אויבערשטן, לערנען תורה, געבן צדקה, ווי אידן פירן זיך אין אַ יום תעניתפא. וע"ד הלשון פון דעם נביאפב „לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'".
ט. דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם אויפטו פון קביעות שנה זו — ווען י"ג אדר קומט אויס ביום השבת:
357מ'קען ניט זאָגן, ווי גערעדט פריער, אַז אין אַזאַ קביעות (ווען דער תענית ווערט נדחה צו דאָנערשטאָג), פעלט ביום השבת עפּעס אין דעם עילוי פון „לחיותם ברעב" פון אַ יום תענית. נאָר אדרבה — דעמולט קומט צו אַ חידוש נעלה יותר:
אין אַ יום תענית שיידט זיך אָפּ אַ איד פון אכילה ושתי', און באַווייזט אַז זיין חיות איז ניט פון גשמיות, נאָר פון רוחניות — „לחיותם ברעב"; משא"כ ווען דאָס קומט אויס אין אַ יום השבת, דעמולט איז ער מחוייב אין אכילה ושתי', „בשר שמן ויין ישן"פג (צוליב עונג שבת), אָבער ער טוט עס ניט ווייל ער איז הונגעריק און דאָרשטיק, נאָר ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַז מצוה לענגו באכילה ושתי'.
קומט אויס, אַז אויך אין שבת איז פאַראַן דער „לחיותם ברעב" — וואָרום כאָטש ער עסט און טרינקט, טוט ער דאָס — עיקר טעם אכילתו ורצונו האמתיפד איז ע"ד ווי ער איז „רעב", האָט אין דעם ניט קיין טעם און געשמאַקפה, דער געשמאַק איז אַז ער איז דערמיט מקיים אַ מצוה פון דעם אויבערשטן — במילא באַקומט ער דעמולט זיין חיות ניט (נאָר) פון (דעם „מוצא פי ה'" אין) די מאכלים גשמיים, נאָר פון (דעם דבר ה' אין) מצות עונג שבת פון דעם אויבערשטן (וואָס איז (בגלוי) שלא בערך העכער פאַר דעם „מוצא פי ה'" אין מאכלים גשמיים).
נאָכמער: שבת טוט אויף אַ חידוש נפלא אין „לחיותם ברעב" לגבי דעם „לחיותם ברעב" פון אַ יום תעניתפו:
אין אַ יום התענית איז דער „לחיותם ברעב" דורך ניט עסן, ער הויבט זיך אויף העכער פון גשמיות העולם, און שטעלט זיך אַריין אין אַ מצב פון רוחניות, ער באַקומט זיין חיות ניט פון דעם „מוצא פי ה'" אין דברים גשמיים, נאָר די העכערע חיות פון דעם דבר ה' אין דברים רוחניים (תורה, תפלה וצדקה);
משא"כ ביום השבת שיידט ער זיך ניט אָפּ פון גשמיות, ער עסט בשר שמן (חי) און טרינקט יין ישן (צומח, דומם) — נאָר ער הויבט אויף גשמיות העולם צו די דרגא פון מצות עונג שבת, ד.ה. אַז ער טוט אויף און מאַכט אַז די חיות פון דברים גשמיים, זאָל זיין ניט בלויז פון די דרגא פון „מוצא פי ה'" וואָס איז דאָ אין יעדער מאכל גשמי מצד הבריאה, נאָר פון די דרגא אין דבר ה' וואָס איז דאָ אין אַ מצוה (מצות עונג שבת) של הקב"הפז.
י. לויט דעם האָט מען אַן אָפּלערנונג בנוגע די אַלגעמיינע עבודה פון פרשת זכור און פורים — דער נצחון און הצלה דורך דער עבודה פון אַ נשמה בגוף דוקא, בכדי מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים:
358די כוונה פון דירה בתחתונים איז ניט אויפהויבן זיך העכער און אויסטאָן זיך לגמרי פון גשמיות העולםפח, נאָר — דורך זיין אַ נשמה בגוף און מאַכן פון גשמיות העולם גופא (ווי ער איז און בלייבט אַ תחתון) אַ מצוה (וצוותא) און אַ „דירה" פאַר דעם אויבערשטן.
און דאָס איז דער אויפטו פון די עבודה פון אַ אידן: מצד די בריאה אַליין (ווי דער אויבערשטער האָט איר באַשאַפן) זיינען דברים גשמיים (דברי רשות) אָפּגעטיילט פון דברי קדושה, כנ"ל. אָבער אַ איד האָט דעם כח צו אויפמאַכן אַ חידוש אין מעשה בראשית, אַז ער נעמט אַ דבר גשמי וואָס האָט אין זיך דעם דבר ה' ווי ער ווערט נתצמצם ונתלבש אין אַ נברא, און מאַכט דערפון אַ דבר שבקדושה און אַ מצוה, וואָס דאָס גיט אַריין אין דעם נברא אַ נייע און העכערע דרגא פון חיות אלקי — ביז אַז דאָס מאַכט דעם דבר גשמי אַליין קדושה — אַ מצוה פון דעם אויבערשטן, רצונו של הקב"הפט.
יא. די הוראה דערפון אין דער עבודה פון יעדערן:
מען דאַרף מקיים זיין תורה ומצוות דוקא בגשמיות, אַלס אַ נשמה בגוף. און צוזאַמען דערמיט, דאַרף מען ניט „ליגן" אין די גשמיות פון וועלט, נאָר „לחיותם ברעב" — די חיות זיינע דאַרף זיין פון און אין רוחניות, ביז אַז ער מאַכט איבער אַז אויך אין די גשמיות הערט זיך ניט אָן קיין זאַך חוץ דערפון אַז דאָס איז אַ מצוה און כלי און אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן.
אין אַנדערע ווערטער: ס'איז ניט גענוג אַז אַ איד לערנט תורה און איז מקיים מצוות און דאַוונט צום אויבערשטן, און דערנאָך האָט ער אַ צווייטן טייל פון זיין לעבן און זמן ווען ער עסט און טרינקט און פאַרנעמט זיך מיט עסק און ענלעכעס —
נאָר אויך זיינע דברי רשות און דברים גשמיים, זיין הויז, זיינע ד' אמות און יעדער זאַך וואָס ער טוט — מאַכט ער פון דעם אַ „משכן" און „מקדש" פאַר דעם אויבערשטן, אַ דירה לו יתברך בתחתונים, און באופן פון „אינו זז לעולם", בכל מקום ובכל זמן.
יב. און דורך דעם וואָס אַ איד טוט אַזוי מלמטה למעלה — איז דער אויבערשטער אַזוי ממשיך, מדה כנגד מדה, מלמעלה למטה — כידוע אַז דער בית המקדש איז געווען דער אָרט פון וועלכן דער אויבערשטער האָט משפיע געווען אַלע זיינע חסדים פאַר דער וועלט בכלל און פאַר אידן במיוחדצ —
ער גיט אידן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהא* , אַלע זייערע צרכים, רוחניים, און (ובעיקר) גשמיים, בני חיי ומזוני רויחי ובכולם רויחי, ביז אין אַן אופן פון עשירות כפשוטה, און אריכות359ימיםבי ושנים טובות, מתוך בריאות הנכונה, און קענען טאָן אַ סך (כיכולת עשיר) מעשים טובים3י.
ביז אַז מ'באַקומט די ברכה עיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה, און דוקא בגשמיות העולם, נשמות בגופיםדי, „ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיבר"הי, דער בשר גשמי אַליין וועט זען „כי פי ה' דיבר"צו, וואָרום גאַנץ עוה"ז הגשמי און יעדער פרט דערפון וועט זיין אַ דירה לו יתברך בגלוי, מ'וועט דאָרט זען אלקות בגלוי, דער כח הפועל בנפעל,
ואדרבה — דעמולט וועט זיין הנשמה ניזונית מהגוףזי, די נשמה (חיי רוחניים) וועט מקבל זיין און געשפּייזט ווערן פון חיי הגוף הגשמי, וואָרום ס'וועט נתגלה ווערן די מעלה נפלאה אין דעם גוף הגשמי, ווי ער איז איין זאַך (כביכול) מיט עצמותו ית',
און דאָס אַלץ — בקרוב ממש, „מיסמך גאולה לגאולה"8י, ווי דער פירוש הפשוט אין „מיסמך" — אַז דאָס איז בסמיכות כפשוטה, ממש, בלי שום הפסק זמן, ובדרך ממילאיי — פּראַוועט מען דעמולט דעם המשך פון חודש אדר, און דערנאָך חג הפסח — אין דעם ביהמ"ק אדנ־י (השלישי), בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק א
- Id
- rh-wfjhw7yy