Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
211תולדות ג
א.אויפן פסוקא „ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות" זאָגט רש"י דריי פירושים וואָס ס'איז געווען די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו „ותכהין": בעשנן של אלו (שהיו מעשנות ומקטירות לע"זב). ד"א כשנעקד ע"ג המזבח והי' אביו רוצה לשחטו באותה שעה נפתחו השמים וראו מלאכי השרת והיו בוכים וירדו דמעותיהם ונפלו על עיניו לפיכך כהו עיניו. ד"א כדי שיטול יעקב את הברכות.
איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:
א) אין פשטות קומט אויס, אַז דער פסוק גופא גיט דעם טעם — אין די ווערטער וואָס ער זאָגט פריער: „ויהי כי זקן יצחק" און אַלס תוצאה דערפון — „ותכהין עיניו מראות"ג [ע"ד ווי עס שטייטד ביי יעקב אבינו: „ועיני ישראל כבדו מזוקן"], און ווי מען זעט במוחש, אַז אויף דער עלטער ווערט אָפּגעשוואַכט דער כח הראי'. וויבאַלד דער פסוק אַליין זאָגט די סיבה פון „ותכהין", צוליב וואָס דאַרף רש"י זוכן אַנדערע טעמיםה?
ב) אומעטום וואו רש"י ברענגט צוויי אָדער מער פירושים, איז עס אַלעמאָל צוליב דעם וואָס יעדער פון זיי האָט אין זיך עפּעס אַ שוועריקייט וואָס איז ניטאָ אין דעם צווייטן פירוש. אויך דער סדר הפירושים איז בדיוק: די שוועריקייט פון צווייטן פירוש איז גרעסער ווי פון ערשטן פירוש, און אַזוי דער דריטער פירוש — לגבי דעם צווייטן פירוש.
דאַרף מען פאַרשטיין: וועלכע שוועריקייטן זיינען פאַראַן אין די דריי פירושים פון אונזער פרש"י; און מיט וואָס איז דער צווייטער פירוש מער קשה פון ערשטן און דער דריטער פון די פריערדיקע צוויי?
ג) ווי גערעדט כמה פעמים, אַז דאָרט וואו רש"י שרייבט דריי פירושים, איז (אויסער דער באַזונדערער קשיא אין יעדן איינצלנעם פירוש וואָס ווערט אַראָפּגענומען דורך די צוויי אַנדערע פירושים, איז) פאַראַן אויך אַ שוועריקייט אין יעדע צוויי (פון די דריי) פירושים צוזאַמען, צוליב וועלכער ס'איז נויטיק דער דריטער פירוש, וואָס לויט אים איז ניטאָ אָט די קשיאו (וואָרום אויב מ'וועט זאָגן אַז אויך דורך צוויי פירושים גייען אַראָפּ אַלע קשיות, וואָלט דאָך רש"י ניט דאַרפן אָנקומען צו אַ דריטן פירוש).
דאַרף מען אין פירוש רש"י שלפנינו געפינען אויך די קשיא משותפת פון212יעדע צוויי פירושים צוזאַמען, און ווי אַזוי זי ווערט פאַרענטפערט דורכן דריטן פירוש.
ב. דער טעם וואָס רש"י וויל ניט לערנען (ווי מ'קען אָננעמען בפשטות) אַז „ותכהין" איז געשען דערפאַר ווייל „זקן יצחק": אין דער פריערדיקער סדרהז שטייט „ויברך אלקים את יצחק", טייטשט דאָרט רש"י: נתיירא (אברהם) לברך את יצחק כו' אמר יבא בעל הברכות ויברך כו' ובא הקב"ה וברכו.
214און מחמת די צוויי קשיות אויפן ערשטן פירוש מוז רש"י אָנקומען צו די אַנדערע פירושיםיט.
ה. די באַזונדערע שוועריקייט אין יעדערן פון די אַנדערע צוויי פירושים — (א) „כשנעקד ע"* ג המזבח כו' וירדו דמעותיהם ונפלו על עיניו". (ב) „כדי שיטול יעקב את הברכות" [אויסער זייער בשותפות'דיקע שוועריקייט — ניט האָבנדיק אויף זיך קיין רמז אין פסוק, כנ"ל]:
אין צווייטן פירוש איז קשה: דער תוכן פון דעם פירוש („נפתחו השמים וראו מלאכי השרת והיו בוכים וירדו דמעותיהם וכו' לפיכך כהו עיניו") איז אַן ענין פון דרשכ, לגמרי ניט עפ"י פשוטו של מקרא — דרכו של רש"י בפירושו עה"ת.
אויפן דריטן פירוש איז אָבער דאָ נאָך אַ גרעסערע תמי': ווי קומט עס אַז דער אויבערשטער זאָל פאַרטונקלען די ראי' פון יצחק'ן (און אויף אַזוי פיל יאָרן), בכדי אַז אַ צווייטער, יעקב, זאָל דורכדעם באַקומען די ברכות? ובפרט אַז הרבה דרכים למקום, און זיכער האָט דער אויבערשטער געהאַט אַן אַנדער וועג דורך וועלכן יעקב זאָל קריגן די ברכות.
און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ סך אַ גרעסערע שוועריקייט (ווי די שוועריקייט אויפן צווייטן פירוש) — ווייל פאַרשאַפן יסורים און היפך הטוב פאַר איינעם צוליב דער טובה פון אַ צווייטן זעט אויס ווי היפך היושר, אַ זאַך וואָס איז לחלוטין ניט שייך צו זאָגן ח"ו ביחס צום אויבערשטן — דערפאַר שטעלט רש"י דעם פירוש נאָכן צווייטן פירושכא.
ו. ווי געזאָגט פריער, האָט יעדער פון די דריי פירושים אַ מעלה כלפי די אַנדערע צוויי פירושים. אין אַנדערע ווערטער: יעדע צוויי פירושים האָבן די זעלבע שוועריקייט, אָדער ניט גלאַטיקייט, וואָס איז ניטאָ אין דעם דריטן פירוש.
דער יתרון עיקרי וואָס איז דאָ אין ערשטן פירוש לגבי די אַנדערע צוויי באַשטייט אין דעם, ווי געזאָגט פריער, וואָס בלויז ער איז מרומז אין פסוק.
די מעלה פון צווייטן פירוש קעגן ערשטן און דריטן: לויט אַלע פירושים איז „ותכהין" געווען די סיבה וואָס האָט גורם געווען אַז יצחק זאָל די ברכות איבערגעבן צו יעקב'ן. אָבער לויטן ערשטן און דריטן פירוש איז דער „ותכהין" געקומען דורך אַן ענין פון גנות און חסרון (לויטן ערשטן פירוש — מצד דעם עשן פון ע"ז, און לויטן דריטן פירוש — מצד דעם וואָס יצחק האָט געוואָלט בענטשן עשו'ן) — ובמילא קומט אויס אַז אַן ענין פון גנות און חסרון האָט געבראַכט צו . . די ברכות!215משא"כ לויטן צווייטן פירוש איז אדרבה: דער „ותכהין" איז געקומען צוליב יצחק'ס מעלה — צוליב דער עקידהכב.
אויך דער דריטער פּירוש האָט אַ מעלה לגבי די ערשטע צוויי:
לויט די ערשטע צוויי פּירושים קומט אויס, אַז „ותכהין עיניו מראות" איז געשען אַ סך פריער פאַרן זמן פון „זקן יצחק". וואָרום בעת עשו האָט גענומען די נשים חתיות (אַלט זייענדיק „ארבעים שנה"כג) איז יצחק דאַן אַלט געווען הונדערט יאָר (ווייל ווען עשו איז געבאָרן געוואָרן איז יצחק אַלט געווען זעכציק יאָרכד). און לויטן צווייטן פירוש, אַז דאָס איז געקומען מצד די דמעות המלאכים, האָט עס פּאַסירט נאָך פריער — ווען יצחק איז אַלט געווען 37 יאָרכה.
שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס שטייט אין פסוק פריער „כי זקן יצחק" און דערנאָך „ותכהין"? לויט די ערשטע צוויי פירושיםכו האָט דאָך געדאַרפט שטיין אין אַ פאַרקערטן סדר, לויטן סדר המאורעות?
לערנט דעריבער רש"י אַ דריטן פירוש „כדי שיטול יעקב את הברכות", וואָס לויט דעם פירוש איז גלאַטיק דער סדר הכתוב: „ויהי כי זקן יצחק" און צוליב דעם האָט ער געוואָלט געבן די ברכות צו עשו'ן, איז דערפאַר — „ותכהין גו'", כדי אַז יעקב זאָל נעמען די ברכות.
ז. פון די הוראות פון דעם דריטן פירוש אין רש"י: ווי ווייט מען דאַרף זיין נזהר אין ריידן לשון הרע:
לכאורה: בכדי אַז יעקב זאָל נעמען די ברכות האָט דאָך דער אויבערשטער געהאַט אַ פּשוט'ע עצה — צו מגלה זיין יצחק'ןכז אַז עשו איז אַ רשעכח, ובמילא וועט ער געבן די ברכות צו יעקב'ן!
ובפרט, אַז וועגן עשו'ס פרויען האָט שוין יצחק געוואוסט אַז זיי דינען ע"זכט (יצחק האָט אָבער געמיינט אַז עשו איז ניט שולדיק אין דעם; ער קען אויף זיי ניט משפיע זיין), און אויך וועגן עשו'ן אַליין האָט ער געוואוסט אַז „עפּעס" איז מיט אים ניט אינגאַנצן גלאַטיק — „אין דרך עשו להיות שם שמים שגור בפיו"ל —
היינט בשעת אַז יצחק האָט סיי ווי שוין געהאַט עפּעס אַ חשד אויף עשו'ן, האָט דאָך אים דער אויבערשטער שוין געקענט מגלה זיין די גאַנצע זאַך, אַז עשו איז אַ רשע און מ'וואָלט ניט216געדאַרפט אָנקומען צו „ותכהין" פון יצחק'ן.
זעט מען דערפון אויף ווי ווייט מען דאַרף זייןלא אָפּגעהיט פון ריידן לשון הרע: יצחק איז געווען 57 יאָר „כלוא בבית" און „כמת" אַבי מ'זאָל ניט ריידן אויף אַ אידן (אפילו אויף אַ ישראל מומרלב) לשון הרע!
און אויב בשייכות צו עשו'ן איז עס אַזוי, איז בנוגע צו אידן נאָך מתן תורה — נאָכדעם ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו יעדער אידלג „אנכי הוי' אלקיך", אַז ביי יעדער איד איז „אנכי הוי'" געוואָרן „אלקיך", זיין כח וחיותלד — על אחת כמה וכמה.
(משיחות ש"פ תולדות
וש"פ וישלח תשכ"ח)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site