עברית
Library

נח

242

און קול הוי' (מצות — "בקולו תשמעו"יב) בכל מקום ומקום] —

איז אַ הכנה און כלי צו "ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר גו'" וואָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

ד. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו:

ווי גערעדט אין דער פריערדיקער התוועדותיג, איז דער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו"יד הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חדש תשרי. הגם אַז "ויעקב הלך לדרכו" איז פאַראַן אויך אין חודש תשרי גופא — במוצאי יום הכיפוריםטו, ובפרט במוצאי שמחת תורה, וכידועטז וואָס רבינו נשיאנו האָט איבערגעגעבן אַז אין ליובאַוויטש פלעגט זיין דער מנהג צו מכריז זיין במוצאי שמח"ת "ויעקב הלך לדרכו" — איז אָבער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חודש תשרי (אותיות רשיתיז), דער חודש הכללי של כל השנה כולהיח.

וע"פ האמור לעיל, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז אַ דבר נכון וטוב ביותר, אַז די הכרזה פון "ויעקב הלך לדרכו" זאָל זיין אין אַזאַ אופן, אַז גלייך ווי זי ווערט געזאָגט אין די ד' אמות של תורה ושל תפלה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, זאָל זי תיכף ומיד דערהערט ווערן בכל קצוי תבל [וואו מען קען נאָר דערגרייכן דורך די ענינים פון חכמות העולם וועל­כע זיינען נתגלה געוואָרן בזמן האחרון], צו יעדער אידן, ביז אויך צו נדחי ישר­אל — וואָס דאָס איז אויך אַ הכנה צו "נדחי ישראל יכנס"יט, דורך משיח צדקנו.

ה. די שייכות מיוחדת פון דער הכרזה הנ"ל ("ויעקב הלך לדרכו") מיט היינטיקן טאָג בפרט:

היינט האָט מען ממלא געווען די שליחות וואָס מען האָט געבעטן­געגעבן אין דער התוועדות פון שבת בראשית, אַז אַלס המשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זאל מען גיין מיטן זעלבן ניגון און ווערטער — אין "קרית ארבע היא חברון"כ, און אויך אין ירושלים העתי­קה המוקפת חומה, אין ביהכנ"ס וביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ (וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז ממלא מקומו) און ביים כותל המערבי —

איז מיט עטלעכע שעות צוריק — ווי ס'איז אָנגעקומען די ידיעות פון דאָרט (דורכן טלפוןכא) — האָט מען פאַרענדיקט דעם מילוי השליחות [סיי אין חברון, סיי ביים כותל המערבי און סיי אין ביהכנ"ס וביהמ"ד צ"צ], און ס'קען זיין אַז מ'איז נאָך ממשיך דאָרטן אין דעם פאַרבריינ­גען.

און וויבאַלד אַז די הקפות וועלכע מען האָט געפּראַוועט דאָרטן קומען דאָך (כנ"ל) בהמשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת, און מען האָט עס אויך פאַר­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-28a37j04

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources