עברית
Library

נח

245

עד"ז איז אויך בנוגע צו כללות כל ישראל, וואָס "כל ישראל גוף אחד"מד, אַז ס'איז ניט מספיק וואָס איין איד איז ניט מנגד צו אַ צווייטן, אָבער אעפ"כ איז יעדערער פון זיי אַ מציאות בפני עצמו — "שלי שלי ושלך שלך"מה, נאָכ­מער — ער איז מקבל פון צווייטן און פילט אַז דורך יענעם באַקומט ער זיין שלימות, נאָר עס דאַרף זיין אַ התאחדות גמורה, ער זאָל זאָגן "שלי שלך כי (וויבאַלד אַז אויך דער צווייטער איד איז) עצמו ובשרו הוא"מו.

און הגם אַז יעדער איד איז דאָך אַן "אבר" בפני עצמו — איז דאָס וואָס אידן זיינען פאַנאַנדערגעטיילט געוואָרן "ל­ענפים ולניצוצות רבות בגופות מיוח­דות"מז, איז עס (ניט צוליב דעם ענין ה­התחלקות, נאָר אדרבה) בכדי עס זאָל זיין די עבודה ושלימות פון "ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"מח, וואָס בכדי עס זאָל זיין אַן "אגודה" מוז מען האָבן פרטים מחולקים.

בשעת פון פרטים ווערט אַן "אגודה אחת" — איז עס נאָך מער מעלה ווי אחת מעיקראמט, וע"ד המבואר בכ"מנ דער עילוי פון "אחד" לגבי "יחיד".

ח. ענין הנ"ל (בנוגע צו חברון) — איז מודגש נאָך מער אין "מערת המכפלה", וואָס זי איז "כפולה בזוגות"נא, ועד"ז אויך אין נאָמען "קרית ארבע" וואָס איז "על שם ארבע זוגות"נב:

די ד' זוגות זיינען פיר באַזונדערע ענינים, ביז אין אַן אופן פון מן הקצה אל הקצה: אברהם (ושרה) איז ענין ה­חסד והאהבה; יצחק (ורבקה) — ענין הגבורה הצמצום; יעקב (ולאה) איז ענין הרחמים; און אדה"ר (וחוה) איז בחי' כתרנג,

און אעפ"כ איז די מערה אין וועלכע זיי געפינען זיך — אַן איין און איינציקע מערה, זי ווערט אָנגערופן "מערת" לשון יחיד (ניט "מערות" לשון רבים).

און די זעלבע זאַך איז אויך בנוגע צו דער גאַנצער שטאָט (חברון) וואָס הייסט "קרית ארבע" — זי הייסט "קרית" לשון יחיד.

ט. פון דעם איז נאָך מער מובן, אויף וויפל ס'איז אַפּגעפרעגט די ווילדענד סברא צו פאַנאַנדערטיילן ח"ו די מערת המכפלה.

נוסף צו דעם וואָס ס'איז אַ דבר הפשוט אַז קיינער קען ניט האָבן קיין טענות אויף מערת המכפלה, וויבאַלד אַז אַלע זיינען מודה (על המפורש ב­תושב"כ) אַז אברהם אבינו האָט עס אָפּ­געקויפט און באַצאָלט פאַר דעם ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחרנה.

בנוגע צו גאַנץ ארץ ישראל איז שייך

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pyf7b2qf

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources