עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב ט"ו בשבט, ה'תשמ"ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה'תשמ"ז. ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיק פון יו"ד שבט, יאָרצייט־הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, איז נאָך פריש אין זכרון דער ענין פון נצחיות הנפש בכלל, ובפרט נצחיות הנפש פון אַ נשיא בישראל און — וואָס זיין גאַנץ לעבן בעלמא דין איז געווען פאַרבונדן און דורכגעדרונגען מיט נצחיות פון תורה און מצוות; בפרט אַז דער בעל ההילולא האָט אויפגעשטעלט אַ דור, און דורי דורות, פון תלמידים און נאָכפאָלגער וועלכע גייען אין זיין וועג;

ובמיוחד וואָס דער הויפּט־ציל פון זיין עבודה און טעטיקייט איז געווען צו פאַרשפּרייטן תורה (הנגלה והפנימית) און מצוות אין די ברייטסטע קרייזן פון אידן אומעטום, ביז אַז עס זאָל דורכנעמען יעדן אידן און אַלע אידן, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, אָן קיין אויסנאַם, ואדרבא, כולנו כאחד, און אין אַן אופן פון עמדו595הכן כולכם און זאָגן להשם: נעשה ונשמע — אַלע מצות און כל התורה כולה, לנצח.

וואָס דערפאַר איז די קומענדע הצעה און בקשה כפולה געווענדעט צו יעדן און יעדע, אידן בכל מקום שהם. ובהקדמה:

יעדן יאָר, און פון יאָר צו יאָר, אין דעם טאָג פון הילולא, דאַרפן און ווערן אַלע ענינים פון בעל ההילולא ניט נאָר פאָרגעזעצט נאָר, ועיקר, באַנייט ביתר שאת וביתר עז, ווי עס דאַרף זיין אין אַלע ענינים פון טוב וקדושה, לויט דעם אָנזאָג מעלין בקודש. ובפרט אין ענינים כלליים ועיקריים.

די באַנייאונג וחידוש איז אויך אין ענינים וועלכע זיינען שוין פריער געווען; נאָר פריער איז דער ענין געווען ניט אַן עיקר'דיקע זאַך, אָדער ניט מיט דער זעלבער הדגשה ווי דאָס קומט אַרויס אין דעם באַנייטן אופן. במילא רופט די באַנייאונג אַרויס ביי אַ מענטשן בכלל, און באַ אידן בפרט, פרישע כוחות, וועלכע דריקן זיך אויס ביז במעשה בפועל, און המעשה הוא העיקר. אַזוי אַרום זיינען אויך די באַנייטע (כאָטש ניט נייע) ענינים כחדשים, ביז צו אַזאַ באַנייאונג וועלכע מאַכט זיי חדשים ממש.

ס'איז אין דער נאַטור פון אַ מענטשן, ווי השם האָט אים באַשאַפן, אַז אַ זאַך וועלכע איז אַ טאָג־טעגלעכע ערשיינונג, אָדער אפילו ניט אָפט אָבער דער עיקר קומט צוזאַמען מיט, אָדער צווישן, אַנדערע ענינים, און ניט אַלס אַן עיקר'דיקע זאַך — רופט די זאַך ניט אַרויס ביי אים אַ ספּעציעלע אויפמערקזאַמקייט, ווי וויכטיג די זאַך זאָל ניט זיין פאַר זיך אַליין.

אַנדערש איז דאָס ווען די זאַך שטעלט זיך אַרויס אַלס אַן עיקר'דיקע, מיט אַ פּאַסנדע הדגשה דערצו, דאַן איז די באַציאונג און אָפּרוף גאָר אויף אַן אַנדער אופן.

596ובהנוגע אלינו — אַ זאַך וואָס מ'האָט וועגן דעם גערעדט שוין פריער, אָבער ניט מיט דער פולסטער הדגשה וועלכע עס פאָדערט זיך ווען מ'רעדט וועגן אַן עיקר'דיקע זאַך אין טָג־טעגלעכן לעבן

מ'זאָל מאַכן יעדע אידישע היים אַ מקדש מעט, ווי דאָס איז מרומז אין דעם אויבערשטנ'ס ציווי און הבטחה — ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, לויט דער אונטערשטרייכונג פון חכמינו ז"ל, אַז עס שטייט ניט ושכנתי בתוכו (לשון יחיד — אין מקדש) נאָר בתוכם (לשון רבים) — אין יעדן איינעם און איינע, אין לבבך נפשך מאדך — ממונך, אין יעדער אידישע היים.

אין איינפאַכע ווערטער: דאָ קומט מען ארויסבריינגען מיט דער פולסטער הדגשה, אַז מ'זאָל מאַכן דעם ענין פון ושכנתי בתוכם — אַן עיקר'דיקע זאַך און אָפּגעבן. זיך דערמיט מיט דער גרעסטער השתדלות בפועל, אין מחשבה דיבור ומעשה, צו פאַרווירקלעכן די זאַך אין דער פולסטער מאָס.

קלאָרער און מער בפרטיות: דער מקדש מעט — ושכנתי בתוכם — אין האַרצן פון יעדן אידן און אין יעדער אידישע היים, זאָל זיין אַן אָפּשפּיגלונג, כביכול, פון דעם מקדש הכללי, וואָס האָט כולל געווען אין זיך און געווען דער מקור לכל העולם — פון די דריי עמודים וואָס די וועלט שטייט אויף זיי: תורה, עבודה און גמילות חסדים.

תורה — ווערט אונטערשטראָכן אין דעם ערשטן פרט אין ציווי פון ועשו לי מקדש:597ועשו ארון גו' ונתת אל הארון את העדות (התורה) — אין קודש הקדשים פון משכן ומקדש,

און תיכף ווי עס איז פאַרענדיקט געוואָרן תורה (שבכתב) — איז געווען דער אָנזאָג און דער קיום פון: ושמתם אותו (דעם ספר התורה) מצד ארון ברית השם — אין קודש הקדשים.

עבודה — ביתי איז בית תפלה יקרא און זה שער השמים, אַלע תפלות זיינען געווענדעט און גייען אַרויף דורך דעם בית המקדש (וקודש הקדשים),

און ועשו לי מקדש בכלל איז דאָך, ער זאָל זיין אַ בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות, ווי דער רמב"ם ערקלערט, וואָס די כוונה און פנימיות'דיקער אינהאַלט פון אַ קרבן איז אדם כי* יקריב מכם קרבן לה', דערנעענטערן זיך צום אויבערשטן, ביז הקרבת חלבו ודמו — תפלה במסירת הרצון והנפש.

גמילות חסדים — ווי דער ציווי פרטי באַלד נאָך ועשו ארון (ופרטיו): ועשית שלחן גו' ונתת על השלחן לחם, וואָס דער בית המקדש אין געווען דער אָרט פון וועלכן דער אויבערשטער האָט משפיע געווען אַלע זיינע חסדים מידו המלאה הפתוחה הקדושה598והרחבה, פאַר דער וועלט בכלל און פאַר אידן במיוחד.

אין דעם אַלעם איז דאָ דער אָנזאָג פון השם: והלכת בדרכיו, אַזוי ווי השם איז גומל חסדים אַזוי, כביכול, זאָלסט דו זיין גומל חסדים א. ז. וו. דער מקדש מעט פון יעדער אידישער היים דאַרף פאַרקערפּערן אין זיך די אויבנדערמאָנטע דריי עמודים:

תורה: בית שמגדלין בו תורה, אַ הויז וואו מ'לערנט תורה בקביעות און אין אַן אופן פון מגדלין, מיט אַ גדלות אין כמות און אין איכות; כולל אַז דער בית ווערט אַ בית מלא ספרים, און די ספרים בלייבן ניט אויף דער פּאָליצע אָדער אין שראַנק, נאָר דער גאַנצער בית ווערט אָנגעפילט מיט (דעם אינהאַלט פון) די ספרים.

תפלה: בית שמגדלין בו תפלה, אָנהויבנדיק דעם טאָג מיט מודה אני לפניך מלך ביז השכיבנו אבינו לשלום פון קריאת שמע שעל המטה.

מ'דאַוונט בציבור אין בית הכנסת, אָבער מיד שיתעורר משנתו על מטתו — יקום און ער זאָגט מודה אני וכו', און שליסט אָפּ דעם טאָג מיט ק"ש שעל המטה, און אין צווישן זיינען דאָ כמה תפלות וברכות, ברכות פאַרן עסן און נאָכן עסן וכו'.

גמילות חסדים: אין צוגאָב צו צדקה־פּושקעס אין הויז, איז דאָס אַ הויז וואו מ'פּראַוועט הכנסת אורחים, גמילות חסדים בנפשו בגופו ובממונו צו יחידים און צום599כלל: שטיצן און אויפהאַלטן מוסדות תורה, בתי־כנסיות לתפלה, און מוסדות צדקה וחסד א. ז. וו.

אַזאַ בית — מקדש מעט — ווערט געגליכן, כביכול, צום מקדש אד' כוננו ידיך (אין דער פרשת השבוע), וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם פסוק גלייך נאָכדעם: ה' ימלוך לעולם ועד: ס'איז אַ הויז וואו מודה אני לפניך מלך דרינגט דורך אַלע ענינים אין הויז און דאָס ווערט דער גרונדפּרינציפּ פון דעם גאַנצן טאָג הנהגה פון הויז און הויזגעזינד — לעולם ועד.

אַודאי זיינען די דריי דערמאָנטע זאַכן: תורה, תפלה און צדקה, פאַראַן אין אידישע הייזער, אָבער אינו דומה — ס'איז אומפאַרגלייכבאַר — ווען מ'מאַכט זיי אַן עיקר ויסוד פון אַלע עניני הבית.

און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער פאָדערט פון אַ מענטשן צו טאָן לפי כחו, איז מובן, אַז דאָס וואָס ער פאָדערט פון אַ אידן, מאַן אָדער פרוי, איז אינגאַנצן אין די ראַמען פון זייערע כוחות דורכצופירן. גלייכצייטיק אָבער פאָדערט דער אויבערשטער, אַז יעדער איינער און איינע זאָל אויסנוצן זיינע, אָדער אירע, כוחות אין דער פולסטער מאָס. בפרט, לויט דעם מאמר הידוע, אַז דער אויבערשטער האָט קיין זאַך ניט באַשאַפן לבטלה (אומנוציג, איבעריק), און ער דערוואַרט דעריבער אַז די כוחות וואָס ער גיט זאָלן אויסגענוצט ווערן אין דער פולסטער מאָס.

אין דעם איז נכלל אויך די כוחות וואָס דער אויבערשטער גיט אַ אידן מקיים צו זיין דעם ציווי להעלות בקודש — ניט צו באַגנוגענען זיך מיט דעם מצב בהווה, ווי גוט ער איז, נאָר גיין מחיל אל חיל, שטייגן העכער און העכער, פון צייט צו צייט און פון טאָג צו טאָג, אין אַלע ענינים פון טוב וקדושה.

דאָ קומט אויך די פאַרבינדונג מיט ראש השנה לאילנות, די אָפּלערנונג דערפון:

600תורה זאָגט כי האדם עץ השדה: אַ מענטש איז געגליכן צו אַ בוים. וואָס דער סימן פון אַ לעבעדיקן בוים איז אַז ער האַלט אין איין וואַקסן, און דער תכלית פון אַ בוים איז ער זאָל אַרויסגעבן גוטע פירות און פירי פירות, און וואָס מער און וואָס בעסערע.

עס ווערט געפאָדערט פון אַ אידן, אַז ער זאָל טאָן אין אַן אופן פון וואַקסן, מוסיף והולך אין אַלע עניני טוב, וועלכע זיינען אויסגעשטעלט און פאַרבונדן מיט די דריי עמודים, תורה, תפלה און גמילות חסדים (מצוות).

און וויבאַלד אַז די אַלע ענינים זיינען פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, אין־סוף ברוך הוא, במילא זיינען זיי אויך איןסוף'דיקע, און ס'איז שטענדיק דאָ אָרט מוסיף צו זיין אין זיי. און אויך אויף דער הוספה ועלי' האָט דער באַשעפער געגעבן די אַלע נויטיגע כוחות, ווי אויבנגעזאָגט, און נאָכמער: צו טאָן און אויפטאָן אין די אַלע זאַכן בשמחה וטוב לבב.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל מצליח זיין בכל האמור, וואָס דורכדעם וועט מען נאָך מער צואיילן דעם בנין בית המקדש וועלכער איז מרומז אין דעם פסוק מקדש אד' כוננו ידיך, בביאת משיח צדקנו, ווען עס וועט מקויים ווערן ה' ימלוך לעולם הנז ,

עס וועלן מקויים ווערן אין דער פולסטער מאָס די יעודים: רצית השם ארצך (דו601האָסט באַוויליגט, השם, דיין לאַנד), ארצנו תתן יבולה (אונזער לאַנד וועט געבן איר פרוכט) פאַר אירע איינוואוינער, לשכון כבוד בארצנו (צו רוען בכבודיק אין אונזער לאַנד), וואָרום עס וועט מקויים ווערן הראנו ה' חסדך וישעך תתן לנו (ווייז אונז, השם, דיין חסד און גיב אונז דיין ישועה), און אין אַן אופן פון הראנו, וראו כל בשר — לעיני בשר ממש.

מ מ "602ב"ה, אין די טעג צווישן יו"ד שבט, יאָרצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר,

און ט"ו בשבט, ראש השנה לאילנות,

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אידישע קינדער

בכל מקום שהם

השם עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוגאָב צום כללות'דיקן אַלגעמיינעם בריוו — קומט דאָ מער בפרטיות דער פאָרשלאַג און בקשה כפולה צו יעדערן פון אייך, אַן אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, צו מאַכן פון זיין חדר, זיין בעטל, זיין טישל א.ז.וו. — אַ בית תורה, תפלה און גמילות חסדים: יעדן טאָג לערנען דאָרט תורה, זאָגן אַ תפלה להשם, געבן צדקה, אין אַ צדקהפּושקע (אַ חוץ פון שבת און יום טוב), א.ז.וו.

און יעדער פון אייך זאָל האָבן זיין אייגענעם סידור (תפלה), אייגענעם חומש (אָדער אַן אַנדער ספר של תורה), און, להבדיל, אַן אייגענע צדקה־פּושקע,

[און אָנשרייבן דאָרט (אויף דעם בלאַט וואָס קומט איידער עס הויבט זיך אָן דער סידור, אָדער ספר) „להשם הארץ ומלואה" (אָדער אין אַ ר"ת — „לה"ו") און זיין נאָמען, כמנהג ישראל. אויב מעגליך — אַזוי אויך אויף דער צדקה־פּושקע.

און דער אויבערשטער זאָל בענטשן און מצליח זיין יעדן פון אייך צו וואַקסן און שטייגן אין תורה תפלה און גמילות חסדים — לויט דעם רמז פון ראש השנה לאילנות, און בריינגען דעם גאַנצן יאָר אַ סך גוטע פירות (גוטע מעשים)

— לויט די מערערע ברכות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר.

און טאָן דאָס אַלעס אין גוטן געזונט און מיט שמחה.603ב"ה, קמי שבתא פ' ויקהל פקודי ופ' החודש,

כ"ה אדר, ה'תשמ"ז.

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

שטייענדיק ערב שבת פ' החודש, שבת מברכים חודש ניסן, ראשון לחדשי השנה, וואָס זיין צענטראַלע נקודה איז דער יום־טוב פסח, זמן חירותנו, איז זיכער די פּאַסנדע צייט צו פאַרשטאַרקן די הכנות צו פסח; הכנות אויך — און ספּעציעל — אין גייסטיקן זין, צו אַריינטראַכטן זיך אין די כללות'דיקע און פרטיות'דיקע ענינים פון דעם ערשטן און הויפּט פון די ימים טובים; אַריינטראַכטן זיך וואָס מ'דאַרף זיך אָפּלערנען פון זיי און אַראָפּברענגען במעשה בפועל אין טאָג־טעגלעכן לעבן דעם גאַנצן יאָר.

ווי גערעדט מערערע מאָל, האָט יעדער יום־טוב ענינים וועלכע זיינען משותפים אין אַלע ימים־טובים, און ענינים אין וועלכע יעדער יום־טוב איז אויסגעטיילט פון אַנדערע ימים־טובים.

וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איין ספּעציעלן ענין וואָס מ'געפינט נאָר אין דעם יום־טוב פסח און ניט אין די אַנדערע ימים טובים: דער ענין פון חפזון (איילעניש), ביז604אין אַן אופן פון דילוג (אַריבערשפּרינגען), וואָס ווערט אויך אונטערשטראָכן אין דעם נאָמען פון דעם יום־טוב (לויט איינעם פון די עיקר־פירושים): פסח, על שום שפסח, אַז די אידישע הייזער צווישן די מצרישע זיינען ניצול געוואָרן אין אַן אופן פון דילוג; ווי דאָס איז מרומז אויך בנוגע צו כללות הגאולה פון גלות מצרים אין דעם פסוק קול דודי הנה זה באַ מדלג על ההרים (אָט קומט דער אויבערשטער ברענגען די גאולה, שפּרינגענדיק איבער די בערג).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rvdtdvf0

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#153 Sefer HaSichos ה'תשמ"ז, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here