עברית
Library

נח

249

ויעקב הלך לדרכו", אַז אויך בשעת אַ איד גייט "לדרכו" אין זיין וועג (עניני הרשות) — זאל זיין קענטיק אין דעם אַז דאָס איז יעקב'ס וועג, אַ אידישע וועג.

יג. און דאָס איז אויך דער אויפטו פון "ויעקב הלך לדרכו" ווי ער איז ל­אחרי חודש תשרי לגבי ווי ער איז ב­מוצאי יוהכ"פ (און אפילו במוצאי יום שמח"ת):

דער "ויעקב הלך לדרכו" וואָס ב­מוצאי יוהכ"פ איז (בעיקר) בנוגע צו דרכו פון ושמרו דרך הוי' — תורה ו­מצוות, וויבאַלד אַז "מיום הכפורים עד החג כל ישראל עסוקין במצוות, זה עוסק בסוכתו וזה בלולבו"עט.

עד"ז איז עס אויך בנוגע צו "ויעקב הלך לדרכו" שבמוצאי שמח"ת אין די ימים שבחודש תשרי — און אויך בתחי­לת חודש חשון, ביז ז' חשון, וואָס דאַן איז געקומען צוריק דער אחרון שבישר­אל פון זיין עלי' לרגלפ — וויבאַלד מען איז נאָך "עסוקין בעניני הרגל"פא.

משא"כ דער "ויעקב הלך לדרכו" וואָס איז נאָכדעם — איז אין עניני הרשות, אַז אויך אין זיי זאָל זיין קענטיק די ענינים וואָס מען נעמט מיט פון (די מועדים פון) חודש תשרי.

יד. נאָך אַן ענין בנוגע צום המשך סיום ההקפות אין מערת המכפלה (נוסף אויף דעם וואָס גערעדט פריער (סעיף ו­ח) אַז מערת המכפלה האָט אַ שייכות מיוחדת צו שמע"צ ושמח"ת):

עס שטייט אין קונטרס ענין ההשתט­חותפב: "שכל התפלות צריכות לעלות למעלה דרך פתח של ג"ע הארץ, וע"כ התפלה שמתפללים אצל מערת המכ­פלהפג היא רצוי ומקובלת מאד לפי שיש קבלה בידינופד ששם הי' פתחו של ג"ע ממש".

פון דעם איז מובן, אַז דורך די הקפות [וואָס אויך הקפות זיינען אַריינ­געשטעלט אין סדר התפלה] אין מערת המכפלה, וועלכע זיינען געווען אַלס המשך צו די הקפות בשמע"צ ושמח"ת וועלכע מען האָט געפּראַוועט דאָ — איז צוגעקומען אַן עילוי אין די הקפות (דשמע"צ ושמח"ת) שבכל העולם כולו,

אויך אין דעם ענין פון "כי מציון תצא תורה ודבר הוי' מירושלים" [דער סיום וחותם פון די פסוקים וועלכע מען זאָגט פאַר הקפות], אַז עס זאָל אָנקומען דער דבר הוי' פון ירושלים בכל העולם כולו, ביז אין פנה הכי רחוקה,

ובפרט אַז נאָך די הקפות אין חברון האָט מען ממשיך געווען די הקפות אין ירושלים עיר העתיקה — די אמת'ע ירושלים.

טו. נוסף לזה: ע"פ המבואר בכ"מפה

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hvrmek9t

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources