Likkutei Sichos
Chayei Sarah 2
155חיי שרה ב
א. אויפן פסוקא „ה' אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי ומארץ מולדתי גו'" וואָס אברהם אבינו האָט געזאָגט צו אליעזר'ן, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ה' אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי" און איז מפרשב: „ולא אמר ואלקי הארץ ולמעלה אמר ואשביעך וגו' אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי' רגיל בארץ"ג.
לערנענדיק בפשטות, קומט רש"י באַוואָרענען דעם טעם השינוי אין די פסוקים — וואָס אין דעם פסוק זאָגט ער ניט „ואלקי הארץ", און אין פריערדיקן פסוק זאָגט ער „ואשביעך בה' אלקי השמים ואלקי הארץ" — איז עס רש"י מסביר „אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו'".
לפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין:
א) דער שינוי איז דאָך נאָר אין דעם וואָס אין דעם פסוק שטייט נאָר „אלקי השמים" „ולמעלה" שטייט אויך „אלקי הארץ" — טאָ פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „ה'"ד וואָס שטייט אויך אין דעם פריערדיקן פסוק: „ואשביעך בה'"ה?
ב) צוליב וואָס איז ער מעתיק דעם המשך הכתוב „אשר לקחני מבית אבי"ו, וואָס דאָס איז זיכער ניט נוגע צו דער שאלה?
[ואע"פ אַז, בפשטות, איז ער דאָס מעתיק צוליב דעם וואָס ער זאָגט ווייטער בפירושו „אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא כו'" איז דאָך דאָס גופא ניט פאַרשטאַנדיק, כדלקמן].
ג) פאַרוואָס דאַרף רש"י מפרט זיין „ולא אמר ואלקי הארץ" — אַ זאַך וואָס מען זעט דאָס אַליין? ער האָט געדאַרפט אָנהייבן: ולמעלה אמר כו'. פון לשון רש"י איז משמע אַז ס'איז דאָ אַ סברא אַז דאָ האָט געדאַרפט שטיין „אלקי הארץ" און דעריבער פרעגט ער (בתמי') „ולא אמר ואלקי הארץ", און די תמי' ווערט שטאַרקער מצד דעם וואָס „ולמעלה אמר".
מ'קען ניט זאָגן אַז די סברא פאַרוואָס עס דאַרף דאָ שטיין „ואלקי הארץ" איז156נאָר דערפאַר ווייל דאָס שטייט פריער ביי „ואשביעך", און „ולא אמר ואלקי הארץ" קומט ליתר ביאור, ווייל נוסף על הנ"ל דמאי קמ"ל, איז עכ"פ האָט רש"י געדאַרפט שרייבן בהיפך הסדר „למעלה אמר ואשביעך בה' אלקי השמים ואלקי הארץ" און [מצד דעם ווערט די שאלה] דערנאָך „וכאן לא אמר ואלקי הארץ"ז.
ד) רש"י ווייזט אָן דעם אָרט פונעם שינוי — מיט'ן וואָרט „(ולמעלה אמר) ואשביעך"ח און דעם עצם שינוי (אַז למעלה שטייט „ואלקי הארץ") איז רש"י בלויז מרמז מיטן וואָרט „וגו'" — איז עס אַ תמי' כפולה: די ווערטער „ואלקי הארץ", וואָס בנוגע זיי איז די שאלה, איז רש"י אינגאַנצן ניט מעתיק; און דוקא דעם וואָרט „ואשביעך", וואָס איז כלל ניט שייך צו דער שאלה איז ער יאָ מעתיק ? — אַ סימן אויף דעם פסוק איז בכלל איבעריק: ווען רש"י זאָגט „למעלה אמר גם ואלקי הארץ" וואָלט מען געוואוסט וועלכן פסוק ער מיינט, וויבאַלד ער שטייט אין דעם זעלבן המשך, אינגאַנצן פיר פסוקים פריער?
ב. מען וואָלט לכאורה געקענט מסביר זיין (די לעצטע צוויי שאלות עכ"פ — ובדוחק), אַז רש"י'ס שאלה דאָ איז בעיקר מצד דעם וואָרט „ואשביעך" (אליעזר'ן): אין אונזער פסוק וואו אברהם אבינו זאָגט: „ה' אלקי השמים גו' הוא ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משם", וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן פעולת השם דאָ למטה אויף „ולקחת אשה לבני משם", וואָלט דאָ געדאַרפט שטיין אויך „אלקי הארץ"; דאַקעגן „למעלה אמר ואשביעך וגו'" — דאָרט רעדט זיך וועגן דעם וואָס אברהם אבינו האָט באַשוואָרן אליעזר'ן („לא תיקח גו' ואל מולדתי תלך גו'") וואָס ער איז געווען „עבדו זקן ביתו"ט, דער „דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים"י, וואָלט דאָך געווען גענוג צו משביע זיין אים „בה' אלקי השמים". ובפועל איז — פאַרקערט: אברהם האָט מוסיף געווען „ואלקי הארץ" ביי „ואשביעך" און זאָגט עס ניט אין דעם פסוק וואו דאָס האָט לכאורה יע געדאַרפט שטיין?
ס'איז אָבער שווער אַזוי צו מפרש זיין [נוסף אויף דעם וואָס עס בלייבן נאָך אַלץ שווער די אַנדערע שאלות הנ"ל], דלפ"ז האָט רש"י געדאַרפט בריינגען (בתחלת פירושו ו)בעיקר דעם המשך וסיום הכתוב „הוא ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משם" (אָדער עכ"פ מרמז זיין דאָס מיט „וגו'), וויבאַלד אַז אין דעם באַשטייט דער עיקר השאלה.
ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה פרטים ודיוקים אין דעם תירוץ וביאור פון רש"י:
א) אויב כוונת רש"י בפירושו איז, ווי ס'איז משמע בפשטות — אַז מיטן שינוי לשון (פריער „אלקי השמים ואלקי הארץ" און איצט נאָר „אלקי השמים") האָט אברהם געמיינט מדגיש זיין דעם אונטערשייד, אַז „עכשיו כו' שהרגלתיו וכו' אבל כשלקחני כו'" — איז ניט מובן פאַרוואָס רש"י איז מוסיף „אמר לו עכשיו וכו'" און הייבט ניט אָן זיין ביאור157„עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ" וכיו"ב, [ע"ד ווי ס'איז דער לשון אין ספרי און אין מדרשיא וואו עס שטייט ניט „אמר לו"].
פון לשון „אמר לו" איז מוכח אַז רש"י לערנט אַז דער ענין פון „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו'", האָט אברהם מסביר געווען צו אליעזר'ן ניט בלויז דורך שינוי לשונו, נאָר דורך אַן אמירה מפורשת (בדבור) צו אליעזר'ן דאָ.
און אַזוי איז אויך ניכר פון אריכות לשון רש"י: „שהרגלתיו בפי הבריות אבל . . שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי' רגיל בארץ" (ובפרט אין אַ לשון — מדבר בעדו); אויב אַלץ וואָס אברהם האָט געזאָגט איז געווען ניט מער ווי דער שינוי בנוגע „ואלקי הארץ", האָט רש"י געדאַרפט נאָר פאַרענטפערן דעם שינוי — „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ" — פון דער אריכות והסגנון איז מובן אַז דאָס האָט אברהם געזאָגט מפורש. איז ניט מובן: (א) וואו איז מרומז אין פסוק אַז דאָ איז בכלל געווען אַן אמירה פון אברהם צו אליעזר'ן, (ב) ובפרט — די פרטי הדברים אין דער אמירה?
ב) רש"י איז ממשיך „אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ": למאי נפק"מ אַז דאָס איז געווען אין דער צייט ווען „לקחני מבית אבי"? הן אמת אַז רש"י באַנוצט זיך מיט'ן לשון הכתוב וואָס שטייט ביי דעם — „ה' אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי", אָבער אין פסוק איז דאָך די כוונה אין אברהם'ס דבור גאָר אָן אַנדערע (צו אויסרעכענען די טובות וואָס דער אויבערשטער האָט געטאָן צו אים „לקחני מבית אבי ומארץ מולדתי ואשר דיבר לי וגו'", וואָס דערפאַר וועט ער אויך זיכער (וכההדגשה „הוא") ישלח מלאכו גו')יב וואָס די כוונה איז ניט נוגע אין דער הסברה פון דעם שינוייג.
ג) ביים זמן פון „עכשיו" זאָגט רש"י נאָר „שהרגלתיו בפי הבריות", דאַקעגן ביים זמן פון שלילה איז רש"י מוסיף „שלא היו באי עולם מכירים בו (ושמו לא הי' רגיל בארץ)"יד, דלכאורה אויך ביי עכשיו האָט ער געדאַרפט מוסיף זיין דאָס וואָס איז בניגוד צום ערשטן ענין: שהכרתיו אצל באי עולם, וכיו"בטו.
ד) רש"י באַנוצט דאָ אַ נייעם (בפירושו) אויסדרוק „באי עולם" — ומשנה פון לשונו גלייך פאַר דעם „הבריות". — ומסיים מיט אַ דריטן לשון „בארץ"!
ה) באַ „בריות" זאָגט ער „הרגלתיו" בא „בארץ" — „שמו לא הי' רגיל" — באַ „באי עולם" — „מכירים בו".
ד. וועט מען דאָס אַלץ פאַרשטיין בהקדים אַ תמי' כללית אין דעם פרש"י:158וואָס איז בכלל נוגע דאָ, אין דעם המשך הדבור פון אברהם'ן מיט אליעזר'ן וועגן אַ שידוך פאַר יצחק'ן, דער ענין אַז „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו' אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ"?
איז דער ביאור בזה: בשעת אברהם האָט באַשוואָרן אליעזר'ן „אשר לא תיקח אשה לבני מבנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו כי אל ארצי ואל מולדתי תלך גו'", איז פאַרשטאַנדיק, אַז אברהם וויל ניט פאַר יצחק'ן אשה מבנות הכנעני, כאָטש אפילו אַז „אנכי יושב בקרבו" — זיי זיינען נאָענט צו אברהם און אונטער זיין השפּעה, פונדעסטוועגן וויל אברהם דוקא פון „(ארצי ו)מולדתי". ובפשטות הטעם — צוליב דער מעלה וואָס זייענדיק פון משפחת אברהם זיינען זיי מצד עצמם בעסער, איידעלער, און נאָענטער צו די תכונות פון אברהםטז.
האָט אליעזר דערויף געפרעגט: „אולי לא תאבה האשה ללכת אחרי . . ההשב אשיב את בנך אל הארץ אשר יצאת משם": וויבאַלד אַז דאָס איז דאָך אַן אָרט וואָס „יצאת משם", אברהם קומט פון דאָרט'ן, האָט דאָרט געלעבט, וואָלט מתאים געווען אַז „אשיב את בנך" אַהין. און בשעת אברהם האָט אים געענטפערט: „השמר לך פן תשיב את בני שמה" האָט געמוזט ביי אליעזר'ן ווערן אַ תמי' גדולה — ממנ"פ: אויב דער אָרט וואָס „יצאת משם", וואָס איז ארצו ומולדתו פון אברהם האָט אין זיך אַזאַ מעלה אַז דוקא פון דאָרטן ולקחת אשה לבני — פאַרוואָס זאָל ער יצחק'ן ניט אומקערן אַהיןיז?
ולאידך, אויב ס'איז בעיקר וויכטיק און חשוב דער אָרט וואו אברהם געפינט זיך איצט, ער וויל ניט אַז יצחק זאָל אַוועקגיין (פון השגחת והשפּעת אברהם) אפילו אַהין וואו ס'איז געווען מולדתו של אברהם (ווייל די השפּעה פון אברהם אויף די וואָס ער איז „בקרבו" וועגט איבער די מעלה פון „ארצו") — איז פאַרוואָס זאָל ער ניט נעמען „מבנות הכנעני" וויבאַלד אַז „אנכי יושב בקרבו"?
מוז מען זאָגן אַז אברהם האָט עפּעס געזאָגט אליעזר'ן וואָס האָט פאַרענטפערט די תמי' — הגם דער ענטפער איז ניט מפורש אין די פסוקים — און דאָס איז כוונת רש"י בפירושו „ולא אמר ואלקי הארץ ולמעלה אמר ואשביעך וגו'": (א) דערפון איז מוכח אַז אברהם האָט געגעבן אַן ענטפער אויף דער תמי', ובמילא (ב) איז מובן אַז דער ענין פון „עכשיו הוא אלקי וכו' אבל כשלקחני וכו'" איז נוגע צום תוכן השליחות פון אליעזר.
רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „ה' אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי" און איז מדייק אַז וויבאַלד אַז „ברא אלקים את השמים ואת הארץ" און פונדעסטוועגן „ולא אמר ואלקי הארץ", איז מוכח אַז די ווערטער „אלקי השמים" זיינען ניט געזאָגט אַלס סתם שבח פון דעם אויבערשטן וויבאַלד מען דערמאָנט זיין נאָמעןיח (וע"ד „א־ל עליון159קונה שמים וארץ" וואָס שטייט פריעריט) — וואָרום דעמאָלט האָט ער געדאַרפט זאָגן דעם שבח בשלימותו, זאָגן אויך „ואלקי הארץ";
„ולמעלה אמר ואשביעך וגו'": אויך למעלה, וואו עס שטייט „אלקי השמים ואלקי הארץ", וויבאַלד דאָס איז געזאָגט ביי „ואשביעך", וואָס ביים דערמאָנען דעם שם ה' אינמיטן באַ אַ שבועה איז ניט מתאים צו מפסיק זיין מיט סתם דברי שבחכ (און דעריבער איז רש"י מעתיק „ואשביעך", ווייל דערפון איז דער הכרח אַז „וגו'" [אלקי השמים ואלקי הארץ] איז ניט סתם אַ שבח).
נאָר מ'מוז אָננעמען, אַז סיי „אלקי השמים" דאָ און סיי „אלקי השמים ואלקי הארץ" — „למעלה" זיינען נוגע צום תוכן דברי אברהם צו אליעזר'ן, דערמיט האָט ער מסביר געווען די תמי' הנ"ל; ממנ"פ וכו' (דערפאַר מוז רש"י זאָגן „אמר לו" — ס'איז ניט סתם אַ לימוד וביאור השינוי, נאָר אַן ענין וואָס אברהם האָט געזאָגט און מסביר געווען צו אליעזר'ן).
און היות, אַז ער האָט משנה געווען בלשונו — פריער „אלקי השמים ואלקי הארץ" און איצט נאָר „אלקי השמים" — איז מובן אַז אין דעם שינוי איז מרומז די הסברה פון אברהם צו אליעזר'ן:
„אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות", וואָס דערמיט פאַלט אָפּ די תמי' פאַרוואָס אברהם וויל ניט נעמען פון די „בנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו" — וואָרום הגם אַז „עכשיו" איז דער אויבערשטער דאָ (במקומו של אברהם) אויך „אלקי הארץ" דורכדעם וואָס אברהם האָט דאָ מפרסם געווען אלקותו ית' בעולם, האָט דאָס אָבער נאָך ניט משפּיע געווען אויף די בנות המקום ביז צו זיין ראוי אַלס שידוך פאַר יצחק'ן, ווייל דאָס איז נאָר אין אַן אופן „שהרגלתיו בפי הבריות" — בלויז אַן ענין פון רגילות „בפי הבריות", אָבער ניט קיין שינוי אין הנהגה און אין מעשה.
„אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי' רגיל בארץ": לאידך גיסא האָט אָבער קיין אָרט ניט צו ברענגען יצחק'ן אינעם ארץ פון „בית אבי", ווייל די השפּעה פון אברהם, דער „ויקרא שם בשם הוי' אעולם"כא, ביז צום ווערן אויך „אלקי הארץ" (לכה"פ אין אַן אופן פון „הרגלתיו בפי"), איז ערשט געווען שפּעטער נאָכדעם ווי „לקחני מבית אבי"; „אבל כשלקחני מבית אבי וכו' לא הי' רגיל בארץ" — ובמילא איז דער אָרט פון „בית אבי" געווען (און געבליבן) אין אַן אופן וואו ס'איז געווען נאָר „אלקי השמים ולא אלקי הארץ"כב, זיי האָבן ניט מכיר געווען דעם אויבערשטן, און „שמו לא הי' רגיל בארץ".
160וא"ו. דערביי איז רש"י משנה די תוארים וכו' כנ"ל — דאָ זעט מען ווידער אַמאָל אויף וויפיל יעדער וואָרט בפרש"י איז בתכלית הדיוק.
ובהקדם עכ"פ בקיצור, ועל הסדר: אז הוחל לקרוא בשם ה'כג — איז רש"י מפרש אַז מ'האָט געמאַכט חולין פון שם ה', מ'האָט מיט עם גערופן אדם און עצבים.
ויקרא שם בשם ה' א־ל עולםכד — איז רש"י מפרש אַז אברהם האָט דאַמאָלס אויפגעטאָן אַז מ'זאָל וויסן, אַז ניט משלי אכלתם נאָר משל מי שאמר והי' העולם די וועלט געהערט צו „אלוקה העולם". — ע"פ כהנ"ל איז מובן — אַז
א) פון ימי אנוש — האָט מען אַלץ געוואוסט פון שם הקב"ה נאָר מ'האָט עם געמאַכט חולין, וואָס דאָס באַווייזט אַז לא היו מכירים בו (בהקב"ה).
ב) פאַר אברהם'ס „ויקרא" האָט מען גערעכנט אַז „משלי אכלתם" און עד"ז באַ יעדער זאַך וענין — איז פאַרשטאַנדיק אַז שמו לא הי' רגיל, וואָרום אַלץ איז געווען אָדער שלו, אָדער של חברו וכו'.
ג) במילא איז מכירים אַז ער איז „אלקי השמים", אָבער „באי העולם" (איידער אברהם'ס „ויקרא" — דער ריידן צו זיי) — לא היו מכירים בוכה, זיי האָבן געמיינט אַז „משלי אכלתם" און
ד) „בארץ" איז ניט רגיל רעדן וועגן „שמים" איז דערפאַר אויך שמו ניט געווען רגיל (כאָטש מ'האָט מכיר געווען שמו, אלקי השמים).
ה) אברהם האָט מרגיל געווען ניט נאָר „שמו", נאָר אויך הרגלתיו, עם אַליין — אַלס „אלקי הארץ" — באַ יעדער אכילה וכו'א האָט ער זיי געזאָגט אַז „משלו אכלתם"ב אמר להם ברכו (בפי).
ואו) הנפש אשר עשו בחרן זאָגט רש"י אַז ער האָט זיי מגייר געוועןכו האָבן זיי אויך מכיר געווען בו, אָבער בנוגע „בריות" איז געווען נאָר „הרגלתיו בפי", אָבער ניט מכירים.
ז. דער ביאור בפנימיות הענינים:
לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס אברהם האָט אויפגעטאָן „עכשיו" איז דאָך געווען, אַז דער אויבערשטער איז אויך „אלקי הארץ", וואָרום „אלקי השמים" איז ער דאָך אַלעמאָל געווען — היינט פאַרוואָס איז עס רש"י כופל ומאריך: „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו' אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ", און ער זאָגט ניט בקיצור: „עכשיו הוא גם אלקי הארץ אבל כשלקחני מבית אבי לא הי' אלקי הארץ"כז?
איז די הסברה אין דעםכח: בשעת אברהם איז געווען בחו"ל אין חרן, איז זיין מדריגה געווען אין אַן אופן פון העלם פון דער בחי' החכמה, און דעריבער איז זיין נאָמען דעמולט געווען161„אברם" — אב רם, לשון רוממות והעלם; און דאָס איז אויך דער ענין פון „חרן" וואָס איז בגימטריא „גרון", וואָס גרון איז מפסיק די המשכה פון שכל צו מדות.
עד"ז איז אויך געווען אין דער המשכה וואָס איז נמשך געוואָרן דורך זיין עבודה, אַז ער האָט ממשיך געווען תוספות אורות למעלה באצילות, די המשכה איז אָבער ניט אַראָפּגעקומען אין בי"ע און אין עוה"ז.
ערשט נאָכדעם ווי דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „לך לך מארצך וממולדתך גו' אל הארץ" און ער איז געקומען אין ארץ ישראל, איז דעמולט געווען די ירידה און המשכה פון העלם המוחין אין מדות, ביז אין מלכות בחי' ארץכט; און דעמולט זיינען אויך די תוספות אורות, וואָס אברהם האָט ממשיך געווען אין אצילות, אַראָפּגעקומען אויך למטה בבי"ע און עוה"ז.
וואָס עפי"ז איז מובן דער טעם וואָס נאָר „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ"ל, אָבער „כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים ולא אלקי הארץ" — הגם אַז אויך ב"בית אבי" אין חרן האָט אברהם געטאָן אין מפרסם זיין אלקות אין וועלטלא, ווייל היות אַז דעמולט איז מדריגתו געווען בבחי' העלם המוחין, האָט דאָס ניט גע'פּועל'ט אין וועלט, אַז עס זאָל זיין „אלקי הארץ".
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס אברהם האָט געזאָגט „אבל כשלקחני מבית אבי הי' אלקי השמים (ולא אלקי הארץ)", וואָרום אויך ב"בית אבי" האָט אברהם גע'פּועל'ט דורך זיין עבודה אין דעם ענין פון „אלקי השמים", עס זאָל נמשך ווערן תוס' אורות אין אצילות; נאָר דעמולט איז געווען וואָס „ולא אלקי הארץ", אַז עס איז ניט נמשך געוואָרן אין וועלט.
ח. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס ער האָט געזאָגט „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ" — וואָרום אויך אינעם ענין פון „אלקי השמים" איז געווען אַ חידוש אין „עכשיו" לגבי פריער:
דאָס וואָס אברהם האָט עכשיו גע'פּועל'ט אַז עס זאָל זיין אויך „אלקי הארץ", אַז די המשכות דלמעלה אין אצילות זאָלן נמשך ווערן אויך בבי"עלב, איז געווען מצד דעם וואָס עס איז נמשך און נתגלה געוואָרן דער העלם החכ' וואָס איז העכער פון אצילות. די תוס' אורות וואָס אברהם האָט פריער ממשיך געווען אין אצילות זיינען געווען אויף וויפל ס'איז אויסגעשטעלט לכתחילה אין השתלשלות, בשעת אָבער דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט (וואָס דאָס איז אויך — נתינת כח אויף דעם) „לך לך מארצך וממולדתך גו'" און ער איז אַרויס פון חרן אין א"י, דעמולט איז נתגלה געוואָרן דער אב רם, דורך דעם וואָס אין עם איז נמשך געוואָרן פון העלם שלמעלה מזה, עס איז געוואָרן דער קישור וחיבור פון מאציל מיט162נאצלים, און ע"י עבודת אברהם איז נמשך געוואָרן תוס' אורות באצילות מער ווי עס איז אויסגעשטעלט ע"פ סדר ההשתלשלות.
קומט אויס, אַז אויך דער ענין פון „אלקי השמים", וואָס אברהם האָט גע'פּועל'ט „עכשיו", איז געווען אין אַ העכערן אופן ווי „כשלקחני מבית אבי"; ואדרבה, מצד דעם עילוי והוספה וואָס עס איז געוואָרן אין „אלקי השמים", אין דער המשכה ויחוד אין אצילות, האָט זיך דורכדעם אויפגעטאָן דער ענין פון „אלקי הארץ", אַז דער העלם פון אצילות זאָל נמשך ונתגלה ווערן אויך בבי"ע, ביז למטה.
ט. אעפי"כ, וויבאַלד דאָס איז געווען קודם ביטול הגזירה וואָס דאַמאָלס „התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים", וואָס האָט זיך אויפגעטאָן ביי מ"תלג [איז הגם אַז עבודת אברהם ביציאתו פון חרן לא"י איז געווען די הכנה צום חיבור עליונים ותחתונים במ"תלד], האָט די עבודה פון אברהם ניט גע'פּועל'ט אַ שינוי און אַן עלי' אין מהות פון עניני העולם און די בריות שבהםלה, אַז עס זאָל זיין אלקי הארץ אין אַן אופן פון הכרה, נאָר ניט מער ווי „הרגלתיו בפי הבריות".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-hebj2t1m