Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ תרומה, ו' אדר ה'תשמ"ז
340משיחות ש"פ תרומה, ו' אדר ה'תשמ"ז
א. ז' אדר, דער יום ההולדת און יום הסתלקות פון משה רבינוא, פאָלט אויס (מערסטע יאַרן) נאָענט צו פרשת תרומה, און י־יאָר — פאַלט ער אויס במוצאי שבת (יום ראשון) פ' תרומהב.
לויט דעם וואָס דער של"הג שרייבט, אַז אַלע מועדי השנה — אַלע באַשטימטע (אויסגעטיילטע) טעג זיינען פאַרבונדן מיט די פרשיות אין תורה וואָס מ'לייענט דעמולט — דאַרף מען זאָגן אַז ס'איז דאָ אַ שייכות צווישן ז' אדר מיט פ' תרומהד.
ב. דער פאַרבונד צווישן ז' אדר און פ' תרומה — איז פאַרשטאַנדיק אפילו אויבנאויפיק, בפשטות:
דער כללות'דיקער אינהאַלט פון פ' תרומה (און אויך — פרטיו) איז — וועגן דעם משכן: דער אָנזאָג פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו „דבר אל בני ישראל ויקחו לי תרומה גו' זהב וכסף ונחושת גו' ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"ה. און דער המשך כל הפרשה רעדט וועגן די פרטים ווי מ'זאָל בויען דעם משכן און מאַכן די כלי המשכן.
דער טעם פאַרוואָס דוקא משה רבינו האָט באַקומען דעם אָנזאָג צו בויען דעם משכן לה' (און ניט די צדיקים פאַר אים) — איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס עס שטייט אין מדרשו, אַז נאָכן חטא עץ הדעת און די אַנדערע זעקס חטאים וועלכע האָבן גורם געווען אַז די שכינה זאָל נסתלק ווערן למעלה ביז אין רקיע השביעי — זיינען געווען זיבן צדיקים וועלכע האָבן צוריק ממשיך געווען די שכינה, אָנהויבנדיק פון אברהם אבינו וועלכער האָט עס ממשיך געווען פון רקיע השביעי אין רקיע הששי, ביז משה רבינו (וואָס ער איז געווען דער שביעי, און „כל השביעין חביבין"ז) וועלכער האָט עס ממשיך געווען פון רקיע הראשון אין ארץ, „הורידה לארץ", „ביום שהוקם המשכן"ח, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר ערקלערט (אין זיין מאמר חסידות הידוע ד"ה באתי לגניט)י.
דאָס הייסט: כאָטש אַז דער תכלית פון גאַנץ עבודה פון אַלע צדיקים איז — צו341ממשיך זיין די שכינה בארץ — אין וועלט, האָט זיך אָבער משה אויסגעצייכנט דערמיט וואָס ער האָט געהאַט דעם כח אויפצוטאָן עס זאָל ווערן ושכנתי (אַ משכן), בפועל — דורך עשיית המשכן. דעריבער איז דער אָנזאָג געווען צו אים (און דורך אים — צו זיין דור, בני ישראל): „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם". ביז אַז דער משכן ווערט אָנגערופן על שמו — „משכן שעשה משה"יא, „מעשי ידי" משהיב.
דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דעם פאַרבונד מיט ז' אדר:
ס'איז באַוואוסט אַז אין דעם יום ההילולא פון אַ צדיק זיינען עולה למעלה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו"יג, און דאָס איז „מתגלה ומאיר בבחי' גילוי מלמעלה למטה"יד, ביז אַז דאָס איז „פועלטו ישועות בקרב הארץ"טז.
דאָס הייסט, אַז אין ז' אדר (דער יום הסתלקות פון משה רבינו) איז עולה למעלה און עס ווערט נתגלה ופועל בקרב הארץ „מעשיו כו' ועבודתו" פון משה רבינו, איינגעשלאָסן זיין עבודה חדשה (לגבי די צדיקים פאַר אים) פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" (משכין זיין די שכינה בארץ).
נאָכמער: „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" איז געווען ניט סתם (נאָך) אַ טייל אין עבודת משה רבינו, נאָר אין דעם איז באַשטאַנען דער עיקר עבודה פון משה רבינו, וואָס האָט אַרומגענומען אַלע זיינע ענינים — צו ממשיך זיין די שכינה אין וועלט, אָנהויבנדיק דורך מתן תורה (וואָס איז געקומען נאָך די הכנה פון יציאת מצרים) דאָ למטה342בארץיז, וואָס איז געווען דורך משה רבינו („משה קיבל תורה מסיני כו'"יח), און דער שלימות דערפון — דורך „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" וואָס איז אויפגעטאָן געוואָרן דורך משה רבינו.
דעריבער קומט ז' אדר נאָענט צו פ' תרומה (און דעם יאָר — קומט עס אויס במוצאי שבת תרומה) — ווייל די פרשה גיט אַרויס דעם אינהאַלט פון „מעשיו כו' ועבודתו" פון משה רבינו, וואָס איז עולה און ווערט נתגלה אין ז' אדר — די עבודה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם". און אויך לאידך גיסא: אין ז' אדר שטייט בגלוי ביז „בקרב הארץ" דער אינהאַלט פון פ' תרומה — די עבודה פון משה „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם".
ג. איינע פון די ערקלערונגען אין דעם וואָס דוקא משה רבינו האָט געהאָט דעם כח אויף „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם":
די מצוה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" (וואָס שליסט אין זיך איין אויך דעם ציווי אויף דעם בית המקדש ראשון, שני ושלישייט) איז אַ כללות'דיקע — זי דריקט אויס דעם תכלית הכוונה פון גאַנץ בריאת העולם: בכדי מאַכן די גשמיות'דיקע וועלט אַ „משכן" און „מקדש"כ פאַרן אויבערשטן, ובלשון הידוע: אַ דירה לו יתברך בתחתוניםכא. דאָס הייסט: אַ „דירה" — אַן אָרט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך בקביעות ובהתיישבותכב; און „לו" לעצמותוכג, ווי מ'זעט עס כביכול ביי אַ דירה פון אַ בשר ודם — אַז ער געפינט זיך דאָרט מיט זיין גאַנצע עצמות ומהות, ביז אַמאָל — געפינט ער זיך דאָרט אָן לבושיםכד; און „בתחתונים" — אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה ממנו.
דאָס הייסט, כאָטש אַז „ועשו לי מקדש" איז נאָר איינע פון די תרי"ג מצוותכה — שליסט עס אין זיך אָבער איין אַלע מצוותכו, וועלכע טיילן זיך אין די שלשה עמודיםכז שעליהם העולם עומדכח: תורה עבודה וגמילות חסדיםכט:
תורה — ווערט אונטערשטראָכן אין דעם ערשטן פרט אין ציווי פון „ועשו לי מקדש": „ועשול ארון גו' ונתת אל הארון את העדות (התורהלא)".
343עבודה — „ועשו לי מקדש", איז בכדי ער זאָל זיין אַ „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות"לב — דער קו העבודהלג. און „ביתי בית תפלה יקרא"לד און „זה שער השמים"לה, אַלע תפלות זיינען געווענדעט און גייען אַרויף דורך דעם בית המקדש (און קודש הקדשים)לו.
גמילות חסדים — ווי דער ציווי פרטי באַלד נאָך „ועשו ארון": „ועשית שלחן גו' ונתת על השולחן לחם"לז, וואָס דער בית המקדש איז געווען דער אָרט פון וועלכן דער אויבערשטערלח האָט משפיע געווען אַלע זיינע חסדיםלט פאַר דער וועלט בכלל און פאַר אידן במיוחד.
ד. וויבאַלד אַז „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" איז אַזאַ ענין כללי, וואָס נעמט אַרום גאַנץ תורה ומצוות, דעריבער האָט דאָס געדאַרפט אויפגעמאַכט ווערן (דעם ערשטן מאָל) דורך אַזאַ וואָס איז אַן איש כללי, איינער וואָס שליסט אין זיך איין גאַנץ תורה ומצוות, און איז זיי משפיע צו אַלע אידן אָן אויסנאַם.
דער ערשטער וואָס איז געווען אין דער דרגא איז — משה רבינו:
משה רבינו איז געווען דער ערשטער נשיא ורועה ישראל, ווי זיי זיינען נהיית לעםמ וועלכער האָט אין זיך כולל געווען אַלע אידן, כמחז"למא „משה הוא ישראל וישראל הם משה לומר לך שנשיא הדור הוא ככל הדור כי הנשיא הוא הכל"מב, און האָט צו זיי משפיע געווען אַלע זייערע צרכיםמג, סיי די גשמיות'דיקע, און סיי די רוחניות'דיקע — גאַנץ תורה און מצוות (אָנהויבנדיק פון מתן תורה וואָס איז געווען דורך משה רבינו),
ובכללות — ווי זיי טיילן זיך אין די שלשה עמודים, תורה עבודה וגמילות חסדים, וועלכע זיינען כנגד די שלשה קוים [און ספירות, חסד גבורה און תפארת], וועלכע זיינען אין זיך כולל אַלע [עשר ספירות, דער מקור פון אַלע] השפעות והמשכות, די רוחניות'דיקע, און דערפון ווערן נשתלשל — די גשמיות'דיקעמד.
ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון דברי חז"למה, אַז „שלשה פרנסים טובים עמדו לישראל כו' משה ואהרן ומרים, וג' מתנות טובות ניתנו על ידם כו' באר בזכות מרים עמוד ענן בזכות אהרן מן בזכות משה", און אַז נאָך הסתלקות מרים און אהרן האָט זיך אָפּגעשטעלט344דער באר מים און דער ענן — איז „חזרו שניהם בזכות משה"מו.
וואָרום אע"פ אַז משה איז געווען איינער פון די שלשה פרנסים, און האָט געהאַט זיין ספּעציעלן ענין — ירידת המן, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון תורהמז (קו האמצעי), כמחז"למח עה"פמט „זכרו תורת משה עבדי" — „לפי שנתן נפשו עלי' נקראת על שמו" — איז ער אָבער אין זיך כולל אויך די אַנדערע צוויי קויםנ: גמילות חסדים — וואָס איז אויסגעדריקט געוואָרן דורך בארה של מרים, פון וועלכע אידן האָבן באַקומען מים (חסד), און קו העבודה — וואָס איז אויסגעדריקט געוואָרן דורך די ענני הכבוד בזכות פון אהרן כהן גדול, ווי באַוואוסט אַז דער ענין פון אַ כהן (און זיכער אַ כהן) גדול איז „לעמוד לפני ה' לשרתו"נא — דער ענין פון עבודה, עבודת הקרבנות.
און דעריבער האָט דוקא משה רבינו געהאַט דעם כח אויף אויפטאָן „ועשו לי מקדש", אַ מקום קבוענב פאַר דעם אויבערשטן — דורך דעם וואָס דאָס איז אַ בית קבוע וואו מ'דינט דעם אויבערשטן באופן של קביעות אין תורה עבודה וגמילות חסדים, וועלכע זיינען אין זיך כולל אַלע תורה ומצוות.
ה. און דער ענין פון משה רבינו („ועשו לי מקדש") שטייט בגלוי אין ז' אדר, זיין יום הולדת און יום הסתלקות, ווי גערעדט פריער אַז דעמולט שטייט בגלוי „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו",
און נאָכמער — דעמולט ווערט נתגלה די „עצמיות" פון משה רבינונג, וואָס זיין „עצמיות" פאַרבינדט זיך מיט דעם עצם פון דעם אויבערשטן*53, וואָס שטייט בגלוי אין דעם מקדש, אָן לבושים המסתירים (בדוגמא ווי אַן אדם כביכול בדירתו, כנ"ל ס"ג)נד.
ו. דערביי שטעלט זיך די שאלה: אמת טאַקע מ'שטייט היינט אין שבת פ' תרומה, ערב ז' אדר — אָבער למאי נפק"מ די אַלע אויבנדערמאָנטע זאַכן צו אידן איצטער אין חושך כפול ומכופל345פון גלות, ווען מ'האָט ניט דעם משכן און מקדש?
וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס עס שטייט אין מדרשנה בנוגע דעם פסוק „ועשו לי מקדש" — „כל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם, לא בעולם הזה ולא לעולם הבא".
פרעגט מען די שאלהנו: ווי זאָגט מען אַז „אינו זז כו' בעוה"ז" — ווען מ'זעט אַז ס'איז ניטאָ דער בית המקדש?
און מ'פאַרענטפערטנז, אַז אויך איצטער האָט מען די „מקדש מעט"נח, „אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות"נט.
און נאָכמערס: אויף „ושכנתי בתוכם" זאָגן חז"לסא, „בתוכו לא נאמר אלא בתוכם, בתוך כל אחד ואחד"סב. און דאָס איז דער עיקר הכוונה אין (און דער תכלית פון) „ועשו לי מקדש (כדי עס זאָל זיין) ושכנתי בתוכם"סג — אַז יעדער איד זאָל ווערן אַ „משכן" בגלוי פון דעם אויבערשטן, דורך דעם וואָס ער ווערט דורכגענומען מיט תורה עבודה וגמילות חסדים, וואָס דעמולט זאָגט דער אויבערשטער און מבטיח „ושכנתי בתוכם", בתוך כל אחד ואחת.
און דעריבער זאָגט דער מדרש אַז „ועשו לי מקדש" „אינו זז לעולם, לא בעולם הזה כו'" — וואָרום דער (עיקר פון) „ועשו לי מקדש" איז „בתוך כל אחד ואחת", און דאָס איז דאָ „לעולם" — בכל זמן ובכל מקוםסד. ד.ה. בזמן שבית המקדש הי' קיים, און במקום שבית המקדש הי' קיים, און בזמן הגלות, און אין מקום הגלות — „ועשו לי מקדש", דורך בויען אַ „מקדש מעט", און בעיקר — דורך מאַכן פון זיך אַליין אַ „מקדש" לה'.
ז. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, ווי די אויבנגערעדטע ענינים וועגן די עבודה פון משה רבינו פון „ועשו לי מקדש" — זיינען פאַראַן איצטער, כהודעת משה אין תורה שמסרה לנו, אַז „ועשו לי מקדש" „אינו זז לעולם":
דער פירוש אין „אינו זז לעולם" איז — נוסף אַז מ'האָט אַ זאַך וואָס פאַרבייט דעם מקדש און די עבודות אין מקדש (ווי תפלות במקום קרבנות תקנום) — אַז דער מקדש אַליין „רירט זיך ניט פון אָרט", מ'האָט דעם מקדש אַליין „לעולם", בכל זמן ובכל מקוםסה!
346דורך דעם וואָס מ'האָט אַ „מקדש מעט" און דורך „ושכנתי בתוך כל אחד ואחת" — האָט מען אַ מעין און אַ דוגמא און נאָכמער — אַ זאַך וועלכע איז במקום פון דעם בית המקדש — נאָר דער ביהמ"ק אַליין איז אינו זז, מיטן עיקר השלימות פון ביהמ"ק — אַ בית און דירה פאַר דעם אויבערשטן, בכל עצמותו,
וואָרום אין דעם באַשטייט תכלית הכוונה פון בריאת העולם און יעדער פרט פון עולם — נתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים, דעריבער מוז מען זאָגן אַז די כוונה מוז מען קענען דורכפירן בכל זמן ובכל מקום, סיי בזמן הבית און סיי בזמן הגלות, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ.
ויש להוסיף, אַז „אינו זז לעולם" אונטערשטרייכט אויך, אַז די עבודה פון „ועשו לי מקדש" דאַרף זיין (נוסף על — בכל זמן ובכל מקום) באַ יעדער איד אָן אונטערשייד, מענער, פרויען און קינדער, און אויך אין יעדער פרט פון די עבודה פון אַ אידן, ד.ה. יעדער זאַך וואָס אַ איד טוט, צי אַ גרויסע זאַך אָדער אַ קליינע, צי אַ הייליקע זאַך, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, אָדער אַ זאַך פון, להבדיל, דברי רשות (עסן, טרינקען וכו'), צי באַ זיך אין שטוב, אָדער באַ דער אַרבעט, אָדער אין גאַס — דאַרף ער דערפון מאַכן אַ מקדש פאַרן אויבערשטןסו.
און ווי עס שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם משכן און מקדש אַליין, אַז אע"פ וואָס דאָס איז געווען איין משכן ומקדש, איז ער באַשטאַנען פון אַ סך טיילן, און מהם, מלמטה למעלה: „החיל, עזרת נשים, עזרת ישראל, עזרת כהנים, בין האולם למזבח, ההיכל, קודש הקדשים"סז. ועד"ז אין משכן: דער חצר, דער אוהל מועד, דער קודש הקדשים. און אין זיי גופא — זיינען געווען פאַרשידענע כלים וכו'. וואָס יעדערער פון די פרטים ווייזט אָן אויף אַ באַזונדער עבודה אין „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און יעדער פרט שפּיגלט זיך אָפּ אין נפש האדם און אין די עבודה פון אידן — ווי ערקלערט אין ספרים.
וי"ל איין כללות'דיקן חילוק: די עבודה אין חצר המשכן אין פאַרגלייך צו די עבודה אין אוהל מועד און אין קודש הקדשים איז ענלעך צו דעם אונטערשייד צווישן די עבודה מיט דברי רשות, „כל מעשיך יהיו לשם שמים"סח און „בכל דרכיך דעהו"סט, און די עבודה מיט דברי קדושה, לימוד התורה און קיום המצוות.
און אין ביידע קצוות — דאַרף מען זיך אינגאַנצן אַריינלייגן אויף אויפמאַכן אַ משכן און מקדש לה', צוגעפּאַסט צו יעדער טייל פון זיין לעבן.
ח. דערפון האָט מען אַרויס אַ קלאָרע אָפּלערנונג פאַר יעדערן און יעדערע — און אין מעשה בפועל, המעשה הוא העיקר — אין די עבודה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחת", אין אַן אופן פון „אינו זז לעולם"
— און יעדער איד באַקומט אויף דעם ספּעציעלע כחות פון דעם שבת פ'347תרומהע, ווען מ'לייענט „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און פון זיין זיין ערב ז' אדר, דער יום הולדת און הסתלקות פון משה רבינו, וואָס זיין עיקר עבודה איז באַשטאַנען פון „ועשו לי מקדש" —
ווי מ'האָט לעצטנס מציע געווען און געבעטןעא, מיט אַ בקשה כפולה — אַז יעדער איד, מאַן פרוי און קינד, זאָל באַשטימען דעם קומענדיקן יאָר אַלס אַ זמן דהדגשת פון מאַכן יעדע אידישע הויז און יעדער צימער, יעדער טישל און בענקעל וכו' — אַ „מקדש מעט", אַ בית תורה תפלה און גמילות חסדים, אַ הויז און צימער וואו עס הערט זיך אָן אין יעדער פרט פון הויז (אפילו וכולל אין די דברי רשות) ווי מ'דינט דערמיט דעם אויבערשטן דורך תורה תפלה און גמילות חסדים, און דורך דעם זעט מען אַנטפּלעקטערהייט ווי דאָס איז (כביכול) דעם אויבערשטן'ס הויז און דעם אויבערשטן'ס צימער, און דעם אויבערשטן'ס טישל און בענקל אויף וועלכע דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם", איך רו צווישן און אין אייך, אין אַן אופן פון „אינו זז לעולם" — פּונקט ווי ס'איז געווען אין משכן משה און מקדש ראשון ומקדש שני, און ווי ס'וועט זיין בתכלית השלימות אין מקדש שלישי!
און טאָן אין דעם אין אַן אופן פון „אינו זז לעולם" — אין יעדער זמן און מקום און פרט פון זיין עבודה: יעדער רגע פון טאָג און אין יעדער אָרט וואו ער געפינט זיך און מיט וועלכן ענין ער זאָל נאָר זיין פאַרנומען — מאַכט ער אַ „משכן" און „מקדש" פאַרן אויבערשטן — סיי ווען ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות, טוט ער דאָס לשמו מיט די כוונה פון מאַכן אַ משכן ומקדש לה', אַ בית תורה תפלה וגמילות חסדים, און סיי ווען (להבדיל) ער עסט, טרינקט און שלאָפט — טוט ער דאָס „לשם שמים" און „דעהו", בכדי ער זאָל האָבן כחות אויף דינען דעם אויבערשטן אין תורה תפלה וגמילות חסדים.
און טוט דאָס איין מאָל, און נאָכאַמאָל און נאָכאַמאַל ביז אַז „אינו זז לעולם" שטענדיק.
ט. אין די בקשה איז ספּעציעל געווענדעט צו קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, בכל מקום שהם — אַז ער (זי) זאָל מאַכן זיין (איר) צימער, בעט, טישל וכו' — אַ „מקדש מעט", בית תורה תפלה וגמילות חסדים.
און ספּעציעל דורך דעם וואָס דאָרט זאָל זיך געפינען, אין אַן אָרט וואו אַלע קענען זען — זיין (איר) אייגענער חומש (אָדער אַן אַנדער ספר של תורה), סידור, און (להבדיל) צדקה פּושקע (און דאָרט אָנשרייבן „להשםעב הארץ ומלואה"עג און אונטער דעם (להבדיל) דעם קינד'ס נאָמען), אַזוי אַז יעדער טאָג זאָל ער זיי נוצן: לערנען אַן ענין אין חומש (תורה), זאָגן אַ תפלה אָדער ברכה אין סידור, געבן געלט אין צדקה פּושקע — כפשוט אַ חוץ שבת וימים טוביםעד.
348און דערצו קומט די ספעציעלע בקשה וכפולה — צו צלטערן, מחנכים און מחנכות, מדריכים און מדריכות, מנהלי מוסדות חינוך וכיו"ב שי';
אין צוגאָב דערצו וואָס זיי אַליין, בתוככי כל בני ובנות ישראל, מאַכן זייער הויז אַ בית תורה, תפלה וגמילות חסדים —
ליגט אויף זיי די אחריות, צוזאַמען מיט דעם גרויסען, גאָר גרויסען זכות — דער חינוך פון זייערע קינדערג, איינגעשלאָסן צו ווירקן אויף זיי דאָס אויבנגעזאָגטע, וואָס איז אַ הויפּטנקודה אין מחנך זיין קינדער — איינוואָרצלען אין זיי די שלשה עמודים וואָס אויף זיי שטייען תורה ומצוות — תורה תפלה און גמילות חסדים, באופן של קביעות, אַזוי אַז „חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה"עו, און באַ זיי וועלן די דריי עמודים אַלעמאָל זיין אַ קביעות אין זייער לעבןעז, „אינו זז לעולם", אויך ווען זיי וועלן אויפשטעלן בעז"ה ובהצלחתו אייגענע הייזער און משפחות, קינדער און קינדס־קינדער, און — עד סוף כל הדורות.
און ס'איז כדא י אַז די מדריכים און מדריכות שי' (כהנ"ל) זאָלן פרעגן באַ די קינדער פון צייט צו צייט, ובפרט אין יומין זכאין, ווי זיי באַנוצן זיך מיט זייצר סידור, חומש און צדקה פושקע.
און עס קומט אויך די ווענדונג ובקשה וכו' — צו די אַלע צו וועמען עס וועלן דערגרייכן די ווערטער — אַז זיי זאָלן עס מפרסם זיין אומעטום, און ספּעציעל באַ די וואָס פאַרנעמען זיך מיט חינוך פון קינדער.
יו"ד. דער אויבערשטער זאָל העלפן און מצליח זיין, אַז דורך דעם וואָס אידן וועלן טאָן „זייער טייל" אין „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", באופן פון „אינו זז לעולם" — זאָל (און וועט) דער אויבערשטער זיכער טאָן זיין טייל, און אַראָפּברענגען דעם בית המקדש השלישי, וואָס שטייט בנוי ומשוכלל למעלהעח — דעם בית הבחירה, בהר בעיר ובארץ הנבחרעט.
און די אַלע ענינים — וועט זיין דוקא דורך דעם עם הנבחר, אידן (ובפרט נאָך די הקדמה פון „מעשינו ועבודתינו"פ בזמן הגלות פון מאַכן אַ „מקדש מעט" וואָס „אינו זז לעולם"),
און מען וועט זען בגלוי ובתכלית השלימות ווי „ועשו לי מקדש" איז „אינו זז לעולם" — „מקדשפא אד' כוננו ידיך ה' ימלוך לעולם ועד"פב,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק א
- Id
- rh-ha157rmj