נח
246
אַז אומות העולם זאָלן קענען האָבן עפּעס אַ טענה, און מען דאַרף זיי ענטפערן "כל הארץ של הקב"ה היא. . ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו"נו; אָבער בנוגע צו מערת המכפלה איז גאָר מלכתחילה ניטאָ קיין נתינת מקום לטענות, וויבאַלד אַז אברהם אבינו האָט איר אָפּגעקויפט — פאַר ארבע מאות שקל כסף (אַ קנין אויך לויט דינא דמלכותא און מנהגי העולם), און "ויקם גו' השדה והמערה אשר בו גו' לאברהם למקנה (אויך) לעיני בני חת גו'"נז.
יו"ד. ווי גערעדט כמה פעמים, דאַרף מען אָנקומען — מצד דעם חשך כפול ומכופל אין וועלכן מען געפינט זיך — צו אַ גוי להבדיל, כדי צו אָפּלערנען ענינים הכי פשוטים:
בשעת מען איז אַרויסגעקומען מיט די אויבנדערמאָנטע משונה'דיקע ווילדע הצעה צו פאַנאַנדערטיילן מערת המכפלה
— און דער חשך איז אַזוי גרויס אַז די דאָזיגע הצעה האט פאָרגעלייגט אַ איד וואָס האָט סמיכה אויף רבנות, און געזאָגט עס אַלס רב.
אפילו מצד פּאָליטיקע האָט ניט קיין אָרט צו פאָרלייגן אַזאַ הצעה, וואָרום דאָס גיט אַן אָרט צום גוי צו טענה'ן אַז אויף אַ העלפט זיינען אויך אידן מודה אַז דאָס געהערט צו אים.
ועאכו"כ אַז די הצעה האָט ער געזאָגט אַלס רב, כאילו ווי ר"ל ע"פ תורה געהערט (ח"ו) אַ האַלבע מערה צו ניט אידן!
איז בשעת מען איז אַרויס מיט דער הצעה —
האָט זיך אויפגעשטעלט אַ ישמעאלי מיט אַ שטורעמדיקע טענה: אַז היות ווי ס'איז שוין העכער פון טויזנט יאָר וואָס זיי (די ישמעאלים) זיינען דאָרט מתפלל, איז היתכן פאַנאַנדערטיילן די מערה און צונעמען פון זיי אַ טייל פון איר.
פאַרוואָס איז דער ישמעאלי אַרויס מיט דער טענה — איז דאָס אַ הוראה מלמעלה צו אַ אידןנח, ער זאל וויסן וואָס אַ איד דאַרף טענה'ן
[אַ גוי האָט ניט קיין בחירה, כמבואר בכ"מ בספרי חקירה קבלה און חסידות. וכמובן אויך פון דעם וואָס דער כח הבחירה איז מצד דעם וואָס "הןנט האדם הי' כאחד ממנו"ס — און דאָס איז דאָך שייך נאָר ביי אידן].
דער ישמעאלי אַליין איז מודה אַז זייער שייכות צו מערת המכפלה איז בלויז אַן ערך טויזנט יאָר. אָבער פאַר דעם — האָט זי ניט געהאַט קיין שייכות צו זיי [נאָך מער: ס'איז גאָר אפילו ניט געווען שייך כלל אַז זי זאָל באַלאַנגען צו זיי, וואָרום די גאַנצע מציאות פון "דת ישמעאל" איז אַלט בלויז אַרום פערצן הונדערט יאָר],
און בנוגע די טויזנטער יאָרן וואָס פאַר דעם — זינט "שמהסא קברתי את
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לה
- Id
- rh-eq6fn4sh
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.