English
ספרייה

נח

246

אַז אומות העולם זאָלן קענען האָבן עפּעס אַ טענה, און מען דאַרף זיי ענטפערן "כל הארץ של הקב"ה היא. . ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו"נו; אָבער בנוגע צו מערת המכפלה איז גאָר מל­כתחילה ניטאָ קיין נתינת מקום לטענות, וויבאַלד אַז אברהם אבינו האָט איר אָפּ­געקויפט — פאַר ארבע מאות שקל כסף (אַ קנין אויך לויט דינא דמלכותא און מנהגי העולם), און "ויקם גו' השדה והמערה אשר בו גו' לאברהם למקנה (אויך) לעיני בני חת גו'"נז.

יו"ד. ווי גערעדט כמה פעמים, דאַרף מען אָנקומען — מצד דעם חשך כפול ומכופל אין וועלכן מען געפינט זיך — צו אַ גוי להבדיל, כדי צו אָפּ­לערנען ענינים הכי פשוטים:

בשעת מען איז אַרויסגעקומען מיט די אויבנדערמאָנטע משונה'דיקע ווילדע הצעה צו פאַנאַנדערטיילן מערת ה­מכפלה

— און דער חשך איז אַזוי גרויס אַז די דאָזיגע הצעה האט פאָרגעלייגט אַ איד וואָס האָט סמיכה אויף רבנות, און געזאָגט עס אַלס רב.

אפילו מצד פּאָליטיקע האָט ניט קיין אָרט צו פאָרלייגן אַזאַ הצעה, וואָרום דאָס גיט אַן אָרט צום גוי צו טענה'ן אַז אויף אַ העלפט זיינען אויך אידן מודה אַז דאָס געהערט צו אים.

ועאכו"כ אַז די הצעה האָט ער גע­זאָגט אַלס רב, כאילו ווי ר"ל ע"פ תורה געהערט (ח"ו) אַ האַלבע מערה צו ניט אידן!

איז בשעת מען איז אַרויס מיט דער הצעה —

האָט זיך אויפגעשטעלט אַ ישמעאלי מיט אַ שטורעמדיקע טענה: אַז היות ווי ס'איז שוין העכער פון טויזנט יאָר וואָס זיי (די ישמעאלים) זיינען דאָרט מתפלל, איז היתכן פאַנאַנדערטיילן די מערה און צונעמען פון זיי אַ טייל פון איר.

פאַרוואָס איז דער ישמעאלי אַרויס מיט דער טענה — איז דאָס אַ הוראה מ­למעלה צו אַ אידןנח, ער זאל וויסן וואָס אַ איד דאַרף טענה'ן

[אַ גוי האָט ניט קיין בחירה, כמבואר בכ"מ בספרי חקירה קבלה און חסידות. וכמובן אויך פון דעם וואָס דער כח ה­בחירה איז מצד דעם וואָס "הןנט האדם הי' כאחד ממנו"ס — און דאָס איז דאָך שייך נאָר ביי אידן].

דער ישמעאלי אַליין איז מודה אַז זייער שייכות צו מערת המכפלה איז בלויז אַן ערך טויזנט יאָר. אָבער פאַר דעם — האָט זי ניט געהאַט קיין שייכות צו זיי [נאָך מער: ס'איז גאָר אפילו ניט געווען שייך כלל אַז זי זאָל באַלאַנגען צו זיי, וואָרום די גאַנצע מציאות פון "דת ישמעאל" איז אַלט בלויז אַרום פערצן הונדערט יאָר],

און בנוגע די טויזנטער יאָרן וואָס פאַר דעם — זינט "שמהסא קברתי את

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-eq6fn4sh

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות