Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
1אחרי קבלת הפ"נ הכללי, ערב ראש השנה, ה'תשמ"ז
מפני כבוד הציבור איז איצטער ניט די צייט צו לייענען דעם פדיון (כללי), און מ'פאַרלאָזט זיך אויף דער חזקה פון יעדער אידא און פון אַלע אידן, ובפרט שטייענדיק אין „אחרית שנה"ב, ערב ראש השנהג — אַז אַלע גוטע זאַכן זיינען אַריינגעשריבן אין דעם פדיון.
און דער אויבערשטער „יראה ללבב"ד, וועט זיכער ממלא זיין משאלות לבב כל אחד ואחד מבני ישראל, בתוך כלל ישראל, כולל — דאָס וואָס איז געשריבן אין דעם פדיון (כללי), און דאָס וואָס דאַרף דאָרט שטיין, און — בהוספה על זה,
און עס זאָל אַלעס נתמלא ווערן בטוב הנראה והנגלה, למטה מעשרה טפחים, במהרה בימינו ממש.
ובמיוחד — מילוי הבקשה פון יעדער אידן און פון אַלע אידן, בתוך כלל ישראל, און אויך די בקשה פון דעם אויבערשטן אַליין (כביכול) — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנוה, במהרה בימינו ממש.
און „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"ו, „קהל גדול ישובו הנה"ז — לארצנו הקדושה, „ארץב אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" (וואָס דאָס גייט אויף ערב ר"ה, כנ"ל), ובאופן פון „ירחיב ה' אלקיך את גבולך"ח,