Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב י"א ניסן, ה'תשמ"ז 609)
י"א ניסן, נשיא לבני אשר,
ה'תשמ"ז. ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
בהמשך צום בריוו פון ערב ש"ק מברכים חודש ניסן, אין וועלכן עס רעדט זיך וועגן דער זאַך פון חפזון (איילעניש) וואָס איז פאַרבונדן מיט חג הפסח און מיט יציאת־מצרים, וואָס דאָס איז איינער פון די ספּעציעלע שטריכן מיט וועלכע דער יוםטוב פסח איז אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע ימים־טובים, ווי דאָס ווערט אויך אונטערשטראָכן אין דעם נאָמען פון דעם יום־טוב — פסח (אין דער באַדייטונג פון „אַריבערשפּרינגען"); און בעיקר ווי דער דאָזיקער באַגריף קומט אַראָפּ און דריקט זיך אויס אין חפזון דקדושה אין דעם אידישן טאָג־טעגלעכן לעבן על פי תורה ומצוות —
איז כדאי צוצוגעבן אין דעם נאָך אייניגע נקודות.
מ'האָט גערעדט מערערע מאָל, אַז תורה נעמט־דורך אַלע ענינים פון וועלט, לויט דעם אינהאַלט פון מאמר חכמינו ז"ל: אסתכל באורייתא וברא עלמא: דער אויבערשטער האָט, כביכול, אַריינגעקוקט אין דער תורה און האָט לויט דעם באַשאַפן די וועלט; דאָס הייסט, אַז די תורה איז, אַזוי־צו־זאָגן, דער ג־טלעכער „בי־פּלאַן" לויט וועלכן די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן און עקזיסטירט, און נאָכמער אָפן און קלאָר — אין דער אידישער וועלט, ביז — אין דער וועלט פון יעדן אידן בפרטי פרטיות.
דערמיט איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אַלע ענינים און אָנגעלעגנהייטן פון609אג־טעגלעכן אידישן לעבן זיינען פאַרבונדן מיט תורה און מצוות, ועל אחת כמה אין קדושה־טעג, שבת און יום־טוב, און די צוגרייטונגען צו זיי, ובפרט אין אַלע ענינים וואָס האָבן אַ שייכות צו פסח — דער ערשטער (און הויפּט) פון אַלע ימים־טובים.
דער דאָזיקער פאַרבונד דריקט זיך אויס ביז — במעשה בפועל, דורך מעשה המצוות און מנהגי ישראל, וואָס זיינען אויך „תורה", מנהגים אָנגענומען דורך אַלע אידן (כלל ישראל), מנהגים פון אַ רבים בישראל, אָדער אַ קהילה קדושה בישראל וכו'.
בנוגע פסח — אין דער הדגשה פון חפזון און זריזות. זעט מען טאַקע, לדוגמא, ווי אידן, ובמיוחד אידישע בעל־הבית'טעס, אויך קינדער און קינדערלעך, וואַרפן זיך אַריין אין די הכנות צו פסח מיט טעג און טעג פריער. און אפילו יחידי סגולה וועלכע זיינען זיך נוהג אַריבערצוגיין אין אָן אַנדערע אַ „פסח'דיקע דירה" אויף פסח, געפינען אַ ריבוי הכנות אין צוזאַמענהאַנג מיט פסח און פירן זיי דורך בחפזון און בזריזות.
על דרך זה איז די פאַרבינדונג מיט די צוויי נקודות וועלכע זיינען לעצטנס ספּעציעל אונטערשטראָכן געוואָרן בדיבור און אויך בכתב:
די דריי מידות־סימנים — ביישנים, רחמנים, גומלי־חסדים — זיינען ניט באַגרענעצט און פאַרבונדן מיט אַ באַשטימטן אָרט און צייט. אַן אמת'ער ביישן — איז די מידה פון ביישנות שפּיגלט זיך ביי אים אָפּ אין זיין הנהגה אומעטום און יעדע מינוט; דאָס גלייכן אַ רחמן און אַ גומל־חס
בנוגע די צווייטע נקודה, וועגן דעם חודש ניסן, האָט מען אונטערשטראָכן, אַז דער חודש, חודש הגאולה באַציט זיך און איז פאַרבונדן מיט דער גאולה שלימה, די גאולה פון באחרית הימים, די גאולה אחרונה און אייביגע גאולה, וואָס תורה זאָגט וועגן דעם:610עת קץ, יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים — „אין די ענדע צייט וועלן פיל קלאָר ווערן באַ זיך, און גערייניגט ווערן, און געלייטערט ווערן".
מען זעט אין אונזער צייט — אַ תקופה וואָס האָט די סימנים (ווי געבראַכט אין תורה) פון אחרית הימים — ניט־געוויינלעכע דערשיינונגען און אַנטוויקלונגען אין פאַרשידענע געביטן און ריכטונגען: אין דער גוטער זייט — מיט ניט־געוויינלעכער „שטאַרקייט און זריזות"; און אויך אין ניט־געוואונשענע ענינים, וועלכע דאַרפן נאָך נתברר און געלייטערט ווערן, ביז דער שלימות (אויך — פּערפעקט) אין זיי.
און זיי זיינען געקומען און קומען אין אַן אופן פון חפזון, מיט פּלוצעמדיקייט און אומגעריכטקייט.
קומט חודש הגאולה, התחלת ניסן און ערב פסח, און דערמאָנען אונז, אַז מ'האַלט באַם ארויסגיין פון „מצרים"־גלות, באַ די לעצטע בירורים, מברר צו זיין וואָס ס'איז „חמץ" און וואָס ס'איז „מצה", און מ'דאַרף וואָס פריער אויסראַמען דעם חמץ, „לאור הנר" — מיט דער ליכטיקייט פון דער נשמה — נר השם נשמת אדם — אויסזוכן אויך דעם באַהאַלטענעם חמץ, און אַרויסוואַרפען און מבטל מאַכן אַלץ וואָס איז היפך פון טוב און קדושה.
אַז עס דאַרף זיין די השתדלות צו פאַרשטאַרקן באַ זיך און אַרום זיך און אין דער וועלט — דעם חפזון דקדושה און אור, און נאָכמער — צו־איילן די גאולה שלימה על ידי משיח צדקנו. און ווי מיר זיינען מתפלל תפלת דוד, צוזאַמען מיט דוד נעים זמירות ישראל: תפילה לדוד גו' כי עני ואביון אני, כאָטש ער איז דוד המלך, איז ער אַ ביישן און פילט באמת לאמיתו אַז ער איז „אַן אָרעמאַן און אביון". און וואָס בעט ער ביים אויבערשטן: שמרה נפשי — באַהיט מיין נפש (אין געביט פון סור מרע), און הושע עבדך — העלף דיין קנעכט (אין געביט פון עשה טוב), און דאָס אַלעס אין דער פולסטער שלימות, ביז שמח נפש עבדך — דערפריי דעם נפש פון דיין קנעכט — עבודת השם בשמחה וטוב לבב,
611און מען זעצט־פאָר בנוגע דער וועלט, כל העולם: כל גויים אשר עשית יבואו *) וישתחוו לפניך ה' — אַלע פעלקער וואָס דו האָסט באַשאַפן וועלן קומען און בוקן זיך פאַר דיר, השם,
צוהיילענדיק דאָס דורך מעשינו ועבודתינו — מקיים זיין דעם ציווי השם — בלשון הרמב"ם: צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בני* נח, אַז אידן זאָלן פאַרשפּרייטן צווישן אַלע פעלקער די זיבן גטלעכע מצוות בני נח (מיט אַלע זייערע אָפּצווייגונגען).
דער אויבערשטער זאָל העלפן און מצליח זיין, אַז אַלע הכנות צו פסח, אַריינגערעכנט די וועלכע זיינען באַרירט געוואָרן אין דעם בריוו און אין דעם פריערדיקן בריוו, זאָלן דורכגעפירט ווערן אין אַן אופן אַז זיי זאָלן ווירקן בגלוי אויך אין אַלע טעג פון יאָר און אין אַלע ענינים, בכל דרכיך און אין כל מעשיך, אין אַן אופן פון חפזון און זריזות. און דער חפזון דקדושה דאָ למטה איז — מדה כנגד מדה — ממשיך חפזון פון דעם עת קץ, און גלייך נאָכדעם, לא עכבם אפילו כהרף עין, די גאולה כימי* צאתך מארץ מצרים (אין אַן אופן פון) אראנו נפלאות,
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
א
בשמחה . . זריזות: ראה אגה"ק סכ"א: בזריזות נפלאה להראות שמחתו וחפצו למלאות רצון קונו כו'. וראה כש"ט (הוצאת קה"ת) סקס"ט.
כל העולם: כלשון הרמב"ם בסוף ספרו.
כל גויים אשר עשית: תהלים שם, ט.
מעשינו ועבודתינו: תניא רפל"ז. וראה לקוטי לוי"צ הערות לספר התניא שם.
בלשון הרמב"ם: הל' מלכים פ"ח ה"י. וראה לקו"ש חכ"ו ע' 132 ואילך.
בכל דרכיך און אין כל מעשיך: משלי ג, ו. אבות פ"ב מי"ב. וראה רמב"ם הל' דיעות פ"ג ה"בטושו"ע או"ח סרל"א. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ו ס"ב.
מדה כנגד מדה: סנהדרין צ, סע"א. וראה סוטה ח, ב ואילך, ובמדתו של הקב"ה — כמ"פ ככה (סוטה יא, א ובתוד"ה מרים שם, מתוספתא סוטה פ"ד, א).
לא עכבם אפילו כהרף עין: מכילתא הובא בפרש"י עה"פ בא יב, מא. מכילתא שם, מב.
כימי צאתך מארץ מצרים: מיכה ז, טו.
(אין אן אופן פון) אראנו נפלאות: ראה פע"ח שער חג המצות פ"ו (בד"ה מהר"י ז"ל). אוה"ת נ"ך עה"פ סק"זח (ע' תפז). ד"ה כימי צאתך די"א ניסן ה'תשמ"ב (סה"מ מלוקט ח"ב ע' לז ואילך).612ב"ה, דינסטאָג, יום שהוכפל בו כי טוב,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-k946y2ax