נח
244
טער איד איז (בלשון הצ"צלג) "עצמו ובשרו הוא".
און די התאחדות פון אַלע אידן, איז מרומז אין חברון, כדלקמן.
ז. אויפן פסוק "בקרית ארבע היא חברון"לד שטייט אין זהרלה: "בקרית ארבע אלו הארבע יסודות היא חברון שהיו מחוברים בגופו".
ומובן, אַז דער חיבור פון די ד' יסודות אינעם גוף האדם איז
ניט נאָר אַז אַלע פיר יסודות געפינען זיך צוזאַמען אין איין אָרט (גוף האדם), אָבער יעדער איינער פון זיי איז אַן ענין בפני עצמולו, אע"פ אַז אויך ווען כמה זאַכן געפינען זיך אין איין כלי, ווערן זיי נצטרף בנוגע לכמה דיניםלז,
[ובדוגמת מצות נטילת ד' מינים, אַז אע"פ (וואָס מצד דעם וואָס דורך דער מצוה איז מען ממשיך דעם מקיף פון סוכה בפנימיותלח) דאַרפן זיי זיין פיר באַזונדערע מינים [וואָס ע"פ המבואר במדרשי חז"ללט בענין הד' מינים איז מובן אַז זיי זיינען בדוגמת די ד' יסודותמ] פונדעסטוועגן, זיינען זיי איין מצוה.
ועד"ז איז אויך אין כללות המצוות, אַז אע"פ וואָס יעדער מצוה האָט אַ תוכן מיוחד [ביז אַז ס'זיינען דאָ מצוות וואָס זיינען פון קו החסד, און פאַראַן מצוות וואָס זיינען פון קו הגבורה (היפך קו החסד)], אעפ"כ, איז די נקודה התיכונית פון אַלע מצוות איינע און די זעלבע — דער רצון העליון, וואָס איז העכער פון התחלקותמא. ווי דער נוסח הברכה השווה ביי אַלע מצוות — "אשר קדשנו במצותיו וציונו". ביז אַז אפילו ווי דער רצון העליון קומט אַרויס אין פרטים — איז יעדער מצוה כולל אַלע איבעריקע מצוות, וואָס דערפאַר איז העוסקמב במצוה פטור מן המצותמג].
אָבער "חברון" פון גוף האדם איז אין אַן אופן פון התאחדות גמורה, ביז אַז מען קען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן זיי און זאָגן אַז דאָס איז אש און דאָס איז מים וכו', נאָר זיי זיינען איין מציאות — גוף האדם.
וכשם ווי דאָס איז בנוגע צום גוף פון יעדער מענטשן (אידן) בפרט, אַז בכדי עס זאָל זיין אַ מציאות פון גוף האדם איז ניט גענוג דאָס וואָס די פיר יסודות געפינען זיך במקום אחד; ס'איז ניט מספיק אפילו אַז יעדער פון די פיר יסודות גיט אַ נתינת מקום צו די אַנדערע יסודות און ניט מנגד צו זיי, נאָכמער — זיי זיינען משלים זא"ז —
נאָר עס פאָדערט זיך אַז אַלע פיר יסודות זאָל ווערן איין מציאות —
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לה
- Id
- rh-nk40mbz0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.