עברית
Library

Likkutei Sichos

Toldos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

200תולדות ב

א. אויפן פסוקא „וירא אליו ה' ויאמר אל תרד מצרימה שכון בארץ אשר אומר אליך, גור בארץ הזאת גו'" שטייט אין מדרשב „גור בארץ הזאת, אמר ר' הושעי' את עולה תמימה מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אף את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת".

רש"י בפירושו אויף די ווערטער „אל תרד מצרימה" איז מפרש: שהי' דעתו לרדת למצרים כמו שירד אביו בימי הרעב אמר לו אל תרד מצרימה שאתה עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך.

דער רא"ם לערנט אין פירוש רש"י, אַז וויבאַלד ער איז אַן עולה תמימה וואָס איז קודש קדשים איז כל הארץ ביי אים ע"ד ווי די עזרה לגבי ק"ק, און „חו"ל חשובה אצלו כחוץ מן העזרה ואין קדש קדשים יוצא לחוץ מן העזרה ואם יצא נפסל ונאסר לעולם". לויטן פירוש הרא"ם קומט אויס, אַז רש"י איז אויסן צו מפרש זיין אויפן זעלבן אופן ווי דער מדרש הנ"ל.

כד דייקת שפיר זעט מען אָבער אַז צווישן פירוש רש"י און פי' המדרש זיינען דאָ אַזעלכע שינוים וואָס ברענגען אַרויס אַ שינוי אויך אין תוכן פון די פירושים:

א) לויט דעם מדרש איז יצחק'ס יציאה אין חו"ל פאַרבונדן מיט אַ פסול — „אם יצאת חוץ לארץ נפסלת" — פּונקט ווי אַן עולה וואָס איז יוצא חוץ לקלעים; אָבער רש"י בפירושו איז מדגיש נאָר אַז „אין חוצה לארץ כדאי לך".

ב) אין מדרש איז די דרשה אויף די ווערטער „גור בארץ הזאת"ג, און רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „אל תרד מצרימה"ד.

וואָס פון די ביידע שינוים (וואָס זיינען תלוי זב"זה) איז מובן אַז ס'איז אַ חילוק בתוכן הפירושים: לויטן מדרש איז ביי יצחק'ן דער איסור יציאה לחו"ל אַ תוצאה פון דעם וואָס ער דאַרף זיין אין ארץ ישראל („גור בארץ הזאת") — מצד דער מעלה פון ארץ ישראל — ווייל ארץ ישראל לגבי יצחק איז ווי תוך הקלעים לגבי אַן עולה — און במילא איז „אם יצאת חוץ לארץ נפסלת", ווייל ער איז אַרויס פון ארץ ישראל.

משא"כ לויט רש"י, איז די שלילת היציאה פון יצחק'ן פאַרבונדן ניט מיט דער מעלה מיוחדת פון ארץ ישראל, נאָר מיט דעם חסרון פון חוץ לארץ — „אין חוצה לארץ כדאי לך", און דעריבער איז דאָס פאַרבונדן (ניט מיט'ן חיוב „גור בארץ הזאת" נאָר) מיט דער שלילה „אל תרד מצרימה".

ב. לפ"ז קען מען לכאורה מסביר זיין דעם טעם השינוי הנ"ל צווישן פרש"י און מדרש:

201לויטן מדרש איז דאָס פאַרבונדן מיט קדושת הארץו — ארץ ישראל איז מקודשת מכל הארצות, און די יציאה פון יצחק איז געגליכן צו דער יציאה פון אַן עולה לחוץ מקדושת העזרה — „מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אף את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת"*6.

משא"כ לפרש"יז וואָס עס איז על דרך הפשט, איז אין פשוטו של מקרא געפינט מען ניט אַז ארץ ישראל בזמן האבות, ווען זי איז נאָך געווען ארץ כנען האָט געהאַט אין זיך אַ קדושהח, דעריבער זאָגט רש"י אַז זיין ניט אַרויסגיין אין חו"ל איז עיקרו (— ניט דער ציווי „גור בארץ הזאת", מצד קדושת הארץ, נאָר) מצד דעם חסרון פון „חוצה לארץ", „אין חוצה לארץ כדאי לך"ט.

אין אמת'ן אָבער קען מען אַזוי ניט לערנען — ובהקדם השאלה: דעם ענין, אַז יצחק זאָל ניט אַרויסגיין פון ארץ ישראל, געפינט מען שוין פריער — ווען אברהם האָט געשיקט אליעזר'ן אין חוץ לארץ „אל ארצי גו' ולקחת אשה לבני ליצחק", איז אויף אליעזר'ס שאלה „אולי לא תאבה האשה גו' אל הארץ הזאת ההשב אשיב את בנך גו'", האָט אים אברהם געענטפערט „השמר לך פן תשיב את בני שמה"י — און דאָרטן געפינט מען ניטיא אַז מען זאָל מפרש זייןיב אַז דאָס איז צוליב דעם וואָס יצחק איז געווען אַן עולה תמימהיג.

לכאורה וואָלט מען דאָס געקענט פאַרענטפערן און מבאר זיין — עכ"פ ע"ד ההלכה:

דער דיןיד איז אַז „אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם אלא ללמוד תורה או לישא אשה . . (און אויך דאַן איז דערנאָך) ויחזור לארץ . . אבל202לשכון בחו"ל אסור אא"כ חזק שם הרעב עד שנעשה שוה דינר חטין בשני דינרין".

און דעריבער: אין פ' חיי שרה וואו די שאלה פון אליעזר'ן „ההשב אשיב את בנך אל הארץ אשר יצאת משם" האָט געמיינט אַז יצחק זאָל פאַרבלייבן דאָרט בקביעות (ניט ע"מ לחזור, וויבאַלד אַז לא תאבה האשה) — איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דאָס איז געווען אָפּגעפרעגט און אברהם האָט אים אָנגעזאָגט „השמר לך פן תשיב את בני שמה".

משא"כ בפרשתנו וואו עס רעדט זיך וועגן „ויהי רעב בארץ", וואָס דעמאָלט איז ניטאָ דער איסור הנ"ל פון אַרויסגיין „לשכון" בחו"לטו (ווי מ'זעט אויך פון דעם וואָס אברהם אבינו האָט אַזוי געטאָןטז בימי הרעביז), דעריבער האָט דער אויבערשטער געדאַרפט באַוואָרענען „אל תרד מצרימה גו' גור בארץ הזאת", אַז יצחק טאָר ניט אַרויסגיין אין חו"ל צוליב אַ טעם מיוחד — דאָס וואָס ער איז אַן עולה תמימהיח.

ס'איז אָבער שווער אַזוי איינצולערנען: דער רמב"ם פירט אויס אין דער אויבנדערמאָנטע הלכה „ואע"פ שמותר לצאת, אינה מדת חסידות, שהרי מחלון וכליון שני גדולי הדור היו ומפני צרה גדולה יצאו ונתחייבו כלי' למקום", איז אויב מען זאָל זאָגן אַז די דינים פון איסור יציאה לחו"ל זיינען געווען שייך אויך באַ די אבות (עכ"פ מצד דעם וואָס קיימו האבות כל התורה כולה עד שלא ניתנהיט ואפילו אכילת מצהכ ואפילו גזירות ושבותים דרבנןכא וכיו"ב), וואָלטן זיי דאָך זיכער געווען נזהר אויך פון יציאה אין חו"ל וויבאַלד דאָס איז ניט קיין מדת חסידות (און איז פאַרבונדן מיט אַזאַ עונשכב, ר"ל).

ועוד ועיקר: מען זעט דאָך אַז אברהם אבינו איז אַרויס פון א"י צוריק קיין חרן נאָך ברית בין הבתריםכג, אפילו ניט אין אַ זמן פון רעבכד.

203פון דעם איז מוכרח אַז בזמן האבות איז ניט שייך געווען דער איסור יציאה פון א"י לחו"ל, און במילא אויך ניט שייך אַז די אבות זאָלן זיין נזהר אין דעם, כאָטש זיי האָבן מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה, ווייל דער גדר פון קדושת הארץ (בנוגע דער יציאה מהארץכה) האָט נאָך דעמאָלטכו ניט חל געווען [ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק פון מאמר המכילתאכז „עד שלא נבחרה א"י היו כל הארצות כשרות לדברות (און דוקא) משנבחרה ארץ ישראל יצאו כל הארצות"].

און דער טעם פאַרוואָס אברהם האָט אָנגעזאָגט אליעזר'ן „השמר לך פן תשיב את בני שמה", איז מובן (אויך ע"ד הפשט) פון דברי אברהם גופא (אין המשך הכתובים שלאח"ז): „ואשר נשבע לי לאמר לזרעך אתן את הארץ הזאת" — וויבאַלד דאָס איז די לאַנד וואָס דער אויבערשטער וועט אָפּגעבן צו יצחק, האָט ניט קיין אָרט אַז יצחק זאָל (צוליב „לישא אשה") אַוועקגיין פון איר און זיך באַזעצן אין חו"לכח.

משא"כ בפרשתנו וואו ס'רעדט זיך וועגן אַ זמן פון אַ רעב בארץ און ס'איז ניטאָ קיין אַנדער ברירה ווי לצאת מן הארץ, איז מסתבר בפשטות אַז דאָס דאַרף ניט זיין קיין אָפּהאַלט פון צו גיין צייטווייליג אין אַן אָרט וואו ס'איז דאָ מזון ביז דער רעב ענדיקט זיך (לולא דעם טעם אַז יצחק איז אַן „עולה תמימה")כט.

204עפ"ז ווערט דאָך אָבער די שאלה: וויבאַלד אַז א"י איז נאָך דעמאָלט ניט געווען אויסגעטיילט בקדושתהל, איז וואָס טוט אויף דער ענין וואָס יצחק איז אַ „עולה תמימה"לא, ובפרט לפי הדגשת המדרש, אַז „מה עולה וכו' אף את אם יצאת כו'"?

ג. וי"ל ובהקדים נאָך אַ שינוי וואָס מ'געפינט צווישן אַ לשון רש"י און לשון המדרש: אויף דעם פסוקלב ביי ברית בין הבתרים „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר לזרעך נתתי את הארץ הזאת", שטייט אין מדרשלג „מאמרו של הקב"ה מעשה שנאמר לזרעך נתתי, אתן את הארץ הזאת אין כתיב כאן אלא נתתי את הארץ הזאת", אָבער רש"י בפירושו אויף „לזרעך נתתי" פאַרטייטשט: „אמירתו של הקב"ה כאילו היא עשוי'".

לפ"ז קומט אויס, אַז לדעת המדרש איז ביים ברית בין הבתרים שוין געווען די „מעשה" הנתינה דורך אמירת הקב"ה, און ס'איז דאַן נקנה געוואָרן צו אברהם ולזרעו אחריולד גאַנץ ארץ ישראל [וואָס דאָס איז אויך מתאים מיט דעם מאמר הירושלמילה אַז „לזרעך נתתי" איז ניט אַ הבטחה, נאָר „כבר נתתי" — עס באַלאַנגט צו די אידן נאָך איידער זיי זיינען אַריין אין א"י; און אַזוי אויך — מיט דעם וואָס די גמראלו זאָגט להלכה אַז „ארץ ישראל מוחזקת היא", „ירושה היא לכם מאבותיכם"]לז.

משא"כ לויט רש"י האָט אמירת הקב"ה ניט אויפגעטאָן די „מעשה" הנתינה בפועל ממש, אַז א"י זאָל פון דעמאָלט אָן באַלאַנגעןלח צו אידןלט; ס'איז נאָר אַז „(אמירתו של הקב"ה) כאילו היא עשוי'",

205אָבער אויך מצד דעם איז מתאים (אפילו בפשוטו של מקרא) צו זאָגן דעם לשון „לזרעך נתתי"מ.

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז מ'זאָגט לדעת המדרש (וההלכה) אַז אמירתו של הקב"ה פועלט אויף גוף הארץ, אַז עס איז נקנה געוואָרן צו אברהם וזרעו אחריו, פאַרוואָס זאָל מען ניט זאָגן אַז דאָס האָט אויך געפועלט די קדושה אין דער ארץ (ויתרה מזו — וויבאַלד אַז מען געפינט אַז גלייך „כשברא העולם" איז „בחר בארץ ישראל"מא) איז דאָך מקום לומר אַז פון דעמאָלט אָן איז דאָס געוואָרן אַן ארץ קדושה, ובמילא זיינען חל די אַלע ענינים וואָס קדושת הארץ איז מחייבמב (כולל אויך דעם איסור יציאה פון איר אפילו ווען איינער איז ניט קיין עולה תמימה).

ד. ויש לומר די הסברה אין דעם:

שוין גערעדט פיל מאָל*42 בנוגע דעם חילוק צווישן די מצוות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען פאַר מ"ת און די מצוות וואָס אידן זיינען מקיים נאָך מ"ת, אַז וויבאַלד דער קיום המצוות פאַר מ"ת איז געווען באופן פון „אינו מצווה (מהקב"ה)מג ועושה", האָבן די מצוות ניט געהאַט דעם כח צו משנה זיין דעם מהות דבר הנברא ע"י הקב"ה, משנה זיין דעם גוף הדבר מיט וועלכן מ'האָט געטאָן די מצוה אַז ער זאָל ווערן אַ חפצא של מצוה, און דער אויפטו פון קיום המצוות איז געווען נאָר בשייכות צום גבראמד, מקיים המצוה. לאחר מ"ת וציווי הקב"ה אָבער ווערט דורך קיום המצוות אַ שינוי אין דעם חפצא, אַז די חפצא ווערט אַ חפץ מצוה וקדושה וכו'

— וואָס דער טעם דערויף איז, ווי עס שטייט אין מדרשמה, אַז פאַר מ"ת איז געווען אַ גזירה אַז עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים, און באַ מ"ת האָט דער אויבערשטער מבטל געווען די גזירה, אַז ס'זאָל קענען זיין דער חיבור פון עליון מיט תחתון —

ד. ה. דער ציווי במ"ת*45 האָט אויפגעטאָן דער גדר פון חפצא דמצוה (ועבירה) אין די עניני העולם (אפילו איידער דער מענטש איז מקיים מיט זיי די מצוה), אַז זיי ווערן אַ כלי מוכשר צו מקיים זיין אַ מצוה מיט זיי און דורך זיי; און דורך דעם וואָס דער אדם איז מקיים206די מצוה במעשה, ווערט נקבע בפועל קדושה (עליונים) אין חפץ שלמטה (תחתונים) און ער ווערט אַ חפצא של מצוה או קדושה כו'.

עד"ז איז מובן אויך בנוגע א"י: כאָטש אַז דער קנין ובעלות אויף א"י האָט זיך אויפגעטאָן אויך פאַר מ"ת (ע"י דיבורו של הקב"ה), האָט אָבער דאַן די חלות הקדושה (אויך די קדושה וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט חיוב מצוות) ניט געקענט נקבעמו ווערן אין „חפצא" פון דעם ארץמז. לאחרי מ"ת אָבער (אויך לפני הכיבוש) איז אין איר נתחדש געוואָרן דער גדר און אפשריות הקדושה (מצד דעם ציווי מ'זאָל איר כובש זיין); און ווען אידן האָבן איינגענומען א"ימח בפועלמט (דורך כיבוש)נ איז אין איר נקבע געוואָרןנא קדושת הארץ.

ה. אַזוי ווי דאָס איז ע"ד המדרש בנוגע צו קדושת הארץ, עד"ז איז עס לדעת רש"י בפשוטו של מקרא בנוגע לקנין בעלות הארץ:

וויבאַלד אַז דער אופן וגדר נתינת הארץ פון דעם אויבערשטן צו אידן איז ניט ווי עס ווערט געגעבן אַ זאַך פון אַ סתם נותן צו אַ סתם מקבל

— וואָס די נתינה איז נאָר אַ שינוי רשות וואָס בייט ניט דעם מהות פון207דעם דבר הניתן (און דעריבער קען די בעלות פון דער זאַך בטל און נפקע ווערן דורך אַ קנין, אָדער כיבוש וכיו"ב, און איבערגיין פון איין רשות צום צווייטן)

— נאָר דער אויבערשטער האָט אַוועקגעגעבן (אויך) איר מהות צו אידן (צונעמענדיק פון איר יעדע שייכות צו אַנדערע אומות), געגעבן אין אַן אופן אַז עס איז געוואָרן אַ שינוי אין איר מהות — דער חפצא פון דער ארץ איז געוואָרן דורך הקב"ה ארץ ישראל,

איז פון דעמאָלט אָן קען זי ניט געהערן צו אַן אַנדער פאָלק (שינוי רשות דורך אַ קנין וכיו"ב, קען ניט משנה זיין מהות הדבר)נב —

במילא (בדוגמת כללות גדר הקדושה וואָס קען אויפגעטאָן ווערן דוקא לאחר מ"ת) האָט זיך (אויך) דאָס געקענט אויפטאָן דווקא דורך דעם וואָס אידן האָבן כובש געווען בפועל — „כבשתם ארצות ז' גוים" — וואָס דעמאָלט איז געוואָרן בפועלנג דער „ברצונו כו' נתנה לנו", נתינת עצם מהות הארץ (מצד דעם וואָס „כל הארץ של הקב"ה היא הוא בראה")נד.

ו. עפ"ז קען מען מבאר זיין דעם חילוק פון פירוש רש"י און מדרש: דאָס וואָס אַן עולה טאָר ניט אַרויסגענומען ווערן חוץ לקלעים און „אם יצאת כו' היא נפסלת" איז ניט צוליב דעם גדר הקדושה (וואָס זי איז אַרויס אין אַ מקום פון אַ נידעריקער דרגא פון קדושה), נאָר ווייל דאָס איז „חוץ למחיצתה" — און דאָס איז אַ דין כללינה באַ יעדער בשר וואָס איז „יצא חוץ למחיצתו"; ואדרבה, דעם דין לערנט מען אָפּנו פון פסוקנז „ובשר בשדה טרפה לא תאכלו" (וואָס רעדט ניט וועגן בשר קודש): „כיון שיצא בשר חוץ למחיצתו נאסר", היות אַז דער סוג בשר האָט זיין מחיצה, וואָס איז מגדיר דעם מקום קבוע וואו עס באַלאַנגט, דערפאַר איז „בשר ק"ק שיצא חוץ לחומת העזרה ובשר קק"ל שיצא חוץ לחומת ירושלים"נח, אָדער „בשר הפסח שיצא חוץ לחבורתו"נט, אָדער אַן „עובר שהוציא ידו"ס, ווערן זיי „נפסל ונאסר לעולם"סא, ווייל „כיון שיצא בשר חוץ למחיצתוסב נעשה כטריפה"סג.

און וויבאַלד אַז לויט דעם מדרש איז אמירתו של הקב"ה מעשה און א"י האָט שוין דעמאָלט (פון זינט ברית בין הבתרים) באַלאַנגט צו די אבות, דערי־208בער קומט אויס אַז דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים (יצחק'ן) געהייסן זיך מקריב זיין אַלס אַן עולה תמימה, איז בדרך ממילא ארץ ישראל נקבע געוואָרן אַלס מקומוסד ומחיצתו (בדוגמא ווי דורך הקרבת העולה ווערט די עזרה איר מקום ומחיצה קבועהסה), ובמילא איז חו"ל לגבי אים „חוץ למחיצתו".

משא"כ לדעת רש"י, כנ"ל, אַז אין חפצא פון א"י האָט די נתינה ביים ברית בין הבתרים ניט אויפגעטאָן.

רש"י האָט דאָך אָבער שוין מפרש געווען אין פ' חיי שרהסו (אין דעם ענטפער פון אברהם צו אליעזר „השמר לך פן תשיב את בני שמה") אויף די ווערטער „ה' אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי — עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי' רגיל בארץ",

וואָס (ווי גערעדט אַמאָל בארוכהסז) דערמיט האָט אברהם מסביר געווען צו אליעזר'ן, אַז אין חו"ל, „בית אבי", איז דער אויבערשטער בלויז „אלקי השמים", ניט „אלקי הארץ" — היות מ'האָט דאָרט ניט קיין הכרה אין דעם אויבערשטן און שמו הקדוש איז ניט מורגל בפי הבריות — און דעריבער „את בני לא תשב שמה"; משא"כ אין א"י איז ער (ניט נאָר) „אלקי השמים (נאָר אויך) ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות"סח, אָבער לאידך איז עס דאָרטן209נאָר אין אַן אופן פון „הרגלתיו בפי הבריות" — ניט קיין שינוי המהות אין די בריות, אין זייערע הנהגות און מעשים (וואָס דעריבער „לא תקח אשה לבני מבנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו") —

איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז בערך מעלתו פון יצחק וואָס איז געווען אַן „עולה תמימה" [איז כאָטש ס'איז ניט (אַזויפיל) נוגע חשיבות הארץ — וואָרום אין ארץ עצמה איז (נאָך) ניט געווען קיין מעלה מיוחדתסט און אויך ניט אין מהות פון אנשי הארץ —] איז (בעיקר) געווען שלילת היציאה דערפאַר וואָס „אין חוצה לארץ כדאי לך", ווייל דאָרט איז ניטאָ „אלקי הארץ", אפילו שמו איז ניט רגיל אין חוץ לארץ.

ז. ויש לבאר דעם חילוק צווישן די צוויי דיעות בפנימיות הענינים:

לויט דעם מדרש (והלכה) איז געווען די בעלות פון אידן אויף א"י אויך בזמן האבות און מצד דעם האָט יצחק ניט געטאָרט אַרויסגיין (זייענדיק אַן עולה תמימה); לויט פירוש רש"י איז ניט געווען קיין בעלות בפועל, דאָס האָט זיך ערשט אויפגעטאָן ע"י בנ"י בכניסתם לארץ, און דער העדר היציאה מהארץ איז בלויז ווייל „אין חוצה לארץ כדאי לך":

מצד מדרש, וואָס איז העכער פון פשט (— כולל פשטות הענינים) נאָר פאַרבונדן מער מיט רוחניות הענינים (אָבער דאָס איז נוגע ופועל אויך אין גשמיות העולם), ווערט די בעלות פון אידן אויף א"י אויפגעטאָן דורך „מאמרו של הקב"ה מעשה" שנוגע צו די בעלות פון אידן אויף א"י,

לויט פרש"י — פשוטו של מקרא — רעכנט מען זיך בלויז (ווי דאָס איז אין עולם הפשט — עולם המעשה) מיט דער מעשה בפועל, ווי דאָס איז אין עוה"ז,210און דעריבער איז אויך די בעלות פו אידן אויף א"י געוואָרן דוקא דורך זייע כניסה וכיבוש במעשה.

אָבער לאידך, ווערט דורך דער מעשה בפועל פון אידן איבערגע אַנדערשט דער מהות הארץ און על ון ווערט נתגלה נתינת הקב"ה פון עצם ערמהות הארץ, באופן אַז עס איז געוואָרן

אַן ארץ ישראל, און אַן ארץ הקודש און אין אַן אופן תמידי, כנ"ל.

(משיחות כ"ף מנ"א ומוצש"ק ראה תשל"ח) וס

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6cjdfm0x

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources