Likkutei Sichos
Vayeishev 3
318וישב ג
א. אין פּסוקא „ויאמר לו (ישראל צו יוסף) לך נא ראה את שלום אחיך גו' וישלחהו גו' ויבא שכמה", שטעלט זיך רש"י אויף „ויבא שכמה", און איז מפרש: מקום מוכן לפּורעניות כו' (כדלקמן סעיף ג').
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ שווער אין פּשוטו של מקרא וואָס צוליב דעם דאַרף רש"י מפרש זיין אַז שכם איז אַ „מקום מוכן לפּורעניות כו'"ב?
מפרשיםג לערנען, אַז וויבאַלד עס שטייט שוין פריערד „הלא אחיך רועים בשכם", איז ניט נויטיק אַז דער פּסוק זאָל נאָכאַמאָל אויסטייטשן „(ויבא) שכמה", עס האָט נאָר געדאַרפט שטיין „ויבא שמה"ה (און מ'וואָלט געוואוסט אַז עס מיינט שכם); פון דעם וואָס דער פּסוק איז מדגיש „ויבא שכמה" איז משמע, אַז דערמיט ווערט געמיינט „שכםו הידוע, המוכן לפּורעניות".
ע"פּ פּשוטו איז אָבער שווער צו זאָגן אַז דאָס איז רש"י אויסן צו באַוואָרענען, ווייל:
(א) מ'געפינטז בכמה מקומות אַז דער פּסוק חזר'ט איבער דעם נאָמען פון אַן אָרט און איז זיך ניט מסתפּק מיטן וואָרט „שם", ולדוגמא אין אונזער פּרשהח: „ויתנהו אל בית הסהר . . ויהי שםט בבית הסהר . . את כל האסירים אשר בבית הסהר גו'". ד. ה. אַז אין דרך הפּשט איז עס קיין תמי' ניט וואָס דער פּסוק זאָגט באופן ברור און חזר'ט איבער נאָכאַמאָל דעם שם המקום.
(ב) אויב ביי רש"י איז קשה כנ"ל, האָט ער דאָס געדאַרפט באַוואָרענען אין דעם פריערדיקן פּסוקי — „ויאמר ישראל . . הלוא אחיך רועים בשכם גו'" — וואָס שוין דאָרטן איז לכאורה ניט נויטיק אויסצוטייטשן אַז „רועים בשכם", ווייל עס שטייט שוין פריעריא „וילכו אחיו לרעות את צאן אביהם בשכם"יב (און319אויך דאָ וואָלט געווען גענוג ווען ער זאָגטיג נאָר „לכה ואשלחך אל אחיך", וכיו"ב).
(ג) לפ"ז האָט רש"י געדאַרפט מעתיק זיין אין דעם דבור המתחיל נאָר דעם וואָרט „שכמה" — ניט (אויך) „ויבא".
ב. אַנדערע מפרשיםיד לערנען, אַז רש"י איז דאָ אויסן צו מסביר זיין פאַרוואָס עס דאַרפן בכלל שטיין די ווערטער „ויבא שכמה" — למאי נפקא מינה וואו ס'איז געווען דער „וימצאהו איש גו'"? — איז רש"י מפרש אַז דאָס איז צוליב דעם וואָס שכם איז אַ „מקום מוכן לפּורעניות כו'".
אָבער אויך דער פּירוש איז בפּשטות ניט מובן: וויבאַלד דער פּסוק דערציילט אַז אחי יוסף זיינען געווען אין שכם און אַז צו זיי האָט יעקב געשיקט יוסף'ן — איז פּשוט אַז ס'איז דרך הכתוב צו דערציילן אַז יוסף איז געגאַנגען דאָרט וואו מ'האָט אים געשיקטטו — אין שכם.
נאָכמער: אין די ווייטערדיקע פּסוקיםטז ווערט דערציילט ווי יוסף איז געווען „תועה בשדה" און האָט געזאָגט צום „איש" אַז „אחי אנכי מבקש" און „ויאמר האיש נסעו מזה גו'" — איז פּשוט אַז צוליבן המשך הסיפּור מוז פריער דערמאָנט ווערן אין פּסוק אַז יוסף איז אָנגעקומען אין שכם (אַנדערש פּאַסט ניט דער המשך — „תועה בשדה . . אחי אנכי מבקש" און „נסעו מזה").
ג. ווייטער איז רש"י ממשיך: שם קלקלו השבטים שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד שנאמריז וילך רחבעם שכמה.
דאַרף מען פאַרשטיין:
(א) דעם סדר ה"פּורעניות" אין פּרש"י: דער מאורע פון „ענו את דינה" איז געווען פריער ווי דאָס וואָס „קלקלו השבטים" — האָט דאָך רש"י זיי געדאַרפט שטעלן לויטן סדר הזמנים ווי זיי האָבן געטראָפןיח.
(ב) נאָכמער: דער מקור פון דעם320פּירוש רש"י איז אין גמראיט און אין תנחומאכ, און דאָרטן שטייען זיי טאַקע לויטן סדר ווי זיי האָבן געטראָפן („ענו את דינה" קומט צום ערשטן) — פאַרוואָס איז רש"י משנה און מהפּך דעם סדר!
(ג) אין גמרא און אין תנחומא איז דער לשון „בשכם מכרו (אחיו) את יוסף" — וואָס איז דער טעם וואָס רש"י איז משנה און שרייבט „שם קלקלו השבטים"?
ולכאורה, אדרבה: דער לשון „קלקול" איז מתאים אויך ביי ניט קיין האַרבן ענין [ע"ד ווי רש"י זאָגט פריערכא וועגן ראובן אַז „אפילו בשעת הקלקלה קראו בכור"]; און וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן מכירת יוסף, וואָס איז געווען אַן ענין חמורכב, פאַרוואָס זאָגט רש"י אַז „שם (איז מערניט וואָס) קלקלו השבטים"?
(ד) מ'געפינט אין נביאים (פאַר דעם סיפּור פון „וילך רחבעם שכמה") נאָך אַן ענין פון פּורעניות וואָס האָט געטראָפן אין שכם: וילך אבימלך בן ירובעל שכמה . . ויהרוג את אחיו גו'כג — פאַרוואָס ברענגט ניט רש"י די פּורעניותכד?
[מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס דאָס איז ניט געווען קיין פּורעניות פאַר כלל ישראל — ווייל אויך „ענו את דינה" איז געווען נוגע נאָר צו אַ פּרט].
(ה) לאידך — מען געפינט, אַז אין שכם זיינען פאָרגעקומען אויך גוטע זאַכן, ווי רש"י האָט שוין פריערכה אַראָפּגעבראַכט, אַז אין שכם „קבלו ישראל שבועת התורה" [און ווי דערציילט אין נביאיםכו ווי יהושע האָט אין שכם געמאַכט אַ כריתות ברית מיט אידן אויף קיום התומ"צ]; דאָרט האָט אברהם געהערט פון אויבערשטן וועגן „בשורת הזרע" און „בשורת א"י"כז — היינט וואָס איז דער הכרח אין פּשוטו של מקרא אַז שכם איז אַ מקום מוכן לפּורעניות דוקא?
ד. דאָס וואָס רש"י זאָגט „שם קלקלו השבטים" און ניט „מכרו (אחיו) את יוסף" — קען מען מסביר זיין, אַז רש"י גייט בזה לשיטתו בפּירושו על התורה:
אויף „נלכה דותינה"כח טייטשט רש"י: „לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם, ולפי פּשוטו שם מקום הוא ואין מקרא יוצא מידי פּשוטו". דאָס וואָס רש"י איז מוסיף נאָך ביידע פּירושים „ואין מקרא יוצא מידי פּשוטו" — וואָס מ'געפינט ניט (בכלל) אין אַנדערע ערטער וואו ער ברענגט צוויי פּירושים (לויט „אגדה" און לויט „פּשוטו") — איז כוונתו צו מסביר זייןכט, אַז אויך לויטן ערשטן פּירוש איז „אין מקרא יוצא מידי פּשוטו" און דותן איז „שם מקום"; ד.ה. (ווי מפרשיםל זיינען מסביר) אַז אין „נלכה דותינה" זיינען דאָ ביידע ענינים:
321(א) שם מקום הוא — אַז אחי יוסף זיינען פון שכם אַוועק אין דעם אָרט דותן, און (ב) אַז זייער גיין איז געווען „לבקש לך נכלי דתות כו'".
קומט אויס, אַז לשיטת רש"י בפירושו עה"ת — פשוטו של מקרא — איז מכירת יוסף (לויט ביידע פּירושים) ניט געווען אין שכםלא נאָר אין דותן. ובמילא קען רש"י ניט זאָגן דעם זעלבן לשון ווי אין גמרא און תנחומא — „בשכם מכרו (אחיו) את יוסף".
[אין זיין פּירוש על הש"סלב, באַוואָרנט רש"י די קשיא און איז מפרש: ודותן דכתיב בקרא היינו כפר הסמוך לשכם ונקראת על שם שכםלג. א"נ כמדרשו שהיו דנין עליו להרגו (און ווי ער איז מפרש במק"אלד אַז (לויט דעם מדרש) — „דותן אינה מקום") — אָבער לויט פּשוטו של מקרא, איז דותן „שם מקום הוא"לה; און עס איז ניט מסתבר אַז שכם זאָל זיין „מוכן לפּורעניות" מצד די פּורעניות וואָס זיינען פאָרגעקומען אין אַ כפר סמוך לשכם (אויך: וויבאַלד דער פּסוק איז מדגיש אַז דאָס איז אַ צווייטער אָרט — „נסעו מזה גו' נלכה דותינה" — איז שווער צו זאָגן אין פּשש"מ אַז דאָס איז געווען (אַ „כפר הסמוך לשכם" וואָס איז) „נקראת על שם שכם"לו)]
און דעריבער איז רש"י מפרש אַז „שם (אין שכם) קלקלו השבטים" — ניט די מכירה, נאָר אַן ענין (קל מזה) פון קלקול.
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד מכירת יוסף איז געווען (ניט שם, נאָר) אין דותן, וואָס מיינט רש"י מיט „שם קלקלו השבטים"?
אין פּשטות לערנט מען דעם פּשט אינעם מרז"ל „מקום מוכן לפּורעניות", אַז יוסף איז געקומען אין אַן אָרט וואָס איז געווען „מוכן לפּורעניות"לז בכלל (ווי דער המשך המאמר וואו מ'רעכנט אויס די פּורעניות וואָס האָבן דאָרטן פּאַסירט), און דעריבער האָט אויך מיט אים דאָרט פּאַסירט אַ זאַך פון פּורעניות — זיין מכירה.
כדי צו באַוואָרענען, אַז ניט דאָס איז זיין כוונה אין פּשט פון „מקום מוכן לפּורעניות", איז רש"י משנה דעם סדר פון די פּורעניות און שטעלט צום אָנהויב „שם קלקלו השבטים", וואָס דאָס איז טאַקע די מאורע של „פּורעניות" וועגן וועלכער עס רעדט זיך דאָ אין די פּסוקים, בנוגע צו יוסף'ן —
וואָס דערמיט מאַכט רש"י קלאָר, אַז מיט „מקום מוכן לפּורעניות" מיינט ער בנוגע לפרט — נאָר בשייכות צו יוסף אין צוזאַמנהאַנג מיט זיין מכירה. ד. ה. אַז קומענדיק אין שכם האָט דאָרט זיך אָנגעהויבן (די הכנה צו) זיין פּורעניות,322ווייל „שם קלקלו השבטים" (כדלקמן סעיף ו').
[און דערפון מובן — אַז אויך די אַנדערע צוויי פּורעניות וואָס רש"י ברענגט (שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד כו') האָבן אַ פאַרבונד מיט דעם וואָס שכם איז אַ מקום לפּורעניות פאַר יוסף'ן, כדלקמן סעיף ז'].
ו. דער הכרח אויף דעם פּירוש — איז די קשיא וואָס שטעלט זיך אין די ווערטער — וועלכע רש"י איז מעתיק — „ויבא שכמה":
פון דעם וואָס דער פּסוק („ויאמר לו לך גו' וישלחהו גו'") ווערט נסתיים מיט די ווערטער „ויבא שכמה" און ערשט אינעם פּסוק נאָכדעם הויבן זיך אָן די פּרטי הסיפּור וואָס האָבן דאָרטן פּאַסירט — „וימצאהו איש וגו'" — איז משמע, אַז יוסף'ס קומען אין שכם איז פאַר זיך אַן ענין עיקרי אין דעם סיפּור (פון מכירת יוסף). ד. ה. אַז זיין קומען דאָרט איז ניט אַן ענין דרך אגב, נאָר עס איז נוגע צו וויסן אַז ער איז דאָרט אָנגעקומען.
איז ניט מובן: אחי יוסף זיינען שוין דאַן ניט געווען אין שכם, נאָר אין דותן (כנ"ל ס"ג), ובמילא איז יוסף'ס קומען אין שכם געווען נאָר בדרך מעבר, גייענדיק (פון דאָרט ווייטער אויפן וועג) צו זיינע ברידער אין דותן; איז נניח אַז צוליב'ן המשך הסיפּור דאַרף דערציילט ווערן (כנ"ל ס"ב) אַז יוסף איז אָנגעקומען אין שכם — פאַרוואָס אָבער איז נויטיק צו אויסטיילן זיין אָנקומען אַהין ווי אַן ענין פאַר זיךלח? עס האָט געקאָנט שטיין „וימצאהו איש בשכם והנה גו'" (די הדגשה „ויבא שכמה" איז לכאורה איבעריק).
אויף דעם זאָגט רש"י „ויבא שכמה, מקום מוכן לפּורעניות שם קלקלו השבטים כו'": יוסף'ס אָנקומען אין שכם איז ניט אַ דרך אגב'דיקער פרט אינעם סיפּור פון מכירת יוסף, נאָר ס'איז אַן ענין עיקרי פאַר זיך — דאָס איז דער אָרט וואו עס האָבן זיך אָנגעהויבן זיינע פּורעניות, ווייל „שם קלקלו השבטים": אמת טאַקע אַז מכירת יוסף איז געווען ערשט אין דותן, אָבער דער „קלקול" פון די שבטים איז שוין געווען (ווען זיי זיינען געווען) אין שכם: דאָרטן האָבן זיי שוין אָנגעהויבן צו טראַכטן און צוגרייטן פאַר אים די פּורעניותלט — „לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם".
ז. די שייכות פון די ווייטערדיקע צוויי פּורעניות (שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד כו') מיט דעם וואָס שכם איז אַ „מקום מוכן לפּורעניות" פאַר יוסף'ן:
רש"י האָט פריערמ מפרש געווען, אַז יוסף „הי' מגיד לאביו שהיו אוכלין אבר מן החי ומזלזלין בבני השפחות לקרותן עבדים וחשודים על העריות ובשלשתן לקה על אבר מן החי וישחטו . . ועל דבה . . לעבד נמכר . . ועל העריות . . ותשא וגו'".
וויבאַלד אַז דער עונש פון יוסף'ן איז פאַרבונדן מיט דריי ענינים — (א) אבר מן החי, (ב) מזלזלין בבני השפחות לקרותן עבדים, (ג) חשודים על העריות — דאַרף מען זאָגן, אַז שכם, וואו ס'איז323געווען די הכנה והתחלה פון זיינע פּורעניות ועונשים, איז „מוכן לפּורעניות" — צו דריי מיני פּורעניות בדומה צו די דריי ענינים אין יוסף'ס רייד קעגן זיינע ברידער:
מצד דעם קלקול השבטים „לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם" — אַן ענין פון שפיכת דמים — איז עס אַ „הכנה" צו די פּורעניות פאַר דעם וואָס ער האָט געזאָגט אַז זיי זיינען ניט נזהר אין אבר מן החימא — וישחטו גו'; מצד דעם וואָס „שם ענו את דינה"מב איז עס מוכן צו די פּורעניות פאַר דעם וואָס ער האָט געזאָגט אַז זיי זיינען „חשודים על העריות" — ותשא גו'; און מצד „שם נחלקה מלכות בית דוד" (וואָס ווייזט אויף אַ זלזול און פּחיתות אין מלכות בית דוד — און דורך ירבעם משבט אפרים בן יוסף) — איז עס מוכן צו די פּורעניות פאַרן זלזול פון „בני השפחות לקרותן עבדים" — לעבד נמכר גו'.
עפּ"ז פאַלן אָפּ בדרך ממילא די קושיות (דלעיל סעיף ג') — אַז מ'געפינט אַז עס האָבן פּאַסירט אין שכם נאָך פּורעניות, און אויך ענינים טובים — ווייל לויט פּשוטו של מקרא איז שכם מוכן לפּורעניות נאָר בשייכות צו יוסףמג,
משא"כ פאַר אַלע אידן — ובפרט אַז דאָרט איז געווען אַ כריתות ברית פון יהושע'ן מיט אַלע אידן אויף קיום התורה והמצוות.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-e3fxjjzp