Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב כ"ה אדר, ה'תשמ"ז 605)
עס איז גערעדט געוואָרן מערערע מאָל, אַז ענינים אין דער רוחניות'דיקער וועלט שפּיגלען זיך אָפּ אין דער גשמיות'דיקער וועלט, און אין דעם עולם קטן זה האדם בפרט.
בעניננו בנוגע צו אידן, צו יעדן אידן אויך אַלס פרט און יחיד, איז דאָך באַוואוסט אַז אינו מבקש אלא לפי כחן (דער אויבערשטער פאַרלאַנגט לויט די כחות וועלכע ער האָט פריער געגעבן), און דערפאַר גייט מען מן הקל אל הכבד (אָנהויבנדיק פון דעם לייכטן און דערנאָך — צו שווערער). אַזוי אין דער זאַך, איז ביי אַ מענטשן פאַראַן פאַרשידענע אופנים פון באַוועגן זיך: הליכה, ריצה, דילוג, קפיצה (גיין, לויפן, אַריבערשפּרינגען, שפּרינגען).
בשעת אַ קינד ווערט געבאָרן, איז ער צוערשט ניט שייך צו הליכה, ועל אחת כמה צו לויפן און שפּרינגען. מיט דער צייט הויבט ער אָן שטעלן טריט און נעמט גיין; שפּעטער קען ער לויפן, און דערנאָך אויך שפּרינגען.
אַזוי אויך אין רוחניות — אין דעם חינוך פון אַ קינד, פון אלף־בית צו מקרא, משנה כו', און קיום המצוות והנהגה טובה: ער שטייגט כסדר אין אַן אופן פון „הליכה" ביז ער ווערט אַ רץ לדבר מצוה, און שטייגט אויך העכער פון מדריגה צו מדריגה ביז אין אַן אופן פון „קפיצה", צו דער העכסטער מדריגה פון יציאת־מצרים ברוחניות, אַ יציאה פון מיצרים וגבולים, אַזוי אַז אַלע ענינים פון תורה עבודה וגמילות חסדים טוט ער605בשלימות און מיט דער גרעסטער זריזות; וואָס דאָס איז חפזון דקדושה, און אין קדושה.
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל, אַז אַ מענטש זאָל טאָן אַלץ וואָס עס פאָדערט זיך פון אים אין אַן אופן פון בחירה, ווי תורה זאָגט: ובחרת בחיים — מוזן דאָך זיין אַנדערע מעגלעכקייטן, ניט־געוואונטשענע; האָט השם אויך מעגלעך געמאַכט אַ חפזון פון היפך הקדושה.
דעריבער, מצד העלם והסתר פון וועלט, בפרט בזמן הגלות, קען געמאָלט זיין, אַז אַ מענטש זאָל געפינען אַ באַרעכטיקונג צו זיין אַ רץ אין אַ ניט־געוואונטשענער ריכטונג, צו ניט־געוואונטשענע זאַכן, ביז צו זינקען ר"ל אין קנאה, תאוה און כבוד; און אַזוי גרויס איז דער חושך הגלות, אַז ער נאַרט זיך אַליין מיט משונה'דיקע באַרעכטיקונגען, ביז זיי ווערן אָנגעטאָן אין אַ לבוש פון גוט, אַז, אדרבה, דאָס וואָס ער טראַכט, זאָגט און טוט אין דאָס גאָר גוט וכו'.
אָבער דער אויבערשטער וואָס איז עצם הטוב, וויל דאָך ניט, אַז מענטשן זאָלן זיין אין חושך, האָט ער געגעבן די תורה (מלשון הוראה), תורת חיים, און תורה אור, וואָס זי לערנט דעם מענטשן ווי צו פירן זיך ביז אין טאָג־טעגלעכן לעבן, און באַלייכט אַלע ענינים אין אַ ליכטיקן און קלאָרן אופן, אַז דער מענטש זאָל קענען און וועלן אויסקלייבן זיך דעם ריכטיקן וועג, ובחרת בחיים.
און כדי לייכטער צו מאַכן די בחירה, האָט די תורה געגעבן דריי סימנים ווי צו דערקענען אין אַ מענטשן אויב ער זאָגט, גיט־איבער, כהלכה וואָס תורה זאָגט און הייסט.
די דריי סימנים זיינען: ביישנים, רחמנים, גומלי־חסדים, וואָס בכח זיינען זיי דאָ ביי606אַלע אידן און יעדן אידן; אָבער בכח איז ניט אַ סימן, אַ סימן זעט מען בפועל ממש, ווען נאָר ס'איז נוגע לפועל — אין דעם פאַל זיך אויסדריקן אין דער טאָג־טעגלעכער הנהגה בפועל.
אָדער ער זאָגט שלא כהלכה, זאָגט פאַרקערט פון תורה: עזות פנים ואכזריות ושונא את הבריות — „בעלמא" „הרחוקים מתורת ה' ועבודתו" — ואינו גומל להם חסד.
געוויינלעך זיינען אַלע דריי סימנים דאָ צוזאַמען, ווי מ'זעט, אַז דער וואָס איז אַ ביישן באמת — מצד דעם וואָס ער ווייס, אַז דער גאַנצער מהות פון אַ אידן איז די נשמה אלקית, חלק אלוקה ממעל ממש, וואָס באַלעבט אים — פילט ער אַ טיפע יראת־בושת, ער פילט דעם דע לפני מי אתה עומד, ביים דאַוונען, און אויך ביים לערנען, און אויך, להבדיל, באכילתו וכו' משאו ומתנו. במילא איז ער גלייכצייטיג אויך אַ רחמן — ער האָט רחמנות אויף זיך אַליין, זיין נפש אלקית, וואָס געפינט זיך אין גלות פון גוף; און אַודאי איז ער אַ בעל־רחמנות אויף אַ צווייטן, וואָרום ער פאַרשטייט און פילט וואָס יענעם פעלט; במילא איז ער אַ גומל־חסדים און העלפט דעם צווייטן ברוחניות ובגשמיות.
על דרך זה ביי איינעם וואָס הויבט אָן מיט גמילות־חסדים באמת, איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ רגש פון רחמנות, און אויך מיט דעם רגש פון ביישנות, ווען ער זעט ביי אַ צווייטן גוטע מעלות און פאַרגעסט ניט אייגענע חסרונות. ובכלל ועיקר — וואָס ער (וויסנדיק זיין אמת'ן מצב לויט דעם חשבון צדק וואָס ער מאַכט וועגן זיך) איז שלוחו פון דעם אויבערשטן אויף איבערגעבן אַ צווייטן די חסדים וצדקה וואָס דער607אויבערשטער האָט פאַר אים באַשטימט.
ויהי רצון, אַז אין די הכנות צו פסח, כימי צאתך מארץ מצרים, איז ווי באַ אידן געווען אור במושבותם נאָך זייענדיק אין מצרים, ערב די גאולה, זאָל יעדער איינער און איינע בתוך כלל ישראל נאָך מער פאַרשטאַרקן באַ זיך די דריי דערמאָנטע קלאָרע און ליכטיקע מדות־סימנים און טא־טעגלעכן לעבן, און דאָס זאָל נאָך מער צואיילן די גאולה פון איצטיקן גלות אין אַן אופן פון חפזון, כימי צאתך מארץ מצרים, ווען דער אויבערשטער האָט ניט מעכב געווען די גאולה אפילו כהרף עין, און גלייך נאָך דעם הרף עין — בשובה ונחת תושעון (מיט רוה און מיט נחת וועט איר געהאָלפן ווערן), לשכון כבוד בארצנו (צו רוען בכבודיק אין אונזער לאַנד),
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
" משלי יח, טז. ד"ה ארשב"נ תר"צ פ"ג (סה"מ קונטרסים ח"א קיט, א). וראה גם סה"מ תרנ"ה ע' כב. ועוד. וראה „היום יום" טו אייר.
כימי* צאתך מארץ מצרים: מיכה ז, טו.
אור במושבותם: בא י, כג.
צואיילן די גאולה פון איצטיקן גלות אין אן אופן פון חפזון: היינו, שהגאולה תבוא מהר, בחפזון, אבל עצם הגאולה תהי', כדלקמן, „בשובה ונחת תושעון" — „כי לא בחפזון תצאו ובמנוסה לא תלכון" (ישעי' נב, יב. מכילתא ויל"ש דלעיל הערה ד"ה קול דודי. שמו"ר פי"ט, ו. ד"ה וככה שבהערה דלהלן ד"ה בשובה ונחת תושעון).
*) ניט מעכב געווען די גאולה אפילו כהרף עין: מכילתא הובא בפרש"י עה"פ בא יב, מא.
בשובה ונחת תושעון: ישעי' ל, טו. וראה ד"ה וככה ב(אוה"ת בא ע' שה. כרך ח ס"ע ב'תתקמא ואילך). המשך וככה תרל"ז בסופו.
לשכון כבוד בארצנו: תהלים פה, יו"ד.
ולחג הפסח כשר ושמח: ראה לקוטי לוי"צ אגרות ע' קצז.608ב"ה, ערב שבת־קדש פ' צו, שבת הגדול,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ז, חלק ב
- Id
- rh-jrav1wwd