עברית
Library

Likkutei Sichos

Chayei Sarah 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

145חיי שרה

א. ווי גערעדט שוין פיל מאָלא בנוגע די שמות הסדרות, אַז דער תוכן פון יעדער סדרה איז אָנגעדייטעט אין איר נאָמען — איז אַזוי אויך בנדון פרשתנו, אַז דער נאָמען „חיי שרה" איז מרמז אויף דעם תוכן פון דער גאַנצער סדרה.

איז תמוה: די גאַנצע סדרה רעדט וועגן פּאַסירונגען וועלכע זיינען געווען ניט אין דער צייט פון „חיי שרה" (בשעת איר לעבן), נאָר אדרבה, אַלע מאורעות הסדרה האָבן פּאַסירט לאחרי מיתת שרהב;

און ניט נאָר זיינען זיי בפועל געשען אינעם זמן וואָס נאָך איר פטירה, נאָר אויך בתוכנם זיינען זיי היפך פון „חיי שרה":

אין דער ערשטער פרשה ווערט דערציילט ווי אברהם האָט געקויפט די מערת המכפלה צוליב קבורת שרה; דער צווייטער ענין פון דער סדרהג איז וועגן נשואי יצחק ורבקה, וואָס בסיום הסיפור זאָגט דער פסוקד — „וינחם יצחק אחרי אמו" — „ומשמתה הוא מתנחם באשתו"ה; און אַזוי אויך (ומכלשכן) דער דריטער ענין פון דער סדרהו — „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'" און דער המשך „ואלה תולדות ישמעאל גו'", איז דאָס אַלץ ההיפך בתכלית פון „חיי שרה" — וואָרום מצד (חיי) שרה איז דאָך דער סדר פון „גרש האמה הזאת ואת בנה גו'"ז —

היינט ווי קען מען זאָגן, אַז „חיי שרה" איז דער תוכן פון דער סדרה און נאָך — פון דער גאַנצער סדרה?

ב. דער ביאור בזה: ס'איז ידועח דער פירוש אין דעם וואָס די גמראט זאָגט „יעקב אבינו לא מת וכו' מה זרעו בחיים אף הוא בחיים":

דער אמת'ער ענין פון חיים, איז אַן אייביקער, אַ נצחיות'דיקער לעבןי. און דאָס איז מעגלעך נאָר ביי די וואָס זיינען דבוק צום אויבערשטן, וואָס ער איז מקור החיים והנצח האמתי, ווי עס שטייטיא: והוי' אלקים אמת הוא אלקים חיים, און: ואתם הדבקים בה"א חיים גו'יב.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען איז ניכר אַז ביי יעקב'ן איז געווען אַן אמת'ער ענין פון חיים — חיים נצחיים, חיים של קדושה — בשעת מ'זעט די נצחיות פון זיין חיים, אַז אויך לאחרי צאת הנשמה מן הגוף ווערט עס נמשך, אויך שפּעטער „זרעו" — איז „בחיים" — זייער לעבן איז דער זעלבער ווי יעקב אבינו'ס חיים.

146עד"ז איז מובן בנוגע „חיי שרה"יג: ווען ווערן נתגלה און באַשטעטיקט חיי שרה — ווען די השפעה פון שני חיי שרה איז קענטיק (אויך) נאָכן זמן פון איר לעבן בעלמא דין, ווען אירע עניני טוב וקדושה ווערן נמשך (אויך) שפּעטער; דוקא באופן זה קענען אירע קכ"ז שנה באַצייכנט ווערן אַלס „חיי שרה", חיים הראויים לשמם — די חיים אמיתיים פון שרה אמנו.

עפ"ז ווערט מוסבר דער חלק הפרשה וואָס רעדט וועגן נישואי יצחק ורבקה, אַז וויבאַלד די הנהגה פון יצחק, שרה'ס קינד (זרעה בחיים) איז געווען בהתאם מיטן (סדר) חיי פון שרה; און אַזוי איז אויך געווען די הנהגה פון רבקה מיט וועמען ער האָט חתונה געהאַט, ווי ס'שטייט „ויביאה יצחק האהלה שרה אמו" — „והרי היא שרה אמו"יד, אַז די עניני שרה (נר דלוק מע"ש לע"ש, ברכה מצוי' בעיסה וענן קשור על האהלטו) זיינען נמשך געוואָרן אויך נאָכדעם ביי רבקה — דוקא אין דעם האָט זיך אויסגעדריקט די אמיתית און נצחיות פון „חיי שרה"טז.

דאָס איז אָבער ניט מספיק, ווייל (נוסף אויף דעם וואָס דערמיט איז מוסבר נאָר איין ענין פון דער סדרה און ניט די אַנדערע צוויי ענינים הנ"ל, איז אויך) די פרשה ברובה רעדט ניט וועגן עצם הנישואין, נאָר וועגן די פרטי המאורעות והדיבורים אין דער שליחות פון אליעזר'ן (ווי ער האָט געטראָפן רבקה'ן, און ווי ער האָט דאָס איבערדערציילט צו בתואל'ן און לבן'ען און גע'פועל'ט זייער הסכמה אויפן שידוך וכו').

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר וואָס אויך אין דער ערשטער פרשה פון דער סדרה איז די אריכות דוקא אין דער שקו"ט צווישן אברהם מיט די בני חת ועפרון וועגן קויפן די מערת המכפלה;

אויך פאָדערט זיך הסברה: באַ דער התחלה פון די רייד פון אברהם צו די בני חת — „גר ותושב אנכי עמכם"יז זאָגן חז"ליח: אם תרצויט הריני גר ואם לאו אהיה תושבכ ואטלנה מן הדין שאמר לי הקב"ה לזרעך אתן את הארץ הזאת"כא — דלכאורה איז ניט מובן*21:

א) וויבאַלד אברהם האָט די מערת המכפלה געקענט צונעמען „מן הדין"כב — פאַרוואָס האָט ער זיך אַזויפיל משתדל געווען אַז זיי זאָלן דאָס אים פאַרקויפן (און „בכסף מלא")כג און זאָגן אַז „הריני גר"?

ב) ווי האָט ער עס געקענט נעמען „מן הדין", וויבאַלד דאָס האָט דעמאָלט נאָך147ניט געהערט צו אברהם'ען (ס'איז בלויז געווען די הבטחה אויף להבאכד: לזרעך אתן את הארץ הזאת) ?

אויך פאָדערט זיך ביאור בסיום הסדרה: אויף „ויקברו אותו יצחק וישמעאל"כה זאָגן רז"לכו (און רש"יכז ברענגט עס אַראָפּ) „מכאןכח שעשה ישמעאל תשובה והוליך את יצחק לפניו". דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז די תורה מרמז ישמעאל'ס תשובה טאָן ערשט באַ קבורת אברהם (לאחר פטירתו) — ישמעאל האָט דאָך תשובה געטאָן ווען אברהם האָט נאָך געלעבטכט, וואָס דאָס איז „שיבה טובה שנאמר באברהם"ל?

ד. דער ביאור אין דעם — בהקדים החילוק צווישן אברהם און שרהלא בנוגע זייערע תולדות:

אברהם איז, כפשוטו, געווען ניט נאָר דער פאָטער פון יצחק'ן, נאָר אויך פון ישמעאל'ן — ביז, ווי חז"ל זאָגןלב, אַז „בנך יחידך אשר אהבת" — איז סיי יצחק, סיי ישמעאל. נאָכמער: ישמעאל איז ביי אים געבאָרן געזואָרן פאַר יצחק'ן.

ד. ה. אַז פון אברהם איז אַרויסגעקומען ניט נאָר דער עם ישראל, נאָר אויך אַנדערע אומות, ביז אַז דער אויבערשטער זאָגט „אב המון גוים נתתיך"לג, ער איז „אב לכל העולם"לד.

דאַקעגן שרה איז געווען די מוטער נאָר פון יצחק, ד. ה. איר שייכות איז בלויז צו עם ישראללה.

148און עד"ז איז אויך דער אונטערשייד צווישן עבודת אברהם און עבודת שרה:

אברהם האָט מפרסם געווען אלקות צו אַלע סוגי בני אדם, „הקריא א"א לשמו של הקב"ה בפה כל עובר ושב"לו, ביז אפילו צו ערביים וואָס משתחווים לאבק רגליהםלז — ניט רעכענדיק זיך צי זיי וועלן בלייבן אויף ווייטער אונטער זיין השפעה אָדער ניט.

משא"כ שרה — איז (משנולד יצחק) די השפעה און המשכת אלקות וואָס דורך איר געווען נאָר למקום הראוי, אין צד הקדושה (ווי מרומז בסיפור ר' בנאהלח ומבואר בארוכה אין חסידותלט);

ביז אַז דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אויך בנוגע אברהם'ס זון ישמעאל, שרה האָט וועגן אים געזאָגט (און אויסגעפירט) „גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש בן האמה הזאת עם בני עם יצחק", כאָטש אַז „וירע הדבר מאד בעיני אברהם על אודות בנו"מ:

אברהם האָט ממשיך געווען אלקות צו אַלעמען, איז „וירע הדבר מאד גו' על אודות בנו", „שאומרת לו לשלחו"מא. נאָכמער: ער האָט געבעטןמב (און אויסגעפירט) „לו ישמעאל יחי' לפניך"מג.

מצד שרהמד אָבער האָט ישמעאל קיין ערך ניט צו יצחק'ן, ובמילא דאַרף זיין „גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש גו' עם בני גו'" — ער איז ניט שייך צו נעמען השפעת אברהם צוזאַמען מיט יצחק'ן, אידן.

ה. אָט דער ענין — איז די נקודה כוללת פון די דריי פרשיות (וסיפורים) אין אונזער סדרה:

די מערת המכפלה איז געווען, מקום קבורתם פון אדם וחוהמה, וואָס פון זיי שטאַמט דער גאַנצער מין אנושי. לפי"ז האָט די* מערת המכפלה לכאורה ניט געדאַרפט האָבן אַ שייכות נאָר ובדוקא צו אידן; און דאָך זעט מען, אַז אברהם האָט זיך משתדל געווען און עס אָפּגעקויפט לקבורת שרה, און דאָרט געפינען זיך די ג' אבות און אמהות, דאָס געהערט בלויז צו אידן. דאָס גופא איז אַ באַווייז אַז אידן זיינען אויך דער עיקר פון אדם וחוהמו — און אַלע אַנדערע אומות האָבן קיין ערך ניט לגבי זיי.

דערנאָך ווערט אין דער סדרה אַרויסגעבראַכט

אליעזר'ס שליחות) נאָך אַ העכערער ענין: די העכערקייט פון אידן איז ניט נאָר אין באַצוג צו די אומות וואָס האָבן כלל קיין שייכות ניט צו אברהם'ען, נאָר אויך בנוגע אַזעלכע וואָס האָבן יע אַ געוויסע שייכות:

וועגן אליעזר עבד אברהם ווערט געזאָגט אַז ער איז „דולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים"מז; און אין דעם סיפור149גופא (וועגן זיין שליחות) דערציילט די תורה וועגן דעם ריבוי נסים וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן (ביי זיין דורכפירן די שליחות פון אברהם), ביז אַז פון אריכות הסיפור לערנען חז"למח אַרויס אַז „יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים כו'" — און נאָך דעם אַלעם, האָט אברהם ניט געקענט משדך זיין יצחק'ן מיט בתו של אליעזר, ווייל „בני ברוך ואתה ארור ואין ארור מדבק בברוך"מט.

ד. ה. ניט קוקנדיק אויף די אַלע מעלות פון אליעזר'ן — איז ער אָבער בערך צו יצחק'ן ניט בלויז נידעריקער במדריגה, נאָר ער איז לגבי אים ווי „ארור" אין פאַרגלייך צו „ברוך".

ו. און ביים סיום הסדרה איז די תורה מוסיף נאָך אַ גרעסערן עילוי אין דעם — אַז די העכערקייט פון אידן איז אפילו לגבי די תולדות פון אברהם, און דאָס איז אין אַן אופן אַז די תולדות האָבן קיין תפיסת מקום ניט:

נאָכדעם ווי די תורה דערציילט אַז „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" און „ותלד לו גו'" — זאָגט דער פסוקנ „ויתן אברהם את כל אשר לו ליצחק ולבני הפלגשים גו' נתן אברהם מתנות וישלחם מעל יצחק בנו גו'"נא; און עד"ז בשייכות צו בני ישמעאל אַז כאָטש זיי זיינען „תולדות ישמעאל בן אברהם", איז אָבער די תורה גלייך מוסיף ומדגיש „אשר ילדה הגר המצרית שפחת שרה"נב, אַז ישמעאל'ס מציאות (מיט זיינע „תולדות" עד סוף כל הדורות) איז ילדה „שפחת שרה"נג, ניט קיין ערך צו יצחק בן שרהנג.

[עפ"ז איז אויך מובן וואָס ישמעאל'ס תשובה טאָן איז די תורה מרמז בשייכות מיט קבורת אברהם און אין דעם וואָס „הוליך את יצחק לפניו": דער (עיקר) חטא פון ישמעאל וואָס צוליב דעם האָט אברהם אים געמוזט אַוועקשיקן צוזאַמען מיט הגר'ן, איז דאָס וואָס ער האָט גע'טענה'ט אַז ער איז דער „בכור" און „נוטל פי שנים"נד, ער האָט ניט אַנערקענט דעם אמת, אַז ער איז נאָר דער בן השפחה (ניט קיין יורש) און דער אמת'ער יורש איז יצחק „בן הגבירה"נה; און ווי שרה האָט געזאָגט „גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש בן האמה הזאת עם בני עם יצחק".

און דערפאַר איז זיין תשובה אָנגעדייטעט (א) דווקא ביים ענין הקבורה (לאחר פטירתו של אברהם, וואָס דאָס איז דער זמן ווען ס'איז ניכר בפועל, אַז ער האַלט זיך ניט פאַר אַ יורש); און אויך (ב) מיט דעם וואָס ער האָט דאַמאָלס מקדים געווען יצחק'ן, ער האָט אַנערקענט דעם אמת און מודה געווען אַז יצחק איז דער יורש (ומחוייב בקבורתו) און ער איז דער בן השפחהנו].

150און דאָס איז די כללות'דיקע שייכות פון די ענינים וואָס ריידן זיך אין דער סדרה צום נאָמען פון דער סדרה — „חיי שרה" — ווייל אין זיי איז מודגש דער אויפטו פון איר עבודהנז (וואָס דאָס איז איר אמת'ער „חיים"): אַרויסברענגען די הבדלה און ניט־ערך צווישן יצחק און ישמעאל, אידן און אַ ניט אידן.

ז. אַ טיפערע הסברה אין דעם ענין: היות אַז די מציאות פון שמים וארץ וכל צבאיהם (כולל אומות העולם) איז „בשביל ישראל"נח. די גאַנצע מטרה פון זייער בריאה איז צוליב אידן. ובמילא, אויב זיי פירן ניט דורך אָט די כוונה ומטרה זייערע, איז ניט פאַראַן די סיבה פון זייער מציאות.

[עפ"ז יש להסביר (בדרך אפשר) תוכן וגדר פון די ז' מצות ב"ננט: די ז' מצות ב"נ איז ניט אַן ענין ותכלית פאַר זיך (צוליב זיי אַליין), נאָר דאָס אויך איז בשביל ישראל ובשביל התורה — צוליב'ן קיום התורה והמצות פון אידן — כדי אַז אידן זאָלן קענען מקיים זיין תורה ומצות (ממשיך זיין דעם אור אלקי וואָס איז העכער פון וועלט), דאַרף די וועלט זיין „לשבת" ראוי און מוכשר דערצו, און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך די ז' מצות בני נח, וועלכע שטעלן איין אַ סדר פון ישוב העולם.

און דערפאַר ווען אַ ב"נ איז עובר אויף איינע פון די ז' מצות — אָן אונטערשייד וועלכע מצוה דאָס איז, איז ער מחוייב מיתהס, ביטול מציאותו. וויבאַלד אַז די מטרה און סיבה פון זיין מציאות איז (ניט בתור תכלית פאַר זיך, נאָר) „בשביל ישראל" איז ווען ער פירט ניט אויס זיין תפקיד, פאַרלירט ער בדרך ממילא דעם יסוד פון זיין קיום אין וועלט].

און וויבאַלד אַז אין דעם באַשטייט זייער מציאות, האָט דאָס געדאַרפט זיין ניכר גלייך כלפי דעם ערשטן אידן — אברהם; און אויך דער ענין איז מודגש אין פרשת חיי שרה אין אַלע דריי ענינים, כדלקמן.

ח. אין דער ערשטער פרשה איז דאָס מודגש אין אברהם'ס רייד „גר ותושב — אם תרצו הריני גר ואם לאו וכו'":

ארץ ישראל איז באַשאַפן געוואָרן דורך'ן אויבערשטן מיט דער כוונה אַז זי זאָל אָפּגעגעבן ווערן צו אידן — דער (פריערדיקער) „ברצונו נתנה להם"סא צו אומות העולם איז צוליב*61 דעם „ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו". און דאָס גופא איז באופן, אַז יעדער חלק פון ארץ ישראל האָט געהאַט זיין צייט און וועג ווען און ווי עס זאָל אָנקומען צו אידןסב:151כללות ארץ ישראל האָט געדאַרפט אָנקומען צו אידן ערשט בזמן יהושע (פריער — וואָלט געווען „תרבה עליך חית השדה" *סב) און דורך כיבושסג, און די מערת המכפלה — צו אברהם'ען (צוליב קבורת שרה) דורך זיין אָפּקויפן עס פון די בני חתסד.

און דאָס איז געווען כוונת אברהם ביים זאָגן „אם תרצו הריני גר, ואם לאו כו' אטלנה מן הדין שאמר לי הקב"ה לזרעך אתן את הארץ הזאת": אויב זיי פירן אויס די כוונה ותכלית צוליב וועלכע דער אויבערשטער האָט די מערת המכפלה געגעבן אין זייער רשות (— בכדי צו פאַרקויפן צו אברהם'ען) איז „הריני גר", און ער וועט דאָס קויפן ביי זיי [און אַזוי אויך בנוגע דער כוונה ותכלית פון וועלט וואָס איז „בשביל התורה": די מערת המכפלה האָט זיך געפונען פריער ביי זיי, ביי בני חת און אברהם דאַרף עס אָפּקויפן און עס קומט צו אין תורהסה: אַ פרשה, אַ לימוד „קיחה קיחה משדה עפרון"סו. ועוד].

אויב אָבער זיי ווילן עס ניט פאַרקויפן איז „אטלנה מן הדין":

וויבאַלד זיי פירן ניט דורך דעם תפקיד ומכוון פון זייער האָבן די מערת המכפלה אין זייער רשות, ווערט בדרך ממילא בטל די מציאות פון זייער צייטווייליקע בעל־הבתישקייט אויף דער מערת המכפלה, איז „אטלנה מן הדין".

[און דאָס אַלץ איז שייך צו „חיי שרה" — בכחה ועבודתה של שרה, ווי דער פסוק איז מקדים „ויקם אברהם מעל פני מתו וידבר אל בני חת לאמר, גר גו'" כדלקמן].

ט. אַזוי איז דאָס (וואָס די אומות וכו' זיינען „בשביל ישראל") אויך מוסבר אין דעם צווייטן ענין — נשואי יצחק (דער ערשטער וואָס איז געבאָרן געוואָרן אַ איד) ורבקה: די אריכות אין דער פרשה וועגן די ניסים וואָס האָבן געטראָפן מיט אליעזר'ן, וואָס ער האָט וועגן זיי איבערדערציילט צו בתואל ולבן און וואָס דאָס האָט דערפירט אַז אויך זיי אַנערקענען אַז „מה' יצא הדבר" און מסכים צום שידוך פון יצחק מיט רבקה'ן — „הנה רבקה לפניך קח ולך גו' כאשר דבר ה'" — דאָס אַלס בריינגט אַרויס אַז דער עיקר ותכלית פון אַלץ וואָס דאָ איז געשען זיינען אברהם און יצחק („בשביל ישראל")סז;

און נאָכמער: בשעת בתואל האָט גע־152וואָלט מעכב זיין — איז בטל געוואָרן זיין מציאותסח —

היות אַז די מציאות פון בתואל איז כדי „ובתואל ילד את רבקה"סט, פון אים זאָל געבאָרן ווערן רבקה און זי זאָל חתונה האָבן מיט יצחק'ן — איז בשעת ער וויל עס אָפּהאַלטן ווערט בטל זיין מציאות.

יוד. עד"ז איז עס אויך בנוגע דעם דריטן ענין פון דער פרשה: די תורה איז דאָ מדגיש ניט נאָר אַז ישמעאל איז אַ „בן האמה" (אַ בן פון „שפחת שרה") נאָר נאָכמער, אַז זיין מציאות איז תלוי' דוקא אין דעם וואָס ער אַנערקענט אַז ער איז אַ „בן האמה":

אויפן פסוק בסיום הסיפור „על פני כל אחיו נפל" זאָגן חז"לע: „עד שלא מת אברהם ישכון משמת אברהם נפל", ויש לומר אַז דער פירוש הפנימי אין דעם איז:

ישמעאל'ס תשובה [וואָס באַשטייט אין זיין אַנערקענען אַז ער איז אַ „בן האמה", כנ"ל] איז געקומען דורך אברהם'ס תפלה „לו ישמעאל יחי' לפניך" — „יחי' ביראתך"עא, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגענומען די תפלה, כנ"ל, ווי עס שטייט „ולישמעאל שמעתיך גו'".

און דאָס מיינט „עד שלא מת אברהם ישכון משמת אברהם נפל": כל זמן אברהם לעבט ביי ישמעאל'ן (בהנהגתו), כל זמן ישמעאל האַלט זיך ביי תפלת אברהם „לו ישמעאל יחי' ביראתיך" ובמילא פילט ער ווי זיין אמת'ע מציאות איז „בן האמה", איז ער אין אַ מצב פון „ישכון" — האָט זיין מציאות אַן אָרט; אָבער „משמת אברהם" — ער רייסט זיך אָפּ פון אברהם'ן — איז „נפל", ער ווערט אויס מציאות.

יא. און אויך דער ענין — ווי די מציאות פון ניט־אידן איז „בשביל ישראל" — איז שייך צו עבודת שרה דוקא, וואָס דעריבער איז עס די נקודה עיקרית אין גאַנץ פרשת „חיי שרה":

דער נאָמען אברהם (זאָגט תורה) איז ע"ש „אב המון גוים נתתיך", וואָס דאָס מיינט, אַז (מצד זיין אויפטאָן אין וועלט — „אב") האָט ער אַ שייכותעב אויך, להבדיל, צו „המון גוים"; און מהאי טעמא גופא, מצד זיין השפעה אין וועלט, דערהערט זיך ניט אין די אומות אַז זיי האָבן ניט קיין מציאות לעצמם (און זייער מציאות איז נאָר „בשביל ישראל");

משא"כ שרה איז מלשון „שררה" — זי איז „שרה על כל"עג; און מצד איר ענין דערהערט זיך ביי אומות העולם אַז אידן זיינען שולט אויף זייער מציאות, ובמילא — אַז זיי זיינען „משרתים" צו שרה ויורשי', לישראל.

יב. לכאורה קען מען נאָך אַלץ פרעגן: אמת טאַקע, אַז אין די ענינים פון דער סדרה דריקן זיך אויס די עבודה און אויפטו פון שרה, וויבאַלד אָבער אַז בפועל ריידן זיי וועגן זמן וואָס נאָך איר פטירה, זיינען זיי פאָרט ניט אינגאַנצן בהתאם מיט'ן טייטש פון „חיי שרה" — די קכ"ז שנה וואָס זי האָט גע־153לעבט בעלמא דין און געטאָן איר עבודה.

איז דער ביאור בזה: די נקודת הענינים פון פ' חיי שרה (הגם אַז דאָס איז אינעם זמן פון נאָך איר פטירה) — דאָס האָט שרה אויפגעטאָן בעבודתה אין די קכ"ז שנות חיותה בעלמא דין (צו פועל זיין אַז עלמא דין זאָל דערהערן אַז זיין מציאות איז „בשביל ישראל").

ס'איז נאָר, אַז בעת איר עבודה בפועל איז דער אויפטו בהעלם, און דאָס קומט לידי גילוי דווקא לאחר פטירתה.

[בדוגמת ווי דאָס איז, כידועעד אינעם ענין וואָס די נשמות בג"ע זיינען נהנין מזיו השכינה — אַז דער „זיו השכינה" איז „זיו תורתן ועבודתן ממש" וואָס זיי האָבן געטאָן בעוה"ז; ס'איז נאָר וואָס דער גילוי דערפון איז שפּעטער בג"ע].

און היות אַז דער תכלית שלימות העבודה איז, אַז דאָס וואָס די עבודה טוט אויף זאָל קומען (סו"ס) אויך בגלוי (לעוה"ב)

— און ווי גערעדט אַמאָל באריכותעה בנוגע צום שכר (גילוי) בעוה"ב, אַז דאָס איז ניט קיין צווייטער זייטיקער ענין, נאָר אַז די שלימות הכוונה פון קיום המצות בעוה"ז ווערט דורך דעם וואָס די המשכה שע"י קיום המצות קומט בגילוי בעוה"ב —

איז דעריבער מובן, אַז די ענינים פון דער סדרה אין וועלכע די עבודה פון שרה קומט לידי גילוי — זיינען זיי — „חיי שרה", זיי זיינען די שלימות המכוון פון די קכ"ז „שני חיי שרה".

יג. יעדער ענין אין תורה איז אַ הוראה — איז דאָ אַ הוראה פשוטה וברורה בנוגע ימינו אלה פון התחלת הסדרה וסיומה:

בשעת עס קומען בני ישמעאל מיט אַ טענה, אַז די מערת המכפלה געהערט צו זיי, זייענדיק די קינדער פון אברהם, האָט מען אין דער פרשה אַ קלאָרן ענטפער: נוסף על זה וואָס דער רוב המכריע פון די ערביים וואָס געפינען זיך אין די שכינות'דיקע מדינות פון א"י (און אין א"י: חברון וכו'), שטאַמען כמפורסם ניט פון ישמעאלעו, האָט אויך ישמעאל אַליין קיין שייכות ניט צו דער מערת המכפלה, וואָרום די מערת המכפלה האָט אברהם געקויפט צוליב קבורת שרה, און ישמעאל איז דאָך כאמור, ניט דער יורש פון אברהם און פון שרה'ן אַוודאי ניט און במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס באַלאַנגט נאָר צו בנה של שרה, יצחק, ולזרע יצחק — לא כל יצחקעז — יעקב דוקא.

נאָכמער לערנט מען אַרויס פון סיום הסדרה: בשעת עס קומט אַ צייט ווען ישמעאל ווערט „ווילד" און קומט מיט ווילדע טענות ותביעות, זאָלן אידן ניט מורא האָבן ח"ו, און נתפעל ווערן דערפון, מ'דאַרף אים נאָר דערמאָנען דעם אמת, אַז זיין מציאות איז „אשר ילדה הגר המצרית שפחת שרה לאברהם", און אַז ווען ער הייבט זיך אָן האַלטן פאַר אַ מציאות פאַר זיך (ניט אַלס אַ בן פון154שפחת שרה), ווערט ער „על פני כל אחיו נפל".

און אין תורה שבכתב גלויבן דאָך אויך ניט אידן, איז בשעת דאָס וועט זיך אָפּלייגן ביי אידן ווי עס באַדאַרף צו זיין, און מען וועט דאָס אויפקלערן אויך ניטאידן בסגנון המתאים, אָבער מיט אַ לשון ותוכן ברור וגלוי,

ופשיטא ניט אַראָפּפאַלן באַ זיך, ח"ו, פאַר אומות העולם, עאכו"כ ניט פאַר די וואָס האַלטן זיך פאַר בני ישמעאל,

וועט מען אויפהערן לוחץ זיין אויף אידן. וואָרום אויך זיי וועלן דערהערן (ובפרט דורך דעם וואָס מזלי' חזיעח) אַז דאָס איז זייער טובה, אַז די מערת המכפלה, בתוככי כל ארץ ישראל לגבולותי', זאָל זיין לגמרי — אויך בגלוי און נאָך בזמן הגלות, „לעיני בני חת" — ברשות פון אידן.

(משיחות ש"פ חיי שרה תשל"ה, תשל"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-y6x71yy1

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources