Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
459ויחי ה
א.אין פּסוקא „אבי השביעני לאמר גו' בקברי אשר כריתי לי בארץ כנען שמה תקברני", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „אשר כריתי לי" און בריינגט אַראָפּ דריי פירושים: (א) כפשוטו וכו' (געגראָבן)ב. (ב) ומדרשוג עוד מתיישב על הלשון*3 כמו אשר קניתי וכו'. (ג) ועוד מדרשוד ל' כרי דגור שנטל יעקב כל כסף וזהב כו' ועשה אותו כרי ואמר לעשו טול זה כו'*4.
דער טעם וואָס רש"י שטעלט אויס די דריי פירושים לויט דעם סדר — איז מובן בפשטות: פריער בריינגט ער דעם פירוש „כפשוטו"; דערנאָך — אַ מדרש וואָס איז אָבער עכ"פ „מתיישב על הלשון" [„אשר כריתי לי" — וואָס איך האָב געקויפט פאַר זיך]; און נאָכדעם — אַ מדרש וואָס איז ניט „מתיישב על הלשון"ה, ווייל לויטן דרך הפשט לייגט זיך ניט*5 אַז „אשר כריתי לי" איז לשון כריו.
[ובפרט מובן הסדר אויב מ'וועט לערנעןז אַז דער פירוש „ועוד מדרשו לשון כרי כו'" איז ניט קיין באַזונדער פירוש, נאָר אַ „ועוד" — אַ תוספת טעם והסברה אויפן „מדרשו כו' המתיישב" — אויפ'ן צווייטן פירוש („אשר כריתי" „כמו אשר קניתי")ח — אַז דאָס וואָס תורה זאָגט דאָ דעם לשון „כריתי" (און ניט כרגיל — „קניתי" אָדער „לקחתי"), איז ווייל דאָ איז נוגע „לשון כרי": דאָס460איז מרמז אַז דער קנין איז געווען אין אַן אופן וואָס („כריתי"* „נטל יעקב כל כסף וזהב כו'"].
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:
(א) פאַרוואָס באַנוגנט זיך ניט רש"י מיטן פירוש „כפשוטו" און בריינגט אַ צווייטן פירוש לויט „מדרשו"? און (אויב „ועוד מדרשו" איז אַ דריטער פירוש קומט אויס אַז) ער איז זיך ניט מסתפק אויך מיט „מדרשו" וואָס איז עכ"פ „מתיישב על הלשון", נאָר ער בריינגט אַ (דריטן) פירוש לפי מדרשו וואָס איז נאָך ווייטער פון דרך הפשט, היות אַז ער איז ניט „מתיישב על הלשון"?
(ב) פאַרוואָס איז דער צווייטער פירוש (אַז „אשר כריתי" איז „כמו אשר קניתי") „מדרשו" — מ'געפינט דאָך פסוקים וואו דער וואָרט משורש „כירה" ווערט אָפּגעטייטשט בפשטות ווי אַ לשון קני': אין פ' דבריםט — „מים תכרו מאתם בכסף גו'", וואָס רש"י איז דאָס מפרש „תכרו, לשון מקח כו'"; און אַזוי אויך אין הושעי „ואכרה לי בחמשה עשר כסף", וואָס רש"י פאַרטייטשט, אַז דאָס איז „לשון סחורה כו'".
נאָכמער תמי': אין די ביידע ערטער הנ"ל וואו רש"י איז עס מפרש אין פשטות (וויבאַלד ער זאָגט ניט אַז דאָס איז לויט „מדרשו"), בריינגט ער אַ ראי' דווקא פון אונדזער פסוק [אשר כריתי לי], וואו ער זאָגט אַז דאָס איז מדרשויא!
זעט מען דערפון, אַז וויבאַלד ס'איז דאָ אַ הוכחה אויף אַן אָפּטייטש פון אַ וואָרט אין תורה פון אַ לשון אין „כרכי הים" (אָדער אין „כתפי" וכו')טו איז עס (לויט פרש"י) אויסגעהאַלטן אין דרך הפשט — היינט פאַרוואָס רופט עס רש"י דאָ אָן „מדרשו"?
ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין לשון רש"י גופא:
א) פאַרוואָס איז ער מעתיק אין דעם דבור־המתחיל אויך די ווערטער „אשר . . לי" — ער איז דאָך לכאורה מפרש נאָר דעם וואָרט „כריתי"טז.
ב) אויפן ערשטן פירוש ברענגט רש"י אַ ראי' „כמו כי יכרה איש"יז. איז ניט מובן: (א) פאַרוואָס בריינגט ער ניט די ראי' פון אַ פריערדיקן פסוקיח „ויכרו שם עבדי יצחק באר"? (ב) פאַרוואָס איז461רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „(כי יכרה) איש"*18, וואָס גיט ניט צו אין הסברת הראי' [ממ"נ: אויב צו אָנדייטן וועלכן פסוק ער מיינט, איז ניט נויטיק דער וואָרט „איש" (ווייל דאָס איז דער איינציקער אָרט וואו עס שטייט דער לשון „כי יכרה"); און אויב לשם הסברה אַז כרי' דאָרט מיינט חפירה, איז ניט מספיק דער וואָרט „איש" און ער וואָלט געדאַרפט אויך אַראָפּברענגען דעם וואָרט „בור" שלאח"ז]
ג) ביים צווייטן פירוש זאָגט רש"י „כמו אשר קניתי" — לכאורה איז ממנ"פ: אויב ער מיינט אָפּטייטשן נאָר דעם וואָרט „כריתי" האָט ער נאָר געדאַרפט זאָגן „כמו קניתי" (אָן דעם וואָרט „אשר"); און אויב ער זאָגט עס בהתאם צום גאַנצן המשך הלשון — „אשר כריתי לי" — האָט ער אויך געדאַרפט מוסיף זיין דעם וואָרט „לי" („כמו אשר קניתי לי")יט?
ד) פאַרוואָס בריינגט רש"י אַ ראי' אַז „כריתי" איז „כמו אשר קניתי" פון דעם וואָס „אר"ע כשהלכתי כו'" — און ניט פון בפירוש'ע פסוקים (כנ"ל סעיף א' קושיא ב') ווי אין דעם ערשטן פירושכ?
ה) אפילו ווען מ'זאָל געפינען אַ טעם אַז פון די פסוקים איז ניט קיין ראי' און דעריבער מוז רש"י אָנקומען צו דער ראי' פון דברי חז"ל — איז אָבער שווער צו פאַרשטיין פאַרוואָס ער בריינגט אויך די פרטי הראי' (כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למכירה כירה) און ער זאָגט ניט בקיצור „כמו אשר קניתי דמכירה נקרא כירה כדאיתא בראש השנה" וכיו"ב?
ג. דער ביאור בכל זה:
רש"י איז אויסן ניט נאָר צו מפרש זיין דעם וואָרט „כריתי", נאָר אויך צו פאַרענטפערן פאַרוואָס עס דאַרף בכלל שטיין די ווערטער „אשר כריתי לי". לכאורה, וואָלט געווען גענוג ווען דער פסוק זאָגט „בקברי אשר בארץ כנען שמה תקברני" (וואָרום אינעם לשון „בקברי" (אין מיין קבר) איז שוין דאָ דער טעם פאַרוואָס יעקב וויל אַז „שמה תקברני").
מוז מען זאָגן, אַז מיטן צוגעבן „אשר כריתי לי" האָט ער געמיינט אַן ענין מיוחד אין דער שייכות פון דעם קבר צו יעקב, וואָס צוליב דעם האָט עס ביי אים אַ גרויסע חשיבות, און דעריבער איז זיין אָנזאָג „שמה תקברני".
ד.ה. וויבאַלד אַז יעקב און יוסף האָבן געוואוסט אַז פרעה וויל אַז יעקב זאָל נקבר ווערן אין מצריםכא [וואָס דעריבער האָט זיך יעקב ניט פאַרלאָזט אויף דברי יוסףכב „אנכי אעשה462כדבריך", און האָט געמוזט משביע זיין יוסף'ןכג — ווי מפרשים זיינען מסבירכד, כדי ער זאָל דערמיט גופא קענען פּועל'ן אויף פרעה], און דערפאַר האָט יוסף געזאָגט צו פרעה „אבי השביעני לאמר", אַרויסבריינגענדיק דערמיט אויף וויפל דאָס איז געווען נוגע יעקב'ן — איז מובן וואָס ער האָט דערביי געזאָגט אויך דעם טעם (וואָס זאָל נתקבל ווערן אויך ביי פרעה)כה פאַרוואָס ס'איז אים אַזוי נוגע אַז ער זאָל נקבר ווערן אין ארץ כנעןכו.
דער ביאור אין דעם: פון דעם מאמר ר"ע אַז „היו קורין למכירה כירה" מיינט רש"י צו ברענגען אַ הוכחה אַז „כריתי" מיינט ניט „לקחתי" — נעמען סתם, נאָר אַ חילוף און שינוי רשות פון די געלט פון לוקח און די קרקע הקבר פון מוכרמב אָדער להיפך*42 — און דערפאַר464קען „כריתי" מיינען סיי קניתי און סיי מכרתימג.
און דאָס מיינט „אשר כריתי לי" (ניט סתם „אשר קניתי" וכיו"ב): דערמיט האָט יוסף געוואָלט אַרויסבריינגען דעם גודל החשיבות פון דעם קבר ביי יעקב'ן, אַז ער האָט זיך משתדל געווען אַז דער קנין זאָל זיין אין אַן אופן פון „כריתי" — אַ שטאַרקער קנין, ווי אין „כרכי הים"מו.
[און מצד דעם רופט רש"י אָן דעם פירוש „מדרשו" — ווייל דער ענין (אַז דער קנין פון „כרכי הים" ווערט אָנגערופן „כירה" און באַווייזט אויף אַ קנין חשוב — און דערמיט האָט יוסף געוואָלט איבערצייגן פרעה'ן דעם הכרח הענין אַז „שמה תקברני") איז ניט מוכרח ע"פ פשוטו של מקראמז].
ז. דער פירוש איז אָבער שווער מצד דעם תוכן הדיבור פון „אשר כריתי לי", ווייל סוף ווערט דערמיט — וואָ יעקב האָט געמאַכט אַ קנין פון „כירה" — נאָך ניט אויסגעדריקט די גרויסע השתדלות פון יעקב צו באַקומען דעם קבר און במילא אויך ניט קיין גרויסע חשיבות אין דעם, וואָרום יעדער זאַך וואָס האָט נאָר עפּעס אַ חשיבות*47, קויפט מען עס מיט אַ קנין חשוב.
דעריבער איז רש"י מוסיף „ועוד מדרשו לשון כרי כו' שנטל יעקב כל כסף וזהב שהביא מבית לבן כו'" — אַז דאָס וואָס דער פסוק רופט אָן דעם קנין מיט'ן נאָמען „כריתי", איז ניט (נאָר) צו אָנדייטן אויף אַ שטאַרקן קנין, כנ"ל, נאָר דערמיט איז די תורה מרמז, אַז יעקב האָט פאַר דעם קבר אַוועקגעגעבן זיין גאַנצע „כסף וזהב שהביא כו'", וואָס דאָס באַווייזט אויף וויפל דאָס איז חביב ויקר ביי יעקב'ן, וועט אפילו פרעה צוליב דעם מסכים זייןמח אַז „שמה
466פירוש איז „פשוטו" — סיי אין לשון
דער פירוש איז אָבער בלויז אַן ענין הכתוב (דאָס איז דער פירוש הפשוט פון פון „מדרשו", און נאָכמער — ס'איז „כריתי"); סיי אין תוכן הכתוב — ווייל אפילו ניט „מתיישב על הלשון" (אַזוי ווי דאָס באַווייזט אויפן גודל היוקר דער פירוש „כמו אשר קניתי"), ווייל צו והחביבות פון דעם קבר ביי יעקב'ן, ער זאָגן אַז „כריתי" איז „לשון כרי" איז האָט זיך אַזוי פיל משתדל געווען בזה,
ביז אַז ער האָט עס אַליין אויס־
און וויבאַלד אַז די פירושים כמו אשר געגראָבן51) — לי, צוליב דעם צוועק קניתי . . לשון כרי" איז „מדרשו" —
דעריבער, איז דער פירוש הראשון
והעיקרי „כמו כי יכרה איש". וואָס דער
שצוה לקוברו בא"י הוא מפני שלילת מצרים, אלא
ובתיב"ע „דחפרית לי" — אף שבכלל ת"א קרוב
49) לפי כהנ"ל אולי י"ל שפי' רש"י בפסוק יותר לפירוש התיבות משא"כ תיב"ע שמפרש תוכן לאח"ז (נ, ו) כאשר השביעך, „ואם לא בשביל הכתובים וגם ע"פ דרז"ל — כי חפרתי אינו מתיישב השבועה לא הייתי מניחך", כוונתו (גם) שפרעה לא על הלשון כ"כ (תיבת „לי") ולכן ת"א „דאתקנית לי",
ובתיב"ע מפרש ההדגשה בתוכן דברי יוסף „אשר 50) וזה שבפרש"י ויגש שם לא כתב ע"ז כריתי לי" ולכן מתרגם „דחפרית לי" שעפ"ז מובן ומדרשו, כי שם אינו בא לפרש הכתוב „אשר כריתי גודל חשיבות הקבר אצל יעקב (משא"כ „דאתקנית לי" אלא להביא ראי' שמה שרכש בפדן ארם נתן לי" שאינו מורה על חשיבות מיוחדת). ולהעיר הכל לעשו. וכמדובר כמ"פ — מפרש רש"י לפעמים שבתולדות ומשפטים שם (לרוב הגי') בתיב"ע פסוק רק ע"פ פי' אחד שפירש בכתוב אחר.
ס
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site