Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 2
481מר־חשון
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
נאָכן אָפּשלוס פון חודש תשרי, וואָס ווערט באַצייכנט אין ספרים אַלס חודש הכללי פון דעם גאַנצן יאָר און וואָס איז אָנגעפילט מיט ימים־טובים און איבערלעָבונגען וואָס נעמען אַרום אַלע געביטן פון גייסטיגען לעבן פון אַ אידן במשך פון דעם גאַנצן יאָר — —
אָנהויבנדיק מיט יראה און קבלת עול מלכות שמים — די נקודה פון ראש השנה; תשובה — די נקודה פון עשרת ימי תשובה און יום כיפור; קיום המצוות מיט זריזות און שמחה, ביז צום העכסטן אויסדרוק פון שמחה מיט דער תורה — די נקודות פון סוכות, שמיני עצרת און שמחת תורה — —
איז די צייט צו דערמאָנען וועגן דעם מנהג וואָס איז געווען פאַרשפרייט אין פיל ערטער, אַז מוצאי שמחת תורה האָט מען אויסגערופן: ויעקב הלך לדרכו (און יעקב איז געגאַנגען זיין וועג),
וואָס דער ענין פון דעם מנהג איז געווען מעורר צו זיין, אַז אַזוי ווי מ'גייט איצט אַריין אין טָ־טעגלעכן לעבן (לדרכו), דאַרף אַ איד וויסן, אַז ער איז יעקב, און אַז ער האָט דרכו, זיין אייגענעם דרך, אַ דרך וואָס ציט זיך פון שמחת תורה און איז פאַרבונדן מיט דער שמחה פון תורה און מצוות.
482דאָס מיינט, אַז מיט וואָס פאַר אַ ענינים ער זאָל זיך ניט פאַרנעמען, אפילו עובדין דחול פון אַ גאַנץ יאָר, דאַרפן זיי זיין אין אַן אופן פון כל מעשיך לשם שמים (אַלע דיינע באַשעפטיקונגען זאָלן זיין מיט אַ ג־טלעכע כוונה) און בכל דרכיך דעהו (אין אַלע דיינע פירונגען זאָלסטו וויסן און דינען דעם אויבערשטן).
דער חודש תשרי איז אַ חודש כללי אויך אין דעם זין, אַז אין דעם חודש שאַפט זיך אַ איד איין „סחורה" פאַר דעם גאַנצן יאָר, און באַלד דערנאָך דאַרף מען אָנהויבן „אויספּאַקן" די „סחורה" פאַר יעדן טאָג אין אַלע פּרטים. מ'קען ניט יוצא זיין מיט דעם וואָס מ'האָט אויפגעטאָן אין דעם חודש הכללי.
אַזוי זיינען פאַראַן אויך מצוות כלליות — כאָטש יעדע מצוה און אַלע מצוות דאַרף מען מקיים זיין מיט דער גאַנצער זריזות און הידור. די מצוה כללית דאַרף מען מקיים זיין מיט נאָך אַ גרעסערן הידור און מיט נאָך אַ גרעסערע זריזות, דאָס מקיים זיין די דאָזיגע מצוות דורך יעדן אידן איז נאָך מער נוגע צו אַלע אידן און גאַנצן פאָלק ישראל בכלל.
איינע פון די הויפּט מצוות כלליות איז די מצוה פון אהבת ישראל, וואָס אויף דער מצוה ווערט געזאָגט, אַז זי איז אַ כלל גדול בתורה און כל התורה כולה די דערקלערונג פון דער מצוה איז, אַז אַלע אידן זיינען קומה אחת שלמה, ווי איין גוף, ביז אַז יעדער איד זאָגט אויף יעדן אַנדערן איד אַז ער איז עצמו ובשרו (מיין אייגן פלייש און בלוט). דערמיט דערקלערט זיך אויך פאַרוואָס דאָס מקיים זיין אַ מצוה פון יעדן אידן אַלס פּרט איז נוגע דעם גאַנצן כלל ישראל; ועל אחת כמה וכמה דאָס מקיים זיין מצוות כלליות.
דעריבער איז איצט די צייט, ווי אויבנגעזאָגט, צו דערמאָנען נאָכאַמאָל וועגן די מצוות־מבצעים, וועגן וועלכע עס האָט זיך גערעדט באריכות אין די לעצטע חדשים באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן, און פאַרבינדן זיי מיט דעם ענין פון ויעקב הלך לדרכו — אַז מ'זאָל גיין אין דעם, טאָן אין דעם נאָך מער ווי פריער, אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג מעלין בקודש (דערהויבן אַלע ענינים פון קדושה). און צוליב זייער חשיבות ווערן זיי דאָ נאָכאַמאָל אויסגערעכנט, כאָטש בקיצור:
483מבצע אהבת ישראל — ליב האָבן אַ אידן כמוך (ווי זיך אַליין) מיט אַלע קאָנסעקווענצען דערפון.
מבצע חינוך — אין איינפאַכן זין, אַז ניט נאָר די אייגענע קינדער, נאָר זיך משתדל זיין אַז יעדער אידיש קינד זאָל באַקומען דעם אמת'ען תורהחינוך.
מבצע תורה — לייגען ספּעציעלע השתדלות אויף לערנען תורה אין יעדער פרייער צייט, אין צוגאָב צום חיוב וואָס יעדער איד איז מחויב צו לערנען תורה אַלע טאָג, באַטאָג און באַנאַכט.
מבצע תפילין — צו זען, אַז יעדער איד זאָל לייגן תפילין, וואָס די מצוה פון תפילין איז איינע פון די ערשטע וועלכע אידן האָבן באַקומען נאָך זייענדיג אין מצרים; און הוקשה כל התורה כולה לתפילין (די גאַנצע תורה איז צוגעגליכן געוואָרן צו תפילין).
מבצע מזוזה — צו זען אַז יעדער צימער אין אַ אידישער הויז זאָל האָבן אַ כשר'ע מזוזה, וואָס זי היט אַלעמען און אַלע זאַכן וועלכע געפינען זיך אין הויז און באַשיצט אַ אידן וואו ער גייט און שטייט, לויט דעם צוזאָג ה' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
מבצע צדקה — און צו פאַרשפּרייטן די מצוה אויך דורך צדקה־פּושקעס אד"ג, וואָס דורך דער מצוה פון צדקה באַקומט אַ איד דעם אויבערשטנ'ס ברכות, וואָס ער גיט זיי אַלע בתור צדקה, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
[און אין צוזאַמענהאַנג מיט די אויבנדערמאָנטע מבצעים, אויך
מבצע בית מלא ספרים — אַז יעדער אידישע הויז זאָל האָבן ספרי־קודש, לכל הפחות אַ סידור, אַ חומש און אַ תהלים, וועלכע זאָלן אים דערמאָנען צו לערנען און דאַוונען אַלע טאָג].
484און די ספּעציעלע דריי מצוות כלליות, וועלכע זיינען אָנפאַטרויט געוואָרן צו אידישע פרויען:
מבצע נר שבת קודש (נש"ק) — צו זען, אַז אַלע אידישע פרויען און טעכטער, אויך גאָר יונגע מיידעלעך, זאָלן אָנצינדן ליכט אין צייט פאַר דער שקיעה ערב שבת און ערב יום טוב, אַריינברענגען אידישע ליכטיקייט אין הויז;
מבצע כשרות — אָפּהיטן כשרות אין אַלע שפּייזן און געטראַנקען, סיי באַ זיך אין שטוב און סיי אויסערן שטוב, און טאָן אין כשר מאַכן יעדע אידישע הויז, און דורך כשרות ווערט דער אידישער גוף (און האַרץ און מוח) נאָכמער אויסגעאיידלט און געהייליגט; און
מבצע טהרת המשפחה — דער יסוד פון ריינקייט און הייליקייט פון יעדן אידישן קינד, פון יעדער אידישער משפחה און פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
5
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז עס זאָלן מקויים ווערן אַלע ברכות וואָס אידן האָבן זיך אָנגעוואונטשן צום נייעם יאָר,
עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה מיט אַלע פּירושים, און עס זאָל זיין, ווי געזאָגט אויבן:
ויעקב — וואָס דאָס נעמט אַריין אַלע אידן, ניט נאָר די וועלכע זיינען שוין אויך אין דער העכערער מדריגה פון ישראל און ישורון,
הלך — גיין לויט דעם אמת'ן פירוש דערפון, ד.ה. אַוועקגיין פון דעם פריערדיגען צושטאַנד צו אַ העכערן צושטאַנד, וואָרום ווי גוט דער צושטאַנד איז, דאַרף מען דאָך אַלעמאָל שטייגן אַלץ העכער אין אַלע ענינים פון קדושה,
לדרכו — אַז „זיין וועג", אפילו אין עניני רשות, ווערט אַ וועג פון ג־ט לעכקייט, ווי ער זאָגט גלייך נאָכדעם: ויפגעו בו מלאכי אלקים (עס האָבן אים באגעגנט גטלעכע מלאכים) — אין איינקלאַנג מיט דעם וואָס יעדער איד איז אַ „מלאך" — שליח פון אויבערשטן צו מאַכן פאַר עם אַ „דירה" אין דער דאָזיגער נידעריקסטער וועלט,
485אַז מ'זאָל דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע טאָן תורה, יעקב וועט „אזמרה (זינגען און לויבן) ל בקרוב צו — ווי די פאָרטזעצונג אין תהלים ביאת משיח צדקנו.
טובות בכל בשמחה, בהמשך צו שמחת לאלקי יעקב", און זוכה זיין — תרוממנה קרנות צדיק, ברכה להצלחה ולבשורות האמור
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-dv3jgaqb