עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחת ש"פ נח, ו' מרחשון ה'תשמ"ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

38משיחת ש"פ נח, ו' מרחשון ה'תשמ"ז

א. היינטיקער שבת איז ששה בחשוןא — דער טאָג אין וועלכן עס האָט זיך פאַרענדיקט דער אומקערן זיך פון דער עלי' לרגל פון חג הסוכות, ווען יעדערער (אויך דער „אחרון שבישראל") האָט זיך אומגעקערט צו זיך אַ היים און צום געוויינטלעכן טאָג טעגלעכן לעבן.

ווי פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס די משנה זאָגטב, אַראָפּגעבראַכט להלכה בשו"עג, אַז שאילת הגשמים (בארץ ישראל) הויבט זיך אָן פון שבעה בחשון ("מליל ז' במרחשון"), „ט"ו יום אחר הרגל כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת", „ולא יעצרנו הגשם"ד.

היות אַז מ'האָט אנגעהויבן שאילת גשמים ב"ליל ז' במרחשון", איז מובן אַז דער „אחרון שבישראל" הגיע לביתו בששה בחשון (וואָרום אויב הגיע לביתו ערשט בשבעה בחשון, קען מען דאָך ניט אַנהויבן שאילת הגשמים בליל ז' חשון, ווייל דאָס קען דאָך גלייך ברענגען גשמים וועלכע וועלן שטערן דעם „אחרון שבישראל" וואָס איז נאָך בדרך).

קומט אויס, אַז היינט — ששה בחשון — איז

א) דער סיום התקופה פון עלי' לרגל בחודש תשרי (בחג הסוכות), בלשון הש"ךה, אַז כל זמן וואָס אידן זיינען געווען בדרך מעלי' לרגל (אפילו אויב זיי זיינען אַוועק פון ירושלים למחרת שמע"צו) און נאָך ניט אָנגעקומען לביתם „הי' דומה להם כאילו הם עדיין בא"י עסוקים בעניני הרגל"ז [וואָרום במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצאח];

און ב) התחלת התקופה פון עבודת כל בני ישראל כל אחד בביתו ובמקומו, „איש תחת גפנו ותחת תאנתו"ט, בארץ ישראל אָדער בחוץ לארץי, צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתוניםיא.

ב. כשם ווי אַלע ענינים פאַרבונדן מיט דעם ביהמ"ק זיינען גאַנץ (ברוחניות) אויך איצטער, בזמן הגלות ובחוץ לארץ — אַזוי אויך דער ענין39האמור בנוגע צו ששה בחשון (אַז דעמולט האָט זיך פאַרענדיקט די תקופה פון עלי' לרגל, און אנגעהויבן די עבודה כל אחד במקומו) איז קיים אויך איצטער בזמן הגלות ובחוץ לארץ.

ובמכ"ש וק"ו: מה־דאָך אַז „ונשלמהיב פרים שפתינו"יג אפילו בנוגע צו הקרבת הקרבנות וואָס זיינען אסור בזמן הזה, עאכו"כ אַז דער ענין פון ששה ושבעה בחשון איז קיים אויך איצטער — וואָרום אויך בזמן הזה איז די הלכה והנהגה במעשה בפועל אַז מ'איז שואל גשמים בארץ ישראליד אָנהויבנדיק פון שבעה בחשוןטו (צוליב דעם טעם „כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת"), און אויך „לאחר החורבן היו מתאספים ג"כ מכל הסביבות בירושלים לרגל, כמו שעושין גם היום"טז.

ביז אַז דאָס איז אויך נוגע בזמן הזה אין חוץ לארץ — ווי דער דין איזיז, אַז אויב מ'האָט געשריבן אין אַ שטר „אחר הרגל", איז די כוונה בזה — „ט"ו יום אחר הרגל", ווייל ביז דאַן איז נאָך „כאילו . . עסוקים בעניני הרגל".

דאָס הייסט, אַז אויך בזמן הזה ובחוץ לארץ איז ששה בחשון דער סיום התקופה פון די עבודה בחודש תשרי (ובמיוחד בחג הסוכות) און התחלת התקופה פון די עבודה בעולם.

ג. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו"יח — ווען אַ איד גייט אַרויס פון חודש תשרי בכדי מקיים זיין שליחותו בעולם — הויבט זיך אָן (בעיקר) נאָך ששה בחשון, ווען יעדער איד (אפילו דער „אחרון שבישראל") איז שוין אָנגעקומען לביתו און הויבט אָן טאָן עבודתו בקיום שליחותו בעולם.

דערפון איז אויך מובן, אַז וויבאַלד דער עיקר ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן נאָך ששה בחשון (ווייל ביז דעמולט איז „כאילו . . עסוקים בעניני הרגל"), דאַרף דעמולט זיין מעין דער באַוואָרעניש פון שולל זיין דעם „קשה עלי פרידתכם"יט וואָס איז געווען לאחרי שמע"צ דורך „עכבו עוד יום אחד"יט.

ד. דער ענין (וואָס איז גילטיק פאַר אַלע אידן בכל מקום ומקום) — דריקט זיך אויס נאָכמער בגלוי דאָרט וואו מ'זעט בגלוי ווי „עושים גם היום" מעין ודוגמת הענין פון עלי' לרגל:

בנוגע דעם תוכן הענין פון עלי' לרגל בעבודה הרוחנית בנפש האדם — איז מבואר בכ"מכ, אַז „משחרב ביהמ"ק,40הגם שאין אנו יכולין להשתחוות („עיקר הראי' היא ההשתחוואה שהי' משתחווה ויוצא"), עכ"פ נתפשטה קדושת הארה זו אפס קצהו במקדש מעטכא, בהכ"נ ובהמ"ד", ועאכו"כ — בהכנ"ס ובהמ"ד מיוחדים, וע"ד — דער ביהכנ"ס וביהמ"ד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוכב.

און אַזוי „עושים גם היום" — אַז כמה וכמה עשיריות ומאות מישראל זיינען זיך מטלטל („טלטולי דגברא" און „טלטולי דאיתתא"כג) מביתם ומקומם בכדי פּראַווען די מועדים פון חודש תשרי אין די ד' אמות (גשמיים) פון נשיא דורנו, מעין ודוגמא וזכר צו דער עלי' לרגל בזמן שביהמ"ק הי' קיים.

איז דערפון מובן, אַז דער ענין הנ"ל (בנוגע לששה ושבעה בחשון) איז נאָכמער בגלוי באַ די אורחים וואָס זיינען געקומען אַהערצו צו פאָרן פאַר חודש תשרי:

אַ חלק פון די אורחים זיינען צוריקגעפאָרן למקומם לאחרי שמע"צ ושמח"ת. אָבער אעפ"כ, איז דער סיום וגמר הרגל אויך פאַר זיי — דוקא בששה ושבעה בחשון, וואָרום ביז דעמולט איז נאָך „כאילו . . עסוקים בעניני הרגל", ווייל אפילו אויב זיי זיינען בדרך (אָדער אפילו שוין אָנגעקומען למקומם) איז במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא. וכמשל כ"ק מו"ח אדמו"רכד, אַז אַוועקגייענדיק פון די סעודהכה ושמחה גדולה פון חודש תשרי, נעמט מען מיט די „שיריים"כו וואָס זיינען געבליבן פון דער סעודה (זייענדיק אַ סעודה בשלימותה, באופן פון די והותר), און מ'איז נהנה פון די שיריים אויך בדרך, ובפרט בתחנה הראשונה (ששה ושבעה בחשון);

און לאחרי ששה בחשון, פאַנגט זיך אָן דער (עיקר) עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו".

נאָכמער בהדגשה ובגלוי שטייט עס באַ די אורחים וועלכע האָבן זיך ניט געאיילט אַוועקפאָרן פון די ד' אמות און זיינען געבליבן ביז ששה בחשון, און וועלן דערנאָך פאָרן למקומם (ניט אום שבת גערעדט) נאָך ששה בחשון — זעט מען באַ זיי בגלוי, אַז ביז ששה בחשון איז נאָך אַ המשך וסיום פון דעם רגל, „דומה להם כאילו הם עדיין . . עסוקים בעניני הרגל", און ערשט דערנאָך הויבט זיך באַ זיי אָן „ויעקב הלך לדרכו", יעדערער לביתו ולמקומו וואו ער געפינט זיך ע"פ ההשגחה העליונה צו דאָרט מקיים זיין תפקידו ושליחותו, „לשכן שמו שם"כז.

41ה. דערפון איז מובן, אַז אויך די

באַוואַרעניש פון שלילת „(קשה עלי)

פרידתכם" איז נוגע עוד יותר בנוגע צו

די וואָס זייער „פרידתכם" (נסיעה) בפועל וועט זיין ערשט נאָך ששה בחשון (אע"פ וואָס ששה בחשון הויבט זיך אָן דער (עיקר) „פרידתכם" פון אַלע אידן, אויך פון די וואָס זיינען אַוועקגעפאָרן פאַר ששה בחשון).

ועוד ועיקר: אע"פ וואָס מ'האָט שוין לכאורה באַוואָרנט דעם „קשה עלי פרידתכם" בשמע"צ (דורך „עכבו עוד יום אחד") — איז אָבער וויבאַלד אַז בששה בחשון הויבט זיך אָן דער אמת'ער „פרידתכם" (ווייל ביז דעמולט איז „כאילו . . עסוקים בעניני הרגל" — אין דער זעלבער זאַך), ובפרט אַז עס זיינען דאָ אַזוינע אידן וואָס באַ זיי הויבט עס דעמולט אָן בפועל — דאַרף מען עס דעמולט נאָכאַמאָל (און נאָך שטאַרקער) באַוואַרענען, וואָרום דער „פרידתכם" נאָך ששה בחשון קען אויך „מעורר" זיין דעם „פרידתכם" נאָך שמע"צ. ע"ד הכלל בהלכהכח פון חוזר וניעור (בפרט באַ מין במינו).

און נאָכמער — מ'דאַרף עס באַוואָרענען אויך באַ די וואָס בלייבן במקומם הם, וואו זיי זיינען געווען במשך הרגל, וואָרום אויך באַ זיי הויבט זיך אָן נאָך ששה בחשון דער (עיקר) ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" און „פרידתכם" — זיי „גייען אוועק" פון דעם מצב נעלה ורוחני בשעת הרגל ובמשך גאַנץ חודש תשרי, „מרובה במועדות"כט, און „גייען אַריין" אין די עבודה פון עובדין דחול, „לדרכו", יעדערער צו זיינע וואָכעדיקע ענינים, אין מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים.

ו. ווי באַוואַרנט מען דעם „קשה עלי פרידתכם"? איז דאָס פאַרשטאַנדיק פון דעם דיוק הלשון עצמו: א) לכאורה האָט געדאַרפט שטיין „קשה עלי פרידתנו", *) ניט „פרידתכם"? ב) וואָס הייסט „קשה עלי" לגבי דעם אויבערשטן?!

איז דער ביאור בזהל: מצד דעם אויבערשטן איז קיינמאָל ניטאָ קיין פירוד ח"ו צווישן אים מיט אידן. נאָר דער פירוד איז ח"ו צווישן אידן („פרידתכם") — מצד דעם וואָס זיי פאָרן זיך פאַנאַנדער (נאָך שמע"צ און נאָך ששה בחשון) כל אחד למקומו, וואָס דאָס לאַזט אַן אָרט אויף פירוד צווישן אידן, וואָס דאָס ברענגט אויך אַ פירוד ח"ו צווישן אידן מיטן אויבערשטן.

און אויף דעם זאָגט דער אויבערשטער „קשה עלי" — וואָרום „הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים"לא, יראת שמים איז כביכול ניט אין די „הענט" פון דעם אויבערשטן, נאָר אָפּגעגעבן לבחירת האדם („פרידתכם"), ס'איז תלוי אין אים אַליין צו האָבן יראת שמים, און אַז די יראת שמים זאָל מבטל זיין דעם „פרידתכם".

און אויף דעם גיט דער אויבערשטער די עצה „עכבו עוד יום אחד", וואָס אין דעם „יום אחד" (שמע"צ) ווערן אידן נתאחד בתכלית השלימותלב, און עס42ווערט נתגלה ווי זיי זיינען אַן „אומה יחידה"לג (ווי דאָס דריקט זיך אויס אין הקרבת „פר אחד"לד בשמע"צ), ביז אַז די התאחדות גיט כח צו שולל זיין דעם „(קשה עלי) פרידתכם" אויך לאחרי שמע"צ ושמח"ת וששה בחשון, ווען עס ווערט דער „ויעקב הלך לדרכו", כל אחד לדרכו, וואָרום באַ יעדער איד הערט זיך אָן, אויך אין זיין עבודה פרטית ב"דרכו", ווי ער איז איין זאַך מיט אַלע אַנדערע אידן (פון דער „אומה יחידה"), און זיין עבודה פרטית איז נוגע צו שלימות העבודה פון אַלע אַנדערע אידן, און אויך לאידך גיסא — אַז לשלימות עבודתו דאַרף ער אָנקומען צו די עבודה פון אַלע אַנדערע אידן. און דורך די התאחדות צווישן אידן — ווערן אידן אויך נתאחד (בגלוי) מיטן אויבערשטן — היפך פון „קשה עלי פרידתכם".

ובפשטות: אַז אויך במשך כל השנה כולה ווען יעדער איד איז מקיים שליחותו הפרטית בעולם — איז ער זיך מתאחד מיט אַנדערע אידן, הן ברוחניות, והן ובעיקר — בגשמיות,

ובכללות — אין זיין עבודה בהשלשה עמודים שעליהם העולם עומד — תורה, עבודה (תפלה) וגמילות חסדיםלה (וואָס זיי זיינען כולל כל התומ"צ) — אַז ער טוט די אַלע ענינים בצבור ובאחדות מיט אַנדערע אידן: תפלה בצבור, שיעורי תורה ברבים, ועאכו"כ גמ"ח וצדקה (כללות כל המצוותלו) — וואָס איז מאחד אידןלז. וואָס דאָס (עבודה בציבור) גיט צו אין שלימות העבודה (אויך עבודתו הפרטית)לח.

און פון התאחדות ישראל בעניני תומ"צ, ווערט עס נמשך אין אַלע אַנדערע ענינים, אויך עניני רשות, „כל מעשיך יהיו לשם שמים"לט, און „בכל דרכיך דעהו"מ.

ז. ובפרטיות יותר:

בכדי שולל זיין בשלימות ובתכלית דעם „(קשה עלי) פרידתכם" צווישן כללות בני ישראל — דאַרף יעדער איד לכל לראש אויפטאָן העדר הפירוד („פרידתכם") צווישן זיינע עשר כחות הנפש (עולם קטן זה האדםמא)מב:

43אַמאָל קען ווערן אַ מציאות פון „פרידתכם" בכחות הנפש של האדם — אַ פירוד בין שכל ומדות שלו (חב"ד און חג"ת), אַז ער האָט אַ פאַרשטאַנד אין אלקות און אין דעם הכרח אויף עבודת ה', אָבער דאָס קומט ניט אַראָפּ אין מדות שבלב (דער ענין פון קליפת עמלק)מג, אָדער אַ פירוד בין שכל ומדות און מעשה בפועל (נה"י ומלכות, רוח וגוף)מד, ווי יעדערער פילט עס במוחש באַ זיך.

ובפרט בשעת מ'האַלט באַ דער התחלה פון „ויעקב הלך לדרכו" (נאָך ששה בחשון), ווען יעדער איד גייט אַוועק פון דעם מצב נעלה בחודש תשרי און גייט אַריין אין זיין עבודה אין וואַכעדיקע זאַכן. גיט דאָס אַן אפשריות אויף ברענגען אַ מצב פון „פרידתכם" בין כחות הנפש שלו — ווייל די גלייךגילטיקייט און קאַלטקייט פון וועלט (עמלקמה) האָבן אויף אים אַ השפעה אַז עס זאָל ווערן אַ פירוד בין מוחין למדות, ובין מעשה בפועל.

און בכדי באַוואָרענען דעם „(קשה עלי) פרידתכם" בין עשר כחות נפשו — איז די עצה „עכבו עוד יום אחד", צוזאַמענקלייבן און מאַכן „אחד" איין „ציבור" פון זיינע עשר כחות הנפשמו. וואָס דאָס איז דורך דעם ענין והקדמה פון קבלת עול ויראת שמים, ביז אַז דאָס נעמט דורך כל כחות נפשו, אַזוי אַז יעדער כח ווערט נמשך וכלול אין די אַנדערע כחות — פון מוחין אין מדות ביז אין מחשבה דיבור ומעשה, בלימוד התורה וקיום המצוות, תורה עבודה (תפלה) וגמ"ח.

און דורך די אחדות וציבור פון עשר כחות נפשו — ברענגט דאָסמז (אָדער דאָס איז מוסיף אין) אחדות כללות בני ישראל. און דורך דעם — אחדות בגלוי צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן.

פאַרשטאַרקן אחדות ישראל (שלילת „פרידתכם") און די פעולות אין תומ"צ בכלל (בפרט בציבור) — הן בכללות עם ישראל, והן בכחות הנפש (עולם קטן זה האדם) — האָט מען מציע געווען צוויי ענינים [ווי גערעדט בארוכה במשך חודש תשרי, ובפרט בשמח"ת], וואָס זיינען כדאי איצטער נאָכאַמאָל דערמאָנען שטייענדיק איצטער בששה בחשון, ווען אַלע אידן האַלטן ביי אַריבערגיין פון דעם מצב הרגל צו די עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו", כאו"א במקומו ובעבודתו הפרטית, און דאָרט ממשיך זיין די44אחדות פון חודש תשרי בכלל און שמע"צ במיוחד:

א) הקמת בתי חב"דמח, בתי תורה, בתי תפלה ובתי גמ"ח וצדקה — בכל מקום ומקום וואו עס געפינען זיך אידן, ב) „עשה לך רב"מט:

די אַלע פעולות פון תומ"צ בציבור (וואָס זיינען כלול אין די דריי עמודים פון תורה, עבודה וגמ"ח) און פעולת האחדות שעי"ז וואָס מ'איז ממשיך במשך כל השנה מקדושת „ביהמ"ק" בעת „עלי' לרגל" — זיינען שלא בערך שטאַרקער בשעת מ'איז דאָס מקיים אין אַ בית קבוע („מקדש מעט") וואָס איז ספּעציעל געווידמעט צו תפלהנ (אַ בית הכנסתנא, „מקוםנב שמגדלין בו תפלה"), אָדער תורה (אַ בית המדרשנג, „מקוםנב שמגדלין בו תורה"), אָדער צדקה, אַזוי אַז יעדער איד וואָס געפינט זיך אין דער שכונה קען דאָרט אַריינגיין לערנען תורה, מתפלל זיין, אָדער געבן צדקה, אָדער באַקומען צדקה [צדקה גשמית (דאָרט נעכטיקן וכיו"ב) אָדער צדקה רוחנית (אַן עצה טובה וכיו"ב)]; ועאכו"כ אַ „בית משולש" וואָס איז כולל אַלע דריי זאַכן צוזאַמען, וואָס דעמולט איז יעדערער פון די דריי קוים מוסיף אין די אַנדערענד.

ווי מ'זעט עס בפשטותנה: אַ בית בכלל (מקיף הרחוק) איז מאחד די וואָס געפינען זיך בתוכו בלי שום חילוק ביניהםנו, און אַן אחדות באופן של קביעות והתיישבות — כידוע אַז אַ בית, איז אַ דירת קבע און בהתיישבות. דערפון איז מובן, אַז בשעת אידן האָבן אַ בית קבוע בשכונתם ובעירם וואו מ'קען זיך צוזאַמענקלייבן צו לערנען תורה, מתפלל זיין, געבן צדקה וגמ"ח — איז דאָס זיי מאחד מיט אַן אחדות קבועה אין אַ בית קבוע, וואָס איז זיי מאחד שלא בערך שטאַרקער ווי בשעת מ'וואָלט עס געטאָן במקום ובאופן עראי. נוסף להפשוט, אַז בשעת די אידן ווייסן אַז זיי האָבן אַ בית קבוע וואו מ'קען אַלעמאָל אַריינגיין לערנען תורה, מתפלל זיין אָדער געבן צדקה (אָדער45כולם יחד) — פועל'ט דאָס אַליין אַן אחדות קבועה צווישן די אידן.

וואָס דאָס איז דער תוכן כללי פון אַ „בית חב"ד": די ג' מוחין חב"ד (חכמה בינה דעת) זיינען די שלשה קוים, קו הימין, קו השמאל וקו האמצעי — כנגד תורה (קו האמצעי), תפלה (קו השמאל) וגמ"ח (קו הימין). און אַ „בית חב"ד" מיינט אַז די שלשה קוים זיינען אין אַ בית קבוע באופן של התיישבותנז. ובפשטות: אַ בית קבוע, אַ „בית משולש" (בית תורה, בית תפלה ובית צדקה וגמ"ח) וואָס מ'שטעלט אויף בכל מקום ומקום וואו עס געפינען זיך אידן — בכדי באַלייכטן („נרות להאיר") און משפיע זיין אויף דעם גאַנצן אַרום אין תורה ומצוות און אידישקייט בכללנח.

ובאופן אַז די עבודה אין די שלשה קוים איז דורכגענומען מיט דעם אור פון פנימיות התורה (נשמתא דאורייתאנט), הפצת המעינות חוצה, כפי שנתגלתה בתורת חסידות חב"ד, באופן פון „יתפרנסון"ס מיני' — וואָס דאָס גיט אַריין אַ פנימיות אין די עבודה ואחדות בג' קוים אלוסא.

ט. בכדי מצליח זיין כדבעיסב אין אחדות כללות עם ישראל ע"י הקמת בתי חב"ד, דאַרף יעדער איד אַליין ווערן אַ (דוגמא חי' לזה — א) „בית חב"ד" (בעיר קטנהסג זה הגוףסד). ד. ה. אַז חב"ד שבנפשו (וכל עשר כחות שלו) ווערט נתאחד אין אַן אופן פון אַ „בית"סה, דירת קבע:

כשם ווי אַ בית (קבוע) כפשוטו טוט אויף אַן אחדות קבועה, אַזוי דאַרף אויך זיין אין דער „עיר קטנה" פון דעם מענטשן — אַז די אחדות פון אַלע זיינע כחות הנפש (כנ"ל ס"ז) דאַרף זיין (ניט באופן עראי, נאָר) באופן קבוע, אַזוי אַז ער בויט אויף אַ „בית"סו פון אַלע זיינע עשר כחות הנפש ביחד — אָנהויבנדיק פון חב"ד שבנפשוסז, און פון חב"ד46(אמות ומקור המדותסח, וכל העשר כחות) ווערט עס נמשך אין חג"ת (מדות) און נה"י, מחשבה דיבור ומעשה, אַזוי אַז ער ווערט אַליין אַ „נר להאיר", ובדרך ממילא קען ער משפיע זיין און באַלייכטן און אַנצינדן אַנדערע „נרות".

יוד. און דער „בית חב"ד" בכחות הנפש דאַרף זיך אויסדריקן אין זיין עבודה בפועל, בתורה, עבודה וגמילות חסדים. אין פשוט'ע אותיות:

תורה [קו האמצעי]: אפילו בשעת אַ איד במשך השנה איז זיך עוסק רוב היום (בהיתר התורה — זייענדיק פון „זבולון" און ניט „ישכר") אין עובדין דחול ועניני העולם — דאַרף ער קובע זיין עתים לתורה, „כדת הניתנה לכל אחד ואחד בהלכות תלמוד תורה"סט, אַזוי אַז ער ווערט דעמולט „משכן ומכון לשבתו הוא יחודו ית'"סט, ע"ד ובדוגמת השראת השכינה במשכן ומקדש („בית חב"ד" הכללי ובשלימותוע).

ד.ה. אַז אין דעם זמן ווען ער לערנט תורה (אע"פ וואָס ברוב היום פאַרנעמט ער זיך מיט אַנדערע זאַכן) ווערט ער אַ „בית חב"ד": תורה (חב"ד — „חכמתכם ובינתכם"עא) שטייט ביי אים ווי אַ „בית" קבוע ובהתיישבות, אַזוי אַז בשעת הלימוד האָט ער ניט אַ שייכות מיט קיין אַנדער זאַך בעולם חוץ פון זיין לימוד התורה, ע"ד „תורתועב אומנתו"עג (בזמן זה).

ובלשון חז"לעד „עשה תורתך קבע ומלאכתך עראי", ד.ה. אַז אפילו ווען במשך כמה שעות ביום איז ער עסוק במלאכתו, און נאָר אַ טייל פון טאָג לערנט ער תורה, איז אָבער „תורתך קבע ומלאכתך עראי", וויסנדיק אַז עיקר ענינו איז — תורה, „תורתו אומנתו", כולל — אַז די תורה איז אויך זיין אומנות וואָס ברענגט אים פרנסה גשמית, וואָרום „ברכת ה' היא תעשיר"עה, און „מלאכתך" איז נאָר אַ „כלי ולבוש" בלבדעו, במילא פאַרשטייט זיך אַז בשעת ער לערנט תורה איז ער ניט מפסיק צוליב ותועלת דעניני מסחר וכיו"ב: עס מעג זיך „איבערקערן" די גאַנצע וועלט, און עס מעג קלינגען דער טעלעפאַן וכיו"ב — איז ער ניט מפסיק מלימוד התורה, און בלאה"כ — ברכתו של הקב"ה בעניני הפרנסה ווערט נמשך (ניט דורך זיין התעסקות במסחר, נאָר) דורך לימוד התורה דוקא!

ועד"ז אין עבודת התפלה [קו השמאל] — אַז בזמן התפלה איז דע לפני מי אתה עומדעז, לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, ער שטייט אין אַ מעמד ומצב וואו זיינע גאַנצע מציאות איז דורכגענומען מיט ענין התפלה (באופן של47„בית" קבוע), מעין ודוגמת הקרבת הקרבנות בבית המקדש, „תפלות כנגד קרבנות תקנום".

און אויך אין גמ"ח וצדקה [קו הימין]: „גם שאר היום כולו שעוסק במשא ומתן — יהי' מכון לשבתו ית' [„בית"] בנתינת הצדקה שיתן מיגיעו כו'"סט.

יא. און פון דעם „בית חב"ד" בכחות נפשו (און ווי דאָס קומט אַרויס בעבודתו בפועל אין תורה עבודה וגמ"ח) — ווערט עס נתפשט (במובן יותר רחב) אין ביתו כפשוטועח, אַז זיין הויז ווערט אַ „בית חב"ד". ובפשטות: אַ בית וואָס איז מיוסד און דורכגענומען מיט תומ"צ און אידישקייט (דורכגענומען אויך מיט דעם אור פון פנימיות התורה), וואו מ'זעט בגלוי דעם „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם — בתוך כאו"א", אַזוי אַז „ביתך" ווערט אַ „בית ועד לחכמים"עט, ובית תפלה ובית צדקה וגמ"ח — אַז פון דעם בית קומט אַרויס אַ התעוררות צו אַלע מענטשן און בתים אַרום אין די שלשה קוים פון תורה תפלה וגמ"ח.

און דורך דעם (וואָס מ'איז אַליין אַ „בית חב"ד", און די אייגענע שטוב איז אַ „בית חב"ד") — ווערט אַ סך לייכטער צו אויפשטעלן אין דער שכונה און שטאָט אַ „בית חב"ד" הכללי. ועד"ז לאידך גיסא: דער „בית חב"ד" כללי גיט כח צו די עבודה פון מאַכן אַ „בית חב"ד" פון דער אייגענער שטוב און די אייגענע עשר כחות.

ביז אַז דאָס גיט נאָכמער כח אַז דער גאַנצער אַרום (אויך מחוץ העולם קטן זה האדם, ומחוץ לבית הפרטי ומחוץ לבית חב"ד הכללי) ווערט אַ „בית חב"ד" — אַ דירה (דירת קבע0) לו ית' בתחתוניםפא, אַ דירה לעצמותו ית'פב, דורך די עבודה פון כאו"א בחלקו בעולם, „ויעקב הלך לדרכו" (וואָס הויבט זיך אָן בעיקר נאָך ששה בחשון).

יב. דערביי קען נאָך אָבער בלייבן אַ שוועריקייט:

עס קומט ניט אַלעמאָל אָן אַזוי גרינג צו פועל'ן אחדות (שלילת „פרידתכם") בעשר כחות הנפש, ועד"ז בביתו ובסביבתו (ע"י הקמת „בית חב"ד"), וואָרום ער האָט דאָך אַ נפש הבהמית ויצה"ר (בחי' עמלק שבו) וואָס שטערט דערצו. ובפרט ווען מ'האַלט באַ יורד זיין פון דעם מצב נעלה במשך חודש תשרי אין די עובדין דחול פון „ויעקב הלך לדרכו", ווען ס'איז מעגלעך אַז די ירידה זאָל אויף אים פועל'ן אַ פירוד בכחות נפשו, בין מוחין ומדות כו', ביז אַז אפילו דער אויבערשטער זאָגט „קשה עלי פרידתכם".

און אמת טאַקע — דורך די הקדמה פון קבלת עול ויראת שמים קען ער באַוואָרענען דעם „פרידתכם" (כנ"ל ס"ואָבער קב"ע ויר"ש גופא איז ניט אַ לייכטע עבודה!

אויף דעם האָט מען די עצה פון אַ דבר משנהפג — „עשה לך רב", נעם צו48זיך אַ צווייטן אידן, אַלס אַ רב: נוסף אויף דעם עצם ענין אַז בשעת צוויי אידן טרעפן זיך איז דאָס צוויי נפש האלקית אויף איין נפש הבהמיתפד (כפתגם אדמו"ר האמצעיפה), במילא העלפט דאָס יענעם איינקערן זיך מיט זיין נה"בפו — קומט אין דעם צו, אַז דער צווייטער איז אַ „רב", אַזאַ וואָס איז גדול ממנו (בחכמת התורה ונסיון בפועל וכיו"ב)פז, און קען אים אַרויסהעלפן מיט אים געבן אַן עצה טובה ועידוד כו' בעבודתו ויראת שמים שלו, והמשכת מוחין במדות ובמחשבה דיבור ומעשה וכו'.

ובדיוק לשון המשנה — „עשה לך "

„עשה": דער עצם ענין פון מקבל זיין אַ רב אויף זיך דאַרף זיין באופן פון „עשה", „לשון עשי' יאמר על דבר שצריך לטרוח ולעשות על ידו"פח, ביז עשי' מלשון כפי'פט. ד. ה. אַז דאָס איז ניט באופן פון „בחר" (וכיו"ב), אַז דער נה"ב האָט אין דעם אויך אַ דיעה און איז צופרידן מיט דעם רב, ווייל דאָס באַווייזט וואָס פאַר אַ רב מ'האָט זיך אויסגעקליבן — אַזאַ מיט וועמען דער נה"ב איז צופרידן, וואָרום יענער וועט אים ניט מגביל זיין פון טאָן כפי רצונו כפי שמתאים ונוח (לבהמיות ש)לה . . . נאָר דאָס דאַרף זיין באופן פון „עשה", אַז ער איז דערמיט כופה דעם נה"ב.

„לך": א) דאָס קומט טאַקע באופן של „עשה" (כפי'), אָבער „לך", לרצונך. ב) ער ווערט דיין רב. ניט „עשה רב" פאַר אַ צווייטן, אָבער דו אַליין דרייסט זיך דערפון אַרויס, נאָר „עשה לך רב", ביז אין אַן אופן פון „לך — לפנימיותך"צ.

„רב": „תקבלוהו עליך לרב", לסמוך על דבריוצא און מקיים זיין וואָס ער הייסט דיר, אַזוי ווי יעדער הוראה ופס"ד פון אַ רב.

ואין לומר אַז ער קען זיך ניט געפינען אַ „רב" המתאים לו — ווייל היות אַז דאָס איז אַ ציווי אין אַ משנהצב בתורת ה', תורת אמת, איז דאָ דער כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"צג, און זיכער איז דאָס אַ „רב" המתאים לו, און ניט ערג־וואו בעולם (וואָס דעמולט איז דאָס ווייטער אינו לפי כחו), נאָר „קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו"צד.

49און דורך קיום הדבר משנה, מיט די תנאים הנ"ל — וועט עס זיכער אַרויסהעלפן יעדער אידן אין איינקערן זיך מיט זיין נה"ב און עבודתו בכלל, ובמיוחד — די עבודה פון אחדות עשר כחות נפשו, ואחדות בביתו ובשכונתו ובכל העולם כולו — דורך אויפמאַכן אַ „בית חב"ד" אין די אַלע ענינים, כנ"לצה.

יג. און דורך דעם וואָס עס וועט זיין „תמים תהי' עם ה' אלקיך"צו, תמים בכל עשר כחות שלו ובכל רמ"ח אברים וכו'צז, דורכגענומען מיט „תורה תמימה", נגלה דתורה ופנימיות התורה (חב"ד), און מ'פועל'ט אויך אַז אין דעם אייגענעם בית ושכונה ועיר וכו' זאָל זיין באופן של תמימות, דורך הקמת „בתי חב"ד", וואָס וועט משפיע זיין אַז אויך אַנדערע אידן זאָלן שטיין באופן פון „תמים תהי'" —

וועט דאָס נאָכמער צואיילן די גאולה תמימה, גאולה שאין אחרי' גלותצח, וביהמ"ק תמים, בית שלישי, דער „בית חב"ד" העיקריצט, שיבנה במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xc8zrskj

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#152 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here