Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 4
500וירא
ות"ח על הבשורה הטובה מהפעולות המוצלחות של . . . במחנם הט'. ות"ח גם כן ובפרט בעד הסבר־פנים־יפות שהראו להם ובעד עזרתם לפעול ולעשות בהצלחה, אשר בעזרת ה' כבר הביאו פירות טובים בשטח החינוך ובעניני יהדות בכלל.
ולדכותייהו בודאי אין צורך להדגיש עד כמה גדול זכות הרבים, ביחד עם גודל האחריות לרבים. ואם בכל הזמנים והתקופות היתה הפצת היהדות צורך חיוני, על אחת כמה וכמה בתקופתנו, תקופה של טישטוש הערכים ומבוכה. הרי מובן כמה חיוני הוא להשריש אמונה חזקה והשקפת עולם חזקה בדור הצעיר. ומקרא מלא הוא „נר מצוה ותורה אור", שהתורה ומצותי' מאירים דרך האדם בחיי היום־יום, הן בין אדם לחברו והן בין אדם למקום. וכבר נאמר בנוגע ליהודי הראשון (בפרשה דשבוע זה) „כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט."
וגדול זכותם בתוך כל חברי קהלתם שעושים בזה ובודאי עוד יעשו יותר, שהרי תמיד יש מקום להוסיף בכל עניני טוב וקדושה תורה ומצותי'. ויהי רצון שיעשו בכל האמור מתוך מנוחת הנפש ובשמחה ובטוב לבב.
. . . אייער זון . . . שי' ווערט בר־מצוה ט"ז תמוז, און צוליב אַ געוויסער סיבה ווילט איר מאַכען דעם פייערונג קומענדע וואָך וויל איך אייך ווינשן אַז איר זאלט האָבן פון עם פיל נחת, אידישן נחת, וואָס באַ אידן קען ניט זיין איינע אָן דאָס אַנדערע, ווען מען וויל האָבען נחת, מוז דאָס זיין אידישער נחת, און דאַן האָט מען אַ גאַנצען זון בגשמיות וברוחניות.
עס זיינען פאַראַן פיל עלטערן וואָס פרעגן, פון וואַנען וועלן זייערע קינדער נעמען די כחות אויף צו ביישטיין די אַלע נסיונות און שוועריקייטן וואָס אַ אידן קומט אויס אויסצושטיין אין דער וועלט.
דער ענטפער אויף דעם איז: א) אין ברירה, וואָרום יעדערער, סיי אַ זון און סיי אַ טאָכטער, וועלכע זיינען געבאָרען אַלס איד, האָבען זיי דעם זכות און כחות וועלכע זיינען שייך צו אַ אידן, און קענען דאָס ניט ענדערען. נאָר דעם אויסוואַל איז — ווי צו פירן זיך — אויב ווי אידן דאַרפן זיך פירן, איז דענסטמאָל זיינען זיי גליקליך בגשמיות וברוחניות. ב) מעשה אבות סימן501לבנים. דער ערשטער בר־מצוה וואָס ווערט דערמאָנט אין דער תורה, באַ דעם בן יחיד פון אַ אידן, יצחק בן אברהם, ווערט דערציילט אין מדרש, אַז אברהם זייענדיק אַ מלך אין יענער צייט, זיינען אָנוועזענד געווען באַ דער בר־מצוה פייערונג די מלכים פון יענעם דור, און צווישען זיי אויך עוג מלך הבשן, און דער לעצטער האָט אָפּגעלאַכט פון דעם גאַנצן פּאַראַר, זאָגענדיק וואָס פאַר אַ באַטרעף האָט אַ בן יחיד פון אַן אַלטן טאַטען און מאַמען, וועמען ער קען צורייבן מיטן פינגער ח"ו, און דער סוף איז געווען, ווייסן מיר אַלע, אַז פון יצחק איז אַרויס געקומען דער עם ישראל, און אין די הענט פון זיינע — יצחק'ס — אייניקלאך איז געפאלן אָט דער עוג מלך הבשן, און פון זיי האָט ער געהאַט זיין מפלה.
דער מדרש דערציילט ניט גלאַט אַזוי די מעשה, וואָרום דער מדרש איז ניט קיין היסטאָריע בוך, נאָר דאָס איז אַ חלק פון תורה, וואָס תורה איז דער מיין, לימוד — לערנען — והוראה — אַ וועג אין לעבען, די דערציילונג לערנט אונז אויך אַז אַפילו ווען מען איז ניט מער ווי אַ בן יחיד איד, און דער אַרום איז געגענד פון מלכים, פונדעסטוועגען איז פאַראַן די גאַנצע פאַרזיכערונג, אַז ווען דער זון וועט ערצויגען ווערן אין דעם דרך התורה והמצוה, וואָס דאָס איז דער כח און פעסטקייט פון אַלע אידן — אָן אונטערשייד — איז דענסטמאָל ניטאָ קיינער וועלכער זאָל אים שטערען אין דעם וועג פון געזונט און גליק, וויילע ער איז דאָך פאַרבונדען — דורך תורה ומצות — מיט הקדוש ברוך הוא וואָס ער — ברוך הוא — איז דער אַבסאָלוטער בעל הבית פון דער גאַנצער וועלט מיט אַלעם וואָס די וועלט פאַרמאָגט און השי"ת זאָל מזכה זיין אייך און אייער פרוי שיחיו, צו מחנך צו זיין אייער זון דעם בר מצוה אין דעם אויבנגעזאָגטן גייסט, וואָס דאַן וועט ער אויסוואַקסן אַ געזונטער, גליקליכער איד.
אש"ל: ר"ת שנתפרש בדא"ח בכ"מ: אכילה שתי' לוי'. והוא ע"פ מדרש תהלים קי. וראה ג"כ רש"י כתובות ח, ב. — אבל בבחיי (בראשית כא, לג) ובכד הקמח מערכת אורחים בשם מדרש תהלים הביא: אכילה שכיבה לוי'. ובמדרש תהלים לז יש גורסים: אכילה שתי' לינה. — ולכאורה כ"מ קצת בפרש"י סוטה (יו"ד סע"א) שכתב: פונדק ללון וא"כ צ"ל בסוף דברי רש"י שם לינה במקום לוי'.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-zxwfymyt