עברית
Library

Likkutei Sichos

Lech Lecha 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

100לך לך ה

א. אין פרשת לך לך געפינט מען כמה פעמים די הבטחה פון דעם אויבערשטן צו אברהם'ען, אַז ער וועט אים און זיינע קינדער געבן ארץ ישראל:

אין אָנפאַנג סדרהא שטייט: „וירא ה' אל אברם ויאמר לזרעך אתן את הארץ הזאת"; דערנאָך, ביים אַוועקגיין פון מצרים, ווען לוט האָט זיך פון אים אָפּגעשיידט, האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט: „כי את כל הארץ אשר אתה רואה לך אתננה ולזרעך עד עולם"ב; „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"ג. און ביי ברית בין הבתרים — „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר לזרעך נתתי את הארץ הזאת מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת"ד (און אין די ווייטערדיקע פסוקים ווערן אויסגערעכנט אַלע „עשר אומות").

דער כללות'דיקער חילוק צווישן די הבטחות פון אויבערשטן איז: די ערשטע צוויי הבטחות („לזרעך אתן את הארץ הזאת", „לך אתננה", בלשון עתיד) זיינען ניט געקומען בשייכות צו אברהם'ס דיבור אָדער פעולה, משא"כ די הבטחה „לזרעך נתתי" (בלשון עברה) איז געקומען נאָך דעם ווי אברהם איז געגאַנגען לארכה ולרחבהו, און דער אויבערשטער האָט דאָס געזאָגט בהמשך צום פריערדיקן דיבור „לתת לך את הארץ הזאת לרשתה" און אַלס ענטפער אויף שאלת אברהם „במה אדע כי אירשנה"ז.

דער ראָגאַטשאָווערח איז מבאר דעם טעם פון חילוק הלשונות — וואָס ביי דער דריטער הבטחה האָט דער אויבערשטער געזאָגט דעם לשון „לרשתה" (און אויך אברהם האָט געפרעגט בלשון „במה גו' כי אירשנה"), משא"כ דער לשון אין די פריערדיקע פסוקים איז „לזרעך אתן גו'", „לך אתננה" — אַז דאָס זיינען צוויי אופנים אין דעם אויבערשטנ'ס געבן פון ארץ ישראל צו אידן: „בגדר מתנה" און „בגדר ירושה"ט; און אַז דאָס איז בכללות דער אונטערשייד צווישן כיבוש ראשון און כיבוש שני — דער כיבוש ראשון איז בגדר מתנה („גדר נקודה, כל א"י" „ומקצת לא כלום") און דער כיבוש שניי „הוי גדר ירושה (וגם מקצת)".

עפ"ז איז מוסבר דער חילוק הנ"ל צווישן די ערשטע צוויי הבטחות און דער הבטחה ביים ברית בין הבתרים:

דער כיבוש פון דער כניסה שני', וועלכע איז געווען נאָך דעם מצב פון „ומפני חטאינו גלינו מארצנו", איז מרומז אין דער הבטחה ביים כריתת ברית „לזרעך נתתי", וואָס איז (כעין הכניסה שני')יא געקומען לאחר שאלת101אברהם „במה אדע גו' כי אירשנה"יב, און ווי רז"ליג זאָגן אַז דאָס איז געווען אַ „חטא" בערך מעלת אברהם [און ווי מ'זעט אויך דערפון וואָס ביים כריתת ברית איז געווען דער אָנזאָג אויף גלות: „ידוע תדע כי גר יהי' זרעך גו'"יד — גלות מצרים, און אויך מרמז געווען אויף גלות בבל און די אַנדערע גליותטו].

משא"כ דער כיבוש ראשון דורך יהושע, וואָס איז געווען די ערשטע כניסה אין ארץ ישראל, איז מרומז אין די ערשטע צוויי הבטחות פון דעם אויבערשטן — ניט אַלס המשך צו שאלת אברהם, נאָר וואָס דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט מצד עצמו.

עד"ז איז אויך בנוגע דעם צווייטן ענין — וואָס די הבטחה „לזרעך נתתי" איז געקומען נאָך דעם ווי אברהם איז געגאַנגען לארכה ולרחבה — איז מפורש אין תרגום יונתןג אַז דאָס מיינט „עבד בה חזקתא"טז, און דאָס איז דאָך אויך דער אויפטו פון קדושה שני' ע"י עזרא, ווי דער רמב"םיז איז מבאר, אַז קדושה ראשונה „אינו אלא מפני שהוא כיבוש רבים וכיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכיבוש ונפטרה מן התורה ממעשרות ומשביעית שהרי אינה מן ארץ ישראל. וכיון שעלה עזרא וקדשה לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה ולפיכך כל מקום שהחזיקו בה עולי בבל ונתקדש בקדושת עזרא השני' הוא מקודש היום, ואע"פ שנלקח הארץ ממנו וחייב בשביעית ובמעשרות".

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות פון ערשטן כיבוש (וואָס זיין קדושה האָט זיך אויפגעטאָן דורך „כיבוש") צום תוכן הענין פון מתנה; און פון צווייטן כיבוש (וואָס קדושתו איז געווען ע"י חזקה) צום תוכן פון ירושה ?

ב. ויל"פיח בהקדם הביאור אין דברי הרמב"ם הנ"ל, אין וועלכע דער כסף משנהיט פרעגט צוויי שאלות: א) „איני יודע מה כח חזקה גדול מכח כיבוש ולמה לא נאמר בחזקה גם כן משנלקחה הארץ מידנו בטלה חזקה. ב) ותו בראשונה שנתקדשה בכיבוש וכי לא הי' שם חזקה אטו מי עדיפא חזקה בלא כיבוש מחזקה עם כיבוש".

וידוע אַז ס'זיינען דאָ כמה ביאורים אין דברי הרמב"ם:

א) דער רדב"זכ זאָגט: „ונראה לדעתו לפי שלא קדשוה בפה אלא בימי עזרא קדשוה בפה".

אָבערכא לבד זאת וואָס מען געפינט ניט אַז „בימי עזרא קדשוה בפה", איז אויך אין רמב"ם ניטאָ קיין רמז אפילו אויף דער הסברה; אדרבה, דער רמב"ם איז מבאר בפירוש, אַז דאָס וואָס קדושה102שני' לא בטלה איז (ניט ווייל קדשוה בפה, נאָר) ווייל „לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה", משא"כ קדושה ראשונה וואָס איז געווען ע"י כיבוש.

ב) דער תוי"טכב פאַרענטפערט די קשיא פון כס"מ: „דסבירא לי' דכיבוש נכרים אתא ומבטל כיבוש ישראל משא"כ בחזקה שהחזיקו מיד מלך פרס שנתן להם רשיון להחזיק בה לא אתא כיבוש ומבטל לחזקה שהיתה מדעת הנותן".

אָבער לכאורה זיינען נאָך ניט פאַרענטפערט ביידע קשיות פון כס"מ:

בנוגע דער ערשטער שאלה — אויב אַז כיבוש נכרים (במלחמהכג) איז אַ קניןכד וואָס איז מבטל די פריערדיקע בעלות פון ישראל, איז וואָס וועט דאָ צוגעבן אַז די פריערדיקע בעלות איז געקומען (ניט דורך כיבוש, נאָר) דורך „חזקה מדעת הנותן"? וויבאַלד עס איז געווען דער קנין פון כיבוש מלחמה מצד די נכרים, בלייבט דאָך די שאלה (בלשון הכס"מ) „למה לא נאמר בחזקה גם כן משנלקחה הארץ מידנו בטלה החזקה"*24?

עד"ז בלייבט שווער די צווייטע שאלה: אויך באַ כיבוש יהושע איז געווען חזקה „מדעת הנותן" — מען געפינט אַז די גבעוניםכה האָבן איבערגעגעבן זייערע שטעט צו די אידןכו — ואעפ"כ איז דער רמב"ם ניט מחלק בין מקום למקום און זאָגט בנוגע גאַנץ א"י „וכיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכיבוש ונפטרה מן התורה ממעשרות ומשביעית"כז.

ג. דער תוי"ט איז דאָרטן ממשיך: „ואין להשיב מנתינת השי"ת שנתנה לישראל בראשונה שיש להשיב שכמו שהש"י נתן לישראל הארץ, כך נבאו נביאיו שיעלו המחריבים ויטלו מהם, וכן נבאו על כורש מלך פרס שיחזירה. אבל על לקיחת האומה הזאת מידינו לא מצינו בה נבואה בפירוש, ולפיכך שלא כדין נטלוה מידינו ואין קרקע נגזלת".

אָבער לכאורה בלייבט נאָך אַלץ שווער צו פאַרשטיין: ממה נפשך, אויב מען נעמט אָן אַז כבוש מלחמה איז אַ קנין המפקיע, ס'איז אַ „קנין גמור"כח103ע"פ דין, איז מאי נפק"מ צי מיר געפינען אַ נבואה אויף זייער כיבוש אָדער ניט, וויבאַלד עס איז געווען מעשה הקניןכט?

און אויב די כוונה דערביי איזל אַז אַ נכרי איז ניט קונה בכיבוש מלחמה, און היות אַז אויף דעם כיבוש נכרים (נאָך דעם כיבוש שני) איז ניט געווען קיין נבואה, איז „שלא כדין נטלוה" און ס'איז דאָך ניט שייך דער גאַנצער ענין פון כיבוש מלחמה; משא"כ נבוכדנצר וכורש וואָס „ע"פ ה' כבשו" איז „הוראת שעה היתה ולהם נקנה בכבוש"לא — איז דאָס אָבער ניט בהתאם מיטן ביאור הרמב"ם:

דער רמבי"ם איז מבאר דעם טעם החילוק דערמיט וואָס די קדושה ראשונה איז געווען דורך כיבוש און קדושה שניה דורך חזקה, ולפי הנ"ל איז דאָס ניט תלוי אין דעם קנין פון אידן, נאָר אינעם אופן הכיבוש פון די אומות — ביי גלות בבל האָט די קדושה געקענט בטל ווערן (אפילו ווען זי וואָלט געווען ע"י חזקה), ווייל כיבוש נ"נ איז געווען כדין, משא"כ ביים צווייטן גלות, וויבאַלד די אומות האָבן כובש געווען שלא כדין, ווערט דערפאַר די קדושה ניט בטל (ד. ה. אפילו ווען זי וואָלט געקומען נאָר ע"י כיבוש).

ד. בנוגע דער צווייטער שאלה הנ"ל וואָלט מען לכאורה געקענט ענטפערן (לויט ווי אַנדערע מפרשיםלב זיינען מבאר דברי הרמב"ם): הגם אַז אויך ביי כיבוש יהושע איז געווען חזקה, האָבן אָבער די אידן בפועל ניט קונה געווען בחזקה, היות אַז זייער כוונה איז געווען צו קונה זיין דוקא מיט כיבוש — און דערפאַר האָט זייער חזקה ניט אויפגעטאָן, ובמכש"כ פונם דיןלג „העודר בנכסי הגר וכסבור שהן שלו לא קנה".

אָבער נוסף אויף דעם צ"ע, צי די עצם סברא האָט אַן אָרט בעניננו [וויבאַלד אַז בנדו"ד איז דאָ כוונה לקנות (נאָר ער וויל קונה זיין מיט אַ צווייטן קנין)לד, איז ער קונה אפילו אָן כוונהלה (ובפרט אַז ס'איז אַ קנין דאורייתאלו)]; איז שווער אַזוי צו לערנען, כנ"ל: ביי די ערי הגבעונים איז דאָך איבערהויפּט ניט געווען קיין קנין פון כיבוש מלחמה, ווייל די גבעונים האָבן זיי אַוועקגעגעבן מרצונם, היינט פאַרוואָס איז אויך ביי די שטעט ניט חל געווען דער קנין החזקה פון אידן?

ה. וי"ל הביאור בזה:

מיט נתינת הארץ לישראל האָבן זיך אויפגעטאָן צוויי ענינים: א) דער קנין ממון, ד. ה. די בעלות אויף א"י, דאָס וואָס זי באַלאַנגט צו אידן. ב) דער ענין פון קדושת הארץ.

104דער ערשטער ענין, די בעלות פון אידן אויף א"י, איז געקומען דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַוועקגעגעבן א"י צו אברהם אבינו, ווי דער ירושלמי*36 לערנט אָפּ פון לזרעך נתתי ((בל' עבר), אַז דאָס איז ניט אַ הבטחה, נאָר) „כבר נתתי". ד. ה. אַז פון דעמאָלט אָן (אפילו נאָך איידער די אידן האָבן כובש געווען א"י בפועל) געהערט א"י צו די אידןלז (אויף שטענדיק)לח. ביז אַז דאָס איז נוגע להלכה, ווי די גמראלט זאָגט אַז די בנות צלפחד האָבן גענומען חלק אביהם (וואָס ער איז געווען אַ בכור) פי שנים, אע"פ אַז „אין הבכור נוטל (פי שנים) בראוי כבמוחזק", ווייל „ארץ ישראל מוחזקת היא"מ.

אָבער דער צווייטער ענין, די קדושה פון א"י (ובמיוחד לחיוב המצות), האָט זיך ערשט אויפגעטאָן דורך אידן ווען זיי זיינען אַריין אין א"י*40.

ו. אין דעם אופן פון ביאת הארץ איז דאָ אַ חילוק צווישן די כניסות לארץ: ביי דער כניסה ראשונה איז געווען דער רצון41) וציווי: „חלוצים תעברו"מב, „ואתם תעברו חמושים לפני אחיכם כל גבורי החיל"מג, ו"נכבשה הארץ לפניכם"מד, ד. ה. אַז די כניסה זאָל זיין אין אַן אופן פון כיבוש דורך מלחמה, דערפאַר האָט (אויך) די קדושת הארץ זיך דאַן אויפגעטאָן באופן כזה — דורך כיבוש.

ועפ"ז איז מובן וואָס דער קנין החזקה דעמאָלט האָט ניט געהאַלפן (אפילו ניט ביי ערי הגבעונים, הגם ס'איז אַ חזקה מדעת הנותן), וואָרום די קדושה האָט זיך אויפגעטאָן ע"פ ציווי ה', קען חזקה ניט פועל זיין די חלות הקדושה, היות דער ציווי ה' האָט מחייב געווען, אַז די כניסה זאָל זיין דווקא דורך כיבוש מלחמהמה,

105ויתירה מזו: וויבאַלד ביי דער כניסה (וקדושה) איז געזאָגט געוואָרן „ונכבשה הארץ לפניכם" — „הארץ" סתם — איז י"ל אַז גלייך ביים כיבוש יריחו, וואָס איז געווען „נגרא של א"י" (און דעריבער „נתכנסו לתוכה ז' אומות" ווייל „אם נכבשה יריחו מיד כל הארץ נכבשת")*45, איז שוין דעמאָלט נשלם געוואָרן די חלות פון קדושת הארץ — דורך ביאת ישראל אין ארץ ישראל באופן של כיבוש.

[נאָר בנוגע לכמה מצותמו איז געווען אַ תנאי נוסף כיבוש וחילוק וכו' — אַלס תנאי לחיוב פון די מצות (ע"ד מצות יובל, וואָס איז חל ווען „כל יושבי' עלי"מז); דאָס איז אָבער ניט אַן ענין וואָס קומט צומח אין קדושת הארץמט, וואָס דאָס איז געוואָרן בשלימות תיכף באַ כיבוש יריחונ].

עפ"ז י"ל — נאָך אַ הסברה וואָס די חזקה (אפילו בערי הגבעונים וכיו"ב) האָט ניט פועל געווען די קדושת הארץ, היות אַז די קדושה פון גאַנץ ארץ ישראל האָט זיך שוין אויפגעטאָן תיכף בכיבוש יריחו כנ"לנא.

106משא"כ ביי כניסת עזרא, וואָס וועגן דעם האָט דער אויבערשטער געזאָגט „אפקוד אתכם גו' להשיב אתכם אל המקום הזה"נב, איז דער רצון וציווי אין פקידה פון אויבערשטן געווען (ניט אַז מ'זאָל כובש זיין א"י, נאָר) עולה זיין און באַזעצן זיך דאָרטןנג — דעריבער האָט זיך די קדושה דעמאָלט אויפגעטאָן, דורך „חזקה שהחזיקו בה".

ז. עפ"ז איז אויך פאַרענטפערט די ערשטע שאלה (פון כס"מ): וויבאַלד די קדושה ע"י יהושע האָט זיך אויפגעטאָן דורך דער כניסה באופן שנצטווה — ע"י כבוש, וואָס דער גדר פון כבוש (כפשוטו) איז, וואָס מען נעמט אַ זאַך ביים צווייטן נגד רצונונד, קומט דאָך אויס, אַז מצד הציווי איז דאָ (פריער די) בעלות פון די אומות און די קדושה איז פאַרבונדן מיט דער התגברות אויף די אומות (דורך כבוש) — און דעריבער „כיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכבוש", בעת עס ווערט בטל די התגברות על האומותנה, ווערט בטל די קדושה וואָס קומט דורך דעם.

משא"כ בביאה שני', „כיון שעלה עזרא וקדשה לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה": כשם ווי דער גדר פון חזקה (כפשוטה) איז פולשטענדיקע בעלות המחזיק — אַז די זאַך איז זיינע און ניט אַז זי איז געוואָרן זיינע דורך צונעמען די בעלות פון אַ צווייטן (ע"י כבוש) — עד"ז איז מובן אויך בנוגע דער קדושה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך דער חזקה, אַז די חלות הקדושה דאַמאָלס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס זיי האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד (וואָס געהערט צו זיי אויך פאַר דעם כיבוש יהושע) און דערפאַר ווערט עס ניט בטל.

בסגנון אחר: בעליית עזרא האָט די בעלות (בענין הממון) אויך גע'פועל'ט בנוגע צו קדושת הארץ; און במילא, כשם ווי דאָס וואָס „א"י מוחזקת היא" ווערט קיינמאָל ניט בטל און אויך לאחרי החורבן איז דאָס „ארצנו" און „אדמתנו", עד"ז ווערט אויך ניט בטל די קדושה (שני') וואָס איז פאַרבונדן מיט דער חזקה.

ח. דער הסבר הנ"ל איז מתאים אויך מיט דעם ביאור החילוק צווישן קדושה ראשונה און קדושה שני' בפנימיות הענינים, אַז בזמן קדושה ראשונה זיינען אידן (בכלל) געווען אין דער מדריגה פון צדיקים און בזמן קדושה שני' — אין דער מדריגה פון בעלי תשובהנו.

פון די אונטערשיידען צווישן די צוויי מדריגות איזנז: די עבודה פון צדיקים איז (בעיקר) בדרך מלמעלמ"ט — זיי זיינען פועל אַ בירור און עלי' אין דעם „תחתון" דורך דעם וואָס זיי זיינען ממשיך קדושה (בכח תורת השם) — אלקות מלמעלה. וויבאַלד אַז דער אויפטו איז מצד למעלה, איז דאָס ניט פאַרבונדן (אויף אַזויפיל) מיט דעם107„מטה" און דעריבער קען זיין אין דעם אַ שינוי ו"הפסק" —

בדוגמא צו קדושה ראשונה ע"י כיבושנח, וואָס קומט דורך התגברות אויף דעם צד שכנגד, וועלכער בלייבט אָבער אַ מציאות און דערפאַר קען נאָכדעם בטל ווערן דער כיבוש.

און עד"ז אויך בעבודת האדם בכלל, אויב די עבודה פון אַ אידן איז אין אַן אופן וואָס האָט ניט צו טאָן מיט וועלט, ער איז ניט געפּרואווט געוואָרן מיט אַ נסיוןנט פון צד ההפכי איז ניטאָ קיין זיכערקייט אַז אויב ער וועט קומען לידי נסיון וועט ער עס קענען ביישטיין.

משא"כ אַ בע"ת, וואָס עבודתו איז בדרך מלמטלמ"ע, דער בירור וזיכוך התחתון אַז ער ווערט אַ „כלי" צו קדושה, איז דער גילוי אלקות אין דעם מטה אין אַן אופן אַז עס האָט אַ קיום, עס ווערט ניט נפסק. ועד"ז בכללות עבודתו לקונו: וויבאַלד אַז נאָכדעם ווי ער האָט שוין געהאַט צוטאָן מיט וועלט (און אפילו נאָכן דורכפאַלן ר"ל אין ענינים וואָס זיינען היפך הרצון העליון) קערט ער זיך דאָך אום צום אויבערשטן ולתורתו ולמצותיו, איז דאָס אַ באַווייז אַז דער ענין פון תומ"צ האָט אים דורכגענומען און אויף אַזויפיל, אַז אויך דער דורכפאַל קען אים ניט אַוועקרייסן פון דעם אויבערשטן; ד. ה. זיין פאַרבונד מיטן אויבערשטן איז אַ שטענדיקער, האָט ניט קיין הגבלות.

בדוגמא צו קדושה שני', וואָס איז געקומען ע"י חזקה, אַז אויך נאָך דעם „מפני חטאינו גלינו מארצנו", קערן זיך אידן אום קיין א"י — ניט ווי צו אַ לאַנד וואָס זיי דאַרפן ערשט כובש זיין (וועלכע באַלאַנגט ניט צו זיי), נאָר ווי צו אַ לאַנד וואָס געהערט צו זיי אויף אַ שטענדיקן אופן.

ט. ע"פ כהנ"ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון קדושה ראשונה צו מתנה, און קדושה שני' צו ירושה:

ס'איז ידועס אַז ירושה אין לה הפסק, און מתנה יש לה הפסק. דער טעם הדברסא וואָס מתנה יש לה הפסק איז: הגם אַז אי לאו דעביד לי' נייחא לנפשי' לא הוה יהיב לי' מתנתאסב, קומט דאָך אָבער די מתנה (ניט אַזוי מצד מעלות המקבל, נאָר) בעיקר מצד דעם נותן און דער מקבל האָט ניט קיין (תביעה ו)שייכות צו דער מתנה, און דערפאַר יש לה הפסק אפילו לאחר נתינתה.

און דערפאַר איז דער ענין המתנה (פון א"י צו אידן) שייך בעיקר צו דער כניסה ראשונה (כיבוש יהושע): כשם ווי דער אופן הכניסה פון אידן איז געווען בדרך „כיבוש" (מלמעלה למטה) — סיי כפשוטו, סיי אין עבודת האדם כנ"ל — עד"ז איז אויך דער אופן הנתינה פון ארץ ישראל צו אידן — בדרך מתנה, וואָס קומט מצד דעם נותן („מעלה"), און ניט מצד אַ תביעה ושייכות צום מקבל („מטה").

108משא"כ ירושה איז דאָך, אדרבה, מצד דעם וואָס דער יורש איז קרובו של המורישסג — האָט ער אַ תביעה ושייכות צו דער ירושה, ביז אַז אמיתית ענין הירושה איז אַז דער יורש איז „עצם המוריש" (— עס הייסט גאָרניט שינוי רשות)סד;

און דעריבער איז הנתינה מלמעלה בדרך ירושה באַ קדושה שני', ווען (אויך) די כניסה פון אידן איז געווען — סיי כפשוטו און סיי בעבודת האדם כנ"ל — בדרך „חזקה", וואָס מיינט כנ"ל, אַז זיי האָבן בעצם אַ שייכות צו ארץ ישראל, זיי זיינען שטענדיק די בעלים פון לאַנד.

ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער רמז אין די פסוקים וואָס בקשר צום ענין המתנה בקדושה ראשונה שטייט דער לשון „לזרעך אתן" „לך אתננה" — בלשון עתיד, און בשייכות צו קדושה שני' — דער לשון „לזרעך נתתי", בלשון עבר (כנ"ל ס"א):

קדושה ראשונה איז געווען פאַרבונדן מיט אַ שייכות פון אידן מיטן לאַנד, וואָס האָט זיך געדאַרפט ערשט אויפטאָן בעתיד — כובש זיין ארץ ישראל פון אַ צווייטנס רשות, וואָס איז ניט קדוש;

משא"כ קדושה שני' איז געווען באופן, אַז מיט זייער פעולה (חזקה) האָבן זיי בלויז מגלה געווען זייער שייכות מיטן לאַנד, אַז א"י איז זייערס פון פריער (מצד דער נתינה להאבות).

יו"ד. דער חילוק צווישן מתנה און ירושה בנוגע ארץ ישראל איז, כנ"ל, בלויז בשייכות צו קדושת הארץ וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בכניסת ישראל לארץ — אַז די קדושה ראשונה איז געווען באופן של מתנה, און בקדושה שני' איז צוגעקומען אויך דער ענין הירושה וואָס אין לה הפסק.

אָבער די עצם בעלות פון אידן אויף א"י איז שטענדיק גאַנץ ובתכלית השלימות פון זינט דער אויבערשטער האָט דאָס לאַנד אָפּגעגעבן צו אברהם אבינו בברית בין הבתרים אַלס אַ „נחלת עולם", וואָס אין אַ כריתת ברית איז ניט שייך קיין שינוי והפסק.

ובמילא איז אין דעם ניט קיין אונטערשייד אין וועלכן מצב אידן געפינען זיך: אפילו ווען ס'איז אַ מצב אַז „מפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו", איז ארץ ישראל אויך דעמאָלט „ארצנו" און „אדמתנו" (אונזער לאַנד און אונזער ערד)סה; און ווי די גמרא זאָגט, כנ"ל, אַז „ארץ ישראל מוחזקת היא" און „ירושה היא לכם מאבותיכם", פון אברהם אבינו, כאָטש אַז בינתיים איז געווען דער חטא העגל וחטא המרגלים וכו'סו.

109[ובפרט ע"פ המבואר לעיל אין דעם פסק דין הרמב"ם, אַז ענין הירושה איז אויך נמשך און נקבע געוואָרן אין קדושת הארץ באופן אַז אויך די קדושה (שני') אין לה הפסק, „קדשה לעת"ל"].

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז אַן ענין אין וועלכן ס'איז ניט שייך קיין דינגעניש, אָדער „מסחר" וכיו"ב. וואָרום נוסף לזה וואָס גאַנץ א"י לגבולותי', „מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת", איז אַ ירושה צו אַלע אידן און צו יעדן אידן, און דערפאַר קען קיינער ח"ו ניט מוותר זיין אויף אַ חלק פון א"י, איז דער וועלן אָפּגעבן, ח"ו, אַ זאַך וואָס גייט קעגן דעם רצון ה', וואָס „ברצונו נתנה לנו"סז אַלס אַ נחלת עולם.

און בשעת אידן באַשטייען דערויף מיט דעם תוקף המתאים, ניט מצד „כחי ועוצם ידי"סח, נאָר ווייל דאָס איז „נחלת עולם", פון דעם אויבערשטן אלקי העולם צו דעם עם עולם, איז מען מצליח אין דעם —

ביז עס ווערט מקוים דער יעוד „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"סט, אַז אומות העולם העלפן די אידן אויספירן דעם רצון ה' בכלל און אין דעם ענין הנ"ל בפרט נאָך בזמן הגלות; און דאָס איילט צו ביאת משיח צדקנו, וואָס דעמאָלט וועט געהערן צו אידן גאַנץ א"י, אויך קני קניזי וקדמוניע, און „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד"עא, במהרה בימינו ממש.

(משיחות כ"ף מנ"א ומוצש"ק ראה

תשל"ח שמחת בית השואבה תשכ"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ddswkqhx

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources