עברית
Library

נח

248

נו"סט, איז דאָך די שלימות פון גדול הוי' פאַרבונדן מיט די שלימות פון עיר אלקינו —

איז דערפאַר כאן המקום צו מעורר זיין נאָכאַמאָל אויף די מבצעים כלליים [נוסף אויף דעם "מבצע אהבת ישראל" וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת מיט חברון און מערת המכפלה ווי גערעדט פריער], אָנהויבנדיק פון "מבצע תורה" — וואָס דורכן לימוד התורה בויעט מען אויף (ע"ד שתי אבנים בונות שתי בתים כו'ע) תושב"כ און תושבע"פ, דעם "עיר אלקינו"עא,

און דערנאָך קומט עס אַרויס אין "מבצע תפילין" און אין "מבצע מזוזה" — וואָס אין זיי (תפילין ומזוזה) זיינען גע­שריבן פרשיות פון תורה,

און דערנאָך קומט עס אַרויס אין "מבצע צדקה", "מבצע בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'",

און אויך אין "מבצע נרות שבת קודש", "מבצע כשרות", "מבצע טהרת ה­משפחה" — וואָס די דריי מבצעים זיינען שייך זל"ז (כדלקמן סעיף יז),

ביז דאָס קומט אַרויס אין "מבצע חינוך" — וואָס דאָס איז כולל אויך דעם חינוךעב (ע"ד חנוכת המשכן וביהמ"ק) פון דער גאַנצער וועלט אַז זי זאָל ווערן אַ דירה לו ית', עס זאָל זיין "ושכנתי בתו­כם"עג ע"ד ווי ס'איז געווען אין מקדש — אָנהויבנדיק פון "מקדש המדבר"עד, און דערנאָך אין מקדש ראשון ומקדש שני, ובקרוב ממש — אינעם מקדש השלישי.

יב. מובן בפשטות, אַז צוזאַמען מיט די צען מבצעים הנ"ל איז מען מחוייב צו מקיים זיין אַלע תרי"ג מצוות. און דאָס וואָס מען רעדט (בעיקר) בנוגע די מבצעים הנ"ל — איז עס מצד דערויף וואָס היות ווי זיי זיינען מצוות כלליות (ווי ערקלערט פיל מאָל) במילא פאַר­לייכטערן זיי דעם קיום פון אַלע מצוות

[וע"ד מאמר רז"לעה "בא דוד והעמידן על אחת עשר כו' בא ישעי' והעמידן על שש כו' בא חבקוק והעמידן על אחת כו'", וואָס דער פירוש פון "והעמידן" איז אַז אויף זיי (מצד דערויף וואָס זיי זיינען ענינים כלליםעו) שטייען אַלע תרי"ג מצוות].

ופשוט, אַז עס דאַרף זיין די השתד­לות אין אַלע תרי"ג מצוות, ביז אין אַ דקדוק קל של דברי סופרים, און אויך אין אַ מנהג ישראל [וואָס מנהג ישראל תורה הואעז],

ביז אַז עס דאַרף זיין די השתדלות אַז אויך די עניני הרשות זאָלן זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה — "כל מעשיך יהיו לשם שמים", און "בכל דרכיך דעהו"עח.

וואָס דאָס איז דער תוכן ההכרזה פון "

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-bgbzgmth

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources