Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 5
502כ' מר־חשון
א. אין דעם מאמר פון כ' מ"ח (ד"ה סמוכים לעד (פר"ת). מאדמו"ר מוהרש"ב נ"ע) שטייט דער הפרש פון עוזר ביז סומך, אַז סומך איז נאָר וואָס ער שפּאַרט אים אונטער ער זאָל ניט פאַלן, ע"ד ווי סומך נופלים, און עוזר הייסט אַז ער העלפט אים און מאַכט אַ התחדשות ענין. און איז מסיים, אַז דער עזר והתחדשות ענין קען זיין אפילו מהתחתון לעליון.
ובנוגע אלינו: מען דאַרף וויסן אַז די הנהגה ווי מ'פירט זיך אויף איז דאָס נוגע אויך דעם רבי'ן. ווי ס'איז ידוע די מעשה פון הרי"מ מפאלטאווע אַז ער איז געווען אַמאָל אויף יחידות ביי דעם רבי'ן מהר"ש, און דער רבי מוהר"ש האָט אים געזאָגט אַז עס איז פאַראַן אַ רבי איז פאַראַן חסידים, האָט ער שפּעטער געטראַכט ביי זיך, אָבער חסידים וואָס טוען. אַז ווען חסידים זיינען געווען חסידים ואנשי מעשה בעבודה האָבן זיי מחזק געווען דעם רבי'ןא.
אויף החובל בעצמו שטייטב אַז הגם ער איז פטור אָבער אינו רשאי. החובל באחרים איז אָבער חייב, ובפרט אַז די אחרים איז אַ נשמה כללית וכו' וכו'. במילא דאַרף מען וויסן די אחריות וואָס מ'טראָגט אויף זיך.
ב. דער סדר ההנהגה אין בחינות בקריאה לצבא איז, אַז דער עיקר איז נוגע דער גוף. נוגע איז די נשמה נאָר אויף וויפיל דאָס איז נוגע צום גוף, ד. ה. אַז אויב די נשמה איז אין אים אויף אַזוי פיל אַז ער איז ניט פון די וואָס לן בבית הקברות וכו'ג, און דער גוף איז אַ געזונטער, נעמט מען אים לצבא.
אָבער וואָס טוט זיך מיט דער נשמה מצד עצמה איז ניט נוגע. אדרבה לפעמים איז תוקפא דנשמתא איז דאָס גאָר אַ חסרון. וידוע פסק דין רז"לד המקבל עליו עול תורה — תוקפא דנשמתא, עוז ותושי' — מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ.
אין המקבל עליו עול תורה שטייט ניט קיין תנאי ווען קיבל. דערפאַר איז אפילו אויב מ'האָט שוין אָפּגעשטימט אַז אין אַ טאָג צוויי דריי דאַרף מען גיין איז נאָך אַלץ קיין ראי' והחלט ניט, אויב זיי וועלן מקבל זיין אויף זיך עול תורה ככונת רז"ל, אַז מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ.
503דער טעם הדבר וואָס אין גשמיות בקריאה לצבא איז ניט נוגע אַזוי די נשמה, און אויב דער גוף איז נאָר אַ געזונטער טויג ער לצבא — איז ווייל אין רוחניות איז אַזוי. ווי מ'האָט פריער גערעדט*, אַז אויב ער וועט מכוון זיין אַלע כוונות אָבער בפועל וועט ער די מצוה ניט מקיים זיין — טויג ניט, משא"כ אויב ער וועט מקיים זיין די מצוה בפועל, איז הגם עס פעלט די כוונה, נעמט מען לצבא הוי'. אָבער קיין לן בבית הקברות דאַרף מען ניט זיין.
בפירוש לן בבית הקברות ברוחניות: אויב אפילו בייטאָג איז ער זיך עוסק בתומ"צ, אָבער ביינאַכט וואָס די נשמה איז עולה למעלה לייגט ער אַוועק דעם גוף נעכטיקן בבית הקברות, מקום הקליפות, שנק' מתים, הרי זה שוטה, וכסימן השני אשר בשוטה שמאבד מה — כח הביטול וקב"ע — שנותנין לו.
ג. עס זיינען פאַראַן תלמידים וואָס גייען אום און טראַכטן ווי געפינט מען אַ עצה מ'זאָל האָבן חשק צום לערנען, און קומען בעטן זיי זאָלן האָבן חשק.
אַזוי ווי אין גשמיות'דיקער לקיחה לצבא איז דער עיקר נוגע צי ער איז אַ געזונטער און מ'טראַכט ניט צי ער האָט חשק צי ניט, וואָס דערפאַר איז דער סדר אַז אויב ער איז נאָר אַ געזונטער נעמט מען אים באַלד צו, און מ'פרעגט אים ניט צי ער האָט חשק און אויב ער האָט נאָך ניט זאָל ער גיין אַהיים אויסשלאָפן זיך און ווען ער וועט באַקומען חשק זאָל ער קומען — אַזוי איז אין רוחניות אַז ס'איז ניט נוגע צי ער האָט חשק, וואָס דאָס קומט מצד הנשמה, נאָר מ'דאַרף טאָן מיט קבלת עול. המעשה הוא העיקר.
ד. אין המשך רס"ו רעדט זיך די מעלה פון יגיעת התורה, אַז דורך יגיעה קומט מען צו, צו עדן אַליין. דאַרף ער דאָך זיין צופרידן אַז ער האָט ניט קיין חשק צום לערנען, און וועט לערנען מיט יגיעה בקבלת עול.
עס איז ידוע די מעשה אַז איינער איז געקומען צו כ"ק אדמו"ר הצ"צ קלאָגן זיך אַז ער האָט ניט קיין חשק צו לערנען, האָט אים געענטפערט כ"ק אדמו"ר הצ"צ, איז דאָך גוט, וואָס זאָל איך טאָן אַז איך האָב יאָ אַ חשק.
דער לימוד התורה דאַרף זיין ביגיעה דוקא. ועל פי זה, ער קומט בעטן חשק אויף לערנען, גיט ער דאָך אַוועק, אַ גוואַלדיקע מעגליכקייט. אַז ער האָט „זוכה געווען" און האָט ניט קיין חשק, און וויל טאַקע שטאַרק ניט, און גאָר שטאַרק ניט, איז אַז ער וועט לערנען מיט קבלת עול און יגיעה וועט ער צוקומען צו עדן, גיט ער אַוועק גן עדן און עדן און אַלע ענינים, און בעט ער זאָל האָבן חשק.
504וויבאַלד אַז ער בעט חשק וועט מען אים געבן, ע"ד ווי דער מצודת זאָגט (דער רבי האָט זייער געהאַלטן פון דעם מצודת — איך ווייס ניט מצד וועלכע סיבה — ער האָט אויך דערציילט אַז דער שיעור תהלים פלעגט מען אַמאָל לערנען עם פי' המצודת) אויף דעם פסוק ומשביע לכל חי רצון, לפי רצונו ותאותו, לכאורה, נאָך וואָס דאַרף ער צולייגן דעם וואָרט ותאותו, נאָר דער אויבערשטער איז אַ טוב ומטיב און גיט נאָך ביז אפילו לתאותו, און אַז ער וויל חשק וועט מען אים געבן חשק, אַבי ער זאָל לערנען, ע"ד ווי עס רעדט זיך אין דעם מאמר פון י"ט כסלו תש"חה אַז אויף אַרויסגיין פון רע, איז ניט נוגע ווי אַזוי, אַבי ער זאָל אַרויסגיין פון רע.
אויב עס וועט אַזוי אַדורך גיין אַ חודש, צוויי, און אַ האַלב יאָר און ער וועט לערנען מיט חשק, וועט אים דאָך פעלן דער ענין היגיעה בקב"ע — איז וועט ביי אים זיין ע"ד הסיפור הנ"ל של הצ"צ אַז ער האָט זיך געקלאָגט וואָס ער האָט חשק.
ה. ביותר טראָגן די אחריות די תלמידי ארץ ישראל ת"ו. ע"פ דין טאָר מען ניט אַרויספאָרן פון ארץ ישראל סיידן צוליב צוויי זאַכן: וואָס איינע פון זיי איז ת"תו. דער רבי האָט אויף זיך גענומען די אחריות, און געהייסן די בחורים לצאת מארץ ישראל. פאַרוואָס — צוליב ת"ת. איז אויב דאָס וועט פעלן ח"ו — קומט דאָך אויס אַז דער רשיון להיציאה פון דאָרט איז ניט אויסגעהאַלטן עפ"י דין.
ו. דאָס איז אַ אחריות מיוחדת ביי די תלמידים פון א"י. עס איז דאָ אַ אחריות השווה לכל, ניט נאָר די תלמידים מא"י וחו"ל, נאָר אַלע דעם רבי'נס מקושרים, ובפרט תלמידים ובפרטי פרטיות תלמידי התמימים. וואָרום דער רבי האָט גענומען אויף זיך דעם צונעמען ביי זיי דעם געשמאַק פון גשמיות.
ווען מען האָט אַרעסטירט דעם אַלטן רבי'ן איז צום אָנהויב האָט ער זיך פאַרבאַהאַלטן, און האָט געזאָגט דעם טעם לקיים מש"נ*6 חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, ווען מען איז געקומען נאָך אַמאָל אַרעסטירן האָט ער אַ פרעג געטאָן ביי ר' שמואל מונקעש, האָט ר' שמואל מונקעש געזאָגט אַז ער זאָל גיין, האָט דער אַלטער רבי געזאָגט ס'איז דאָך אַ סכנה? האָט הר"ש געענטפערט: ממה נפשך, זייט איר אַ רבי — וועט אייך ניט שאַטן, אויב ניט — איז ווי אַזוי האָט איר צוגענומען פון טויזענטער אידן דעם געשמאַק אין גשמיותז.
דער רבי האָט דאָך צוגענומען — אָדער עכ"פ ממעט געווען — ביי טויזנטער אידן דעם געשמאַק אין גשמיות. צוליב וואָס? כדי זיי זאָלן קענען505צוקומען צו אלקות. דע את אלקי אביך וכו'. איז אויב זיי צודרייען די דרכים און עס קומט ניט אַרויס דער תכלית המכוון — בלייבט דאָך דער צונעמען דעם געשמאַק וכו' אָן דעם פועל יוצא . . .
ז. עס שטייט בשיחה פון רבי'ןח אַז אַ חסידות'ער פאַרברענגען איז אַן ענין פון ריח, בעת מעשה גיט מען אַ שמעק, דער איז צופרידן וואָס ער האָט געהערט אַ גוט וואָרט, דער איז צופרידן וואָס מ'האָט אַראָפּגענומען אַ קשיא. אָבער דערנאָך לפועל בלייבט ניט. די כוונה איז אָבער עס זאָל ניט בלייבן ביי ריח — עס מוז און זאָל קומען צו אכילה ושתי'.
עס איז באַלד שוין צוויי אַזייגער, וועט מען אַוועק גיין עסן טשאָלענט און מ'וועט פאַרגעסן אויף דעם וואָס מ'האָט גערעדט. סעודת שבת איז דאָך ניט מגשם, אויף יו"ט שטייט פרש חגיכם, אָבער שבת איז דאָך ולא פרש שבתכםט, דערצו איז דאָס דאָך אַ מצוה, קען מען זיך אינגאַנצן פאַרטאָן אין דעם. ודוקא בהידור וכל' הרמב"םי תבשיל שמן ומשקה מבושם וע"פ המדרשיא הרי כל עסקא דשבתא כפול. דער רבי האָט אַמאָל דערציילט אַז עס איז געווען אַ מנהג שבת עסן צוויי סאָרטן פיש, צוויי סאָרטן פלייש וכו'. האָט ער אַ ראי' ע"פ נגלה, פסק הרמב"ם, אַ וואָרט פון רבי'ן — אָבער אעפ"כ קען אויך הידור האָבן אַ שיעור. ובפרט איז כדאי צו פאַרגלייכן מיט'ן הידור במצות שאין הגוף נהנה מהן, אָדער גאָר מצטער בהן.
ח. עס איז אָנגעקומען אַ העתק שיחה פון א"י (די שיחה איז געווען אין רוסלאַנד), שטייט דאָרטן אַז דער רבי האָט געזאָגט וועגן דער גאולה שלימה, אַז דאָס וועט זיין בימיו. איז — אַז יעדערער וועט זיך מצייר זיין וואָס דער רבי וואָלט אים געהייסן טאָן און ער וועט עס טאָן — וועט אונז דער רבי פירן בעגלא דידן צו דער גאולה שלימה. און די פאַר חדשים וועלן ניט זיין קיין הפסק, וואָרום דאָס איז אַלץ ווען ער איז שופט את ישראל, וע"ד מרז"ליב אַז יראים ממנו איז דאָס והוא שפט את ישראל.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-8p0359xf