עברית
Library

נח

243

בונדן מיטן מאַרש של נצחון וועלכן מען זינגט במוצאי יוהכ"פ (ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט איינגעפירט)כב

— איז דאָך במילא די הכרזה "ויעקב הלך לדרכו" וואָס מען איז מכריז איצטער, פאַרבונדן מיט אַלע פרטים פון "ויעקב הלך לדרכו": מיטן ענין פון "ויעקב הלך לדרכו" ווי ער איז במוצאי יוהכ"פ; ווי ער איז במוצאי שמח"ת; און אויך מיטן סיום וחותם ההקפות (בשנה זו) אין חברון עיר האבות, און אין ירו­שלים "קרית חנה דוד"כג,

וואָס ירושלים האָט דאָך אַ שייכות מיוחדת צו הקפותכד וואָס דערפאַר איז דער סיום וחותם פון די פסוקים שאומ­רים לפני ההקפות (בכדי צו בריינגען אַ ראי' מן התורה על ענין ההקפותכה) איז "כיכו מציון תצא תורה ודבר ה' מ­ירושלים".

און אויך חברון האָט אַ שייכות מיוחדת צום ענין פון "ויעקב הלך ל­דרכו" — דער נתינת כח וואָס מען דאַרף מיטנעמען על כל השנה פון חדש תשרי (חדש הכללי), כדלקמן.

ו. אין די מועדים פון חדש תשרי — וואָס פון זיי דאַרף מען מיטנעמען אין דער עבודה פון "ויעקב הלך לדרכו" במשך כל השנה — ובפרט בר"ה (דער ערשטער מועד פון תשרי) און בשמע"צ ושמח"ת (דער סיום וחותם פון כל ה­מועדים דחדש תשרי) — איז מודגש דער ענין פון אהבת ישראל, וואָס איז דער "יסוד ושרש כל התורה"כז:

בשבת שלפני ר"ה לייענט מען אתם נצבים היום כלכם גו', וואָס דאָס מיינט "לאחדים כאחד"כח. און די התאחדות איז אַ הקדמה צו "שתמליכוני עליכם"כט בר"הל.

און אַזוי אויך אין שמע"צ ושמח"ת (וואָס איז די זעלבע קביעות בימי ה­שבוע ווי די ב' ימים דר"ה) איז מען מקריב "פר אחד איל אחד"לא, ווייל אַלע אידן (פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך) ווערן דעמולט איין זאַך, וכמרז"ללב: פר יחידי למה כנגד אומה יחידה.

און אָט די התאחדות פון אַלע אידן וואָס איז מודגש אין די מועדים פון חדש הכללי (ובפרט אין ר"ה ושמע"צ ושמח"ת), דאַרף מען מיטנעמען על כל השנה כולה — אַז עס זאָל זיין "ואהבת לרעך כמוך", ליב האָבן אַ צווייטן אידן ווי זיך אַליין, וואָרום אויך דער צוויי­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-av17bzsx

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources