תולדות
תולדות
צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם פינפטן יערלעכן דינער פון מוסד "ברית אברהם"
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער יערלעכער מסיבה. דאָס גיט מיר אויך די געלעגנהייט צו באַגריסן די חשובע עסקנים, פריינט און שטיצער פון דעם וויכטיגען מוסד "ברית אברהם", בפרט די אָנטיילנעמער אין דער מסיבה.
ווי דער מנהג באַ אידן צו פאַרבינדן אַלע ענינים מיט דער סדרה פון דער וואָך — בפרט לויט דעם וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט", ד.ה. מיט דער צייט פון דער סדרה פון דער וואָך; און אַזוי ווי דער דינער קומט פאָר אין דעם ערשטן טאָג פון פ' תולדות, געפינט מען באַלד אין דעם ערשטן פסוק פון דער סדרה אַ הוראה וואָס האָט אַ שייכות צו דער מסיבה, און איז אויך אַ הוראה כללית פאַר אַלע צייטן און ערטער, ווי אַלע הוראות פון דער תורה, תורתחיים (הוראה בחיים), וואָס איז דאָך אַ נצחיותדיגע.
חכמינו זכרונם לברכה (און אויך רש"י אויף אַן אָרט) שטעלן זיך אָפּ אויף דעם
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לה
- Id
- rh-ybkm5qsm
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.