עברית
Library

נח

247

לאה"סב (און נאָך פאַר דעם: זינט אברהם אבינו האָט עס אָפּגעקויפט) — איז הכל מודים, אַז אידן זיינען דאָרט געווען די איינציקע בעלי בתים.

איז דאָך אין די טענה (הנ"ל) פונעם ישמעאלי גופא, געפינט זיך אַ קלאָרער ענטפער, אַז ס'איז ניטאָ קיין סברא אויף צוצונעמען ח"ו פון אידן זייער בעה"ב'­שקייט אויף מערת המכפלה — אפילו בחלקה: אויב מען קען ניט צונעמען אַ טייל פון דער מערה פון די ישמעאלים מצד דערויף וואָס זיי געפינען זיך דאָרטן העכער טויזנט יאָר — איז דאָך במכש"כ וק"ו אַז מען קען ניט צונעמען ח"ו אַ טייל פון דער מערה פון אידן, וואָס זייער בעה"ב'שקייט אויף איר איז מיט טויזנטער יאָרן איידער ס'איז גע­וואָרן די גאַנצע מציאות פון דת ישמעאלסג.

ולפלא וצער הכי גדול, אַז נאָך דעם ווי ס'איז געווען אַ הוראה גלוי' וברורה (וואָס אידן דאַרפן טענה'ן) דורך אַ גוי

— וואָרום מצד דעם וואָס "לא זכינו", האָט מען זיך אַליין ניט געכאַפּט אויף דעם (הגם ס'איז אַ טענה הכי פשוטה), און מען האָט געדאַרפט אָפּלערנען דאָס פון אַ גוי —

האָט מען זיך ניט געכאַפּט ווי אין דעם גוי'ס טענה גופא "געפינט זיך" די טענה הכי ברורה אַז גאַנץ מערת ה­מכפלה געהערט צו אידן.

ועד"ז אויך בנוגע צו גאַנץ חברון, ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות'ןסד, אַז גאַנץ חברון געהערט צו די לויים,

ועד"ז איז אויך בנוגע צו גאַנץ א"י, אַז זינט דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם'ן "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"סה (וואָס דאַן האָט אברהם געמאַכט אַ קנין אין א"יסו), און דערנאָך האָט דער אויבערשטער גע­זאָגט "לזרעך נתתי את הארץ הזאת — כבר נתתי"סז,

איז זינט דעמולט געוואָרן גאַנץ א"י אַן אחוזת עולם צום עם עולם, און דאָס איז געקומען פון מלך העולם.

יא. שלימות פון ארץ ישראל איז דאָך פאַרבונדן מיט שלימות פון עם ישראל, און מיט שלימות התורה, און אויך מיט דער שלימות פונעם אוי­בערשטן כביכול — וואָרום כל זמן וואָס אידן געפינען זיך אין גלות איז אויך שכינתא בגלותאסח. און וויבאַלד אַז "אימתי הוא גדול כשהוא בעיר אלקי­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hha4m3bw

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources