Likkutei Sichos
Vayigash 3
399ויגש ג
א. בסוף פרשתנו — וואו די תורה דערציילט ווי יוסף האָט געשפּייזט די איינוואוינער פון ארץ מצרים (און ארץ כנען), און אַז בשעת זיי האָבן מער קיין כסף ניט געהאַט מיט וואָס צו קויפן שפּייז האָט זיי יוסף געגעבן „לחם" פאַר זייער מקנה — שטייט אין פסוקא „ויתן להם יוסף לחם בסוסים גו' וינהלם בלחם בכל מקניהם בשנה ההוא".
שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „וינהלם" און איז מפרש: כמו וינהגם ודומה לו אין מנהל להב על מי מנוחות ינהלניג.
לערנענדיק בפשטות, קומט רש"י דאָ אָפּטייטשן דעם וואָרט „וינהלם" — וויבאַלד דאָס איז אַ לשון וואָס איז ניט אַזוי רגיל אין חומש; און דעריבער ברענגט אויך רש"י ראיות צו זיין פירוש, אַז מען געפינט נאָך ערטער וואו דער לשון „נהל" מיינט נהג.
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:
א) מען געפינט דעם לשון אויך פריער אין חומשד — „אתנהלה לאטי" — און דאָרט איז רש"י ניט מפרש וואָס דער וואָרט מיינט. איז ממנ"פ: אויב דער בן חמש ווייס דעם טייטש פון וואָרט (און דעריבער דאַרף עס רש"י ניט אָפּטייטשן דאָרט וואו דער לשון שטייט (צום ערשטן מאָל)) — פאַרוואָס איז נויטיק ער זאָל דאָס מפרש זיין אין אונזער פרשהה? און אויב דער בן חמש ווייס ניט דעם טייטש (און דערפאַר איז עס רש"י מפרש אין אונזער פרשה) — האָט עס רש"י געדאַרפט מפרש זיין באַם ערשטן מאָל, באַ „אתנהלה לאטי"?
ב) פאַרוואָס ברענגט רש"י צוויי ראיות לפירושו און ס'איז ניט גענוג איינע פון די צוויי?
ג) פאַרוואָס ברענגט רש"י די (ערשטע) ראי' פון פסוק (אין ישעי') „אין מנהל לה" — און ניט פון אַ פריערדיקן פסוק (אין ישעי')ו „ועל מבועי מים ינהלם"? ובפרט אַז (א) דאָרט איז דער לשון בדומה ממש צום לשון „וינהלם" אין אונזער פסוק, (ב) דאָרט איז דער וואָרט בתוכן חיובי („ינהלם") אַזוי ווי בנדון דידן, משא"כ דער פסוק „אין מנהל לה" איז ענינו שלילה.
ד) וויבאַלד אַז מיט „וינהגם" מיינט רש"י אָפּטייטשן דעם וואָרט „וינהלם"ז, האָט רש"י געדאַרפט זאָגן (ניט „כמו400וינהגם כו'"ח, נאָר) „וינהלם, לשון הנהגה" (אָדער „לשון וינהגם" וכיו"ב)ט?
ה) פאַרוואָס זאָגט רש"י „ודומה לוי אין מגהל לה וכו'", און ניט „וכן כו'" (ווי ס'איז רגיל בפרש"ייא בכיוצא בזה) ?
פון דעם איז משמע, אַז „אין מנהל לה" און „על מי מנוחות ינהלני" זיינען ניט ממש ווי „וינהלם" אין אונזער פסוק.
רש"י האָט געשריבן זיין פירוש בלשון קודשיב און אַ וואָרט וואָס איז רגיל אין לשון קודש דאַרף ער ניט אָפּטייטשן, ווייל דער וואָס לערנט פרש"י ווייס דעם טייטש דערפון.
און דעריבער דאַרף רש"י ניט אָפּטייטשן דעם וואָרט „אתנהלה", וואָרום אַ בן חמש (וואָס לערנט רש"י — בלה"ק) ווייס דעם טייטש — איך וועל פירן (זיך און די ילדים צאן ובקר).
אָבער אין דעם פסוק בפרשתנו, וואו עס שטייט „וינהלם בלחם"יג, קען מען דאָך ניט טייטשן אַז ער האָט זיי „געפירט" (מיט „לחם").
דער תרגום טייטשט „וזנינון בלחמא" — אַז ער האָט זיי געשפּייזט מיט ברויט. אָבער ע"פ פשוטו של מקרא קען רש"י אַזוי ניט טייטשן, ווייל עס שטייט שוין פריער אין פסוק „ויתן להם יוסף לחם בסוסים גו'"; און כאָטש דער פסוק איז דאָ מוסיף „בכל מקניהם בשנה ההוא" — איז אָבער צוליב דעם ניט נויטיק אַז ס'זאָל שטיין נאָכאַמאָל „וינהלם בלחם", ס'וואָלט געווען גענוג נאָר מוסיף צו זיין „ובכל מקניהם בשנה ההוא".
דעריבער דאַרף רש"י מפרש זיין „כמו וינהגם", דאָ מיינט ניט רש"י אויפטאָן אַז „וינהלם" איז אַ לשון הנהגה (היות אַז דאָ איז עס ניט מספיק ומתאים כנ"ל), נאָר דערמיט איז ער (אויך ו)בעיקר מכוון צום לשון „וינהגם" וואָס אין תנ"ך (תהליםיד) — „וינהגם כעדר במדבר", און דעריבער זאָגט ער „כמו וינהגם"טו און ניט „לשון הנהגה" וכיו"בטז;
און דערמיט איז אויך מוסבר דער לשון „וינהלם" באַ לחם, כדלקמן.
ג. דער לשון בתהלים „וינהגם" מיינט ניט אַז דער אויבערשטער האָט זיי געפירט מיט אָן הליכה סתם כפשוטה, נאָר אַז ער האָט זיי געפירט מיט אַ הנהגה מיוחדת (כעדר במדבר) מיט אַלע זייערע הצטרכות'ן, ווי אַ פּאַסטוך פירט401אַן עדר וואָס געפינט זיך במדבר, וואָס דאָס קומט דורך איבערגעגעבנקייט וכו', אַז אַלע זייערע ענינים זאָלן זיין באופן המתאים וטוב.
ועד"ז בעניננו: נאָכדעם ווי די תורה דערציילט אַז „ויתום הכסף גו' ויתן להם יוסף לחם גו'", איז דער פסוק מוסיף אַז די נתינה איז געווען אין אַן אופן פון „וינהלם בלחם גו' בשנה ההוא" — ער האָט זיי ניט בלויז געגעבן שפּייז*16, נאָר ער האָט „אָנגעפירט" די באַשפּייזונג אין אַן אופן מיוחד ומתאים, אויסרעכענענדיק און איינטיילנדיק דעם „לחם" אַז עס זאָל זיי מספּיק זיין אויף אַ גאַנצן יאָריז (און ניט פאַרנוצן עס בבת אחת באַלד בתחילת השנה, וכיו"ב)יח.
[וע"ד ווי דער פסוק זאָגט פריעריט „ויכלכל יוסף את אביו ואת אחיו ואת כל בית אביו לחם לפי הטף", אַז דאָס איז „לפי הצריך לכל בני ביתם"כ, באַוואָרענענדיק אפילו דאָס וואָס דער דרך פון טף איז לפרר הלחםכא].
און אַזוי ווי מען געפינט אין דער הנהגה פון יוסף'ן אין כללות קבוץ התבואה אין די שני השבע, אַז ער האָט געזאָרגט און אַכטונג געגעבן אַז די תבואה זאָל זיך האַלטן לכל משך הזמן — ווי רש"י איז מבאר דאָס וואָס דער פסוקכב זאָגט „ויתן אוכל בערים אוכל שדה העיר אשר סביבותי' נתן בתוכה" אַז יוסף האָט אַזוי געטאָן דערפאַר ווייל „כל ארץ וארץ מעמדת פירותי' ונותנין בתבואה מעפר המקום ומעמיד את התבואה מלירקב".
ד. וויבאַלד אַז דער טייטש אין „וינהלם" דאָ איז ניט ניהול סתם, בפשטות, דעריבער דאַרף רש"י ברענגען ראיות ודוגמאות וואו מען געפינט דעם לשון ניהול ניט אין פשוטן מובן פון פירן אַ צווייטן, נאָר אַ הנהלה מיוחדת; און דערפאַר זאָגט רש"י „ודומה לו אין מנהל לה", אַז אויך דאָרט איז דער פירוש פון „מנהל" בדומה צו „וינהלם", ווייל דאָרט רעדט זיך בנוגע כלל ישראל, איז מובן בפשטות, אַז דאָס מיינט הנהלה בתוכן ומובן כלליכג.
ועפ"ז איז מובן וואָס רש"י ברענגט ניט דעם פריערדיקן פסוק (אין ישעי') „ועל מבועי מים ינהלם" — וואָרום דאָרט שטייט דאָס בהמשך צו די ווערטער „כי מרחמם ינהגם" *כג, וואָס402„ינהגם" (וויבאַלד עס שטייט סתם „מרחמם ינהגם" — ניט אויסגעטיילט קיין פרט אין דער הנהגה) איז פירושו אַ כללות'דיקע הנהגה, און דעריבער דאַרף עס ניט שטייען נאָכאַמאָל, לכאורה, ולכן איז „ועל מבועי מים ינהלם" פירושו בפשטות, ניהול גשמי בפועלכד: ער וועט זיי פירן אויף (אַ מקום) פון קוואַל וואַסער, בהמשך צו התחלת הכתוב „לא ירעבו ולא יצמאו גו'"כה.
לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י ברענגט דאָ ניט דעם פסוק פון בשלחכו „נהלת בעזך אל נוה קדשך", וואָרום אויך דאָרט וואָלט מען געלערנט בפשטות אַז „נהלת" איז אַ ניהול פון גיין „אל נוה קדשך"כז.
ועד"ז איז בנוגע די אַנדערע ערטער אין נ"ךכח, וואו דער לשון ניהול מיינט ניט דוקא דעם ענין פון אָנפירן במובן הכללי, נאָר (אויך) דעם ניהול פון אַ הליכה כפשוטה.
ה. אָבער דער פסוק „אין מנהל לה" איז ניט קיין דמיון (מספיק) ממש לנדו"ד, וואָרום הגם אַז עס מיינט ניט אַ ניהול פון הליכה כפשוטה, איז אָבער אויך די הנהלה כללית (וואָס מ'פירט אָן מיט כל צרכי המדינה והעם) ענלעך צו ניהול של הליכה כפשוטה —
ובמילא איז פון דעם ניט קיין ראי' מוכחת לנדו"ד, „וינהלם בלחם", אַז מ'זאָל קענען נוצן דעם לשון „וינהלם" וואָס ווייזט אויף אַ כללית'דיקע אָנפירונג און סידור, בנוגע צו אַ פרטיות'דיקן ענין פון לחם — פון באַשפּייזונג.
דעריבער ברענגט רש"י אַ ראי' פון אַ צווייטן פסוק „על מי מנוחות ינהלני" וואו דער לשון „ינהלם" וועלכער איז במובנו הרחב שטייט בשייכות צו „מי מנוחות" אַ פרטיותדיקער ענין פון שתי'.
און די ראי' פון דעם פסוק ברענגט רש"י דוקא נאָך דער ראי' פון פסוק „אין מנהל לה"כט, וואָרום דער פסוק „על מי מנוחות ינהלני" איז אַ משל אויף כללות צרכי האדם, ווי ער הויבט אָן דעם קאַפּיטל „ה' רועי לא אחסר בנאות דשא ירביצני"ל,
ובמילא וואָלט מען געלערנט אַז מיטן לשון „ינהלני", שטייענדיק דאָ בסגנון של משל, ווערט געמיינט ניהול בפשטות, „על מי מנוחות" (ע"ד „ועל מבועי מים ינהלם") אַזוי ווי התחלת הכתוב „בנאות דשא ירביצני", און ניט צוליב דעם תוכן המדובר, אַז דער אויבערשטער שטעלט צו אַלע זיינע הצטרכות'ן (ובראשן — אכילה ושתי') כדבעי.
אָבער לאחר ווי מ'זעט פון פסוק „אין מנהל לה" אַז דער לשון ניהול איז מתאים ניט בלויז אויף אַ ניהול פון הליכה גשמית, טייטשט מען אויך „על מי מנוחות ינהלני" אַז דאָס מיינט דעם ענין פון אָנפירן די אַלע צרכי האדם: דעם סידור און באַזאָרגונג פון אכילה ושתי' וכו'.
403קומט אויס, אַז דוקא דורך די ביידע פסוקים צוזאַמען איז „דומה לו", אַז דער לשון „וינהלם" ווערט געזאָגט ניט נאָר בשייכות צו אַ גשמיות'דיקן ניהול פון הליכה, אָדער נאָר בנוגע צו אַ כללותדיקער הנהלה פון אַ מדינה און עם וכיו"ב, נאָר אויך בנוגע אַ ניהול וואָס תוכנו איז אַ כללות'דיקער, אָבער בשייכות צו אַן ענין פרטי — באַשפּייזונגלא.
ו. פון יינה של תורה אין פירוש רש"י:
אויפן פסוקלב „וילקט יוסף את כל הכסף הנמצא בארץ מצרים גו' ויבא יוסף את הכסף ביתה פרעה" איז דער אַלטער רבי מבאר אין תו"אלג, אַז אין אהבת ה' זיינען דאָ צוויי סוגים כלליים:
א) די אהבה וואָס ווערט נולד פון שכל, פון דער התבוננות אין גדולת ה' כו'. ב) די אהבה המסותרת וואָס איז דאָ בטבע באַ יעדן אידן מצד זיין נפה"א, וועלכע ציט זיך בטבעה צום אויבערשטן וואָס איז איר מקור ושורש; נאָר די אהבה איז מסותרת — בהעלם והסתר, און דורך התבוננות איז מען מעורר און מגלה די אהבה מההעלם אל הגילוי.
און דער אונטערשייד צווישן די צוויי סוגי אהבה איז בדוגמת החילוק צווישן די צוויי אופנים אין צמיחת התבואה: א) די תבואה וואָס וואַקסן דורך זריעה; ב) די ספיחים וואָס וואַקסן פון זיך אַליין — ניט פון אַ איצטיקער זריעה, נאָר פון אַ פריערדיקער זריעה, „שנפל בה מכבר".
עד"ז איז דער חילוק צווישן די ביידע אהבות: די אהבה וואָס ווערט נתהווה דורך התבוננות איז ע"ד ווי די צמיחה וואָס וואַקסט אויס פון דער איצטיקער זריעה. משא"כ דער גילוי פון די אהבה מסותרת איז בדוגמת הספיחים — זי קומט ווי פון זיך אַליין, היות אַז די אהבה איז שוין געווען בבחי' זריעה בנפש „מכבר".
און די זריעה פון דער אהבה מסותרת באַ יעדן אידן ווערט אויפגעטאָן דורך יוסף צדיק עליון, וואָס דעריבער ווערט ער אָנגערופן „גננא דגינתא" — ער איז זורע וממשיך דעם אור אין „גינתא", אין דעם מקור פון נש"י.
וואָס דאָס איז דער פירוש פון „וילקט יוסף את כל הכסף גו' ויבא גו' ביתה פרעה", אַז די אַלע בחי' חסדים („כסף") וואָס זיינען נמשך געוואָרן צו יוסף'ן, האָט ער ממשיך געווען אין מלכות מקור נש"י — די המשכה פון אהבה מסותרת צו יעדן אידן,
ווי ס'איז דאָרט מבואר בארוכה.
ז. וי"ל בדרך אפשר אַז דעם ענין איז רש"י מרמז בפירושו „וינהלם כמו וינהגם ודומה לו אין מנהל לה כו'":
דער חילוק בפשטות צווישן לשון „הנהגה" און לשון „הנהלה": הנהגה ווערט גענוצט (בדרך כלל) אויף אַ גלוי'דיקן אופן פון אָנפירן, הנהגה אין וועלכער עס זעט זיך אָן דער קירוב בפשוטו פון דעם מנהג צום מונהג; דער404לשון „הנהלה" ווייזט אויף אַ כללות'דיקן אופן פון אָנפירן, וואו עס איז ניט ניכר באופן בולט וגלוי, ווי דאָס ווערט אָנגעפירט פון דעם מנהללד.
איז רש"י מפרש, אַז דער גילוי פון דער אהבה מסותרת („וינהלם") וואָס איז דאָ באַ יעדן אידן איז „כמו וינהגם", דאָס ווערט נמשך און מונהג פון יוסף הצדיק, ס'איז בלויז „ודומה לו אין מנהל לה" — עס דוכט זיך נאָר אויס אַז עס קומט ווי אַ ניהול פון זיך אַליין, באמת אָבער האָט עס יוסף זורע געווען בפרט אין יעדן אידן. נאָר וויבאַלד דער שורש פון דער אהבה איז פון „אור קדמאה" העכער פון השתלשלות, זעט זיך ניט אָן בגילוי ווי דאָס קומט מלמעלה.
דעריבער איז רש"י ממשיך און ברענגט אויך דעם פסוק „על מי מנוחות ינהלני" וואָס אין דעם זיינען מרומז ביידע ענינים:
דער גילוי פון אהבה מסותרת איז ניט דורך דער איצטיקער זריעה, נאָר בדוגמת הצמיחה „על מי מנוחות", וואָס בכלל איז דאָרט די צמיחה פון ספיחים וואָס וואַקסן מעצמם — און ביחד עם זה איז דער מקור פון „מי מנוחות" וואָס איז בחי' יסוד וואָס דאָס איז מדריגת יוסף צדיק עליון, און דאָס ווערט צו אים נמשך פון אַ מדריגה וואָס איז העכער פון השתלשלות, בחי' בינה, וואָס ווערט אָנגערופן „מי מנוחות" ווי מבואר אין קבלה און חסידותלה.
ח. אָבער דער גילוי בפועל פון דער אהבה מסותרת איז ע"י התבוננות, ווי ער איז מבאר אין תו"אלג דעם מאמר רז"ללו „נכנס יין יצא סוד", אַז „סוד" איז די אהבה מסותרת הנ"ל און דער גילוי פון דער אהבה איז דורך התבוננות וואָס ווערט אָנגערופן „יינה של תורה"לז.
ועד"ז: דורך דעם לימוד פון „יינה של תורה", פנימיות התורה, איז אויך „יצא סוד" — ביז צו דעם גילוי פון דעם סתום ונעלם בתכלית — דעם קץ הגאולהלח, כהבטחת מלך המשיח צום בעש"טלט, אַז ער קומט לכשיפוצו מעינותיך חוצה, די מעינות פון פנימיות התורה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-krjks9hg