עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeitzei 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

259ויצא ה

א. עס איז ידוע דער פּתגם פון רבותינו נשיאינוא אַז באַלד נאָך שמח"ת (ושבת בראשית)ב הויבט זיך אָן דער סדר העבודה פון „ויעקב הלך לדרכו"ג — אַ איד גייט צו זיין דרך (וסדר העבודה) פון דעם גאַנצן יאָר.

און ווי גערעדט שוין כמה פּעמיםד דער ביאור אין דעם: במשך חודש תשרי זיינען אידן פאַרנומען בעיקר מיט עניני קדושה (די ימים טובים ומצות שבהם און די הכנות צו זיי); נאָכן חודש תשרי גייט מען אַריין אין וואָכעדיקע טעג און וואָכעדיקע ענינים — רוב טעג זיינען ימי החול וואָס אין זיי זיינען די מערסטע אידן פאַרנומען מיט עסק הפּרנסה וכו'.

און אָט דער איבערגיין פון דער עבודה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה איז מרומז אין „ויעקב הלך לדרכו", וואָס די הדגשה פון וואָרט „לדרכו" — צו זיין וועג — אַנטהאַלט אין זיך אַ תוכן פון צוויי קצוות: פון איין זייט ווערט דערמיט אָנגעדייט, אַז דער וועג, אויף וועלכן אַ איד גייט אין דער וואָכעדיקייט פון גאַנצן יאָר נאָך תשרי, איז ניט ווי דער וועג פון חודש תשרי, נאָר „דרכו" — זיין (דעם מענטשס) וועג: דעם גרעסטן טייל פון טאָג איז אַ איד פאַרנומען מיט פּרנסה, עסן און טרינקען און שלאָפןה א. אַ. וו. — און אין דעם וועג זעט זיך ניט (בגלוי) קיין הייליקייט. אין דעם איז, לכאורה, ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן אַ אידן און אַ נט־אידן.

לאידך, אין דעם זעלבן וואָרט „לדרכו" ווערט אונטערגעשטראָכן אַז דער וועג אין וועלכן דער איד גייט במשך דעם גאַנצן יאָר איז „דרכו": זיין וועג — יעקב (אבינו')ס באַזונדער דרך, וואָס ער האָט אויסגעטראָטן פאַר אַלע אידן; ד. ה. אויך דער וואָכעדיקער דרך פון אַ אידן, זיין גאַנג און אויפפירונג במעשיו, במאכלו ובמשקהו כו' ובמשאו ובמתנו וכו'ו, איז אַנדערש ווי ביי אַ ניט איד, להבדיל; ס'איז אין אַ אידישן אופן, אין אַן אופן פון „לשם שמים"ז און „בכל דרכיך דעהו"ח.

און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות פון „ויעקב הלך לדרכו" צום זמן פון חודש תשרי — און מ'איז מכריז (כידוע המנהג בכ"מ) „ויעקב הלך לדרכו"ט — וואָרום די נתינת כח וואָס אַ260איד האָט, צו קענען אויפטאָן אַז אין „דרכו", אין זיינע וואָכעדיקע עניניםי, זאָל זיך אָנזען און דערפילט ווערן אַז דאָס איז „דרכו" — דער ספּעציעלער וועג פון אַ אידן — נעמט זיך פון דער קדושה ותומ"צ וועלכע אַ איד שעפּט אָן במשך פון חודש תשרי, חודש הכללי.

ב. די רייד פון רבותינו נשיאינו זיינען מדוייק בתכלית הדיוק, ובמילא דאַרף מען זאָגן, אַז דאָס וואָס דער אַוועקגיין פון חודש תשרי אינעם דרך וסדר העבודה במשך השנה איז מתואר מיט די ווערטער „ויעקב הלך לדרכו", איז דאָס ניט בלויז דערפאַר וואָס אין די ווערטער איז מרומז די עבודה, נאָר ווייל דער דרך וסדר העבודה הנ"ל איז אויך בהתאם צו דעם ענין וסופו, וואו די ווערטער ווערן געזאָגט בתורתנו תורת חיים (הוראה בחיים), בפרשתנו בקשר מיט „ויעקב הלך לדרכו".

איז ניט מובן: דער פּסוק „ויעקב הלך לדרכו" רעדט וועגן יעקב'ס גיין פון חו"ל, פון „חרן" — „חרון אף של מקום בעולם"יא, קיין ארץ ישראל, ארץ הקודש; קומט אויס, אַז די הליכה פון „יעקב לדרכו"יב ווי דאָס איז מתואר אין פּסוק, איז בסדר ותוכן הפכי פון דער הליכה הנ"ל פון אַ אידן (פון עניני קדושה (חודש תשרי) צו עובדין דחול (די עבודה פון כל השנה))יג?

ג. דער ביאור אין דעם: דער פּסוק „ויעקב הלך לדרכו" קומט בסיום סיפּור המעשה ווי יעקב איז אַנטלאָפן פון לבן, ווי לבן האָט אים נאָכגעיאָגט, און די טענות און איבעררייד צווישן יעקב און לבןיד, ביז אַז „וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו ויברך אתהם וילך וישב לבן למקומו ויעקב הלך לדרכו גו'"טו. ד. ה. אַז „ויעקב הלך לדרכו" קומט ניט בהמשך צו עבודת יעקב בבית לבן, נאָר נאָכדעם ווי ער איז שוין אַוועק פון בית לבן בחרן, און לבן איז אים נאָכגעלאָפן.

און אין דעם באַשטייט די שייכות צווישן „ויעקב הלך לדרכו" (אין אונזער פּרשה) צו דער הכרזה פון „ויעקב הלך לדרכו" בסיום חודש תשרי: דער ענין פון רדיפת לבן וכו' בפּנימיות הענינים, איז די נתינת כח צו יעקב'ן אַז ער זאָל קענען בייקומען עשו'ן (ווי דערציילט אין דער ווייטערדיקער פּרשה וועגן די הרפּתקאות פון יעקב'ן ביים באַגעגענען זיך מיט עשו'ן), וואָס דאָס איז דער בירור פון עשו'ן; און דאָס איז ע"ד ווי די נתינת כח פון חודש תשרי אויף דער עבודת הבירורים פון כל השנה כולה.

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור פון מעזריטשער מגידטז, אַז דער טעם (בפּנימיות הענינים) וואָס לבן האָט נאָכגעיאָגט יעקב'ן איז: לפי שיעקב אבינו השאיר אחריו אותיות התורה שעדיין לא הוציא אותם מלבן ולזאת רדף לבן אחר יעקב ליתן לו את האותיות שנשארו אצלו261וניתוסף פרשה א' בתורה באלו האותיותיז.

איז ניט מובןיח: די „אותיות התורה" וואָס יעקב האָט איבערגעלאָזן ביי לבן'ען, זיינען דאָך ניצוצות קדושה וואָס האָבן זיך געפונען באַ לבן'ען, היינט וויבאַלד אַז דער תכלית וואָס יעקב האָט זיך צוואַנציק יאָר געפונען בבית לבן איז געווען צוליב מברר זיין דאָרט די ניצוצות הקדושה — איז פאַרוואָס האָט ער די ניצוצות איבערגעלאָזן און זיי ניט מברר געווען? און די העלאה זייערע איז געווען דוקא דורך לבן'ס „וירדף אחריו"?

איז פון דעם גופא מוכח, אַז אין די ניצוצות קדושה, וואָס זיינען געווען אין לבן'ס רשות, זיינען געווען צוויי סוגים: א) ניצוצות וואָס יעקב מיט זיין עבודה דאָרט האָט זיי געקענט מברר זיין; ב) אַזעלכע ניצוצות, וואָס זייער בירור האָט ניט געקענט זיין דורך יעקב'ס עבודה אַליין, נאָר דורך לבנ'ס רדיפה נאָך יעקב'ן.

ע"ד דוגמא ווי עס זיינען פאַראַן צוויי סוגי מצוות: א) „סתם כל המצוות", ווי סוכה, לולביט אד"ג, וואָס זייער קיום איז אָפּהענגיק פונעם מענטשנ'ס דעת ורצון — די מצוה ווערט דורכגעפירט דורך דעם וואָס דער מענטש וויל און האָט אין זינען צו טאָן די מצוה; ב) מצוות וואָס זיינען ניט תלוי אין רצון ודעת האדם, ואדרבה, זייער קיום איז דווקא שלא מדעתו ווי די מצוה פון שכחה וכה"ג (ע"ד ווי ס'איז מבואר אויך בנוגע צו „כבוד" און „גדולה"כ).

און דער טעם פּנימי פון דעם חילוק איז: די מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעת ורצון האדם, זיינען מושרש למעלה אין דער דרגא פון כתר, אריך אנפּין וואָס איז די בחי' פון רצון העליון — און דערפאַר זיינען זיי אויך למטה פאַרבונדן מיט דעת ורצון המקיים און דורך זיין עשי' איז ער ממשיך פון רצון העליון; משא"כ די מצוות וואָס זייער קיום איז דוקא שלא מדעת, ווי שכחה הנ"ל, זייער שורש איז אין בחי' תחתונה שבמאציל (וואָס איז העכער פון רצון) — און דערפאַר זיינען זיי אויך למטה העכער פון צו זיין געבונדן מיט דעת ורצון האדם, כמבואר בלקו"תכא.

עד"ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו די צוויי סוגי ניצוצות וואָס זיינען געווען ביי לבן'ען: די ניצוצות וואָס יעקב האָט מברר געווען במשך זיין געפינען זיך ביי לבן'ען, זיינען געווען פון דעם סוג וואָס האָט געקענט און געדאַרפט מבורר ווערן דורך דעם וואָס יעקב האָט זיך אין זיי מתעסק געווען ברצונו ודעתו. עס זיינען אָבער ביי לבן'ען געווען אויך אַזעלכע ניצוצות נעלים, וואָס יעקב האָט זיי ניט געקענט מעלה זיין דורך, זיין עבודה מיט רצון ודעת — און דערפאַר זיינען זיי איבער־262געבליבן ברשות לבן; און זייער בירור ועלי' איז דורך אַ כח עליון (בדרך אתערותא דלעילא).

ה. די מדריגה וואָס פון איר ווערט נמשך דער כח עליון בדרך אתערותא דלעילא, איז מרומז אינעם נאָמען „לבן", ווי די רז"לכב זאָגן אויפן פּסוקכג „הידעתם את לבן — הידעתם את מי שהוא עתיד ללבן עונותיכם כשלג".

און די הסברה אין דעם איז (כמבואר בתו"אכד), אַז דער ענין פון לבן דקדושה — די בחי' פון לובן העליון, „בחי' אור עצמותו ומהותו של אא"ס ב"ה" — איז דאָס ווי, למשל, דער מראה וגוון לבן (דער ווייסער קאָליר) וועלכער איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע קאָלירן: די אַנדערע גוונים ווערן אויפגעטאָן דורך דער מציאות פון פאַרב וואָס שאַפט דעם באַשטימטן גוון. משא"כ די מראה וגוון לבן איז דאָס ווי עס זעט אויס דער עצם ומהות פון אַ זאַך, וואָס ווערט ניט אויפגעמאַכט דורך פאַרבן, „וכן הוא עד"מ אוא"ס ב"ה בעצמו ובכבודו דלית בי' בחי' גוונין כלל".

און דאָס איז די שייכות פון לבן צו דעם וואָס ער איז „עתיד ללבן עונותיכם כשלג", כמארז"ל הנ"ל, ווייל דער ליבון, די מחילה פון די עוונות, קומט דורך המשכת עצמות אוא"ס ב"ה וואָס איז העכער פון סדר ההשתלשלות, וואָס דאָס איז די בחי' פון לובן העליוןכה — דער שורש בריבוי השתלשלות וכו' פון לבן שלמטה.

און דאָס איז דער טעם וואָס די רז"לכו זאָגן: תשובה תולה ויוהכ"פּ מכפּר, אַז תשובה אַליין איז ניט גענוג און דווקא יוהכ"פּ, עיצומו של יום איז מכפּר — וואָרום דער לובן העליון, וואָס פון דאָרט קומט די מחילת העוונות, היות אַז דאָס איז אַ מדריגה וואָס איז העכער פון השתלשלות, קען עס דעם אדם ניט ממשיך זיין דורך זיין עבודה און אתעדל"ת (אַליין), אפילו ניט דורך עבודת התשובה, נאָר זי קומט מלמעלה בדרך אתעדל"עכה אין יוהכ"פּכז.

ו. עפּ"י הנ"ל (אַז די בחי' פון לובן העליון [וואָס איז „נשפּל" געוואָרן „בלבן גשמי"כח] קען ניט נמשך ווערן דורך עבודת האדם ואתעדל"ת, נאָר דוקא דורך אתעדל"ע) איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער בירור פון די (נידעריקערע) ניצוצות, וואָס יעקב האָט אויפגעטאָן אין די צוואַנציק יאָר בבית לבן, וויבאַלד דאָס איז געווען דורך זיין עבודה בדרך אתעדל"ת, האָט נאָך ניט פּועל געווען דעם גילוי פון לובן דקדושה וואָס איז „נשפּל" געוואָרן אין דעם לבן הגשמי; דווקא ווען לבן (דורך זיין שורש — לובן העליון) איז נאָכגעלאָפן יעקב'ן (היינו בדרך אתעדל"ע) צו איבערגעבן אים די ניצוצות נעלים (אותיות) וואָס זיינען ביי אים איבערגעבליבן, דעמאָלט איז ביי יעקב'ן נתגלה געוואָרן די בחי' לובן העליון וואָס איז געווען באַהאַלטן אין (גשמיות'דיקן) לבן למטה.

263און דערמיט איז מובן דער המשך הענין „וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו" (אַלס הקדמה צו „ויעקב הלך לדרכו"): נאָך דעם ווי ס'איז געווען „וירדוף" פון לבן — לובן העליון כנ"ל — איז דאַן נמשך און נתגלה געוואָרן דער לובן העליון אין דעם אופן פון „נשיקין ואתדבקות רוחא ברוחא"כט צו יעדן פון די בני ישראל — „וינשק לבניו ולבנותיו", וואָס דאָס איז תכלית הדביקות באלקות.

און דאָס איז דער צוזאַמענהאַנג פון „וישכם גו' וינשק (לבן) וגו'" מיט „ויעקב הלך לדרכו": אויפן וועג פון יעקב'ס הליכה צו ארץ ישראל האָט ער זיך באַגעגנט און געהאַט צו טאָן מיט עשו'ן און האָט זיך „מתאבק" געווען מיט שרו של עשו — עבודת הבירורים — איז אים די נתינת כח אויף דער עבודה געקומען פון „וישכם לבן בבוקר", פון המשכת לובן העליון.

ז. עפּ"י הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון „ויעקב הלך לדרכו" (שבפּרשתנו) צו דער עבודה פון יעדן אידן אין זיין הליכה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה:

נאָך די טעג פון התעוררות און עבודת התשובה פון יעדן אידן אין חודש אלול, אין די ימי הסליחות ובפרט אין די עשרת ימי תשובה, וואָס דערמיט איז ער מעורר וממשיך מלמעלה דאָס וואָס ער איז בכח צו ממשיך זיין דורך אתעדל"ת, דורך אייגענער עבודה, ווערט דערנאָך נמשך דער גילוי בחי' לובן העליון בדרך אתעדל"ע — „וישכם לבן בבוקר" — אין יום הכפּורים [וואָס דערפאַרל זיינען די ספּעציעלע לבושים פון כה"ג ביוהכ"פּ געווען בגדי לבןלא, וואָס ווייזט אויף דעם גילוי פון אוא"ס ממש, פּשוט בתכלית הפּשיטות כנ"ל], און ווי ס'איז מבואר אין לקו"תלב, אויף ביום הזה יכפּר עליכם לפני ה', אַז עס ווערט נתעורר „פּנימיות רצונו ית'", וואָס דאָס ווערט אָנגערופן „כארז בלבנון" ווייל ער איז „מלבין עונותיהם של ישראל" —

און „וינשק לבניו ולבנותיו": עס ווערט נמשך אין אַלע „פּרצופים העליונים", ביז אויך אויף צו מהפּך זיין דעם רע פון נפש הבהמית וואָס ווערט אָנגערופן „בניו ובנותיו", אַז „זדונות נהפּכים לזכיות ממש"לג.

און דעריבער, איז באַלד נאָך יוהכ"פּ, נאָכדעם ווי ס'איז געווען די המשכה נעלית פון לובן העליון, הויבט זיך אָן די עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו", כמבואר אין דרושי חסידותלד.

אָבער דער עיקר הענין פון „ויעקב הלך לדרכו" פאַנגט זיך אָן נאָכן חודש תשרי, דהיינו נאָכדעם ווי די בחי' פון לובן העליון קומט אַראָפּ בגילוי און אין אַ פּנימיות אין חג הסוכות און שמע"צ ושמח"ת, וואָס דעמאָלט איז אויך דער עיקר המשכה פונעם נתינת כח אויף264דער עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו" — אויף זיין דרך העבודה אין אַלע עניני חוללה, צו מברר זיין די ניצוצות און זיי מעלה זיין לקדושהלו דורך דער עבודה פון „וכל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו".

(משיחת שבת בראשית תשי"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xmhfqnmf

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed
#92 Likkutei Sichos 15:259: machine reading of the scan, with printed line ends (demo) · approved
#85 Likkutei Sichos 15:259: machine reading of the scan (demo) · closed
#82 Likkutei Sichos 15:259: machine reading of the scan (demo) · closed

Sources